בלאט 4 פון 7

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 08, 2010 3:49 pm
דורך jkup50
קענטעלאופ האט געשריבן:איך רייס נישט אראפ קיינעם אבער סזענען נאך דא אזעלכע וואס לעבן מיט א האס צו אונזער הייליגען רבי'ן דעם בעל דברי יואל ויואל משה זי"ע און קענען נישט סובל זיין א הייליג בילד פון אים. סאטמאר האט אבער א גרויסער רוב אינעם היימישן ניו יארק וואס ליינט אידיש. דעריבער האלט איך אז זיי האבן יא גוט געטון און סהאט זיך זיי געלוינט צו באקומען א שטיקל ערנסטער פנים. כבין נאר נייגעריג צו וויסן אויב פינאנציעל האט זיך עס זיי אויך געלוינט דהיינו אויב זיי האבן צובאקומען קאסטומערס יענעם חודש. מיין געפיל זאגט מיר אז יא

איך קויף גארנישט אין ח''ו נישט קיין שונא פונעם רבין זצ"ל אבער ליבי אומר לי אז סאיז שוין א אויסגעדראשנע טעמא

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 08, 2010 4:14 pm
דורך קענטעלאופ
לכאורה ביזטו נישט קיין סאטמארער ווייל יעדע נייע מעשה, תורה, חידוש, ספר, אדער סיי וואס, אפילו א קריאת שמע ליינער אדער אפילו א מנהג אדער ווארט פון רבין, איז אין סאטמאר א האַט אייטעם. עס קריכט נישט פון די נאז

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 08, 2010 4:17 pm
דורך קהת
ח"ו איך רייס נישט אונטער סאטמער איך מיין צו זאגן אויב איינער וויל ליינען וועגען סאטמערע רבי איז דא גענוג באשרייבונגען און קונטרסים אדער דער בלאט אדער דער איד דעיס איז געמאכט צו ליינען אונטרעסאנטע מעשות וואס איז געשעהן אדער היסטאריע (עכ"פ אזוי האב איך געמיינט ביז היינט) ודי...

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 08, 2010 6:11 pm
דורך פליגל
קהת האט געשריבן:דער בליץ האט מיר ארויס גענומען די גאנצע אפעטיט פון עס קויפן. אנשטאטץ צו לייגען אונטרעסאנטע פיקטשערס אויפן דעקל, לייגען זיי די סאטמערע רבי און גרויס, אויב זיי האבען שכל לייגען זיי אונטרעסאנטע בילדער אויפן דעקל ס'זאל ציען אנדערע קאסטאמערס א חוץ סאטמערע.
קענטעלאופ האט געשריבן:איך רייס נישט אראפ קיינעם אבער סזענען נאך דא אזעלכע וואס לעבן מיט א האס צו אונזער הייליגען רבי'ן דעם בעל דברי יואל ויואל משה זי"ע און קענען נישט סובל זיין א הייליג בילד פון אים. סאטמאר האט אבער א גרויסער רוב אינעם היימישן ניו יארק וואס ליינט אידיש. דעריבער האלט איך אז זיי האבן יא גוט געטון און סהאט זיך זיי געלוינט צו באקומען א שטיקל ערנסטער פנים. כבין נאר נייגעריג צו וויסן אויב פינאנציעל האט זיך עס זיי אויך געלוינט דהיינו אויב זיי האבן צובאקומען קאסטומערס יענעם חודש. מיין געפיל זאגט מיר אז יא

קהת און קענטעלאופ איך פארשטיי אז עטס שטייטס אויף צוויי אנדערע זייטן זה בכה וזה בכה, אבער עטס זענטס אויף איין פעידזש מיטן פרט אז אויב שטייט עפעס וועגן סאטמאר'ן רבי זצ"ל דאן שטייען געוואוסע מענטשן אוועק דערפון, מילא איז א קלער אויב דער בליץ וואלט געברויכט שרייבן פון אים.

לויט מיין עקספיריענס זענען דא אסאך מענטשן וואס זענען ווייט ווייט אוועק פון סאטמאר אבער ווען עס קומט צי א גוטע ארטיקל אדער ווערטלעך פון אים דאן שלינגען זיי דאס מיט דורשט.

מילא קענטעלאופ ברויכסט נישט מורא האבן צי עס האט זיך זיי דאס געלוינט, איך האלט אז יא.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 08, 2010 6:20 pm
דורך אויפריכטיג
די צייטשריפט האט אויך די ערשטע יאר חודש אב געלייגט דעם בילד פון רבי'ן.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 08, 2010 8:44 pm
דורך ווער בין איך?
איך בין נישט קיין סאטמארע חסיד (אפילו איך בין געוועהן ביים כ''א כסלו מעמד דער יאר...) אבער איך זוך נישט אוועקצושטיין פון סאטמארע רבי'ן ז''ל, אבער לייגן א בילד פון סאטמארע (אדער עני אנדערע רבי) אויפ'ן דעקל, וואלט מיר נישט געמאכט עס נישט קויפן, אבער ס'וואלט מיר נישט געצויגן עס יא קויפן. זיי דארפן לייגן ארטיקלען וואס גייען ציען יעדן איינעם עס צו קויפן.

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 09, 2010 9:56 am
דורך ווער בין איך?
איך ווייס נישט צו איך האב אין מיין לעבן געזעהן אזויפיל חסידישע אידן צאמגענומען אויף איין פלאץ! א קידוש השם!

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 09, 2010 12:26 pm
דורך פונקטליך
נאך א מזל מ'האט פארגעסן פונעם נושא..
מ'קען שוין טוישן די קעפל צו 'כ"א כסליו (כסלו?)"

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 09, 2010 2:17 pm
דורך jkup50
קענטעלאופ האט געשריבן:לכאורה ביזטו נישט קיין סאטמארער ווייל יעדע נייע מעשה, תורה, חידוש, ספר, אדער סיי וואס, אפילו א קריאת שמע ליינער אדער אפילו א מנהג אדער ווארט פון רבין, איז אין סאטמאר א האַט אייטעם. עס קריכט נישט פון די נאז

איך בין גאנץ מסופק אויב די יודען קויפן דאס!

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 13, 2010 8:28 am
דורך קענטעלאופ
האבן זיי א גוטן ארטיקל פון הה"צ ר' אפרים שטיין שליט"א כאמיר באלעקט די פינגערס
צווישן די שורות איז דא עטליכע גיטע מעשהלעך איבער ר' מאטעלע מווישניץ שליט"א מען קען זיך אונטערהאלטן ביי די זייטן

געשריבן: פרייטאג יוני 03, 2011 10:56 am
דורך ליינער
דער בליץ חודש סיון

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 2:24 pm
דורך שנאפס
דער בליץ - חשון

Der Blitz 19.jpg

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 4:34 pm
דורך אור
קוקט אויס גוט. העמיר זעהן אי"ה

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 4:41 pm
דורך ווער בין איך?
געקויפט דער בליץ דעם חודש.

הערליכע ארטיקלען! אבער אויב ליינען זיי דא, די גראפיקס און טייפאגראפי דארף א גרויסע תיקון און אזוי אויך זאלן זיי אנהייבן קארגן אויף די קאמעס וואס ווערן דארט אריינגעפאקט לרחצה.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 05, 2011 10:00 pm
דורך שנאפס
Der Blitz - Kislev.jpg

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 05, 2011 11:24 pm
דורך טהור-עיניים
עפעס זעה איך א פרישע טויש, דער בליץ איז געסטעיפלט אנשטאט געבונדן ווי ער פלעגט זיין ביז אהער.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 11:56 am
דורך שטייסטענישט
יא יא כאב געהערט אז זיי טרייען צו שפארן , לעצטענס זענען סעילס שטארק געפאלן! סטעיפלען אי ביליגער ווי קלעבן.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 1:15 pm
דורך סאדע_באטל
די קאליבער פון די בליץ די מאנאט איז געשטיגן אויסטערליש.

די תוכן פון די ארטיקלען, די געשמאק צו ליינען, איז אסאך בעסער ווי אין די פארגאנגענהייט.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 18, 2011 9:50 pm
דורך ישלהוסיף
כפי ששמעתי מאחורי הפרגוד אז ביז נאך א יאהר וועט עס נישט אנהאלטן מחמת...
געהערט האב איך גיט, די שאלה איז צו איך מיז יענעם גלייבען?
מיין איסתפקתא איז ווייל דער יענער הרוצה בעילום שמו איז זייער אינאיינעם מיטן בליץ,

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 18, 2011 11:19 pm
דורך טשיקען פיט
פארוואס באדעקן זיי דער פענימער??

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 18, 2011 11:22 pm
דורך שוטה
מיט וואס דען איז ער פרומער פונעם קאמפעטישן?

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 19, 2011 12:36 am
דורך שטארק זיך
טשיקען פיט האט געשריבן:פארוואס באדעקן זיי דער פענימער??
שוטה האט געשריבן:מיט וואס דען איז ער פרומער פונעם קאמפעטישן?
חדא מתירצתא בחבירתא...

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 19, 2011 11:22 am
דורך ישלהוסיף
די מענטשען וואס נעמען שוין יא דער מו צו קויפען דער בליץ אין זיי ליינען דער בליץ,
האט נישט ליעב דער אזוי גערופענער קנאות פין באדעקען פעינימער,
דאס איז זייער אנויאונג פאר די ליינער.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 02, 2012 11:18 am
דורך ישלהוסיף
א פרישע בליץ ארויס,
מיט נייע אויסגעמעקטע פעינימער, נישט וואס די עס ציעט מיר עפעס זייער פנים, אבער דאך דער מענטש דארף א פנים, דער באשעפער האט זיי באשאפען אזוי, טאקע נישט מיט א צלם א', אבער דאך מיט א פנים, דאס איבעלט מיר שטארק בשעתן ליינען, ענדערש לייג בכלל נישט קיין בילדער, ווי איידער בילדער פין מענטשען אן א פנים.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 02, 2012 11:42 am
דורך אבי.גערעדט
פארוואס רעדן נעגעטיוו? דער בליץ איז אגאנץ גוט לעצטנס, אין איז אויפן וועג ארויף, די חודש באשרייבט ער די A380