און שוין! האט געשריבן:אקארשט געליינט דעם ארטיקל ווי מען באשרייבט די צוויי זינגערס, איך מיין אז עס איז א חרפה און א זושא, אוי טשולדיגס א חרפה און בושה צו באשרייבן מיט אזא זאפט צוויי מאדערענע נשמות וואס האלטן אז זיי באקומען סטרעיט מעסעדזשעס פון הימל, איך רעד נישט אויף זייער עצם, נאר די ניגונים וואס זיי זינגען זענען ווייט פון היימיש וכן די פראפארמענס און בילדער זייערע, ע''כ האלט איך (וואן מענס אפיניאן...) אז עס האט קיין מקום אין א היימישע אויסגאבע.
נאכאמאל #וואןמענסאפיניאן
די מאמענט בעצם איז זייער א 2021 היינטיגע צייטונג, סעלעברעטיס און מענטשן מיט טאלאנטן פארמאגן גאר א גרויס פלאץ און א שטארקע חשיבות אין זייער חומר, זייערע ארטיקלען זענען אנגעפאקט מיט בילדער פון די שרייבער (ווען מ'לייגט א בילד למשל פון עפעס א היסטארישע שטיין אין פאריז, בין איך נישט אינטערעסירט צו זעהן די שרייבער שמייכלען צום קעמערע, איך וויל זעהן די שטיין, אבער דאס איז היינט די סטייל) און נאך אפאר אזוינע ענליכע נקודות.
איך שרייב דאס נישט אין א נעגאטיווע וועג, פארקערט, ער איז אין ביזנעס, און ער איז דא צו מאכן געלט, און ווארשיינליך האלט ער אז מיטן נאכקומען די היינטיגע סטייל וועט ער מער מצליח זיין.
אבער איך פערזענליך, גלייך נישט די סארט סטייל, ס'רעדט נישט צו מיך בכלל, ממילא פראביר איך יעדע שטיק צייט - אריינגערעכנט יעדן יו'ט - צו קויפן און זעהן אויב עפעס האט זיך פערצופאל געטוישט, אבער דערווייל קוקט נישט אויס אזוי.