טעותים אין אונזערע צייטונגען

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5007
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג יולי 17, 2017 8:16 pm

ויתן לך האט געשריבן:פאליציי דערמארדעט פרוי וואס האט גערופן פאר הילף
א שוידערליכע אינדצידענט האט פאסירט אין מינעאפעליס, ווען א פרוי האט גערופן 911 צו באריכטן אז זי איז אטאקירט געווארן אונטער איר הויז, אבער אנשטאט איר ארויסהעלפן האט דער פאליציאנט איר דערשאסן צום טויט, די 40 יעריגע דשאסטין דיימאנד האט גערופן פאר הילף און ווען די פאליציי איז אנגעקומען האבן זיי געעפנט פייער אויף איר, די אינצידענט רופט ארויס אויפברויז און ווייטאג אין איר געמיינדע, ספעציעל ביי די וועלכע האלטן אז פאליציי איז צו לייכט אויפ׳ן צינגל און זיי שיסן צו שנעל פאר׳ן באאבאכטן די סצענע, דערווייל האט די פאליציי נאכנישט ערקלערט וואס פונקטליך עס האט פאסירט און עס ווערט געזוכט א ווידיא פון די סצענע צו קענען דערגיין די ריכטיגע ווערסיע איבער וואס האט געברענגט צו איר טויט. און אזוי אויך ווערט אויסגעפארשט פארוואס די פאליציי האבן נישט אנגעצינדן זייערע באדי קאמערעס אזוי ווי די ארטיגע געזעץ לויטעט. די געשיכטע האט אויך געמאכט א שטורעם אין אוסטראליע און די ארטיגע רעגירונג פארלאנגט ענטפערס פון די לאקאלע רעגירונג אין מינעאפעליס.
יידישע נייעס


ס'פעלט עטליכע הונדערט פינטלעך פון דעם באריכט, וואס מאכט עס אויסזען ווי איין לאנגע זאץ, און אזוי אויך ווערט נישט ארויסגעברענגט פארוואס די מעשה האט אנגעמאכט א שטורעם אין 'אויסטראליע' (נישט אוסטראליע), צו די פרוי איז אן אויסטראלישע בירגערין אדער וואס, ממילא איז אביסל שווער צו פארשטיין דעם באריכט, איינער וואס פארשטייט ווערט געבעטן עס אויסצוקלארן, אזוי אז דער עולם זאל כאפן וואס דא טוט זיך.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
ויתן לך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3045
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » מאנטאג יולי 17, 2017 8:23 pm

מ'קען רופן איינעם אין אויסטראליע פראעגן צו עס איז דא א שטורעם דארט
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:21 am

ס'איז דאך ווינטער יעצט דארט...
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » זונטאג יולי 23, 2017 8:21 pm

רבי אברהם לעבט ב״ה לאורך ימים טובים
צוגעלייגטע
IMG_1562.JPG
IMG_1562.JPG (297.8 KiB) געזעהן 3363 מאל

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: הארטע בענקל

תגובהדורך סיז מסודר » זונטאג יולי 23, 2017 9:37 pm

דעי ר' אברהם קויפמאן וועם דו קענסט האט נישט געוואוינט אלס קינד אין סאטמאר
פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווייל סאיז א פאקט...

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5007
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג יולי 23, 2017 9:48 pm

פון דער איד צוויי וואכן צוריק:

מרן האדמורי"ם?
צוגעלייגטע
0720171517.jpg
0720171517.jpg (284.46 KiB) געזעהן 3313 מאל
Get your facts first, then you can distort them as you please.

ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » זונטאג יולי 23, 2017 10:11 pm

סיז מסודר האט געשריבן:דעי ר' אברהם קויפמאן וועם דו קענסט האט נישט געוואוינט אלס קינד אין סאטמאר


איך ווייס נישט ווי אזוי דו ווייסט וועם איך קען, אבער רבי ליפא קויפמאן׳ס ברודער רבי אברהם (בומי) לעבט פיין ברוך השם בליעה״ר, און ער האט געוואוינט אין סאטמאר.
און די מעשה פארציילט ער פאר יעדן בחור׳ל. (איך געדענק אז ער פארציילט עס בשם סאטמארע רבי זי״ע אבער מעגליך איך בין זיך טועה)
לעצט פאראכטן דורך ידעתי אום זונטאג יולי 23, 2017 11:05 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5007
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג יולי 27, 2017 3:21 am

אויף קולמע 1-1-3 האט ער באריכטעט אז די פאליציי פארשט אויס אן אראבער וואס האט געסטראשעט אידן איבער די געשעענישן אויף הר הבית. ער האט אפי' געזאגט אויף וועלכע גאס דער אראבער וואוינט, אבער נישט דערמאנט אפי' ברמז אין וועלכע געגנט, דארף, שטאט, סטעיט, לאנד אדער קאנטינענט די מעשה האט פאסירט.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דאנארשטאג יולי 27, 2017 8:32 am

משהזוךמיר האט געשריבן:פון איין ארטיקל אין מאמענט:
געשוויסטער קינד

דאס איז יא ריכטיג.

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » דאנארשטאג יולי 27, 2017 11:17 am

משהזוךמיר האט געשריבן:אויף קולמע 1-1-3 האט ער באריכטעט אז די פאליציי פארשט אויס אן אראבער וואס האט געסטראשעט אידן איבער די געשעענישן אויף הר הבית. ער האט אפי' געזאגט אויף וועלכע גאס דער אראבער וואוינט, אבער נישט דערמאנט אפי' ברמז אין וועלכע געגנט, דארף, שטאט, סטעיט, לאנד אדער קאנטינענט די מעשה האט פאסירט.

גראדע די גאס האט ער יא דערמאנט

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5007
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג יולי 27, 2017 11:24 am

בעאבאכטער האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:פון איין ארטיקל אין מאמענט:
געשוויסטער קינד

דאס איז יא ריכטיג.

ריכטיג איז שוועסטערקינד. טאקע ענליך, אבער פארט נישט די זעלבע.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דאנארשטאג יולי 27, 2017 11:55 am

משהזוךמיר האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:פון איין ארטיקל אין מאמענט:
געשוויסטער קינד

דאס איז יא ריכטיג.

ריכטיג איז שוועסטערקינד. טאקע ענליך, אבער פארט נישט די זעלבע.

אקעי, דא איז נישט גראמאטיק אשכול, אבער איין ווארט
"שוועסטערקינד" איז נשתבש געווארן פון "געשוויסטער-קינד"

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5007
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג יולי 27, 2017 12:08 pm

יתכן אז דאס איז דער מקור, אבער שוין הונדערטער יארן וואס מ'שרייבט שוועסטערקינד נישט געשוויסטער קינד, און דער מאמענט האט נישט געשריבן אזוי כדי להחזיר עטרה ליושנה נאר מחמת חסרון ידיעה
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2630
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג יולי 27, 2017 12:15 pm

מאן יימר?

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5007
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג יולי 27, 2017 12:16 pm

יעצט נאכגעקוקט. אין דייטש איז עס טאקע געשוויסטערקינד (אין איין ווארט, סאו דער מאמענט איז ראנג ריגארדלעס....), אבער ווי כאב שוין געשריבן איז עס אין אידיש שוועסטערקינד לענגער ווי דער מאמענט עקזיסטירט.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5007
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג יולי 27, 2017 12:17 pm

שמואל בארג האט געשריבן:מאן יימר?

אויף וועלכע חלק פרעגסטו?
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דאנארשטאג יולי 27, 2017 12:45 pm

איך האב געשריבן "געשוויסטער-קינד" דייקא, מיט צוויי ווערטער, זאלסט פארשטיין וואס דער ווארט מיינט, און פארוואס "קוזינעס" הייסן "געשוויסטער"-קינדער
ודי בזה.

צוריק די גרייזן...

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2630
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג יולי 27, 2017 12:53 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:מאן יימר?

אויף וועלכע חלק פרעגסטו?


אז די מאמענט לטעותא קמיכוון.

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דאנארשטאג יולי 27, 2017 2:56 pm

פון צווישן די פילע גראמאטישע און עמעראצישע טעותים, האט מיך די מערסטע געכאפט ווי זיי שרייבן אז סיי זיין טאטעס טאטע און סיי זיין מאמעס טאטע, איז געווען ר' יוסף מאיר טיגערמאן אב"ד נייהייזל... (ברודער שוועסטער?!..)
(פון נייע טעגליכע צעטל אין ב"פ "המשמיע")
170725_001.jpg
170725_001.jpg (193.28 KiB) געזעהן 2891 מאל
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2630
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג יולי 27, 2017 3:02 pm

אוי וויי,

דאס איז דאך געהעריג מוצא שם רע.

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דאנארשטאג יולי 27, 2017 3:06 pm

שמואל בארג האט געשריבן:אוי וויי,

דאס איז דאך געהעריג מוצא שם רע.

אפשר וועגן דעם האבן זיי איינמאל בלויז געשריבן ראשי תיבות... :lol:
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 1:40 pm

אויף קול מבשר 1-1-3 האט ער נעכטן באריכטעט 5:00 די רוסישע "פרעזידענט" דימיטרי מעטוועדאף זאגט...
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג. נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט.

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8323
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 1:42 pm

שמועסער האט געשריבן:אויף קול מבשר 1-1-3 האט ער נעכטן באריכטעט 5:00 די רוסישע "פרעזידענט" דימיטרי מעטוועדאף זאגט...

געוועזענע פרעזידענט און יעצטיגער פרעמיער
דביה תחדי נפשא

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1717
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 1:51 pm

א הגה אין בקודש חזיתיך חודש תמוז. ר' אברהם'לע לאנדא פון קרית יואל נפטר ביי די 28 יאר, און נאך איבערגעלאזט זין און איידעמער...
צוגעלייגטע
s.png
s.png (18.18 KiB) געזעהן 2698 מאל

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 1:57 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:פון צווישן די פילע גראמאטישע און עמעראצישע טעותים, האט מיך די מערסטע געכאפט ווי זיי שרייבן אז סיי זיין טאטעס טאטע און סיי זיין מאמעס טאטע, איז געווען ר' יוסף מאיר טיגערמאן אב"ד נייהייזל... (ברודער שוועסטער?!..)
(פון נייע טעגליכע צעטל אין ב"פ "המשמיע")
170725_001.jpg

"די" דעברעצינער רב, "די" רב, "די" טאטע, "די" דיין, "די" אגרות משה,
עד בלי "די"...

גרייזן, טעותים?... אנאלפעבעט געשרייב.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אבי.גערעדט און 9 געסט