טריסקער האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן:קושר כתרים האט געשריבן:אי-רעלעווענט האט געשריבן:לעצטענס געהערט א כלל: נעמען וואס ווערן דערמאנט אין תנ״ך ענדיגט זיך מיט א 'ה׳ און וואס נישט מיט א ׳א׳, ווייסט איינער א מקור?
כ"כ בבית שמואל הל' שמות נשים, לענין כתיבת שמות בגיטין, דשם קודש (דבורה, רבקה, צפורה) כותבין בה', ושם חול (פיגא, רויזא, זעלדא) כותבין בא', עיי"ש.
ביי בני ארץ ישראל איז אנדערש?
די ספעלינג פון בני א"י איז א פרשה פאר זיך.
וויאזוי איז פון א דוגמא 'באהוש' געווארן 'בוהוש', אדער 'נדבורנא' צו 'נדבורנה' וכו', נאר ביי זיי איז די אידישע וואקאלן א לא ייזכר ולא ישמע בגבולינו, און די גאנצע שרייבעריי גייט קאליע, ווי ס'ווערט אידיש מיט גראמאטיק פון עברעייש.
געדענק איך אז ביי מיר אין ישיבה (א קליינע ישיבה מיט נאר 2 חוצ'ניקים) איז מען געקומען צו מיר א גאנצן צייט כדי איך זאל שרייבן די מודעות, ווייל אויב נישט איז דאס געווען בנוסח כזה:
"מורגן וט זין א אוטובוס צים ציון נוכן דעוענן, פריז זקס שקל", און כ'בין גאנץ ערענסט, זייער אידישע ספעלינג איז ווי מיינע ידיעות אינעם אבאמאקעיר...
בסופו של דבר: די בני א"י שרייבן פשוט נישט ריכטיג, און פון 'גאלדא' ווערט 'גולדה' וכדו', בלשונם: מעברת געווען (איבערגעדרייט אויף עברית). אבער לפי ידיעתי ביי די כתובות לאזט מען דאס נישט צו און מ'שרייבט עס אזויווי אין חו"ל.
אידישע נעמען שרייבן זיי מיט א ה' צום סוף אזוי ווי די לשה"ק
פון די אידישע ווערטער נעמען זיי ארויס אותיות משא"כ לשה"ק ווי מ'דארף עס נישט האבן לייגן זיי אריין. לדוגמא: כיוון יוון לאמור. ועוד