דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך זוך נישט דווקא "דזשורנאליסטישע ווערד", אז ס'איז א אינטרעסאנטע ארטיקל גייט מיך גאנץ ווייניג אן וואס עס שפילט זיך אפ אינטער די קוליסן.
אויב איז עס א באצאלטער ארטיקל איז עס גארנישט ווערד צוליב פארשידענע סיבות.
קודם כל, וויבאלד עס איז באצאלט וועט עס נישט ווערן געהעריג בעאבאכט און באריכטעט אזויווי עס פאדערט זיך פון א דזשורנאליסטישער מאגאזין, נאר עס וועט ענדערש ארומגיין ארום די פונקטן וואס דער וואס לאזט זיך אינטערוויו'ען וויל ארויסברענגען. דזשורנאליזם איז פשט אז מען טוט אדורך א זאך, דעריבער קען מען אויך קריטיקירן אויב עס פעלט זיך אויס, און מען קען אויך אויסלויבן זאכן וואס זענען עס ווערד. איינמאל עס איז באצאלט איז עס שוין נישט אינטערסאנט.
טאמער לדוגמא, וואלט איינער געוואלט באשרייבן דזשי ענד דזשי, וואלט מען געקענט האבן א שיינעם ארטיקל איבער די קוואליטעט פון די רעקלעך, די מענטשן וועלכע פיטן, און אזוי אויך וועט מען אויך קענען ליינען איבער קריטיק. אויב אבער וועט דזשי ענד דזשי אריבעררופן א שרייבער צו באשרייבן זייער געשעפט, וועט ער דאך אוודאי נאר שרייבן אז עס איז דאס בעסטע און די שענסטע, וואס דאס נעמט אוועק די אויפריכטיגקייט פון דעם ארטיקל, און אויך פארלירט עס דעם דזשורנאליסטישער ווערד.
איך ווייס אבער נישט אויב אין די היימישע געמיינדע קען ריכטיגע דזשורנאליזם ארבעטן, ווייל אויב וועט מען שרייבן נעגאטיוו גרעניצט זיך עס מיט צופיל הלכה'דיגע פראבלעמען און קיינער וויל זיך נישט אריינלייגן אין פעקל און אשרינו מה טוב חלקינו פארדעם...