בלאט 1 פון 42

קורצע אינטערוויוס אויף קול מבשר, 1-1-4

געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2015 11:55 am
דורך לוי יצחק
אויף א פארלאנג אין אישי, עפן איך דא אן אשכול פון די קורצע אינטערוויוס אויף 1-1-4.

היות ס'דא א שיינע פאר פער טאג, קען איך זיך נישט אונטערנעמען דאס אנצופילן טעגליך, ע"כ בעט איך אנדערע זאלן נעמען א טייל און אנפילן די אינפארמאציע ווען ס'נישט דא קייו צווייטער.

ס'איז ראטזאם צו שרייבן די טאג אין די "נושא" קעסטל.

רוב אינטערוויוס דארט זענען פון ר' י"ש דרעזנער, אויב ס'איז פון א צווייטן, זאל מען ארויסשרייבן.

ערב שב"ק יתרו תשע"ה

געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2015 11:56 am
דורך לוי יצחק
ר' יושע ווערצבערגער, איבער דאס בויען סוכות אין מאנטריאל.

הרב דן שווארץ, איבער בארג סיני און מעמד קבלת התורה.

איבער די פטירה פון מוהרא"ש זצ"ל.

מוצש"ק יתרו תשע"ה

געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2015 11:56 am
דורך לוי יצחק
הרב יעקב דוב בלייך, איבער די אומרוען אין אוקריינע,

געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:27 pm
דורך געלעגער
דו ביסט אויסערגעווענליך! א ריזן דאנק!

געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:50 pm
דורך קיווי סטראבערי
לוי יצחק האט געשריבן:הרב יעקב דוב בלייך, איבער די אומרוען אין אוקריינע,

אינטרעסאנט אז ער האט נאך נישט קיין אייגענעם קנעפל אויף ק"מ....

געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:58 pm
דורך עקבי הצאן
א דאנק אייך "לוי יצחק" פארן אונז אפדעיטן כסדר.

א מעכטיגע איידיע דאס, אזוי אז ס'איז דא עפע ססחורה וואס איז איינעם ספעציפיש אינטרעסאנט וועט ער דא קענען עס זעהן און נישט פארפאסן.

געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2015 2:51 pm
דורך עמרם יודא
עקבי הצאן האט געשריבן:א דאנק אייך "לוי יצחק" פארן אונז אפדעיטן כסדר.

א מעכטיגע איידיע דאס, אזוי אז ס'איז דא עפע ססחורה וואס איז איינעם ספעציפיש אינטרעסאנט וועט ער דא קענען עס זעהן און נישט פארפאסן.

געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2015 3:14 pm
דורך שלום אויש
לוי יצחק, דער אשכול וועט לכאורה ווערן אין צוקונפט א טייל פון אייוועלט און מען וועט נישט קענען פארשטיין וויאזוי אזא זאך האט ביז יעצט נישט עקזיסטירט...
אדאנק פאר דיינע שטענדיגע פעולות.

יום א' משפטים תשע"ה

געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2015 6:02 pm
דורך לוי יצחק
ר' סענדר ראפאפארט פון משביע, איבער א אינטערעסאנטע "טשאלענט קאנטעסט" וואס וועט פארקומען דאנערשטאג זכור לטובת משביע פאלקס קיך.

א איד וועלכער איז געראטעוועט געווארן 7 יאר צוריק י"ט שבט פון העלישע פייער אין שיכון סקווירא.

הרב טייכטאהל רב אין בערלין, לעלובער רבי פון ניו יארק איז שטעקן געבליבן אין בערלין דייטשלאנד; אנטיסעמיטן פרייגעשפראכן אין בערלין.

ר' אהרן קוגליענסקי פון לעיקוואוד, איבערן אויפשטייג פון געז פרייזן.

ר' חיים האכהייזער קאארדנעיטאר פון סטעמפארד הילל לאנדאן שומרים, איבער אימאם פון לאנדאנער מעטשעט וואס האט זיך באטייליגט ביים דינער פון סטעמפארט הילל לאנדאן און זיך באגריסט מיט רב פאדווא.

טשאפלין ר' יעקב גאלדשטיין, וועלכער האט געדינט אין איראק און אפגאניסטאן רעדט איבער די ליצאטאציע פון די שטריק פו סאדאם'ס תלי' וואס איז ארויף צו העכער 7 מיליאן דאללאר.

ר' בעריש פרייליך, איבער פרישטאג אין וויליאמסבורג פון חברה הצלה און חברה שומרים צום שטעלונג פונעם נייעם טשיף.

געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2015 6:06 pm
דורך לוי יצחק
לוי יצחק האט געשריבן:ר' חיים האכהייזער קאארדנעיטאר פון סטעמפארד הילל לאנדאן שומרים, איבער אימאם פון לאנדאנער מעטשעט וואס האט זיך באטייליגט ביים דינער פון סטעמפארט הילל לאנדאן און זיך באגריסט מיט רב פאדווא.

המשך יום א' משפטים תשע"ה

געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2015 10:55 pm
דורך לוי יצחק
וועטער עקספערט, איבער די פרישע פארקעסט פאר די קומענדיגע צוויי טעג. (ברייער)

ר' נחמן חיים וויינבערגער פון קענטין אן 13, איבער די אסראנאמישע לאטערי סכום. (ברייער)

יום ב' משפטים תשע"ה

געשריבן: מאנטאג פעברואר 09, 2015 9:52 pm
דורך לוי יצחק
בדחן ר' אברמי האלפרין פון מאנטריאל - איבער סכנה'דיגע גליטש אויף שאסייען און ער האט פארפאסט עטליכע פלייטס.

ר' משה מאשקאוויטש פון חארקוב אוקריינא - איבער פארשארפטער מצב אין אוקריינא.

ר' איטשע מאיר ליפשיץ - אנטלאפן פו קרים אוקריינא צוליב אנגעצויגענע מצב.

ר' משה וועבער פון הצלה אשדוד - איבער שטיינער ווארפעריי אויף וויזשניצער קינדערגארטן אין אשדוד.

בודאפעסטער ראש הקהל ר' מאיר דעבלינגער - איבער אפצייכענען 70 יאר פון די אטאקע אויף די אידישע שפיטאל און מושב זקנים קורץ נאכן באפרייאונג פון בודאפעסט.

ר' יוסף זאקלאס פון באסטאן - איבער נאכאנאנדא שנייען די לעצטע 3 וואכן.

ר' אברהם לובינסקי פון די וועד הר הזתים - איבער די פארמערטע שטיינער ווארפערייען.

הרב שמואל פינסון פון אנטווערפן - וועלכער געפונט זיך די טעג אין טוניזיע צום שלושים פון יואב חאטאט הי"ד זון פון טוניזיער רב וועלכער איז אומגעקומען אין פאריז אטאקעס.

ר' מאיר ליעכטענשטיין פון לעיקוואוד - איבער סקאנדאל ווען טאכטער פון דזשעקסאן סטעיט טרופפער האט זיך פארשטעלט ווי היטלער ימ"ש.

אשי שלאמאוויטש קאארדינעיטאר פון הצלה גוש דן - איבער ערדציטערניש דריל.

לעיקוואוד מעיאר ר' אייזיק אקערמאן - איבער סקאנדאל ווען טאכטער פון דזשעקסאן סטעיט טרופפער האט זיך פארשטעלט ווי היטלער ימ"ש.

פליגער פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב ארה"ב שליט"א געלאנדעט בשלום אין ניו יארק נאך פראבלעמען פון די מאנשאפט אין בערלין.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2015 12:37 am
דורך סעלצער
לוי יצחק האט געשריבן:
לוי יצחק האט געשריבן:ר' חיים האכהייזער קאארדנעיטאר פון סטעמפארד הילל לאנדאן שומרים, איבער אימאם פון לאנדאנער מעטשעט וואס האט זיך באטייליגט ביים דינער פון סטעמפארט הילל לאנדאן און זיך באגריסט מיט רב פאדווא.

ווער איז דער רבי מיט די ווייסע בעקיטשע?

יום ג' משפטים תשע"ה

געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2015 9:34 pm
דורך לוי יצחק
אפדעיטס איבער די פליגער פון לעלובער רבי'ן וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין בערלין.

ר' אברהם רייכמאן - איבער זאמד שטורעם אין ירושלים.

יונגערמאן אין סקווירא באקומען שווינדל קאלל אז זיין קאמפיוטער איז געהעקט.

ר' אברהם ברוך פערזנער פון פאריז - איבער פרישע טעראר ווען 20 אידישע קארס זענען אנגעפירקעלט געווארן דאס ווארט "איד".

ר' אליעזר שם טוב פון מאנטיוואדעא אוריגוויי - איבער פארמערטע סעקיורעטי נאך באמבע אטאקע.

הרב אברהם סונדערס הויפט רב פון די קראמפאסעל שוהל אין מאנטשעסטער - איבער די אויפשטייג פון אנטיסימאטיזם, און ווי אזוי ער איז פערזענליך אטאקירט געווארן.

הרב שמואל פינסאן - איבער היינטיגער מעמד אין טוניזיע צום שלושים פון קדושי פאריז.

ר' יצחק קליינפעלד - ארויס מיט נסים פון א שווערע קאר עקסידענט אין לובלין, געראטעוועט געווארן דורך א סידור וואס איז געווארן א פאנצער.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2015 9:36 pm
דורך לוי יצחק
לוי יצחק האט געשריבן:ר' אברהם ברוך פערזנער פון פאריז - איבער פרישע טעראר ווען 20 אידישע קארס זענען אנגעפירקעלט געווארן דאס ווארט "איד".

געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2015 9:37 pm
דורך לוי יצחק
לוי יצחק האט געשריבן:הרב אברהם סונדערס הויפט רב פון די קראמפאסעל שוהל אין מאנטשעסטער - איבער די אויפשטייג פון אנטיסימאטיזם, און ווי אזוי ער איז פערזענליך אטאקירט געווארן.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:03 pm
דורך לכאורה
חזק ואמץ, ר' לוי יצחק, לאמיר האפן אז ביי דיר וועט נישט פאסירן נבול תבול, דאס איז דאך א ריכטיגע עבדות, אזויפיל אינטערוויוס קומען דארט ארויף טעגליך.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:19 pm
דורך לוי יצחק
לכאורה האט געשריבן:חזק ואמץ, ר' לוי יצחק, לאמיר האפן אז ביי דיר וועט נישט פאסירן נבול תבול, דאס איז דאך א ריכטיגע עבדות, אזויפיל אינטערוויוס קומען דארט ארויף טעגליך.

ייש"כ פאר די חיזוק.
האמת אגיד, אז רוב ארבעט טוט א צווייטער בעילום שם, ער שיקט עס מיר אין אישי, און איך ק/פ נאר.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:22 pm
דורך פיטום
גיבן מיר דעמאלטס אויך א דאנק פאר דער וואס שיקט אייך אין אישי.
זאלט עטת ביידע זיין געבענטשט

געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:59 pm
דורך געלעגער
א דאנק פאר ביידע פון אייך

געשריבן: מיטוואך פעברואר 11, 2015 5:10 am
דורך יאפין
א דאנק פאר ביידע

המשך יום ג' משפטים תשע"ה

געשריבן: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:22 am
דורך לוי יצחק
ר' יעקב יהושע ווערצבערגער בעה"ב פון יענקעלס דעמאלישען - א פייער אויף א יענקעלס טראק (ברייער)

געשריבן: מיטוואך פעברואר 11, 2015 5:25 pm
דורך קנאפער ידען
היינט וועל איך עס ברענגען:

-ר' יעקב דאסקאל קאארדינעיטאר ב"פ שומרים איבער דאס כאפן די לאנג געזוכטע גנבים וועלכע פלעגן טעגליך איינברעכן אין אפארטמענט געביידעס אין ב"פ

-הרב יעקב דוב בלייך איבער היינטיגע מצב אין אוקריינא ווען אידישע פרוי איז אומגעקומען און ראקעטן זענען געפאלן נעבן שוהל

-ר' יואל אשר לונגער איבער קאר פון קאשניצער רבי אויפן הר הזתים באווארפן געווארן מיט שטיינער

-ר' חזקי שעכטער וואס איז געווען איז געווען אינעווייניג אינעם קאר

-ר' מטות קטן טרעוול אגענט אין לאנדאן איבער היינטיגער גליטש אין יוניידעט עירליינס וואו מען האט געקענט קויפן טיקעוס אין ביזנעס קלאס פאר 50 פונט

-הרב פנחס ווישעצקי הויפט רב פון דוניעצק איבער די טראגעדיע מיט די אומגעקומענע אידישע פרוי

-איבער וואונדערליכע סגולה דעם דאנערשטאג כ"ג שבט צו צינדן א ליכטל לעילו נשמת הרה"ק ר' יעקב חיים ישראל ב"ר יצחק, זאגן פתח אליהו און צינדן א ליכטל לענ און בעטן "איין בקשה", ער זאגט צו אז ער וועט מתפלל זיין

-איבער שיסעריי היינט אויף די ארלי כשרע רעסטוראנט אין עדזשווער לאנדאן

געשריבן: מיטוואך פעברואר 11, 2015 5:27 pm
דורך עקבי הצאן
געלעגער האט געשריבן:א דאנק פאר ביידע פון אייך

געשריבן: מיטוואך פעברואר 11, 2015 5:29 pm
דורך קנאפער ידען
קנאפער ידען האט געשריבן:-ר' יואל אשר לונגער איבער קאר פון קאשניצער רבי אויפן הר הזתים באווארפן געווארן מיט שטיינער

-ר' חזקי שעכטער וואס איז געווען איז געווען אינעווייניג אינעם קאר

orig_793ED1A309AC44609CAB241F8A53DF78.JPG

orig_c34662af57b94f898450855fb66c600c.jpg

orig_70280d75ecc64e82bc2c8710f9f39f33.jpg