צעטליך און אויסגאבעס. וויפיל איז די שיעור?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

צעטליך און אויסגאבעס. וויפיל איז די שיעור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

אזוי ווי עס איז געווארן א פארפלייצונג פון צעטליך אין ביהמ"ד, אנגהויבן מיט איינס וואס האט נאך געשריבן ביטע נישט לייגן אויף די טישען, האלט מען שוין היינט ביי פיר 4 צעטליך.

1- דבר יום ביומו
2- גוט מארגן-שבת
3-די קלעסיפיידס
4-מודעות

נ.ב. שכחתי מנחה מעריב ע"ה

די שאלה איז דא, איז דען דא א מארקעט אויף אזוי סאך? קען איך ארויסקומען מיט א פיפטע? לכאורה דארף יעדער האבן איין זאך וואס זאל איהם מאכן ספעשיל, אז נישט גלייב איך נישט מענטשען זאלן אוועקגעבן זייער טייערע צייט, נאכדערצו לפני התפלה, און ליינען אזוי בעיון די פיציקלע ווערטער.

איז פארוואס קען נישט איינער מאכן די מעלות פון אלע פיר צוזאמען, און אונז שפארן צייט און געלט?


די זעלבע פראגע בנוגע אויסגאבעס וואס האלטן זיך אין איין מערן אן א שיעור,
און עס נעמט שוין עטליכע מאלצייטן צו קענען אניאגען.
1-שאפערס רוט
2-די קלעסיפיידס
3-וויקלי לינק
4-וויליאמסבורג בולעטין
5-מאני סעיווער

ואין מוקדם ומאוחר ב..

דאס מאכט אויך זייער שווער פאר די עדווערטייזער, וואס מען וויל נישט באליידיגן קיינעם, און עס קאסט אפ א הון תועפות...
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
מוציא מצה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוציא מצה »

א מענטש וויל עפענען א גראסערי און עס ליגען פאר אים צוויי אפציעס, 1-עפענען אין א שטאט ווי עס איז נאך נישטא קיין איין גראסערי 2-עפענען אין א שטאט ווי עס איז שוין דא פופציג גראסעריס, א נישט ביזנעס קאפ וואלט געזאגט: אה פששש האסט געטראפן א שטאט ווי עס איז נאכנישטא דארט קיין גראסערי? שפרינג אריין, טראכט נישט קיין צוויי און זיי די ערשטע צו עפענען דארט דיין גראסערי! אבער על פי ביזנעס איז האיפכא מסתברא, עס איז דא א סיבה פארוואס אין דער שטאט איז נישטא קיין איין און אין די צווייטע איז דא פינעף..... והמבין יבין
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

אמת מוציא.

אבער יעדער גראסערי האט זיין געגענט, דא דארף יעדער צוקומען צו אלע ביזנעסער און ליינער.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
מוציא מצה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוציא מצה »

לפענ"ד איז נאך דא אסאך פאטענציאל פאר נאך אויסגאבעס פאר אפאר סיבות.
אלע אויסגאבעס וואס זענען אויפדערווייל ארויס לאור עולם זענען נאך נישט 100 פראצענט כליל המעלות
ווילאנג די קאמפאטישאן עדווערטייזד מיז דאך דער צווייטע אויך עדווארטייזען
ועוד ועוד
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

עמך ישראל צריכין פרנסה. אין די יעצטיגע צייטן (און ווען קרעכצט מען נישט אויף פרנסה?) פרובירט יעדער וואס ער קען. א נאר איז דער וואס ליינט אלע בראשורן און אויסגאבעס.
אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2009 9:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאן »

איך ברויך טאקע יעצט אדווערטייזן א פראדוקט אין וומסב"ג. קען מיר איינער אפשר זאגן וועלכע אויסגאבע איז די מערסטע אויפגעכאפט דארט?
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

איך האלט די קלעסיפייד איז היינט צוטאגס דאס בעסטע ארט צו אדווערטייזן
אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2009 9:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאן »

אבער איך מיין אז די קלעסיפייד איז געמאכט בעיקר פאר קלאסיפיידס וכדו'. נישט פאר א געהעריגע פול פעדזש עד!
העכטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העכטל »

די קלעסיפייד איז אבער ביליג, בלויז $5 א שורה, אין קעגנזאץ פון דבר יום ביומו וואס פארלאנגט $25 א שורה.
העכטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העכטל »

גראדע מיין איך אז זיי האבן פול פעידזש עד'ס אויך.
אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2009 9:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאן »

אפשר האבן זיי אויך פול פעדזש עד'ס, אבער דאס איז נאר נאכ'ן זיך אדווערטייזן אין... קומט א דערמאנונג אין די קלאסיפייד... אבער איך וויס נישט צו מען גייט לכתחילה אריינלייגן אין די קלאסיפייד פול פעדזש עד'ס.
העכטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העכטל »

טא וואס דען פרעגסטו? קוקסט נישט אויס צו זיין אזוי אומוויסענד..
אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2009 9:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאן »

איך וויל פשוט וויסן וועלכע איז די מערסטע אויפגעכאפט?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מערסטע ווייס איך נישט אבער אייוועלט איז זייער אויפגעכאפט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2009 9:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאן »

ערעב שוועמל האלסט בשיטה אז איך וועל זעהן די זעלבע ריזאלטס ווען איך וועל מיר אדווערטייזן דא ווי איך וועל מיר אדווערטייזן אין א אויסגאבע אין וומסב"ג?

(וויכי פליס קוק נישט)...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אינגערמאן, איך בין זייער אפען.

ס'ווענצעך וואס מ'עדוויטייז'ד.

אין דזשענעראל איז קול מבשר די קעניג פון עדד'ס היינט צו טאג'ס.

אויב ווילסטו עדוויטייזן א ביזנעס זאך, אדער א זאך וואס האט מיט אונטערנעט באנוצער, איז "דא" זייער א גוטע פלאץ.

אויב ווילסטו פאר מקוה זיצער/צעטלעך ליינער, ווענצעך וועלעכע קרייז דו געהערסט.

איך האב געזעהן בעסערע רעזולטאטן אויפן "גוט מארגן", וואו אויף די אנדערע צעטלעך.

וועגן די נייע 'מודעות' אויסגאבע, ס'איז א טריק פון די "דבר יום" אונטערצוברענגען די "קלאסיפייד'ס" וואס בעט זייער ביליג. העמער זעהן ווי לאנג די מערכה וועט אנגיין.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

מוציא, אפשר ביסטו מסביר די ווערטער: עס איז נאכנישט דא קיין אויסגאבע א כליל המעלות. דו מאכסט זיך נאריש אדער וואס? ווי קומט דאריין כליל המעלות, וואס פארא מעלות דארף א פלוג-בלעטל האבן?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אינגערמאן;

דו רעדסט פון די וועכנטליכע בראשורן, א שטייגער ווי וויקלי-לינק, שאפערס-רוט, בולעטין? יענץ ווערט דורכגעדראשן דורך טויזנטער אידישע מאמעס.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

רבותי'; גרייט אייך צו...

עס קומט א פינפטע צעטיל, פאר 1.99 א קלעסיפייד.

(איך ווייס בידיעה ברורה)

הכונו למערכה....
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אינגערמאן, איך בין זייער אפען.

אויב ווילסטו פאר מקוה זיצער/צעטלעך ליינער, ווענצעך וועלעכע קרייז דו געהערסט.

איך האב געזעהן בעסערע רעזולטאטן אויפן "גוט מארגן", וואו אויף די אנדערע צעטלעך.

וועגן די נייע 'מודעות' אויסגאבע, ס'איז א טריק פון די "דבר יום" אונטערצוברענגען די "קלאסיפייד'ס" וואס בעט זייער ביליג. העמער זעהן ווי לאנג די מערכה וועט אנגיין.


לכאורה גייט די ערשטע פארגראף מיט די צווייטע צוזאמען, צו וועלכע קרייז מ'געהערט שטופט מען דעם ציבור צו יענע פלוג בלעטל ווייל ס'ווייזט בעסערע רעזולטאטן. פארשטענדליך.

וואס איך וויל אבער פארשטיין פון וואו נעמסטו דאס אז דער גוט מארגן ברענגט בעסערע רעזולטאטן פון אנדערע? ס'הייסט אז דו האסט אמאל געזעהן א חתונה וואס איז געווען געשריבן נאר אין גוט מארגן אין ס'געווען מער סוקסעפול?.. כ'מיין אמת'דיג -- פון וואו קען מען אזא זאך וויסן?

און דאס וואס דו זאגסט וועגן די מודעות איז דאס קלארגעשטעלט צו סתם שמועות פורחות?
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ארעסטאנט, ס'איז קלארגעשטעלט.

(כ'האב נאך געהערט פארדעם אז דבר יום וויל ארויסקומען..)

דיין אנדערע פראגע האב איך געטראכט צו ענטפערן גראד אין מיין פאריגע תגובה, אבער כאמעך געיאגט.

איך האב עדוויטייזד א זאך אין ביידע אויסגאבע'ס, אפגעריקט געוויסע טעג, ווען א מענטש האט אריינגעקאלט האט ער געזאגט, "כאגעזעהן איר עדוויטייז'ד אין די גוט מארגן", אדער "כאגעזעהן איר עדוויטייז'ד אינעם דבר יום".

און אפילו נישט, ווען איינער האט אריינגעקאלט מאנטאג האט עס געמוזט קומען פונעם גוט מארגן, ווייל אינעם דבר יום איזעס נאך נישט געשטאנען, און דאנערשטאג איזעס געשטאנען נאר אינעם דבר יום. כאפסט?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

גוט מארגען איז לכאורה די שענסטע צו ליינען.

דבר יום האט אבער אסאך מער סחורה.

וויכי, יעצט א אפהאנדלונג אויף די אויסגאבע'ס.

שאפערס רוט - די ערשטע אויסגאבע, און נאך אלץ די שטערקסטע מיט די מערסטע עדס.

לינק- א הערליכע אויסגאבע מיט שיינע קאלירטע בילדער (וואס ווערט צוכאפט דורך די קינדער), אבער א געמיש פון אלע היימישע געגענטער, וומסב"ג -ב.פ.-פלעטבוש.

בולעטין-שיינע באשרייבונגען, געווען אסאך שטערקער ווען זיי האבן געשיקט אויף פאסט, כמדומה אז זיי קומען ארויס שפעטער ווי יעדעם, נאכן אפליינען אנדערע

קלעסיפיידס-ווייס איך נישט וויאזוי ער קומט נאך ארויס, אויב ער ספעציאליזרט זיך אין גארנישט.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
פנים חדשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנים חדשות »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: וועגן די נייע 'מודעות' אויסגאבע, ס'איז א טריק פון די "דבר יום" אונטערצוברענגען די "קלאסיפייד'ס" וואס בעט זייער ביליג. העמער זעהן ווי לאנג די מערכה וועט אנגיין.

ארעסטאנט האט געשריבן:און דאס וואס דו זאגסט וועגן די מודעות איז דאס קלארגעשטעלט צו סתם שמועות פורחות?

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ארעסטאנט, ס'איז קלארגעשטעלט.

(כ'האב נאך געהערט פארדעם אז דבר יום וויל ארויסקומען..)


איין זאך ווייסעך, כ'בין אדווערטייזט אין די קלאסיפייד'ס, און דעי וואך האבעך באקומען שוין דריי מאל א קאלל פון מודעות צי כ'וויל מיך אדווערטייזן ביי זיי, מיין נאמבער האבן זיי געזען אין די קלאסיפייד'ס...
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

אויב איך דאווען די רעכטע זייט פון מיין הויז, ליין איך די גיט מארגען
און אויב איך דאווען די לינקע זייט פון מיין הויז ליין איך די גיט מארגען מיט די דבר יום ביומו

אבער אויף שבת ברענג איך אייביג אהיים די דבר יום ביומו עס האט אסאך מער שמחות
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
רעיא מהימנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעיא מהימנא »

אין וואס איז מיט "לוח הציביר?" קיינער רעט נישט דערפין??
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”