בלאט 1 פון 2

ענדליך: א קאמפעטישאן פאר קול מבשר!...

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2010 4:02 am
דורך imzist
מיט גרויס פרייד נעמען אנ"ש די בכל אתר ואתר אויף די גוטע בשורה, אז ענדליך איז אנטשטאנען א געהעריגער קאמפעטישאן פאר קול מבשר. מען האפט, אז דאס וועט איינמאל פאר אלעמאל אריין ברענגען א העכערע סטאנדארד אין די חרדי'שע עלעקטראנישע מידיא נעצן.

ווי באקאנט, איז אנטשטאנען א מהפכה אין די חרדי'שע וועלט אין אמעריקע, זינט קול מבשר איז אויפגעקומען. קול מבשר מיט אירע פילצאליגע אפציעס און אפטיילונגען האט איינגעשלינגען אויגנבליקליך די ביז דעמאלטדיגע מידיא. אזאלכע נעמען ווי חסידות אויפן טעלעפאן, קול מאנסי... , און אפילו די דעמאלט-פאפולערע וועטער סטאנציע אויף אידיש (וואס איז געווען באגרעניצט נאר פאר קרית יואל והגלילות, אנגעפירט דורך ר' א.וו.) מיט אירע פילצאליגע שמחות און קלאסיפייד עדס, (מיר קינדער פון דעמאלטס געדענקן נאך וואסערע זכיה סאיז געווען צו קאלן דעם א.ד. ליין, עד כדי כך, אז מען האט נישט געקענט קאלן מער ווי 5 מאל א טאג מיט א ספעציעלן קאוד), זענען בליץ שנעל ארויס פונעם חרדי'שן לעקסיקאן, און די היינטיגע יונגווארג ווייסט גארנישט פון אזאלכע זאכן צוזאגן.

מיט די צייט האט זיך אבער ארויסגעשטעלט דער חורבן פון אזא דיקטאטורישע וועג פון איין מידיא נעץ.

כ'רעד שוין נישט פון די איינזייטיגקייט פונעם פאליטישן שעפ לעפל דארטן, וואס גיט זיך אגב אן נייטראל. (נאר בטעות, באמערקט ער אלס פון א "נייטראלן" שטאנדפונקט שטייצעך, אז כמעט אייביג זענען די רעפובליקאנער גערעכט. נאר פערצופאל, ווען שמעון ראלניצקי פלעגט רעדן דארט - אויך ממש פון די זעלבע נייטראלע פאזיציע - פלעגט ער זען זאכן פונקט פארקערט. זעט אויס אז אין נייטראל זענען אויך דא 2 מיינונגען).

חוץ מזה, איז שוין א צייט לאנג וואס קאלמעוואסער פירט אונז ארום מיט אזאלכע דמיונות ווי אז זאגן -שטילערהייט, שטייצעך- "ווי פייט טיקעטס" איז אסגולה צו דיסמיסן 58 פוינטס אויף די לייסענס (פרעגט מיך נישט וויזוי סאיז שייך אויפצוטרייבן אזויפיל). נאך בעסער איז, ווען מ'שרייבט עס אפ אויף א צעטל, און מ'לייגט עס אונטערן קאפל.

כ'מיין, כפרעג אייך, זעט איר דען נישט דעם אויפשטייג אין טיקעטאציע, די יונגווארג נעמט עס אן פאר גוט געלט און לאזט זיך וואויל גיין.

שוין אפגערעדט פון דעם הימל געשריי פון נעמען טויזענטער נארמאלע באזעסענע מענטשן, און זיי פארוואנדלען אין גייענדיגע סידי פלעיערס, און נאך וואסערע קטנותדיגן ניגון? גאנץ חודש אדר האט מיין שכן אין ביהמ"ד זיך נישט אויפגעהערט אונטער צו ברימען: "מילעך, מילעך, מילעך, א קאלטע פרישע גלעזל מילך" וכו'.

עניווייס, וואס איז געווען איז געווען.

יעצט קומט די גוטע נייעס, אז ענדליך איז געלונגען פאר די "קאמיטע פארן וואוילזיין פון די 2 פיסיגע" אהער צו שטעלן א פאסיגע ערזאץ פאר קול מבשר.

לויט ווי א ווארטזאגער פאר די קאמיטע גיט איבער, ארבעטן זיי אויך צו פארזיכערן אז די נייע טשענעל זאל נאכקומען די געברויכן פון די וועד החינוך'ס און כותבי ה'פאשקעווילן די בכל אתר ואתר. צו פארזיכערן אז אונזערע קינדער זאלן נישט צוקומען צו הערן די אלע טריפה'נע טשיקאווע נייעס פון קול מבשר. ווי אויך איז דא א קלער צו קאטן די געזונטהייט אפטיילונג.

לויט אים, וועט מען חלילה נישט מאכן קיין טעלעשאוס דארטן. "וואס עפעס, טעלעוויזשאן, טעלעשאוס, בשום אין אופן". א רעפארטער וואס האט פרובירט צו פארענטפערן אז טעלעשאו איז אזוי ווי טעלעפאן האט נישט באקומען קיין ענטפער.

די פאליטישע קאך לעפל וועט מער נישט טראגן אזא גוי'אישע נאמען, שטאט'ס דעם וועט עס הייסן "פאליטישע זופ לעפל", צו זיין א מוסר השכל פאר די קינדער אז פאליטיק איז אזוי ווי א הייסע זופ. "דאס וועט די מערסטע אפהיטן אונזערע קינדער פון צוקומען צו די אפטיילונג, ספעציעל די וואס עסן נישט גרינג קיין זופ". די אינהאלט פון די פאליטישע אפטיילונג וועט נישט געטוישט ווערן.

פארבינדענדיג זיך מיט איינע פון די פילצאליגע וועד החינוך העולמי'ס, פארזיכערן זיי אז די נייע ליניע איז ווייט נאכגעקומען זייערע פארלאנגען און נאך מיט א שמיץ אריבער.

די נומער פון די נייע טעלעפאון ליניע איז:

951-262-3583

הערט און האט הנאה...

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2010 8:02 am
דורך זושאלע
הי הא!

ווי ס' קוקט אויס וועלן זיי טאקע איבערנעמען די זאך,
אז מען וועט ניטאמאל געדענקען אז קאלמעוואסער האט אמאל עקזיסטירט...

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2010 8:27 am
דורך קהת
איך האב שוין לאנג אויפגעהערט צו הערן קאלמע וואסער איך הער נאר דעיע ער רעדט באטאמט שייין מיט א ניגון. און אויך האט ער א ניגון צווישען יעדער נייעס אז אויב די קענסט נאך נישט קומען צו זיך פון די נייעס וואס די האסט געהערט זאלסטו נישט פארפאסען די נעקסטע נייעס וואס גייט (אפשר) קומען צוויי מיניט שפעטער...

נאך א מעלה האט ער אז די רובאשקין אפטיילונג איז סאך מער פארגעשריטען...

LOL :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2010 11:27 am
דורך פונקטליך
הא הא!

קול השעה נייעס און שמחות! דידל דידל דידל דידלדידל!! פאר נייעס נומער איינס! דידל דידל דידל דידלדידל!! פאר שמחות נומער צוויי! דידל דידל דידל דידלדידל!!...........

אזאנס פארי... צו זיין?!



וואס יא, ער האט א אינטערוויו צום יארצייט פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע מיט הרה"ח ר' שלמה כ"ץ פון קרית יואל און ער האט אים עפעס אריינגעשפילט א הערליכע תוכן'פולע אינטערוויו, ער פרעגט ווי א משוג.. אבער ר' שלמה פארציילט דארט מיט א זאפטיגקייט אינטרעסאנטע ענינים.

ווער דער אנפירער איז ווייס איך נישט אבער עניוועי די ליניע דארף נישט קיין אפשאצונג.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2010 11:32 am
דורך פאטאקי08
אומזיסט ;l;p- ;l;p-

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2010 11:46 am
דורך שמערי בערי
זעהט אויס ווי ער זאגט עס כ"ו אב ביים ציון...

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2010 12:23 pm
דורך מעכיל
די האטליין וואלט גוט געווען פאר די פורים אפטיילונג פון קול מבשר

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2010 7:22 pm
דורך Sprint
:lol: :lol: :lol:
;l;p-

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2010 7:36 pm
דורך למעלה משבעים
פונקטליך האט געשריבן:ער האט א אינטערוויו צום יארצייט פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע מיט הרה"ח ר' שלמה כ"ץ פון קרית יואל און ער האט אים עפעס אריינגעשפילט א הערליכע תוכן'פולע אינטערוויו, ער פרעגט ווי א משוג.. אבער ר' שלמה פארציילט דארט מיט א זאפטיגקייט אינטרעסאנטע ענינים.

ס'איז מאדנע ביז גאר ווי ער פרעגט אים אין וועלכע אוישוויץ ער איז געווען, און וועלכע מלחמה....

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2010 9:31 pm
דורך קהת
ברעקינג יעצט געמאלדען אז סאיז געוועהן א שיסעריי און בארא פארק

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2010 9:31 pm
דורך קהת
אוי וויי ער האט עס געמאלדען צוויי שעה שפעט...

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2010 11:48 pm
דורך געלעגער
קהת. קרעטשמע זייגער

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 03, 2010 9:52 am
דורך bailout
אומזיסט דאס איז גאר א זיסע סארקאסטישע ארטיקל, איך וואלט געשענקט פאר אים א דזורנאל צייכן, שאץ דיך נישט אונטער.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 06, 2010 3:48 pm
דורך טהור-עיניים
איך בין נאך מסופק צו דער איז טאטאל פארוקט, צו ער מיינט אז מיר זענען, אדער איינער וויל זיך פשוט משמח זיין אויף אונזער חשבון..........
איך שלא יהיה האב איך געהאט א גוטן שמייכל

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 06, 2010 4:08 pm
דורך בן בוזי
איך האב שוין יאהרן נישט אזוי געלאכט

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 06, 2010 4:22 pm
דורך מאשקע
ווען משוגע מאכט ווען וואקסן... וואלט דער מענטש געווען זייער הויך...

איין מינוט, ער איז טאקע?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 07, 2010 7:42 am
דורך פאטאקי08
וואס איז געווארן מיט זיין שטריימל ביזנעס?

געשריבן: דינסטאג מארטש 17, 2020 12:45 pm
דורך כאניש וואס צו טון
טערעסאנט ער מעלדט גארנישט וועגן "קאראונע"..

Re:

געשריבן: דינסטאג אפריל 07, 2020 7:38 pm
דורך לעכטל
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:טערעסאנט ער מעלדט גארנישט וועגן "קאראונע"..

דו האסט נישט וואס צו טוהן...

Re:

געשריבן: דינסטאג אפריל 07, 2020 7:43 pm
דורך nmi
זושאלע האט געשריבן:הי הא!

ווי ס' קוקט אויס וועלן זיי טאקע איבערנעמען די זאך,
אז מען וועט ניטאמאל געדענקען אז קאלמעוואסער האט אמאל עקזיסטירט...

10 יארע שפעטער....

Re: Re:

געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2020 2:31 am
דורך בלא בלא בלא
nmi האט געשריבן:
זושאלע האט געשריבן:הי הא!

ווי ס' קוקט אויס וועלן זיי טאקע איבערנעמען די זאך,
אז מען וועט ניטאמאל געדענקען אז קאלמעוואסער האט אמאל עקזיסטירט...

10 יארע שפעטער....

נא, איינער געדענקט דא קולמע?...

Re: Re:

געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2020 12:45 pm
דורך נקודהלע
בלא בלא בלא האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
זושאלע האט געשריבן:הי הא!

ווי ס' קוקט אויס וועלן זיי טאקע איבערנעמען די זאך,
אז מען וועט ניטאמאל געדענקען אז קאלמעוואסער האט אמאל עקזיסטירט...

10 יארע שפעטער....

נא, איינער געדענקט דא קולמע?...

כ'בין טאקע נייגעריג אויב א קאמפעטישן וואלט נישט געקענט מצליח זיין, כ'האלט אפי' אז ס'וואלט נישט געשאדט ביזנעס פאר קאלעמע, ווייל יעדער וועט עדווערטייזן צוויי מאל... אזוי ווי ווען ס'איז דא צוויי עדווערטייזמענעט אויסגאבעס אין איין שטאט...

און ספעציעל יעצט ווען מענשטן גייען ליידיג אויף אלע פיר, וואלט א גוטע קאמפעטישן לכאורה געקענט זיך אויסארבעטן

גיימיר אין ביזנעס?

קאנטאקט מיר

געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2020 7:41 pm
דורך בלא בלא בלא
נקודהלע האט געשריבן:
בלא בלא בלא האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
זושאלע האט געשריבן:הי הא!

ווי ס' קוקט אויס וועלן זיי טאקע איבערנעמען די זאך,
אז מען וועט ניטאמאל געדענקען אז קאלמעוואסער האט אמאל עקזיסטירט...

10 יארע שפעטער....

נא, איינער געדענקט דא קולמע?...

כ'בין טאקע נייגעריג אויב א קאמפעטישן וואלט נישט געקענט מצליח זיין, כ'האלט אפי' אז ס'וואלט נישט געשאדט ביזנעס פאר קאלעמע, ווייל יעדער וועט עדווערטייזן צוויי מאל... אזוי ווי ווען ס'איז דא צוויי עדווערטייזמענעט אויסגאבעס אין איין שטאט...

און ספעציעל יעצט ווען מענשטן גייען ליידיג אויף אלע פיר, וואלט א גוטע קאמפעטישן לכאורה געקענט זיך אויסארבעטן

גיימיר אין ביזנעס?

נא, אדרבה.
קאנטאקט מיר אין איש, לאמיר שמועסן, דיינע קוואליפיקאציעס ביטע...

Re: קאנטאקט מיר

געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2020 12:00 pm
דורך נקודהלע
בלא בלא בלא האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:
בלא בלא בלא האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
זושאלע האט געשריבן:הי הא!

ווי ס' קוקט אויס וועלן זיי טאקע איבערנעמען די זאך,
אז מען וועט ניטאמאל געדענקען אז קאלמעוואסער האט אמאל עקזיסטירט...

10 יארע שפעטער....

נא, איינער געדענקט דא קולמע?...

כ'בין טאקע נייגעריג אויב א קאמפעטישן וואלט נישט געקענט מצליח זיין, כ'האלט אפי' אז ס'וואלט נישט געשאדט ביזנעס פאר קאלעמע, ווייל יעדער וועט עדווערטייזן צוויי מאל... אזוי ווי ווען ס'איז דא צוויי עדווערטייזמענעט אויסגאבעס אין איין שטאט...

און ספעציעל יעצט ווען מענשטן גייען ליידיג אויף אלע פיר, וואלט א גוטע קאמפעטישן לכאורה געקענט זיך אויסארבעטן

גיימיר אין ביזנעס?

נא, אדרבה.
קאנטאקט מיר אין איש, לאמיר שמועסן, דיינע קוואליפיקאציעס ביטע...

איך בין די עלטערע ברודער וואס טיילט די דזאבס... :lol:

געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2020 12:11 pm
דורך גליק
...