חוח בין השושנים האט געשריבן:ווי איך קוק עס אן, איז דער טבע ביי זייער אסאך מענטשן, אז זיי וועלן נישט נעמען די מי יענעם אויסצובעסערן זיין גרייז, סיידן אויב דער מעורר ״באקומט עפעס דערפאר״. מענטשן מאכן א חשבון: ער באקומט באצאלט פאר זיין שרייבן, איך באקום גארנישט, פארוואס זאל איך אוועקגעבן מיין הגהה, טאלאנט, צייט בלא בלא בלא, פאר יענעמס טובה? פארוואס זאל איך אים לערנען בחינם?
אאאה, און אויב משרייבט עס ארויס אויף א פובליק פלאטפארמע, שפירט מען שוין ווי גלייך מ׳האט עפעס פארדינט. מ׳באקומט א געוויסע מאס עטענשאן, מ׳האט הנאה פון די נאכפאלגנדע תגובות און פונעם ׳מצב׳ וואס ס׳ווערט ארום דעם. אזוי איז מען מוותר אויפן געלט און ס׳לוינט זיך שוין אוועקצוגעבן די טייערע טאלאנט און צייט יענעם אויפמערקזאם צו מאכן (לייען: שטעלן אין פלאץ).
למעשה קומט עס פון אומאויסגעארבעטע מדות, אינעם דירעקציע פון מתכבד בקלון חבירו. איך אליין ארבעט אויך זיך צו פארבעסערן דערין, און כ׳האב שוין ב״ה געמאכט פארשריט.
"למעשה קומט עס פון אומאויסגעארבעטע מדות וכו"
דער אויספיר דיינער גייט צוזאמען מיט דיין אריינפיר און ס'איז א חלק פון וויאזוי "די" קוקסט עס אהן?
אדער ווערט עס שוין אזוי שמירנישטדירנישט א "פאקט"? .
אלענפאלס גיי ווייטער אהן מיטן ארבעטן אויף דיר, ווי ס'שיינט האסטו נאך א שטיקל מהלך צו גיין .
#אמין גערעדעכץ.