מאמענט מאגאזין

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

צו געזונט האט געשריבן:איך זעה נאר ר' מאיר אליעזר אלס א באצאלטער אנאנס...

;l;p- ;l;p- ;l;p-
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
בן פדהצור
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן פדהצור »

איינער ווייסט ווען דער מאמענט גייט זיין צו באקומען?
ס׳דא ווער ס׳וואונדערט זיך וויאזוי מען זאגט WOW אויף אידיש, איך וואונדער מיך וויאזוי מען זאגט: פפפששיהאאא.... אויף ענגליש.
צו לייזן דעם פראגע און אפגעבן אייער ענטפער, שיקט אן אימעיל צו [email protected], דאנקע שיין,

אייער פריינט גמליאל׳ן
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

איגערקע האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
שלשה אחים האט געשריבן:אריינבליק אין אינהאלט פון מאמענט מעגא פסח נומער

4 ביכלעך


קדוש במלוכה - אן ערשטמאליגן גרינטליכן אריינבליק אין דעם געהויבענעם דמות פון כ"ק מרן אדמו"ר מסקולען שליט"א \ הרב שמעון שלמה זילבער

סקולענער אורות - באקענט זיך מיט די געהויבענע אחים האדמורי"ם לבית סקולען מוויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, לעיקוואד \ הרב אליהו יואל גליק

פסח אין אידישע שטיבער - פראיעקט: 10 אידן פון 10 אנדערע קהלות דערציילן זייערע אייגנארטיגע פסח מנהגים און חומרות, און שילדערן וויאזוי זיי פראווען א סדר-נאכט
הרה"ג ר' אברהם יהושע העשיל שליט"א מקאפישניץ, בארא פארק - קאפיטשניץ \ ר' יהושע העכט, קראון הייטס - ליובאוויטש \ ר' אברהם האלפערן, מאנטריאל - וויזשניץ \ ר' יואליש קרויס, ירושלים - ירושלימ'ער חסידיש \ ר' בערל איגל, בארא פארק - בעלזא \ ר' אברהם ר., וויליאמסבורג - קלויזנבורג \ ר' שמחה פרידמאן - לעיקוואד - ליטוויש \ ר' יואל אונגאר, שיכון סקווירא - סקווירא \ ר' זלמן גאלדשטיין, וויליאמסבורג (ראזענפעלד'ס גראסערי) - סאטמאר \ הרב עוזיאל אדמוני (ראטה), רב דקהל בני יוסף ומו"ץ בבי"ד תורה ומשפט, פלעטבוש - ספרדיש

דער ניין-פאכיגער יחץ אין וויזשניץ - די וויזשניצער ירושה חלוקה אנטהאלט הונדערטער היסטארישע חפיצים אין ווערד פון מיליאנען דאלארן. וויאזוי זענען צוגעגאנגען די פארהאנדלונגען צווישן די אחים האדמורי"ם און ווער האט למעשה באקומען וועלכן פעקל? ליינט אין דעם אינטערעסאנטן באריכט

מיין באזוך אין לינדען - און דער רעוואלוציאנערישער הייזער-פארקויף סיסטעם \ יואל אדלער

'הארץ' אין כאר - ערשטמאליגער אינטערוויו מיט'ן קאפעליע מייסטער ר' אבא בערקאוויטש פון "לב-וואויסעס", וועלכער האט איבערגעפרישט דעם באדייט פון קלאסישע חסידישע נגינה \ הרב אליעזר ראזען

יציאת ברוקלין - פראיעקט: די אויסוואנדערונג פון חרדישן אידנטום פונעם ברוקלינעם ישיבת כרכים קשה
וויליאמסבורג: יואל גרובער /// דזשערזי סיטי: משה בעריש ווייסמאן /// בלומינגבורג: זלמן שפירא /// גלילות קרית יואל: מתתיהו דייטש /// מאנסי אומגעגנט: מתתיהו דייטש /// סטעטן איילענד: הרב שמעון שלמה זילבער /// לינדען: אליהו יואל גליק /// לעיקוואד: משה לאנדא

יחץ אָן לחץ - שמחה און חינוך ביים סדר נאכט \ הרב אליהו יואל גליק

א ישיבה ווי א היים - אויסשליסליכע אינטערוויוען מיט די רביים פון "ישיבת היכל התלמוד" וואס רעוואלוציאנירט דער עולם הישיבות \ חנוך גרינבערגער

מאמענטאל: מיזעלס און מידיע-העצע - ר' יאסי געשטעטנער /// א שיסעריי דריל אין קוויבעק - אהרן יהודה ווייזער /// אבזערוואציעס ביים כינוס אין ארטער עש - יודל הירש /// א רבי'שע חתונה ביים ראש הכולל ערב שבת - מנחם גאלד


<<ביכל ב'>>

צא ולמד - שיחת החג מיט'ן עילוי'שן גדול הגאון האדיר רבי יחיאל מיכל זילבער שליט"א, באקאנט אלס דער גרעסטער מגיד-שיעור אין דער וועלט \ הרב שמעון שלמה זילבער

הכוכב מלאָנדאָן - ענדלאזער קוואל פון אינטערעסאנטע געשיכטעס און זכרונות פון צדיקים אין אויסשליסליכן אינטערוויו מיט'ן וועלט-בארימטן בדחן און פה מפיק מרגליות הרב החסיד רבי ישראל שטערן \ הרב אליעזר ראזען
יוגנט בצל רבי יאנקעלע און רבי יהודה'לע - אלס סאטמארער תלמיד אין סענז סטריט - אלס בדחן אין בעלזא אויפ'ן טיש - שימוש ביי אמאליגע בדחנים - א שטערן וואס רייזט איבער דער גאנצער וועלט

פון אוזבעקיסטאן צו בארא פארק:
שטימע-מייסטער ר׳ אברהם יוסף איזראעל שילדערט זיין מסירת נפש'דיגע לעבנס-געשיכטע און ווי ער נוצט זיין טאלאנט צו שארפן די שטימעס פון די גרעסטע זינגערס \ אהרן יוסף שפילמאן

איש מפורסם היה - פראיעקט: די באהאלטענע זייטן פון דאס לעבן פון אן עושר, א פאפולערן מענטש און א בנש"ק וואס איר האט קיינמאל ביז היינט נישט געהערט

כל דכפין - ווען דער וואגשאל האט געוויזן "אזא" נומער און קיין שום דיעטע האט עס נישט באוויזן אראפצוברענגען, האב איך געוואוסט אז די איינציגסטע ברירה איז א "סליוו" אפעראציע. אט איז א דעטאלירטע שילדערונג וויאזוי איך האב דורכגעמאכט דעם פראצעדור און וויאזוי עס שפירט צו אראפגיין 7 סייזעס - דערווייל...

ויהי ממחרת הכינוס - הרה״ח ר׳ יצחק אייזיק דאסקאל הי״ו, מגדולי עסקני חצר הקודש סאטמאר, ענטפערט אלע שאלות איבער דעם מעמד אדיר \ מנחם גאלד

יציאת אינדיע -
מעשה שהיה: די דראמאטישע געשיכטע פון רונן דבש וועלכער איז אנטלאפן פון דער מערסטע באוואכטער תפיסה אין אינדיע \ ב. האניג

בליץ רעוואלוציע - ביזנעס גערעדט מיט ענערגישן און מאטיווירטן ר' דובי וואלטער פון 'בליץ', וויאזוי סוקסעספולע ביזנעסער בענעפיטירן פון טעכנאלאגישע פארשריט \ חנוך גרינבערגער



גלילות קרית יואל: מתתיהו דייטש /// מאנסי אומגעגנט: מתתיהו דייטש ????????


דאס איז די נאמען פונעם שרייבער פון ביידע ארטיקעלן. נישט אז ער וואוינט סיי אין ק"י און סיי אין מאנסי..

אהא, פארשטאנטי!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בן פדהצור האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:איך זעה נאר ר' מאיר אליעזר אלס א באצאלטער אנאנס...


ווער איז ר׳ מאיר אליעזר?

א איד אן עובד ה' א יר"ש מרבים וואס איז שטענדיג מעורר אויף מצות קר"ש בזמנה בתמימות בדחילו ורחימו. [ששש. די מנהל שלאפט נאך?]
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

בן פדהצור האט געשריבן:איינער ווייסט ווען דער מאמענט גייט זיין צו באקומען?
נודניק
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודניק »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
בן פדהצור האט געשריבן:איינער ווייסט ווען דער מאמענט גייט זיין צו באקומען?
אדיר איום
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 16, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדיר איום »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
איגערקע האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
שלשה אחים האט געשריבן:אריינבליק אין אינהאלט פון מאמענט מעגא פסח נומער



[b]יציאת ברוקלין
- פראיעקט: די אויסוואנדערונג פון חרדישן אידנטום פונעם ברוקלינעם ישיבת כרכים קשה
וויליאמסבורג: יואל גרובער /// דזשערזי סיטי: משה בעריש ווייסמאן /// בלומינגבורג: זלמן שפירא /// גלילות קרית יואל: מתתיהו דייטש /// מאנסי אומגעגנט: מתתיהו דייטש /// סטעטן איילענד: הרב שמעון שלמה זילבער /// לינדען: אליהו יואל גליק /// לעיקוואד: משה לאנדא


גלילות קרית יואל: מתתיהו דייטש /// מאנסי אומגעגנט: מתתיהו דייטש ????????


דאס איז די נאמען פונעם שרייבער פון ביידע ארטיקעלן. נישט אז ער וואוינט סיי אין ק"י און סיי אין מאנסי..

אהא, פארשטאנטי!

עס איז דא צוויי מתתי׳ דייטש איינס אין בלומינגראוו און איינס אין מאנסי
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

ווי קען מען באקומען די מאמענט אין ק'' י? די געז סטעישן האט עס שוין נישט
חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער קאך »

נישט אזוי אינטערסאנט געווען די יו"ט
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

חסידישער קאך האט געשריבן:נישט אזוי אינטערסאנט געווען די יו"ט

גראדע די ירושה חלוקה פון וויזניץ איז געווען אינטרעסאנט צו ליינען
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
צעגראדזשעט
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 26, 2019 11:02 am
לאקאציע: אין מיין שוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעגראדזשעט »

חסידישער קאך האט געשריבן:נישט אזוי אינטערסאנט געווען די יו"ט

גם אני בחלומי... איך האב מיר גערעכנט אויף עפעס בעסערס...
אוועטאר
בן פדהצור
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן פדהצור »

איך האב היינט נאכמיטאג געקויפט דעם מאמענט. איך בין געווען שטארק אינטערעסירט צו ליינען איבער לינדען. פשוט ווייל איך טראכט דערפון אלס אן אפציע. אינעם ארטיקל פון אליהו יואל גליק האב איך כמעט גארנישט געטראפן, אבער אינעם ארטיקל פון יואל אדלער ׳א טאג אין לינדען׳ (האלט, איידער איך גיי אביסל קריטיקירן וויל איך דיר זאגן ר׳ יואל האסט געמאכט א סאליד דזשאב! רייך און אינפארמאטיוו, כ׳האב נאכנישט געהערט פון דיר קיינמאל אבער קום אריין מער אפטער מיט ארטיקלן דו שרייבסט אויסערגעווענליך!) בין איך געוואויר געווארן אז מען קאנטראלירט די סיסטעם ס׳איז אמת? וואסע פשט? איך קען נישט סתם קומען קויפן דארט?

בד״וו איך האלט גראדע אז סאיז נישט שלעכט דער מאמענט. ר׳ מיכל זילבער ארטיקל איז פיין. די וויזניצע ארטיקל איז פיין. סקולען איז גוט. איך בין נאכנישט אנגעקומען צו עפעס אנדערש חוץ פון דעם.
ס׳דא ווער ס׳וואונדערט זיך וויאזוי מען זאגט WOW אויף אידיש, איך וואונדער מיך וויאזוי מען זאגט: פפפששיהאאא.... אויף ענגליש.
צו לייזן דעם פראגע און אפגעבן אייער ענטפער, שיקט אן אימעיל צו [email protected], דאנקע שיין,

אייער פריינט גמליאל׳ן
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

חסידישער קאך האט געשריבן:נישט אזוי אינטערסאנט געווען די יו"ט



גאמ
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

בן פדהצור האט געשריבן:איך האב היינט נאכמיטאג געקויפט דעם מאמענט. איך בין געווען שטארק אינטערעסירט צו ליינען איבער לינדען. פשוט ווייל איך טראכט דערפון אלס אן אפציע. אינעם ארטיקל פון אליהו יואל גליק האב איך כמעט גארנישט געטראפן, אבער אינעם ארטיקל פון יואל אדלער ׳א טאג אין לינדען׳ (האלט, איידער איך גיי אביסל קריטיקירן וויל איך דיר זאגן ר׳ יואל האסט געמאכט א סאליד דזשאב! רייך און אינפארמאטיוו, כ׳האב נאכנישט געהערט פון דיר קיינמאל אבער קום אריין מער אפטער מיט ארטיקלן דו שרייבסט אויסערגעווענליך!) בין איך געוואויר געווארן אז מען קאנטראלירט די סיסטעם ס׳איז אמת? וואסע פשט? איך קען נישט סתם קומען קויפן דארט?

בד״וו איך האלט גראדע אז סאיז נישט שלעכט דער מאמענט. ר׳ מיכל זילבער ארטיקל איז פיין. די וויזניצע ארטיקל איז פיין. סקולען איז גוט. איך בין נאכנישט אנגעקומען צו עפעס אנדערש חוץ פון דעם.

מען קאנטרעלירט נישט די סיסטעם מען קאנטערעלירט די פרייזן אז עס זאל בלייבן נידריג
אין נישט אז מען קען נישט קויפן א הויז אן זיי עס איז א שטאט ווי אלע שטעט אין עס איז א פרי מארקעט אין נישט מעגליך צו קאנטרעלערן נאר אויב ווילסטי ניצן די סערוויסעס וואס די נחשונים שטעלן ווי די טראנספעטעשען וכו׳ איז נאר טאמער ביזט געגאנגען דורך זיי
אין גיין דורך סיי איס אויך נאר א טובה פארן לוקח
זייער אפיס מאכט זעכער אז צוויי אידן בידען נישט אויף איין הויז אזוי עס זאל נישט שפרינגען די פרייזן אין אז די מוכר האט נאר איין איד קען מען אים אראפ דריקן צו פארקויפן נאר פאר די אמתע ווערט וויפל א גוי וואלט געצאלט וואס איז א ביליגע פרייז
זיי זענען הונדרעט אין פיפציג פראצענט גערעכט זיי שאפן געלט אין שוויצן צו צושטעלן דעי סערוויסעס זיי האבן רעכט צו פארלאנגען אז אויב מען ניצן זייער סערוויס מען זאל נישט סתם אליינס בידן אין די פרייזן זאלן שפרינגען אין זייער הארוואניע זאל זיין לריק
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

איך קויף קיינמאל נישט קיין מאמענט.

דעם יום טוב יא געקויפט, הנאה געהאט פון דעם ר' מיכל זילבער ארטיקל
אוועטאר
י. ירושלמי
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:20 pm
לאקאציע: אין ירושלים ד'אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך י. ירושלמי »

fiena nieas האט געשריבן:
חסידישער קאך האט געשריבן:נישט אזוי אינטערסאנט געווען די יו"ט



גאמ


זייער נישט אינטערסאנט געווען.
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

י. ירושלמי האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
חסידישער קאך האט געשריבן:נישט אזוי אינטערסאנט געווען די יו"ט



גאמ


זייער נישט אינטערסאנט געווען.

האלאו האלאו, ווי קענסטו זאגן אז עס איז נישט אינטערעסאנט? סיז דעך נישט מעגליך זאלסט עס שוין האבן א דורך און א דורך געליינט, אפשר מישטו אויס מיט עפעס א אנדערע אויסגאבע. איך האלט זיך נאך אינמיטן באלעקן מיט די סקולענע שבת, די אינטערעסאנטע ירושה פון וויזניץ. אפשר ליין איך שטייט?
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

ליסטען ס'האט נישט געהאט קיין איין זעצעדיגע שמאלציגע ארטיקל סקולענ'ע שבת איז איין מאל געווען געניג וכו' גארנישט עפעס מעידשאר . קיקט אויס ס'שוין נישט דא קיין נושאים מער וואס קען מען טון
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

איך האב זייער הנאה געהאט פונעם ארטיקל 'יחץ אָן לחץ'
איך קויף די מאמענט נאר יום טוב. איז דאס א וועכענטליכע שרייבער?
אה אויך די ארטיקל מיט די בנש''ק און נגיד
חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער קאך »

דארפסט פארשטיין קעגען אזויפיל אויסגאבעס ווערט ער בטל
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

fiena nieas האט געשריבן:ליסטען ס'האט נישט געהאט קיין איין זעצעדיגע שמאלציגע ארטיקל סקולענ'ע שבת איז איין מאל געווען געניג וכו' גארנישט עפעס מעידשאר . קיקט אויס ס'שוין נישט דא קיין נושאים מער וואס קען מען טון

איך פארשטיי נישט וויאזוי מ'קען בכלל מאכן א כלל אויף 'אינטערסאנט', דו ווייסט וואס ביי מיר איז אינטערסאנט?

אינטערעסע בויעט זיך אויף אינעם מענטש לויט וויפיל ידיעה ער פארמאגט אין און ארום א ספעציפישע נושא, קיינער איז נישט אייניג.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

נעכטן אויסגעקומען צו ליינען דעם איש מפורסם היה פראיעקט, געוואלדיגע ארבעט!
איך האב מורא'דיג רחמנות באקומען אויף די בנש''ק, ממש באקומען אן אנדערן בליק אויף דעם עסקן, אז ער איז אויך א מענטש מיט בלוט און פלייש מיט מענטשליכע געפילן...
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
חנוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנוך »

Iphone האט געשריבן:איך האב זייער הנאה געהאט פונעם ארטיקל 'יחץ אָן לחץ'
איך קויף די מאמענט נאר יום טוב. איז דאס א וועכענטליכע שרייבער?
אה אויך די ארטיקל מיט די בנש''ק און נגיד


יעצט באמערקט אז דער יחץ שרייבר איז דער זעלבע פון צפת אין דער בליק.

די בנשק ארטיקל איז געווען געוואלדיג אויך שטארק הנאה געהאט פון ר' מיכל זילבער ארטיקל.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

גראדע ר' מיכל זילבער ארטיקעל האט מיר נישט עקסטער באיינדרוקט (חוץ צום סוף ווי ער בלייבט אויף צו קענען עסן מיט די בני בית...)
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

חושב מחשבות... האט געשריבן:גראדע ר' מיכל זילבער ארטיקעל האט מיר נישט עקסטער באיינדרוקט (חוץ צום סוף ווי ער בלייבט אויף צו קענען עסן מיט די בני בית...)


געטראכט די זעלבע די אריינפיר צום ארטיקעל איז היפש איבערגעטריבן און די נקודות אינעם אינטערוויו איז נישט קיין חידושים
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”