קורצע אינטערוויוס אויף קול מבשר, 1-1-4

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

דער ישראל מנלה פון אשדוד איז מורא'דיג, מלא תוכן, מלא טעם, פיקודי ה' ישרים משמחי לב, ממש שמחים כנתינתם,
איך האף אז די בדחנים פון דאהי וועלען זיך אפלערנען פון די בני ארץ ישראל.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיין אישי העלפער איז מיד געווארן, זאל איך ווייטער ממשיך זיין?
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

גאלדגרוב האט געשריבן:זענען די 1-1-4 אויך ארכיווירט ווי די לאנגע אינטערוויוס פון 3-1?
סאיז מיר שווער צוריקצומישן פאר א אינטערוויו פון עטליכע וואכן צוריק

און מיר איז שווער צו מישן פון אפאר טאג צוריק, ממש א שאד, אזויפיל הונדערטער הערליכע אינטערוויואס ווערט באגראבן און מ'קען נישט צוקומען דערצו, בשעת וואס אנדערער אינטערוויואס ווערט אזוי שיין מסודר מיט עקסטערע קעסטלעך.
איך האף ס'זאל ארויפגיין אנליין איין טאג
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

לוי יצחק האט געשריבן:מיין אישי העלפער איז מיד געווארן, זאל איך ווייטער ממשיך זיין?

אלס מיר אויס? יא
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

פר בן בקר האט געשריבן:דער ישראל מנלה פון אשדוד איז מורא'דיג, מלא תוכן, מלא טעם, פיקודי ה' ישרים משמחי לב, ממש שמחים כנתינתם,
איך האף אז די בדחנים פון דאהי וועלען זיך אפלערנען פון די בני ארץ ישראל.

יעפ. די אכט תירוצים אויף די קשיא פארוואס משה רבינו האט געהייסן משה און נישט מרדכי, זיין ברית איז דאך געווען פורים, איז הפלא ופלא!
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

יום ד' תצוה תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

הרב אברהם הכהן קאהן, מוהל מומחה
איבער די ביטול הגזירה אויף מציצה בפה.

אחים לעדערער
די ערשטע צו אנטדעקן די קליפ פון חפץ חיים זצ"ל.

הרב בנימין יאקאב, הויפט רב פון האללאנד
אסיפת הרבנים אין שטאט פראג, איבער שמירת שבת, און אנטיסעמעטיזם.

ר' שמעון העסס, מוהל מומחה פון לעיקוואוד
איבער די ביטול הגזירה אויף מציצה בפה.

[בשורה טובה פאר חתנים ...]

ר' אליעזר רייך, גבאי פון קהל מחזיקי הדת אנטווערפן
דריי אראבער זענען אריין אין ארטיגן ביהמ"ד.

ר' שמחה פריעדמאן, מענעדזשער פון SUPER 13
איבער לעצטיגע גניבות פון בעיבי פארמולער.

ר' מרדכי גארדאן
איינער האט ארויסגעשטעלט האקענקרייצן פארענט פון זיין הויז אין סקרעמענטא קאליפארניע. (ברייער)

הבדחן ר' ישראל מנלה פון אשדוד
לכבוד חודש אדר.

העסקן ר' יואל קלאר
איבער גוטע אנטוויקלונג אין די פרשה פון מציצה בפה.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

יום ה' תצוה פשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

ר' יודא לייב קעניג פון ב"פ
פארלוירן געלט אין גארבידזש, געטראפן ב"ה מיט די הילף פון די סענעטעישען דעפט.

איד פון לעיקוואוד
איבער פאלשע קאלל פון IRS אים צו באשווינדלען.

ר' יוסף פרץ הלוי ביללער
איבער די קליפ פון חפץ חיים זצ"ל.

הרב יצחק חזן, שליח חב"ד אין איטאליע
אנטיסעמיטישע לאזונגען אנגעפירקעלט אין איטאליע.

הרב יודא טייכטאהל, רב פון בערלין
איבער א רעדע פון נישט גיין מיט א קאפל אין דייטשלאנד ח"ו.

הישיש ר' ישעי' פריעד
ז' אדר אין קאלוב פארן קריג.

הרב משה בענעדיקט פון בני ברק
האט דעם קאפל פון חפץ חיים זצ"ל.

הבדחן ר' פנחס באב"ד פון מאנסי
לכבוד חודש אדר.
לעצט פארראכטן דורך לוי יצחק אום פרייטאג פעברואר 27, 2015 11:22 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

לוי יצחק האט געשריבן:הרב משה בענעדיקט פון בני ברק
האט דעם קאפל פון חפץ חיים זצ"ל.

צוגעשטעלט דורך "תרנגול" קאמפרעסט דורך "קנאפער ידען".
אטעטשמענטס
כיפת החפץ חיים בכנסיה הגדולה.compressed.pdf
(230.02 KiB) געווארן דאונלאודעד 202 מאל
לעצט פארראכטן דורך לוי יצחק אום זונטאג מארטש 01, 2015 12:30 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

לוי יצחק! א דאנק אייך וואס טוט אונז אפדעיטן כסדר!
...
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

ערב שבת תצוה תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

בעל קורא מומחה
דקדוקים און ענינים פון פרשת זכור.

הרב בנימין וויליגער
איבער שבת שכור אין דער אלטער היים.

הרב ירמי' כהן פאריזער רב
געזעהן די כלי המקדש אין רוים.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

מוצאי שבת תצוה תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

הרב יעקב דוב בלייך רב אין קיעוו
איבער דאס אומברענגען באריס נעמטאוו, אפאזיציע פירער אין רוסלאנד. (ברייער)

הבדחן ר' בצלאל דים פון בני ברק
לכבוד חודש אדר.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

עס קומט זיך א גרויסער דאנק פאר לוי יצחק אויף דעם וואס ער טוט אונז דא אפדעיטן בנאמנות ממש א יעדן טאג מיט אזא געשמאקע און מסודר'דיגע אופן אזש ס'קען זיך דאכטן אז ער איז אויף אונזער פעיראל..

קיפ אפ יור גוד דשאב!
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

לאמפ האט געשריבן:עס קומט זיך א גרויסער דאנק פאר לוי יצחק אויף דעם וואס ער טוט אונז דא אפדעיטן בנאמנות ממש א יעדן טאג מיט אזא געשמאקע און מסודר'דיגע אופן אזש ס'קען זיך דאכטן אז ער איז אויף אונזער פעיראל..

קיפ אפ יור גוד דשאב!
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

עס קומט באמת א גרויסע דאנק פאר לוי יצחק פארן צושטעלן די אשכול. אבער אזוי ווי ער האט געמאלדען אז זיין שותף האט ארויסגעצויגען ווייסעך נישט צו מען מעג אים ווייטער שטופן צו שרייבן. אויב וויל ער נא, איז דאך זיכער גוט, אבער אז ער זאל אוועק געבן אזויפיל צייט פארדעם, דאס איז זיין אייגענע אפציע.

די אנדערע אינטערוויו אשכול איז גענוג ארבייט. נאכאמאל כ'האב באמת שטארק הנאה פון די אשכול, באט לוי יצחק ברויך אליין באשליסען צו ער וויל ממשיך זיין, און אויב נישט, קען מען נישט האבן קיינע תערומות.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:עס קומט באמת א גרויסע דאנק פאר לוי יצחק פארן צושטעלן די אשכול. אבער אזוי ווי ער האט געמאלדען אז זיין שותף האט ארויסגעצויגען ווייסעך נישט צו מען מעג אים ווייטער שטופן צו שרייבן. אויב וויל ער נא, איז דאך זיכער גוט, אבער אז ער זאל אוועק געבן אזויפיל צייט פארדעם, דאס איז זיין אייגענע אפציע.

די אנדערע אינטערוויו אשכול איז גענוג ארבייט. נאכאמאל כ'האב באמת שטארק הנאה פון די אשכול, באט לוי יצחק ברויך אליין באשליסען צו ער וויל ממשיך זיין, און אויב נישט, קען מען נישט האבן קיינע תערומות.

יאפס!

דער אשכול איז געעפענט געווארן נאך עטליכע געבעטן פון איינעם אין אישי - שטארק יתכן מיט אגענדע - איך האב מסכים געווען נאר בתנאי אז ער גייט מיר צוהעלפן, אבער נאך א קורצע פאר טעג פארשוואנדען געווארן אוואו די שווארצע פעפער וואקסט...

דערווייל עלמיר ווייטער ממשיך זיין לתועלת הקוראים, ביז כ'וועל מיד ווערן, אדער ביז יענער וועט האפענטליך צוריקקומען.

ווער ס'קען העלפן מיט צושטעלן בילדער אדער אנדערע זאכן וואס קענען זיין בייהילפיג, וואלט געווען א שיינע זאך.

און געדענקט! נישטא דא קיין איסור השגת גבול, ווער ס'וויל קען מיר אויסכאפן.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

די בדחנים פון ארץ ישראל דארפן זיי א מוסטער פאר אונזערע בדחנים, מלא תוכן און מלא טעם, היינט דער משה טוסיג איז עפעס גאר ספעציעל, די שיינע מילתא דבדיחותא מיט די שטארקע אמונה ובטחון אריינגעפלאכטען איז א מייסטער ווערק.
דער ישראל מנלה פון אשדוד איז אויך געווען געוואלדיג, ווי אויך היינט דער ישראל דער זון פון די חזן.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

יום א' תשא תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

הרב יצחק לעווענטאהל, שליח חב"ד אין דענמארק
איבער מענטשליכע קייט וואס מענטשן האבן פארמירט דעם שבת אין דענמארק צו ווייזן שטיצע.

ר' יוסי לאנדא, פון הצלה אשדוד
חתן אינמיטן שבע ברכות אין אשדוד צאמגעפאלן פון אניוריזם, רפאל יעקב בן חדוה פראדיל לרפו"ש.

ר' אברהם רייכמאן, קאארדינעיטער הצלה ירושלים
די סכנה פון פורים שטיק; קינד אין אלעד געשעדיגט געווארן פון פורים שטיק.

הבדחן ר' ישראל אדלער פון א"י, זוהן פון חזן אדלער
לכבוד חודש אדר.

ר' מענדל האגער פון א"י
עלצטע פרוי אין א"י נפטר געווארן אין עלטער פון 108 יאר.

וועטער עקספערט
איבער בעפארשטייענדע וועטער. (ברייער)
לעצט פארראכטן דורך לוי יצחק אום זונטאג מארטש 01, 2015 10:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

פר בן בקר האט געשריבן:די בדחנים פון ארץ ישראל דארפן זיי א מוסטער פאר אונזערע בדחנים, מלא תוכן און מלא טעם, היינט דער משה טוסיג איז עפעס גאר ספעציעל, די שיינע מילתא דבדיחותא מיט די שטארקע אמונה ובטחון אריינגעפלאכטען איז א מייסטער ווערק.
דער ישראל מנלה פון אשדוד איז אויך געווען געוואלדיג, ווי אויך היינט דער ישראל דער זון פון די חזן.

קוקט אויס דו ווייסט וואס קומט מארגן... ווייל דערווייל היינט איז נישטא אזא אינטערוויו.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

לוי יצחק האט געשריבן:
פר בן בקר האט געשריבן:די בדחנים פון ארץ ישראל דארפן זיי א מוסטער פאר אונזערע בדחנים, מלא תוכן און מלא טעם, היינט דער משה טוסיג איז עפעס גאר ספעציעל, די שיינע מילתא דבדיחותא מיט די שטארקע אמונה ובטחון אריינגעפלאכטען איז א מייסטער ווערק.
דער ישראל מנלה פון אשדוד איז אויך געווען געוואלדיג, ווי אויך היינט דער ישראל דער זון פון די חזן.

קוקט אויס דו ווייסט וואס קומט מארגן... ווייל דערווייל היינט איז נישטא אזא אינטערוויו.

שרייבסט דאך אליין

[quote="לוי יצחק"

הבדחן ר' ישראל אדלער פון א"י, זוהן פון חזן אדלער
לכבוד חודש אדר.
)[/quote]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31244
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

לוי יצחק האט געשריבן:הרב יצחק לעווענטאהל, שליח חב"ד אין דענמארק
איבער מענטשליכע קייט וואס מענטשן האבן פארמירט דעם שבת ארום שול אין דענמארק צו ווייזן שטיצע.

איך מיין אז איינער איז דא פארמישט... אין דענמארק איז געווען סתם א רינג פארענט פון סיטי האל, עס איז געווען פרייטאג:
People build a human chain at the City Hall Square in Copenhagen, on February 27, 2015 as solidarity actions following the Copenhagen shootings. Around 300 people attended the peace vigil in Copenhagen organised by Danish Muslims.

דערנאך איז געווען אין אנדערע פלעצער וואו עס איז געווען שבת ארום שול:
People gather to form a "ring of peace" around The Great Synagogue of Stockholm at Raoul Wallenberg, in central Stockholm February 27, 2015.
People gather to form a "ring of peace" around The Great Synagogue of Stockholm at Raoul Wallenberg, in central Stockholm February 27, 2015.

ווי אויכעט אין אסלאו נארווערגיע איז אזאנס געווען.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

@א גראם מיט א טעם, ער שרייבט בדחן "משה טויסיג", און דערווייל איז דא "ישראל אדלער"

@קנאפער ידען, ייש"כ פארן אויפמערקזאן מאכן, כ'גיי פאררעכטן. און ייש"כ פאר די בילדער.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

פאמיליעמירעלס האט געשריבן:
גאלדגרוב האט געשריבן:זענען די 1-1-4 אויך ארכיווירט ווי די לאנגע אינטערוויוס פון 3-1?
סאיז מיר שווער צוריקצומישן פאר א אינטערוויו פון עטליכע וואכן צוריק

און מיר איז שווער צו מישן פון אפאר טאג צוריק, ממש א שאד, אזויפיל הונדערטער הערליכע אינטערוויואס ווערט באגראבן און מ'קען נישט צוקומען דערצו, בשעת וואס אנדערער אינטערוויואס ווערט אזוי שיין מסודר מיט עקסטערע קעסטלעך.
איך האף ס'זאל ארויפגיין אנליין איין טאג

איך בין איינשטימיג מיט דיר. הלוואי וועט ר' זלמן דאס אינאכט נעמען.
אמאל פלעג איך האבן מער צייט עס אפצוהערן יעדן טאג. איך קען פשוט נישט אניאגן אין איין טאג אפצוהערן די אידישע ווינקל אפטיילונג.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

יום ב' כי תשא תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

ר' יואל אינדיג פון לאנדאן
שטעלט צו 10 ערליי המן-טאשן לכבוד פורים אין זיין בעקעריי אין סטעמפארד-הילל לאנדאן.

ר' יוסי אספאן פון זק"א אוקריינע
געלונגכען צו באקומען צוטריט צו די אומגעקומענע אידישע סאלדאט.

ר' ברוך הורוויץ פון בני ברק
איבער זיין געשעפט וואס פארקויפט משלוח מנות.

ר' מרדכי ריכלער פון לעיקטאון קאליפארניע
האט אויסגערייניגט א פארלאזטער בית החיים נעבן קאליפארניע.

הבדחן ר' הערשל גראס פון אנטווערפן
לכבוד חודש אדר.
לעצט פארראכטן דורך לוי יצחק אום דינסטאג מארטש 03, 2015 1:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

המשך יום ב' כי תשא תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

וויין מבין ר' אשר זעליג ענגעל
איבער וואס יא און וואס נישט צו טרינקען פורים. (ברייער)
לעצט פארראכטן דורך לוי יצחק אום דינסטאג מארטש 03, 2015 1:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

יום ג' כי תשא תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

ר' ישראל יוד, פון "פאר" אין א"י
איבער מגילה פארקויפונגען אין די פורים סעזאן.

ר' יונה לונגער פון חסד מיאמי פלארידע
איבער טרעקל וואס פארט ארום נארט מיאמי ביטש, צאמנעמען געלט צו שרייבן ספר תורה לע"נ ר' יוסף ראקסין הי"ד.

ר' יושע וועבער פון מאנטריאל
איבער די הכנות אין זיין געשעפט לכבוד פורים.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
שרייב תגובה

צוריק צו “קול מבשר”