בלאט 53 פון 68

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 9:04 pm
דורך אסדר לסעודתא
מיסטעריעז האט געשריבן:האסט געשריבן אז ער טוט וואס ער "דארף"...

וואס ער דארף פאר זיינע נערווען....

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 11:24 pm
דורך שטאלצער יוד
איך האב אמאל געשריבן דא אזא סברא
שטאלצער יוד האט געשריבן:אבער מאדיך גיסא, זעהט דאך אויך די באסס אז עס מאכן זיך טעותים איבעראל...אויך ביים קאמפיטישין...

אבער אויב שאט עס איינער די פרנסה אדער בזיונות, האט די אשכול טאקע נישט קיין פשט.

און אין דעם געלעגנהייט וויל איך דא איבערבעטן די שרייבער וואס איך האב דא קריקיטיערט זייערע ווערק.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 24, 2018 4:57 am
דורך זענדל
חודש אלול איז ב"ה משפיע א רוח תשובה

כדאי צו דערגיין דעם נושא צו ס'האט טאקע איינמאל איינעם געטשעפעט מיט עפעס

Re: טעותים אין אונזערע צייטונגען

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 1:29 pm
דורך לעמאן סאדע
@ בלא בלא בלא שיין פארן באשיינען די מעמד

Screenshot 2020-11-08 132502.png
Screenshot 2020-11-08 132502.png (531.8 KiB) געזען 2638 מאל

---------------------------------------------------------------
פרוטה פרוטה מצטרפות מיט אפי 15 נדבנים קען מען דערגרייכן דעם ציל

Re: טעותים אין אונזערע צייטונגען

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 1:51 pm
דורך איינס
שוין באריכטעט אין א אנדער אשכול..

זאג נאר ווי אזוי האסטו אויפגעבראכן דעם דאזיגן פארשפארטן אשכול?...

Re: טעותים אין אונזערע צייטונגען

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 3:21 pm
דורך לעמאן סאדע
איינס האט געשריבן:שוין באריכטעט אין א אנדער אשכול..

זאג נאר ווי אזוי האסטו אויפגעבראכן דעם דאזיגן פארשפארטן אשכול?...

נישט באמערקט....


זייט BIDEN2020 איז זאכן בעסער

Re: טעותים אין אונזערע צייטונגען

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 3:19 pm
דורך דוד משה
1111201126_0001.jpg
1111201126_0001.jpg (35.62 KiB) געזען 2351 מאל

Re: טעותים אין אונזערע צייטונגען

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 3:52 pm
דורך מיט א פרישקייט
ער וויל האבן א זאל אויף זיין נאמען, וואס איז די פראבלעם?

Re: טעותים אין אונזערע צייטונגען

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 4:18 pm
דורך לפנות בוקר
קען זיין אז מ'האט געוואלט שרייבן ר' בלעם שליט"א און דער דריקער האט געמאכט א טעות...

Re: טעותים אין אונזערע צייטונגען

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 04, 2020 9:48 am
דורך farshlufen
אין דער בלאט די וואך איז בטעות אריין א בילד פון נשים ביי א חתונה, איינער זאל עס מדווח זיין.

Re: טעותים אין אונזערע צייטונגען

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 04, 2020 9:56 am
דורך דריידל
farshlufen האט געשריבן:אין דער בלאט די וואך איז בטעות אריין א בילד פון נשים ביי א חתונה, איינער זאל עס מדווח זיין.

אקעי, איך גיי שוין קויפן די בלאט......
כ'מיין וואססי פשט פון עס מעלדן דא? אז די ברענגסט א טעות וואס קאסט א שמייכל, מילא. אבער סתם באריכטן אז ס'געשען א טעות?

Re: טעותים אין אונזערע צייטונגען

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 04, 2020 10:05 am
דורך דניאל אויערבאך
אין קול הציבור

Re: טעותים אין אונזערע צייטונגען

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 04, 2020 10:16 am
דורך אסדר לסעודתא
איך פארשטיי נישט פארוואס מ'האט צוריק געעפנט דעם אשכול, קוקט אויס אז די הנהלה פארשטייט אנדערש...

שבתי בוים האט געשריבן:קאנסטראקטיוו קריטיק איז א וויכטיגע זאך.
בנוגע טעותים, דעם אשכול גלייך איך נישט (איי איך קריטיק דעם בעל הקנקן? איך מיין זיין טובה...) ווייל נישט יעדעס מאל וואס א שרייבער ווערט נכשל מיט א טייפא דארף מען עס סעלעברעיטן און ס'גרעניצט זיך מיט מתכבד בקלון חבירו\.
אין דעם פאל (בפרט וואס הרב יונגרייז איז פון די ריינסטע שרייבערס פארהאן) איז עס שוין געווען מיט א שמוץ אריבער, האב איך מגיב געווען, ואתכם הסליחה.


דעפרעסט האט געשריבן:אן אשכול מלא רשעות דאס. יענער האט געמאכט א טעות? לאמיר עס צעשמירן פובליק. זאל יענער כאפן פון זיין בעל הבית און ווערן פארשעמט!


יעקב צוקערמאן האט געשריבן:גם אני מצטרף. שפירנדיג אמאל אויף די אייגענע הויט צו כאפן פאר אזעלכע זאכן.

אגב ר' מילער, דאס מאל בין איך מחולק מיט דיר, דו ווייסט נישט וויאזוי עס קוקט אויס פונעם אנדערן זייט. צו לייגן דיינע קאמענטארן אין קאנטעקסט, די אקטיוויסט אינוועסטארס, די רשעים ווי קארל אייקען וכדומה, טענה'ן אויך אז זיי מיינען בעסער צו מאכן ביזנעסער. עס פעלט אפילו נישט אויס קיין ביאורים.


עס עפעס האט געשריבן:איך מוז עגריען אז ס'איז מלא רשעות. מ'האט קאנסטרוקטיווע קריטיק, קען מען אריינשיקן צו די רעדאקציע אדער זיך ווענדן צום שרייבער וואס האט געמאכט דעם טעות.

דאס אז ס'ווערט אפיציעל צעשמירט אין א פובליק פארום, ברענגט צומאל סתם אז די בעלי בתים זאלן ווערן צעשרויפט און שרייען, נישט עס אננעמען אלס קאנסטרוקטיווע קריטיק.


להודיע האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:קאנסטרוקטיווע קריטיק און מעורר זיין אויף טעותים איז נישט קיין רשעות, א געזונטע אויסגאבע נעמט עס אן און לערנט זיך דערפון אויף ווייטער, א שוואכע רעדאקציע פארטיידיגט זיך אז עס איז 'מלא רשעות' און אומפארגינערישקייט, און ער גייט ווייטער אן מיט זיין נידריגע סטאנדארט.

#אלטע טענות


יעדע רעדאקציע האט אן אימעיל נומבער, וואו מען קען אריינשיקן אייערע גוטהארציגע "קאנסטרוקטיווע" קריטיק. זיך צו שטעלן אויף אזעלכע דקות'דיגע טעותים ווי הבאי וכד' און דאס אויסשמירן פאר טויזנטער מענטשן איז לויטער רשעות און ביטערע שלעכטיגקייט. אין ערגסטן פאל שטעלן יענעם איד'ס פרנסה אין געפאר און אין בעסטן פאל אים רויט מאכן פאר בושה.


בענאק האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:
בענאק האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:איינער האט שוין אמאל פארפירט אין די פארגאנגענהייט אז מען דארף עס פארשפארן. די שרייבער קענען ליידן ווען די באס ליינט דעם אשכול....

שרייב בעסער: די שרייבער קענען ליידן ווען די באס ליינט דעם אשכול....

דו ווייסט אזוי?? דעמאלטס היתכן די אשכול איז נאך אפן??

איך... בין א ארבעטער אין א צייטונג, און איך האב שוין געכאפט א פסק

Re: טעותים אין אונזערע צייטונגען

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 04, 2020 10:53 am
דורך האלצשטיין
איך האט געטראכט די זעלבע, ספעציעל ווען די דעילי איד מאכט א טעות שרייבן עס מענטשן דא כדי איינער זאל עס מודיע זיין פאר די רעדאקציע

געב א דרוק דעם ריפליי און שרייב זיי אז זיי האבן געמאכט א טעות..

Re: טעותים אין אונזערע צייטונגען

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 04, 2020 10:59 am
דורך בוחר בשירי זמרה
קומט מיר צו שמייכלען, ווען אין דעם אשכול גופא זענען פאראן ימים מיט טעותים

Re:

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 04, 2020 11:02 am
דורך בוחר בשירי זמרה
farshlufen האט געשריבן:שווער צו פארשטיין די וואס קריטיקירן די קריטיקירער, מיילע די קריטיקירער וואס קריטיקירן, דאס איז דאך דער קריטיקירענדע שיטה, אבער די היצטיגע קריטיקירער זענען דאך אנטי קריטיקירער, איז אויף וואס ארויף קריטיקירען זיי די קריטיקירער, אלא מאי האלטסטו יא פון קריטיקירן דאן וואס קריטיקירסטו די קריטיקירער?


אולי קריטיקירן זיי אלס קאנקורענטן (כ'מיין, אין די ביזנעס פון קריטיקירן)

Re: טעותים אין אונזערע צייטונגען

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 04, 2020 11:36 am
דורך אהרן הלוי
דריידל האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אין דער בלאט די וואך איז בטעות אריין א בילד פון נשים ביי א חתונה, איינער זאל עס מדווח זיין.

אקעי, איך גיי שוין קויפן די בלאט......
כ'מיין וואססי פשט פון עס מעלדן דא? אז די ברענגסט א טעות וואס קאסט א שמייכל, מילא. אבער סתם באריכטן אז ס'געשען א טעות?

ס'אלץ בעסער זיך "זעלבסט" צו קריטיקירן :lol:

Re: טעותים אין אונזערע צייטונגען

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 04, 2020 12:53 pm
דורך אסדר לסעודתא
איז שוין דא אן אשכול פון די ערגסטע בעקערייען?
ליסטע פון געשעפטן מיט שוואכע קאסטומער סערוויס?
פארמעסיס וואס דעליווערן שפעט?
בתי מדרשים וואו מ'רעדט ביים דאווענען?
דאקטוירים וואס טויגן נישט?
טייערסטע שיך סטארס?

אז איינער וויל אמאל שרייבן קריטיק, פיין. שרייב. אבער פארוואס זאל זיין אן אשכול מיוסד אויף דורכפעלער פון היימישע אידן וואס מאכן קוים אפאר גראשן צום לעבן פון שרייב ארבעט? לא זכיתי להבין.

Re: טעותים אין אונזערע צייטונגען

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2020 7:16 pm
דורך אוראייניקל
דניאל אויערבאך האט געשריבן:אין קול הציבור

דערמאנט מיר פונעם אבע"ז אויפ'ן פסוק ועיני לאה רכות עי"ש.

Re: טעותים אין אונזערע צייטונגען

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2020 7:28 pm
דורך עס עפעס
היות ס'איז קיין סוד ווער איך בין, לאמיך אדרעסירן די זאך אין געציילטע ווערטער:

קיינער האט נישט א פראבלעם צו הערן קריטיק, און אפילו נישט קריטיק אין א פובליק פארום ווי אייוועלט.

דער פראבלעם הייבט זיך אן מיט צוויי פונקטן: 1) די מאטיוו אונטער די קריטיק, און 2) דער וועג וויאזוי מ'שרייבט די קריטיק.

אויב איז די קריטיק באזירט ווייל דו ביזט ברוגז אויף יענעמס מיינונג אין פאליטיק (וועלטליך אדער אידיש), דאן איז שוין די קריטיק גע'פּסל'ט, ווייל ס'ליגט אן אנדערע מאטיוו ווי בלויז אנצייגן אז יענער האט געמאכט טעות.

אויב איז די קריטיק געשריבן אויף א וועג צו דערנידערן דעם שרייבער ווי גלייך ער ווייסט נישט וואס טוט זיך אדער ענליכע טשעפערישע אויסדרוקן, איז די קריטיק שעדליך, נישט-אידיש און נישט-מענטשליך, און קען שעדיגן פרנסות.

א שרייבער, נאכדערצו עמיצער וואס פרובירט זיך נישט צו באהאלטן און אידענטיפיצירט קלאר וואס ער שרייבט און וואו ער שרייבט, דארף קענען נעמען קריטיק. אבער אלעס האט א מהלך און אלעס האט א שיעור.

שרייבן צו די רעדאקציע אדער צום שרייבער אין אימעיל אויב מ'האט א הערה, איז דאס בעסטע, אויב מיינט מען באמת אויפמערזאם צו מאכן קאנסטרוקטיוו.

א גוטע וואך.

Re: טעותים אין אונזערע צייטונגען

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 06, 2020 11:15 am
דורך שמואל בארג
שיין צו הערן אייער צד, וכן אני נוהג מ'שיקט א פריוואטע אימעיל צום שרייבער אדער רעדאקציע.

Re: טעותים אין אונזערע צייטונגען

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 06, 2020 11:27 am
דורך דניאל אויערבאך
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איז שוין דא אן אשכול פון די ערגסטע בעקערייען?
ליסטע פון געשעפטן מיט שוואכע קאסטומער סערוויס?
פארמעסיס וואס דעליווערן שפעט?
בתי מדרשים וואו מ'רעדט ביים דאווענען?
דאקטוירים וואס טויגן נישט?
טייערסטע שיך סטארס?

אז איינער וויל אמאל שרייבן קריטיק, פיין. שרייב. אבער פארוואס זאל זיין אן אשכול מיוסד אויף דורכפעלער פון היימישע אידן וואס מאכן קוים אפאר גראשן צום לעבן פון שרייב ארבעט? לא זכיתי להבין.

אויב איך שרייב אמאל אין די אשכול , איז עס קיינמאל נישט צו קריטיקירן.
עס איז נאר אויב איך האב א שמייכל פון א גוטס, וויל איך עס שערן מיט די חבירים דא...
גיטס א שמייכל און גייטס ווייטער.
אויב א רעדאקטאר זאגט אפ (אדער גיט א פסק) א שרייבער צוליב א מינדערוויטכטיגע הומאריסטישע טעות, איז ער א פאלנער מש****ער.
אדרבה, אפילו נעגאטיווע אויפמערקזאמקייט איז צומאל גוט, כידוע פון אלע מארקעטערס.

Re: טעותים אין אונזערע צייטונגען

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 06, 2020 12:22 pm
דורך גרשון
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איז שוין דא אן אשכול פון די ערגסטע בעקערייען?
ליסטע פון געשעפטן מיט שוואכע קאסטומער סערוויס?
פארמעסיס וואס דעליווערן שפעט?
בתי מדרשים וואו מ'רעדט ביים דאווענען?
דאקטוירים וואס טויגן נישט?
טייערסטע שיך סטארס?

אז איינער וויל אמאל שרייבן קריטיק, פיין. שרייב. אבער פארוואס זאל זיין אן אשכול מיוסד אויף דורכפעלער פון היימישע אידן וואס מאכן קוים אפאר גראשן צום לעבן פון שרייב ארבעט? לא זכיתי להבין.

אויב איך שרייב אמאל אין די אשכול , איז עס קיינמאל נישט צו קריטיקירן.
עס איז נאר אויב איך האב א שמייכל פון א גוטס, וויל איך עס שערן מיט די חבירים דא...
גיטס א שמייכל און גייטס ווייטער.
אויב א רעדאקטאר זאגט אפ (אדער גיט א פסק) א שרייבער צוליב א מינדערוויטכטיגע הומאריסטישע טעות, איז ער א פאלנער מש****ער.
אדרבה, אפילו נעגאטיווע אויפמערקזאמקייט איז צומאל גוט, כידוע פון אלע מארקעטערס.

איך קען פארשטיין ביידע זייטן דא (כאטש לכאורה על פי הלכה איז עס געהעריג לשון הרע), אבער דאס איז זיכער נישט אמת. טעותים אין זשורנאליזם/ארטיקלען זענען בכלל נישט הומאריסטיש ביי רוב מענטשן, זיכער נישט אינעם קרייז פון רעדאקטארן און שרייבערס. ס'מאכט נישט אויס צי דיין כוונה איז הומאר אדער קריטיק, דער שרייבער זעלבסט ווערט רויט אז ער האט געמאכט א טעות. ווען דו מאכסט א טעות אינמיטן זיך גארגלען ביים עמוד, וועט עס דיר וויי טון, אפילו טייל מתפללים וועלן שמייכלען פונעם מצב.

Re: טעותים אין אונזערע צייטונגען

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 06, 2020 12:44 pm
דורך חוח בין השושנים
ווי איך קוק עס אן, איז דער טבע ביי זייער אסאך מענטשן, אז זיי וועלן נישט נעמען די מי יענעם אויסצובעסערן זיין גרייז, סיידן אויב דער מעורר ״באקומט עפעס דערפאר״. מענטשן מאכן א חשבון: ער באקומט באצאלט פאר זיין שרייבן, איך באקום גארנישט, פארוואס זאל איך אוועקגעבן מיין הגהה, טאלאנט, צייט בלא בלא בלא, פאר יענעמס טובה? פארוואס זאל איך אים לערנען בחינם?

אאאה, און אויב משרייבט עס ארויס אויף א פובליק פלאטפארמע, שפירט מען שוין ווי גלייך מ׳האט עפעס פארדינט. מ׳באקומט א געוויסע מאס עטענשאן, מ׳האט הנאה פון די נאכפאלגנדע תגובות און פונעם ׳מצב׳ וואס ס׳ווערט ארום דעם. אזוי איז מען מוותר אויפן געלט און ס׳לוינט זיך שוין אוועקצוגעבן די טייערע טאלאנט און צייט יענעם אויפמערקזאם צו מאכן (לייען: שטעלן אין פלאץ).

למעשה קומט עס פון אומאויסגעארבעטע מדות, אינעם דירעקציע פון מתכבד בקלון חבירו. איך אליין ארבעט אויך זיך צו פארבעסערן דערין, און כ׳האב שוין ב״ה געמאכט פארשריט.

Re: טעותים אין אונזערע צייטונגען

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 06, 2020 7:18 pm
דורך גרשון
חוח, איך האב דיר עפעס צו זאגן, אבער איך האלט מיך איין.

איך מאך אויך פארשריט ב"ה.