פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

אחראי: יאנאש

פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

אומאן האט געשריבן:
איך ליין דא דער מעשה און איך זע אז די עולם דא נעמס עס ערענסט
איך ווייס נישט
איך האב קיינמאל נישט געהערט אפילו פון 1 טויטע בחור אדער מיידל דורך צמחים
בין איך משוגע? נאיוו?
איך געדענק סך הכל איין מאל א מעשה מיט א גאר וואוילע בחור און דעמאללט איז געווען אזעלכע וואס האבן געוואלט אזוי זאגן אבער די משפחה איז געווען זייער ברוגז און אלע האבן געשריגן אז לא דובים ולא יער עס האט גארנישט געהאט מיט דעם. און לכאורה איז עס טאקע אזוי געווען. מ'האט גארנישט געזען אויף דעם
בלייב געזונט האט געשריבן:
ס'איז א ביטערער פאקט וואס גייט פאר, אינגעלייט און בחורים וואס זענען אויף די סחורה רח''ל

אבער פון קיין טויטע האב איך נישט געהערט (גראדע יא איין פאל וואס איז געווען מפורסם), איינער קען מיר מסביר זיין וויאזוי מען קען פארדעקן "הונדערטער" טויטע וואס חסד של אמת באגראבט?
און אויב רעדט מען פון היימישע פון וויליאמסבורג מאנרא און ווי איינער שרייבט דא אפי' סקווירא, פארוואס ווערן זיי נישט באגראבן אין קרית יואל אדער אין סקווירא?

סארי פאר די עם הארצישע קשיא אבער עפעס מאכט נישט קיין סענס דא.

איך שטיי דא און ווינדער זיך פונקט ווי ענק.

קען זיין דאס איז ריכטיג?
און איך ווייס פון גארנישט?
מענטשען שטארבן, און חברים מיינען זיי זענען נאך דא? קיינער ווייסט נישט?

אפשר איז טאקע דער עצה, אויפהערן חוש'ן און בלעבלען?
ווען איינער שטארבט פון אווערדאוז, צו זאגן הולך און קלאהר, יא, נעבעך, ער איז פון דעם געשטארבן, ופלוני ופלוני מחנכיו ורבותיו למיתה.

אפשר?

קען זיין!

דעמאלס וועל איך גלייבן.
דעמאלס וועל איך שטיין ווייט.
דעמאלס וועל איך אפהיטן מיינע ארומיגע.

ובעיקר, דעמאלס וועלן מיינע באקאנטע אליין זיך דערווייטערן!!!

וואס ווילסטו? כ'זאל גלייבן 50 זענען געשטארבן היי יאהר, ווען אלע פון דער בד"ה אשכול, שטייט א קלאהערע קרענק ביי זייער נאמען? און איך זאל מיר נאך אכטונג געבן נאך אויך?

עד כאן דעת יחיד, וואס ב"ה ווייסט נישט פון גארנישט, און איך האפ און בעהט צום אייבערשטען אז איך זאל ווייטער נישט וויסען.

עוד עולה בדעתי.

דער רב/ ראש ישיבה/ מחנך/ עסקן וואס ביי איהם איז א ציגארעטל ווי חזיר פלייש, און טאביק ווי ווייסעךוואס, זאל מיר נישט פארקויפן קיין מעשיות, ווייל א ציגארעטל, זעה איך דעם דאייען'ס זוהן, אויך א שיינע יודע ספר, וואס רויכערט, ממילא ווען ער גלייכט צו איסור רייכערן צו דראגס, אדער איין גראז צום צווייטען, און איך קען א נארמאלע מענטש וואס טוט עס, ממילא גלייב איך שוין גארנישט.

כ'רעד נישט ווען ער זאגט אז איינס קען ברענגען דאס צווייטען, נאר ווען מ'גלייכט אלעס צו , איינס צום צווייטען.

ואמשול לך משל, ע"פ מעשה שלא היה.

מיין רבי ווארנט מיר אהן אז גיין אהן קיין רעקל אויפן גאס איז פונקט ווי חילול שבת חלילה..

מיין טייערע פעטער, א גאהר מכובד'יגע איד, א שיינע תלמוד חכם, מיט א שטיקל עסקן און קנאקער, גייט דאך אהן קיין רעקל כמעט יעדען טאג, ממילא מעג איך דאך מחלל שבת זיין, חאטש איינמאל א וואך. ה"י.

כנלענ"ד.
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

מרנן ורבנן האט געשריבן:
באבע מעשה האט געשריבן:
לכבוד מיין טייערע ברידער.

ניין. די קענסט דאס שוין טאקע נישט ליינען, אבער מיין בלוט פארשמירטע הארץ און מיינע פארטרערטע אויגן קענסטו אוודאי נאך זעהן...

מיין טייערע ברידער איך בענק זיך נאך דיר.

אינאיינעם זענען מיר אויפגעוואקסען, צווישן די זעלבע פיר ווענט האבן מיר געטאנצען און זיך געשלאגן, און איין נעסט האבן מיר זיך געהאדעוועט, פון איין פאר עלטערן האבן מיר ביידע גענאסן פון אן ענדלאזע קוואל פון ליבשאפט און ווארעמקייט, צוזאמען האבן מיר געלאכט און געוויינט... ווי ברידער, אמת'ע ברידער.
אבער ווען אינז האב אנגעהויבן אינטערוואקסען האבן זיך אינזערע דיפערנצען מער אנגעהויבן ארויסצושיילען, בעת וואס איך בין געווען מער דער אויבערפלעכליכע, פרייליכע, ליפטיגע טיפ האסטו זיך ארויסגעשטעלט צו זיין מער א סענסיטיווער, פארמאכטע נשמה.
דיינע איידעלע צארטע געפילן אינאיינעם מיט דיין הערמעטיש פארמאכטע כאראקטער האבן געפאדערט עקסטערע דאזעס פון ווארימקייט און ליבשאפט וואס אינזערע געטרייע עלטערען האבן דיר דאס אוודאי גערן געשאנקען.
אבער, דיינע אנדערע ארומיגע האבן דיינע ספעציעלע געפילן נישט אזוי גוט אויפגעכאפט, און בשוגג און אומדירעקט געטרויטן און אריינגעשניטען אין דיינע ווייכע האקעלע געפילן, אנגרייטענדיג און אויספלאסטערענדיג די רעזולטאטן וואס האט נישט געשפעטיגט צו קומען.
איך וועל נישט אריינגיין און די גאנצע אריכות וויאזוי פונקטליך דאס איז צוגעגאנגען אבער אין א גאר קורצע צייט האסטו זיך געפינען אויפן גאס און זיך דרייענדיג איבערן טאג מיט כל צרוע וכל זב...
ווערטער זענען צו ארעם צו באשרייבן די צער פון אינזערע עלטערען און פון די גאנצע פאמיליע וואס האבן ליידער צוגעזען ווי די בראך שפילט זיך דא אויס פארענט פון זייערע אויגען, אבער נאכמער אומבאגרייפלעך איז געווען ''דיין'' צער.
ניין ברידער, מיר האבן נישט געזען קיין קליינע קאפלעך, קאלירטע העמעדער , און דזשינס הויזן... אינז האבן געזען א פארווייטאגט בלוטיג הארץ וואס זיכט זיך אליינס און וועלט ווי ער זעהט נאר פיינט און שלעכטס.
טאטי און מאמי האבן דאס געזען, איך האב דאס געזען, די אנדערע געשוויסטער האבן דאס געזען. אבער נאך איינער האט דאס באמערקט און ער האט דאס אויסגעניצט פאר זיינע אייגענע שוידערליכע געלטגייציגע צוועקן דורכן דיר פארשלאגן אן אנבאט וואס די האסט דאן נישט געהאט די כוחות אפצוזאגען.
געקומען צו דיר איז ער מיטן פולען חסידישן לבוש און טראגע און דיר אנגעטראגען אן א.ג. 'לעזונג' צו אלע דיינע פראבלעמען און מיטמאכענישן.
געמאכט האט ער עס אזוי גלאנציג און שיין, געזאגט האט ער דיר אז ער זעלבסט ניצט דאס, מבטיח געווען אז האלב שטאט טוט דערין, דיר איינגערעדט אז ער מיינט גאר דיין טובה און נישט זיין געלט...

ביסט נישט בייגעשטאנען די נסיון.

אנגעהויבן האט זיך עס מיט א שמעק דא און א גערוך דארט, מיר האבן זיך אבער נאך געלאזט/געוואלט נער'ן אז ס'קומט נישט פון דיר נאר פון די 'חברים' מיט וועם די דרייסט דיך.
אבער ווי דער כלל ביי די סחורה איז אז איינס ברענגט צוויי און צוויי ברענג פיר, האסטו עס צו לאנג נישט געקענט באהאלטען.
ס'האט זיך אנגעהויבן מיט ציגארעטלעך מיט אן 'אינטערסאנטע' גערוך און טשאקלאד באר'ס, אבער פון דארט איז ליידער געווען א קאצן-שפרינג צו שטויב, בראוני'ס, און ביזן זיך זעלבסט שטעכן...
הוי! ס'כאפט א שוידער זיך צו דערמאנען פון יענע צייטן, די זכרונות פון די טעג מיט דיינע ליידיגע אויגן, דיינע ווילדע אומקאנטראלירבארע געלעכטער און געוויין אויסברוכען, דיינע הבטחות צו זיך אליינס יעדען טאג אז 'די הערסט אויף יעצט', שיקט שאק כוואליעס איבער מיין גאנצע קערפער יעצט בשעת איך זיץ און שרייב.
דיין געלטגייציגע 'סופלייער' האט נישט אויפגעהערט דיר צו ברענגען 'בעסערע' און 'שטערקערע' סחורה, די האסט אינז פון צייט צו צייט פרובירט מבטיח צו זיין אז די ווייסט וואס די טוסט, אבער די היפש אפטע רופן פון שפיטאל אדער פאליציי אז מ'האט דיר געפינען און א זייטיג געסל באוואוסטלאז האט אונז שוין פארציילט דאס ווארהייט....
ביי א געוויסע פונקט האסטו זיך יא דערכאפט, און זיך פרייוויליג איינגעשריבן אין א ריהעב פאר דראג אדיקציע, מיר די פאמיליע האבן גערן געצאלט די 'טאטע געלט' וואס די פראגראמען קאסטען אבי דיר ארויסצונעמען פון דיין קלעם און צוריקבאקומען אינזער ברידער.
דורכאויס די היפש רואיגע תקופה האסטו זיך צו מיר מערערע מאל ארויסגעכאפט מיט די ווערטער 'איך בין איהם נישט מוחל...' אינז אלע האבן גאנץ גוט געוויסט ווער דער 'ער' איז.

טייערע ברידער. מיין גאנצע גוף ציטערט, און איז באדעקט מיט א קאלטע שווייס ווען איך דערמאן זיך די מינוט ווען די טעלעפאון קאול איז אנגעקומען.

מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ, ווייל דיין הארץ האט אויפגעהערט קלאפן.

אויף אינזער היסטערישע אנפראגע וויאזוי דאס האט געקענט יעצט פאסירען איז די ענטפער געווען שודערליך און קלאר. נאכן וויילען אינעם סענטער פאר א שיינעם תקופה איז דיין צארטע גוף שוין נישט געווען געוואינט צו נעמען אזוינע גרויסע דאזעס ווי בעפאר, אבער דא איז ווידער אריינגעקומען אינעם בילד דער נחש הקדמוני מיטן חסידישן פרצוף וואס פילענדיג אז ער פארלירט אזא פעטן העכטל ווי דיר און זיינע קעשענע'ס וועלן אביסעל דינער ווערן, האט ער דיר ארויסגענימען פאר א נאכטמאל און דיר דערביי געשאנקען א 'מתנה' וואס איז ליידער געווען דיין איין וועג טיקעט צום עולם שכולו טוב.

ברידער טייערע, די ביסט שוין אויפן עולם האמת. דאס אז די האסט פארמאגט א בחירה און זיך געדארפט שטארקען, איז אוודאי אמת.

אבער איז דיין 'סופלייער גענצליך ריין פון שולד?

אוודאי און אוודאי נישט!

און צו קען איך דאס פארשווייגען?

ניין. ניין. און נאכאמאל ניין!

קול דמי אחינו צעקים אלי מן האדמה.
זייער טרויעריג און ליידער נישט די איינציגע. ליידער איז סאבסטענס עביוז א וואהרהייט אין אונזער סוסייעטי.
מטעם מיין פראפעשאן בין איך אביסל אינוואלווד פון צייט צו צייט אין די קעיסעס. איך וועל נאר שרייבן דא וועגן צוויי פון די פילע וואס איך האב באגעגענט.

די זוממער איז א געווען אין א געוויסע קעמפ, נישט זייער א היימישע, וואס איינער האט אריינגענארט ביי א פארטי א אינגע בחור וואס איז געווען א קאונסעלער צו נעמען געווירצען, און דער בחור, וואס איז געווען א תמימות'דיגער בחור'ל האט נישט געקענט ביישטיין די פעיר פרעשור און ער האט גענומען נאר א פיצקל. ביזדערווייל האט דער בחור געהאט א ריעקשאן און עס איז געווען סכנות נפשות. ווען מען האט פארגעהאלטן דער איד וואס האט דאס אויסגעטיילט האט ער נישט פארשטאנען וואס ער האט שלעכטס געטוהן.

די צווייטער מעשה איז געשען מיט א 15 יעריגער ישיבה בחור שלא טעם חטא וואס איז אהיים געקומען פון א קידוש איין שבת מיטאג מיט א פאר חדשים צוריק און ער איז צוזאמגעפלן. די עלטערן האבן גערופען הצלה און מען אים גענומען אין שפיטאל ווי ער איז געווען אין א כמו קאומע ביז זונטאג. אין א בלאד-טעסט וואס די שפיטאל האט גענומען האבן זיי געזען אז ער איז THC פאסאטיוו. ווען די בחור האט זיך דערוועקט האט מען אים אויסגעפרעגט וואס ווען ווי. און ער האט געשוואוירען אז ער האט גארנישט שלעכסט געטוהן, ווייל דער אמת איז אז דער בחור האט טאקע גארנישט געטוהן. ביז ווען מען האט געכאפט אז ביים קידוש איז געווען טשאקאלאדעס און ער בתמימות נפשו האט אויכט גענומען.

אבער איך בין זיכער ביי מיר אז א גרויס חלק איז שילדיג די קידושים וואס עס גיסען זיך דארטן אלע ערליי ברויפנס און וויינען פריי פאר אלע צו נעמען נישט קיין חילוק גרויס אדער קליין. אלקאהאל איז טאקע נישט קיין דראגס אבער עס איז א סאבסטענס וואס מען ווערט צוגעבינדן צו דעם און עס האט ליידער געקאסא אסאך אלקאליסטן פאר אונזער סאסייעט. די אווערנעס דארף אריינעמען אלקאהאל פונקט אזוי ווייל דארט פאנגט זיך דאס אן.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
ארשיווער ראש הקהל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 05, 2022 7:25 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארשיווער ראש הקהל »

ליידער זענען רוב פון די תגובות גארנישט קיין גזמאות איך בין פערזענליך באקאנט מיט עטליכע מעשה'לעך פון "ערליכע" בחורים/יונגעלייט וואס זענען אריין געפירט געווארן אין שפיטאל אין א ערנסטע מצב נאכן פארזיכן צו סאך... פאר די עלטערן און פאר די גאס האט מען געזאגט אז ער האט זיך אנגעטרינקן... די מצב איז זייער ביטער ספעציעל די מענטשן (וואס ווייל זיי שפירן זיך שלעכט אז זיי זענען דארט..) אפערן זײ פאר בחנם צו פארזוכן אין זענען נאך מסביר אז מאריכוואנע איז געזונטער ווי נארמאלע צוגרעטלעך (אפי' ווען ס'איז ווען אמת. ליידער ענדיגט זיך עס קיינמאל נישט ביי דעם) אין דער תמימות'דיגע בחור'ל (וואס זיין טאג איז פונקט נישט געווען די בעסטע) קויפט עס ליידער אפ אין דער וועג ארויס איז שוין הימלשרייענד..
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

הייכי, מורא'דיג קלארע דיבורים. א מעסטערפיעס פון א באשרייבונג.

ווער וואלט געגלייבט פאר צען צוואנציג יאר צוריק, אז אין תשפ"ב וועט מען זיך דארפן בעטן: טייערע אידן, געבט אכטונג / לאזט אייך אפ פון דראגס!

כ'ווייס אז ס'אלץ געווען א מיעוט שאינו מצוי וואס האט גענאשט דערפון. כ'האב אליין א קרוב (נישט גאר נאנט) וועלכער האט שוין 50+ יאר צוריק געליטן אויף דעם, און האט זיך וואונדערליך ארויסדערזען דערפון (כ'בין נישט באקאנט מיט די גענויע פרטים וויאזוי). ב"ה יענער האט נאכדעם פיין חתונה געהאט און האט היינט וואוילע אייניקלעך און אור-אייניקלעך.

אבער אז ס'זאלן פאלן אזוי פיל קרבנות דערפון? דאס איז שרעקעדיג! ר' זכריה וואלערשטיין ז"ל האט א געוואלד גערודערט, געטון און זיך אפגעגעבן מיט דעם נושא, ער האט אין די לעצטע יארן גערעדט פון נומערן ווי 200 נפשות א יאר. פחד פחדים!

מ'האקט מיר דא אינגרויסן. הלואי האקט מען אזוי אן די דראג דילערס...
אוועטאר
בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 10:39 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוקר »

נשמת השכל האט געשריבן:
ליידיגע מענטשן פילן זיך אן מיט סיי וואס.

אנגעפילטע מענטשן דארפן זיך נישט אנפילן.


די ערשטע איז די פראבלעם און די לעצטע איז די סעלושען.
גיט ארויסגעברענגט
;l;p-
די זין שיינט אפילו ווען עס איז פארוואלקענט, דו זעהסט עס נאר נישט...
קיינמאל אויפגעבן
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:46 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל אויפגעבן »

מרנן ורבנן האט געשריבן:

אבער איך בין זיכער ביי מיר אז א גרויס חלק איז שילדיג די קידושים וואס עס גיסען זיך דארטן אלע ערליי ברויפנס און וויינען פריי פאר אלע צו נעמען נישט קיין חילוק גרויס אדער קליין. אלקאהאל איז טאקע נישט קיין דראגס אבער עס איז א סאבסטענס וואס מען ווערט צוגעבינדן צו דעם און עס האט ליידער געקאסא אסאך אלקאליסטן פאר אונזער סאסייעט. די אווערנעס דארף אריינעמען אלקאהאל פונקט אזוי ווייל דארט פאנגט זיך דאס אן.
עעעעעעענדליך האט שוין איינער דאס אויפגעברענגט, איך האב מיך איינגעהאלטן וועגן אפשר וועט דאס אוועקנעמען די פאקוס פון די פותח האשכול.

ס'איז נישט נארמאל וואס גייט פאר, יעדער זאל זיך גוט אומקוקן דעם שבת אין אלע קאנטריס ביי די קידוש קלאבס, ס'כאפט א פחד וויאזוי יונג און אלט שאשקען זיך אן מיט כל מיני אלקעהאלישע געטראנקען און פאקסיס, יונגעלייט און בחורים פארן אוועק הויעך, איך קען מענטשן (יא, די נושא בין איך שוין יא אביסל באקאנט) וואס קענען נישט אריבער גיין א יומא דפגרא אן זיך אנשיכורען, דאס לעבן ווייב און קינדער איז צו באורינג און פעינפאל, דאס טראגט זיי אוועק אביסל.

ודי בזה.
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

מרנן ורבנן האט געשריבן:
מרנן ורבנן האט געשריבן:
באבע מעשה האט געשריבן:
לכבוד מיין טייערע ברידער.

ניין. די קענסט דאס שוין טאקע נישט ליינען, אבער מיין בלוט פארשמירטע הארץ און מיינע פארטרערטע אויגן קענסטו אוודאי נאך זעהן...

מיין טייערע ברידער איך בענק זיך נאך דיר.

אינאיינעם זענען מיר אויפגעוואקסען, צווישן די זעלבע פיר ווענט האבן מיר געטאנצען און זיך געשלאגן, און איין נעסט האבן מיר זיך געהאדעוועט, פון איין פאר עלטערן האבן מיר ביידע גענאסן פון אן ענדלאזע קוואל פון ליבשאפט און ווארעמקייט, צוזאמען האבן מיר געלאכט און געוויינט... ווי ברידער, אמת'ע ברידער.
אבער ווען אינז האב אנגעהויבן אינטערוואקסען האבן זיך אינזערע דיפערנצען מער אנגעהויבן ארויסצושיילען, בעת וואס איך בין געווען מער דער אויבערפלעכליכע, פרייליכע, ליפטיגע טיפ האסטו זיך ארויסגעשטעלט צו זיין מער א סענסיטיווער, פארמאכטע נשמה.
דיינע איידעלע צארטע געפילן אינאיינעם מיט דיין הערמעטיש פארמאכטע כאראקטער האבן געפאדערט עקסטערע דאזעס פון ווארימקייט און ליבשאפט וואס אינזערע געטרייע עלטערען האבן דיר דאס אוודאי גערן געשאנקען.
אבער, דיינע אנדערע ארומיגע האבן דיינע ספעציעלע געפילן נישט אזוי גוט אויפגעכאפט, און בשוגג און אומדירעקט געטרויטן און אריינגעשניטען אין דיינע ווייכע האקעלע געפילן, אנגרייטענדיג און אויספלאסטערענדיג די רעזולטאטן וואס האט נישט געשפעטיגט צו קומען.
איך וועל נישט אריינגיין און די גאנצע אריכות וויאזוי פונקטליך דאס איז צוגעגאנגען אבער אין א גאר קורצע צייט האסטו זיך געפינען אויפן גאס און זיך דרייענדיג איבערן טאג מיט כל צרוע וכל זב...
ווערטער זענען צו ארעם צו באשרייבן די צער פון אינזערע עלטערען און פון די גאנצע פאמיליע וואס האבן ליידער צוגעזען ווי די בראך שפילט זיך דא אויס פארענט פון זייערע אויגען, אבער נאכמער אומבאגרייפלעך איז געווען ''דיין'' צער.
ניין ברידער, מיר האבן נישט געזען קיין קליינע קאפלעך, קאלירטע העמעדער , און דזשינס הויזן... אינז האבן געזען א פארווייטאגט בלוטיג הארץ וואס זיכט זיך אליינס און וועלט ווי ער זעהט נאר פיינט און שלעכטס.
טאטי און מאמי האבן דאס געזען, איך האב דאס געזען, די אנדערע געשוויסטער האבן דאס געזען. אבער נאך איינער האט דאס באמערקט און ער האט דאס אויסגעניצט פאר זיינע אייגענע שוידערליכע געלטגייציגע צוועקן דורכן דיר פארשלאגן אן אנבאט וואס די האסט דאן נישט געהאט די כוחות אפצוזאגען.
געקומען צו דיר איז ער מיטן פולען חסידישן לבוש און טראגע און דיר אנגעטראגען אן א.ג. 'לעזונג' צו אלע דיינע פראבלעמען און מיטמאכענישן.
געמאכט האט ער עס אזוי גלאנציג און שיין, געזאגט האט ער דיר אז ער זעלבסט ניצט דאס, מבטיח געווען אז האלב שטאט טוט דערין, דיר איינגערעדט אז ער מיינט גאר דיין טובה און נישט זיין געלט...

ביסט נישט בייגעשטאנען די נסיון.

אנגעהויבן האט זיך עס מיט א שמעק דא און א גערוך דארט, מיר האבן זיך אבער נאך געלאזט/געוואלט נער'ן אז ס'קומט נישט פון דיר נאר פון די 'חברים' מיט וועם די דרייסט דיך.
אבער ווי דער כלל ביי די סחורה איז אז איינס ברענגט צוויי און צוויי ברענג פיר, האסטו עס צו לאנג נישט געקענט באהאלטען.
ס'האט זיך אנגעהויבן מיט ציגארעטלעך מיט אן 'אינטערסאנטע' גערוך און טשאקלאד באר'ס, אבער פון דארט איז ליידער געווען א קאצן-שפרינג צו שטויב, בראוני'ס, און ביזן זיך זעלבסט שטעכן...
הוי! ס'כאפט א שוידער זיך צו דערמאנען פון יענע צייטן, די זכרונות פון די טעג מיט דיינע ליידיגע אויגן, דיינע ווילדע אומקאנטראלירבארע געלעכטער און געוויין אויסברוכען, דיינע הבטחות צו זיך אליינס יעדען טאג אז 'די הערסט אויף יעצט', שיקט שאק כוואליעס איבער מיין גאנצע קערפער יעצט בשעת איך זיץ און שרייב.
דיין געלטגייציגע 'סופלייער' האט נישט אויפגעהערט דיר צו ברענגען 'בעסערע' און 'שטערקערע' סחורה, די האסט אינז פון צייט צו צייט פרובירט מבטיח צו זיין אז די ווייסט וואס די טוסט, אבער די היפש אפטע רופן פון שפיטאל אדער פאליציי אז מ'האט דיר געפינען און א זייטיג געסל באוואוסטלאז האט אונז שוין פארציילט דאס ווארהייט....
ביי א געוויסע פונקט האסטו זיך יא דערכאפט, און זיך פרייוויליג איינגעשריבן אין א ריהעב פאר דראג אדיקציע, מיר די פאמיליע האבן גערן געצאלט די 'טאטע געלט' וואס די פראגראמען קאסטען אבי דיר ארויסצונעמען פון דיין קלעם און צוריקבאקומען אינזער ברידער.
דורכאויס די היפש רואיגע תקופה האסטו זיך צו מיר מערערע מאל ארויסגעכאפט מיט די ווערטער 'איך בין איהם נישט מוחל...' אינז אלע האבן גאנץ גוט געוויסט ווער דער 'ער' איז.

טייערע ברידער. מיין גאנצע גוף ציטערט, און איז באדעקט מיט א קאלטע שווייס ווען איך דערמאן זיך די מינוט ווען די טעלעפאון קאול איז אנגעקומען.

מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ, ווייל דיין הארץ האט אויפגעהערט קלאפן.

אויף אינזער היסטערישע אנפראגע וויאזוי דאס האט געקענט יעצט פאסירען איז די ענטפער געווען שודערליך און קלאר. נאכן וויילען אינעם סענטער פאר א שיינעם תקופה איז דיין צארטע גוף שוין נישט געווען געוואינט צו נעמען אזוינע גרויסע דאזעס ווי בעפאר, אבער דא איז ווידער אריינגעקומען אינעם בילד דער נחש הקדמוני מיטן חסידישן פרצוף וואס פילענדיג אז ער פארלירט אזא פעטן העכטל ווי דיר און זיינע קעשענע'ס וועלן אביסעל דינער ווערן, האט ער דיר ארויסגענימען פאר א נאכטמאל און דיר דערביי געשאנקען א 'מתנה' וואס איז ליידער געווען דיין איין וועג טיקעט צום עולם שכולו טוב.

ברידער טייערע, די ביסט שוין אויפן עולם האמת. דאס אז די האסט פארמאגט א בחירה און זיך געדארפט שטארקען, איז אוודאי אמת.

אבער איז דיין 'סופלייער גענצליך ריין פון שולד?

אוודאי און אוודאי נישט!

און צו קען איך דאס פארשווייגען?

ניין. ניין. און נאכאמאל ניין!

קול דמי אחינו צעקים אלי מן האדמה.
זייער טרויעריג און ליידער נישט די איינציגע. ליידער איז סאבסטענס עביוז א וואהרהייט אין אונזער סוסייעטי.
מטעם מיין פראפעשאן בין איך אביסל אינוואלווד פון צייט צו צייט אין די קעיסעס. איך וועל נאר שרייבן דא וועגן צוויי פון די פילע וואס איך האב באגעגענט.

די זוממער איז א געווען אין א געוויסע קעמפ, נישט זייער א היימישע, וואס איינער האט אריינגענארט ביי א פארטי א אינגע בחור וואס איז געווען א קאונסעלער צו נעמען געווירצען, און דער בחור, וואס איז געווען א תמימות'דיגער בחור'ל האט נישט געקענט ביישטיין די פעיר פרעשור און ער האט גענומען נאר א פיצקל. ביזדערווייל האט דער בחור געהאט א ריעקשאן און עס איז געווען סכנות נפשות. ווען מען האט פארגעהאלטן דער איד וואס האט דאס אויסגעטיילט האט ער נישט פארשטאנען וואס ער האט שלעכטס געטוהן.

די צווייטער מעשה איז געשען מיט א 15 יעריגער ישיבה בחור שלא טעם חטא וואס איז אהיים געקומען פון א קידוש איין שבת מיטאג מיט א פאר חדשים צוריק און ער איז צוזאמגעפלן. די עלטערן האבן גערופען הצלה און מען אים גענומען אין שפיטאל ווי ער איז געווען אין א כמו קאומע ביז זונטאג. אין א בלאד-טעסט וואס די שפיטאל האט גענומען האבן זיי געזען אז ער איז THC פאסאטיוו. ווען די בחור האט זיך דערוועקט האט מען אים אויסגעפרעגט וואס ווען ווי. און ער האט געשוואוירען אז ער האט גארנישט שלעכסט געטוהן, ווייל דער אמת איז אז דער בחור האט טאקע גארנישט געטוהן. ביז ווען מען האט געכאפט אז ביים קידוש איז געווען טשאקאלאדעס און ער בתמימות נפשו האט אויכט גענומען.

אבער איך בין זיכער ביי מיר אז א גרויס חלק איז שילדיג די קידושים וואס עס גיסען זיך דארטן אלע ערליי ברויפנס און וויינען פריי פאר אלע צו נעמען נישט קיין חילוק גרויס אדער קליין. אלקאהאל איז טאקע נישט קיין דראגס אבער עס איז א סאבסטענס וואס מען ווערט צוגעבינדן צו דעם און עס האט ליידער געקאסא אסאך אלקאליסטן פאר אונזער סאסייעט. די אווערנעס דארף אריינעמען אלקאהאל פונקט אזוי ווייל דארט פאנגט זיך דאס אן.
פאר די אלע וואס זאגן אז זיי האבן נישט געהערט פון קיין טויטע, ווייס איך נישט וואס צו זאגן ווייל איך קען נישט קיין קלינישע טויטע פון קיין געווירצען, אבער נפשית'דיגע טויטע קען איך ליידער צו סאך.

איך קען "טויטע" אינגעלייט וואס זענען אויף געווירצען און זייער נשמה איז אויסגעלאשען, זייער שלום בית אין דער ערד, די שזאב איז שוין לאנג קאפוט, און די קינדער וויינען ביים מאמע ווען גייט שוין טאטי זיך גוט פילען, אלעס ווייל ער דארף זייל פיקס אוו די דעי און "איך ווייס וואס איך טו".

איך קען "טויטע" בחורים וואס זענען נעבך לא בעלמא, זיי שוועבן און אנדערע וועלטן, זייערע עלטערן קענען נישט צו זיך קומען, זייערע געשוויסטער קענען נישט האבן א נארמאל לעבן, און זיי לעבען און עולם התוהו. אלעס ווייל עס איז אווערנעס קיינמאהל נישט געווען און ער האט געמיינט אז ער שפילט זיך סתם ארום מיט עפעס וואס איז אזוי ווי א ציגארעטל..

איך קען "טויטע" מיידלעך וואס האבן נישט קיין שום אויטלוק פאר לייף, זייער חבר'טעס קענען צו איר נישט רעדן, קיין שזאב האט זי נישט, אלעס ווייל זי איז געווארן צו געבינדן צו פעינקילערס אבער מען האט נישט געמאכט די אווערנעס וואס עס וואלט געדארפט צו זיין.

ליבי על חלליהם
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

קיינמאל אויפגעבן האט געשריבן:
מרנן ורבנן האט געשריבן:

אבער איך בין זיכער ביי מיר אז א גרויס חלק איז שילדיג די קידושים וואס עס גיסען זיך דארטן אלע ערליי ברויפנס און וויינען פריי פאר אלע צו נעמען נישט קיין חילוק גרויס אדער קליין. אלקאהאל איז טאקע נישט קיין דראגס אבער עס איז א סאבסטענס וואס מען ווערט צוגעבינדן צו דעם און עס האט ליידער געקאסא אסאך אלקאליסטן פאר אונזער סאסייעט. די אווערנעס דארף אריינעמען אלקאהאל פונקט אזוי ווייל דארט פאנגט זיך דאס אן.
עעעעעעענדליך האט שוין איינער דאס אויפגעברענגט, איך האב מיך איינגעהאלטן וועגן אפשר וועט דאס אוועקנעמען די פאקוס פון די פותח האשכול.

ס'איז נישט נארמאל וואס גייט פאר, יעדער זאל זיך גוט אומקוקן דעם שבת אין אלע קאנטריס ביי די קידוש קלאבס, ס'כאפט א פחד וויאזוי יונג און אלט שאשקען זיך אן מיט כל מיני אלקעהאלישע געטראנקען און פאקסיס, יונגעלייט און בחורים פארן אוועק הויעך, איך קען מענטשן (יא, די נושא בין איך שוין יא אביסל באקאנט) וואס קענען נישט אריבער גיין א יומא דפגרא אן זיך אנשיכורען, דאס לעבן ווייב און קינדער איז צו באורינג און פעינפאל, דאס טראגט זיי אוועק אביסל.

ודי בזה.
כ'מיין ס'איז א שאד אז מ'שטעלט צאם די זיך אנטרינקען מיט אלקאהאל אין א יומא דפגרא צו די וואס נעמען דראגס.

דאס איז וואס איינער האטנפריער האט פריער געשריבן אז ווען מ'שטעלט צאם ציגערעטל מיט דראגס וועט מען ביידע 'יא' נעמען
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 10:39 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוקר »

יעצט דורכגעליינט פון אנהייב ביז אהער כ'קען נישט ציזיך קומען...
מ'דארף אויפרידערן דעם עולם...
די זין שיינט אפילו ווען עס איז פארוואלקענט, דו זעהסט עס נאר נישט...
קיינמאל אויפגעבן
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:46 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל אויפגעבן »

אושפיזין האט געשריבן:
קיינמאל אויפגעבן האט געשריבן:
מרנן ורבנן האט געשריבן:

אבער איך בין זיכער ביי מיר אז א גרויס חלק איז שילדיג די קידושים וואס עס גיסען זיך דארטן אלע ערליי ברויפנס און וויינען פריי פאר אלע צו נעמען נישט קיין חילוק גרויס אדער קליין. אלקאהאל איז טאקע נישט קיין דראגס אבער עס איז א סאבסטענס וואס מען ווערט צוגעבינדן צו דעם און עס האט ליידער געקאסא אסאך אלקאליסטן פאר אונזער סאסייעט. די אווערנעס דארף אריינעמען אלקאהאל פונקט אזוי ווייל דארט פאנגט זיך דאס אן.
עעעעעעענדליך האט שוין איינער דאס אויפגעברענגט, איך האב מיך איינגעהאלטן וועגן אפשר וועט דאס אוועקנעמען די פאקוס פון די פותח האשכול.

ס'איז נישט נארמאל וואס גייט פאר, יעדער זאל זיך גוט אומקוקן דעם שבת אין אלע קאנטריס ביי די קידוש קלאבס, ס'כאפט א פחד וויאזוי יונג און אלט שאשקען זיך אן מיט כל מיני אלקעהאלישע געטראנקען און פאקסיס, יונגעלייט און בחורים פארן אוועק הויעך, איך קען מענטשן (יא, די נושא בין איך שוין יא אביסל באקאנט) וואס קענען נישט אריבער גיין א יומא דפגרא אן זיך אנשיכורען, דאס לעבן ווייב און קינדער איז צו באורינג און פעינפאל, דאס טראגט זיי אוועק אביסל.

ודי בזה.
כ'מיין ס'איז א שאד אז מ'שטעלט צאם די זיך אנטרינקען מיט אלקאהאל אין א יומא דפגרא צו די וואס נעמען דראגס.

דאס איז וואס איינער האטנפריער האט פריער געשריבן אז ווען מ'שטעלט צאם ציגערעטל מיט דראגס וועט מען ביידע 'יא' נעמען
100 פראצענט אמת, פארדעם שרייב איך דאך אז איך האב עס נישט געוואלט ארויפברענגען...אבער ס'איז א זאך וואס פארדינט אן אייגענעם אשכול.

צוריק צום נושא...
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6209
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

מענין לענין פארציילט מיר מיין נאנטע חבר אז ער האט עטליכע טעג צוריק געכאפט א שמועס מיט א יונגערמאן און יענער האט אים אראפגעלייגט צו וואספארא אורות ער איז זוכה דורך געוויסע סארט פון די מאשרומס. ס׳איז דא א.ג. משפיעים וואס לערנען אויס וויאזוי צו עס אויסצונוצן לטובה און מ׳זעהט ממש גלויים נפלאים, בלי גוזמא. שומו שמים!

די מבינים ווייסן זיכער פון וואס איך רעד.
אני הוא הנער, נער המדבר
Clm
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Clm »

היכי תמצא האט געשריבן:
מנע מגפה מנחלתך.
א חבר מיינע זאגט מיר א שטיק צייט צירוק אז ער איז געוועזן דארט אין דארט אין איינער האט אים געגעבן צי פראבירען אביסעל פין די סחורה איך האב פראבירט אפאר מאל צי רעדן צי אים דערפין אבער ער האלט נישט דערביי
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

ער זאגט דאך אז די הפקירות ביי די קידושים האצעך צעלאזט, און פון דארט איזעס געפארן ווייטער צו די געווירצן,

און צום פותח האשכול: גוט האסטו געטוהן מיט די אווערנעס זאל עס זיין לע״נ,

יעדער איינער מיט גוטע געדאנקען, @היכי תמצא טאפד איט אףף!

ווי זאגט נאר @טישטוך ׳רבש״ץ לייז אונז אויס אלס מענטשן ווי איידער אלס משוגעים חלילה
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

חוח בין השושנים האט געשריבן:
הייכי, מורא'דיג קלארע דיבורים. א מעסטערפיעס פון א באשרייבונג.

ווער וואלט געגלייבט פאר צען צוואנציג יאר צוריק, אז אין תשפ"ב וועט מען זיך דארפן בעטן: טייערע אידן, געבט אכטונג / לאזט אייך אפ פון דראגס!

כ'ווייס אז ס'אלץ געווען א מיעוט שאינו מצוי וואס האט גענאשט דערפון. כ'האב אליין א קרוב (נישט גאר נאנט) וועלכער האט שוין 50+ יאר צוריק געליטן אויף דעם, און האט זיך וואונדערליך ארויסדערזען דערפון (כ'בין נישט באקאנט מיט די גענויע פרטים וויאזוי). ב"ה יענער האט נאכדעם פיין חתונה געהאט און האט היינט וואוילע אייניקלעך און אור-אייניקלעך.

אבער אז ס'זאלן פאלן אזוי פיל קרבנות דערפון? דאס איז שרעקעדיג! ר' זכריה וואלערשטיין ז"ל האט א געוואלד גערודערט, געטון און זיך אפגעגעבן מיט דעם נושא, ער האט אין די לעצטע יארן גערעדט פון נומערן ווי 200 נפשות א יאר. פחד פחדים!

מ'האקט מיר דא אינגרויסן. הלואי האקט מען אזוי אן די דראג דילערס...
יאפ. ר' זכריה וואלערשטיין ז"ל איז געווען א צדיק! זאל אים די זכותים ביישטיין אין עולם האמת.

ער האט אויך געפירט א שולע מיט דארמיטארי פאר מיידלעך וואס זענען ליידער געפאלן (פון די 14), פון אלע עקן וועלט. פון א"י ביז קאליפארניע האט ער געהאט מיידלעך וואס זענען געקומען צו זיין שולע. די מיידלעך האבן געדארפט נעמען דראג טעסטס לויט ווען די שולע האט פארלאנגט. ער האט אזויפיל נפשות געראטעוועט.

רוב זענען געקומען פון צופארענע שטובער און ער האט די מיידלעך אוועקגעשטעלט על דרך הישר.

ער האט טאקע אפגעהיטן זיינע מיידלעך פון די דראג שטופערס. ווען ער פלעגט אויסגעפונען אז זיינע מיידלעך האבן זיך געדרייט ביי א ספעציפישע דראפ-אוט וואס האט זיי געגעבן דראגס, האט ער געשיקט ווארענונגען אז אויב זיי הערן נישט אויף זאפארט, דאן וועט ער זיי איבערגעבן צו די אויטאריטעטן.

עס האט אייביג געווירקט, די חברה האבן פון אים געציטערט.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

Clm האט געשריבן:
א חבר מיינע זאגט מיר א שטיק צייט צירוק אז ער איז געוועזן דארט אין דארט אין איינער האט אים געגעבן צי פראבירען אביסעל פין די סחורה איך האב פראבירט אפאר מאל צי רעדן צי אים דערפין אבער ער האלט נישט דערביי
איך בין מיט דיר, איך פארשטיי דיר. מיין חבר האט גענצליך אויפגעהערט רעדן מיט מיר יעדעס מאל ער איז צוריקגעפאלן. איך האב זיך געשפירט איינער אליינס אנטקעגן די כוח פון די דראגס.

אפשר קענסטו גיין צו איינעם וואס דו ווייסט אז ער קען האבן א שטערקערע השפעה אויף אים? אפשר נעם דיך צוזאם מיט נאך אפאר חברים און פרוביר צוזאמען צו רעדן צו אים? אפשר א דיין/משפיע צו וועם ער הערט דיך צו?

ס'ווענדט זיך ווי ווייט דו האלטסט אז דו זאלסט גיין. אפילו אויב עס קען אים אריינלייגן אין טראבל, אויב רעדט זיך עס פון די שעדליכע סובסטאנצן, זיי שוקל צו דו זאלסט גיין צו זיין פאמיליע אדער אנדערע וואס קענען זיכער מאכן אז ער זאל זיך נישט קענען ארויסדרייען פון ענטפערן.

איך וויל דיר נישט זאגן דא אויף אייוועלט וואס דו זאלסט טון אין ריעל לייף. איך קען נישט די מצב אזוי ווי דיר, אבער אויב ס'קוקט דיר אויס אז ער האט גענומען עפעס שעדליך און דו קענסט אים צוריקהאלטן פון אריינפאלן, דאן דריי איבער א וועלט אפילו אויב ער וועט דיר פיינט האבן. אויב דו וועסט אים מיט דעם ראטעווען דאן איז עס ווערד.

אבער ניץ דיין שכל הישר. איך קען דיר נישט זאגן גענוי וואס צו טון אויף אייוועלט. טו לויט ווי אזוי דו פארשטייסט די מצב איז און וואס עס האט די גרעסטע שאנס צו העלפן. איך וואונטש דיר הצלחה.
אומאן
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 10, 2022 6:46 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאן »

איך האב דא נעכטן מפקפק געוווען אין די ווארהייט פון די נאמבערס 'הונדערטע טויטע'
עס איז שוין צו געקומען אהער נאך אפאר בלעטער און איך זע אז איך בין נישט די איינציגסטער וואס וואונדערט זיך ווער זענען די מענטשן וואס שטארבן? פארוואס ווייס איך נישט פון קיין איינס בו בזמן וואס אנדערע ווייסן פון הונדערטע, און אנדערע וואס גייען גאר אין שיקום פאר לענגערע צייט. אתמהה!
עטיש
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 1:54 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עטיש »

ס'הארץ רייסט
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

איך האב גערעדט צו א גאר נאנטע אין די פעלד האט ער מיך געזאגט אז ס’גייען בערך 100 ”היימישע” א יאר! און דאס איז שוין געווען אפאר יאר צוריק!

שטעל דיך פאר 10 יאר 1000 נפשות, און יעצט קום טענה’ן אז מאראוואנע איז געזונטער ווי סתם ציגערעטליך.
עטיש
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 1:54 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עטיש »

אומאן האט געשריבן:
איך האב דא נעכטן מפקפק געוווען אין די ווארהייט פון די נאמבערס 'הונדערטע טויטע'
עס איז שוין צו געקומען אהער נאך אפאר בלעטער און איך זע אז איך בין נישט די איינציגסטער וואס וואונדערט זיך ווער זענען די מענטשן וואס שטארבן? פארוואס ווייס איך נישט פון קיין איינס בו בזמן וואס אנדערע ווייסן פון הונדערטע, און אנדערע וואס גייען גאר אין שיקום פאר לענגערע צייט. אתמהה!
די נאנטע ווייסן נעבעך אבער פאר די גאס איז מען מפרסם אנדערע סיבות מחמת בושה
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

פארווייטאגט האט געשריבן:
אומאן האט געשריבן:
איך ליין דא דער מעשה און איך זע אז די עולם דא נעמס עס ערענסט
איך ווייס נישט
איך האב קיינמאל נישט געהערט אפילו פון 1 טויטע בחור אדער מיידל דורך צמחים
בין איך משוגע? נאיוו?
איך געדענק סך הכל איין מאל א מעשה מיט א גאר וואוילע בחור און דעמאללט איז געווען אזעלכע וואס האבן געוואלט אזוי זאגן אבער די משפחה איז געווען זייער ברוגז און אלע האבן געשריגן אז לא דובים ולא יער עס האט גארנישט געהאט מיט דעם. און לכאורה איז עס טאקע אזוי געווען. מ'האט גארנישט געזען אויף דעם
בלייב געזונט האט געשריבן:
ס'איז א ביטערער פאקט וואס גייט פאר, אינגעלייט און בחורים וואס זענען אויף די סחורה רח''ל

אבער פון קיין טויטע האב איך נישט געהערט (גראדע יא איין פאל וואס איז געווען מפורסם), איינער קען מיר מסביר זיין וויאזוי מען קען פארדעקן "הונדערטער" טויטע וואס חסד של אמת באגראבט?
און אויב רעדט מען פון היימישע פון וויליאמסבורג מאנרא און ווי איינער שרייבט דא אפי' סקווירא, פארוואס ווערן זיי נישט באגראבן אין קרית יואל אדער אין סקווירא?

סארי פאר די עם הארצישע קשיא אבער עפעס מאכט נישט קיין סענס דא.

איך שטיי דא און ווינדער זיך פונקט ווי ענק.

קען זיין דאס איז ריכטיג?
און איך ווייס פון גארנישט?
מענטשען שטארבן, און חברים מיינען זיי זענען נאך דא? קיינער ווייסט נישט?

אפשר איז טאקע דער עצה, אויפהערן חוש'ן און בלעבלען?
ווען איינער שטארבט פון אווערדאוז, צו זאגן הולך און קלאהר, יא, נעבעך, ער איז פון דעם געשטארבן, ופלוני ופלוני מחנכיו ורבותיו למיתה.

אפשר?

קען זיין!

דעמאלס וועל איך גלייבן.
דעמאלס וועל איך שטיין ווייט.
דעמאלס וועל איך אפהיטן מיינע ארומיגע.

ובעיקר, דעמאלס וועלן מיינע באקאנטע אליין זיך דערווייטערן!!!

וואס ווילסטו? כ'זאל גלייבן 50 זענען געשטארבן היי יאהר, ווען אלע פון דער בד"ה אשכול, שטייט א קלאהערע קרענק ביי זייער נאמען? און איך זאל מיר נאך אכטונג געבן נאך אויך?

עד כאן דעת יחיד, וואס ב"ה ווייסט נישט פון גארנישט, און איך האפ און בעהט צום אייבערשטען אז איך זאל ווייטער נישט וויסען.

עוד עולה בדעתי.

דער רב/ ראש ישיבה/ מחנך/ עסקן וואס ביי איהם איז א ציגארעטל ווי חזיר פלייש, און טאביק ווי ווייסעךוואס, זאל מיר נישט פארקויפן קיין מעשיות, ווייל א ציגארעטל, זעה איך דעם דאייען'ס זוהן, אויך א שיינע יודע ספר, וואס רויכערט, ממילא ווען ער גלייכט צו איסור רייכערן צו דראגס, אדער איין גראז צום צווייטען, און איך קען א נארמאלע מענטש וואס טוט עס, ממילא גלייב איך שוין גארנישט.

כ'רעד נישט ווען ער זאגט אז איינס קען ברענגען דאס צווייטען, נאר ווען מ'גלייכט אלעס צו , איינס צום צווייטען.

ואמשול לך משל, ע"פ מעשה שלא היה.

מיין רבי ווארנט מיר אהן אז גיין אהן קיין רעקל אויפן גאס איז פונקט ווי חילול שבת חלילה..

מיין טייערע פעטער, א גאהר מכובד'יגע איד, א שיינע תלמוד חכם, מיט א שטיקל עסקן און קנאקער, גייט דאך אהן קיין רעקל כמעט יעדען טאג, ממילא מעג איך דאך מחלל שבת זיין, חאטש איינמאל א וואך. ה"י.

כנלענ"ד.
איר האט פארגעסן צו שרייבן אז איר האלט אז מאריכוואנא איז בכלל נישט קיין פראבלעם… הכלל, א לאנגע תגובה, אין איין ווארט, איר גלייבט נישט. שוין זאלט איר טאקע קיינמאל נישט וויסן.
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

ניינער האסט נישט פארשטאנען וואס ער האט געשריבן
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

סאיז שרעקעדיג!

פאר די אלע נאאיווע דא האט איר מיין ליסט וואס קומט מיר ארויף אויפן געדאנק
איך קען איינער וואס מען האט געטראפן נאך אפאר טעג זוכן שוין נישט בין החיים.
איינער וואס איז חרוב ונחרב אזוי ווייט אז ער איז שוין נארמאלער מיט די דראגס ווי אן...
איינער וואס דארפעט זיך אויף גראדע ווענט איין מינוט מער אין איין מינוט וויל שוין אויפהערן.
איינער וואס האט מיטגעמאכט גאר א שווער לעבן אין איז גאר א שטארקע כאראקטער ער האט מיר פארציילט אז ער האט מער ווי איינמאל געהאט גאר שטארקע נסיונות זיצענדיג מיט גאנצעטע גרופעס הויעכע אידן און ער זאגט אז ער ווייסט נישט וואס סהאט אים געגעבן די כוחות עס בייצושטיין.

אויף די גאס ווי איך וואוין (אין מאנסי) שמעקט עמטליך ביינאכט פון די סחורה. א חבירים מעמבער האט מיר געזאגט אז סאיז ליידער היימישע בחורימ'לעך (זיי קומען פון צייט צו צייט זיי אוועקצושיקן)

דעס איז אלעס וואס איך וואס טוהט נישט און די סאבדזשעקט ווייסט. אין דאס איז מענטשען וועמען איך קען.
די רגע מהייבט נאר אן טוהן אביסל דערין ווערט מען געוואר אז די מצב איז ליידער אסאך ערגער ווי מען מיינט...
סאיז באמת פחדים

און לגבי פארשפרייטן נעמען פון דיעלערס וועט לענ"ד נאך העלפן אז די וואס האבן א פיצעלע נסיון וועלן וויסן ווי צו גיין... איך מיין אז - פארשטייט זיך מיט דעת תורה - דארף מען די מענטשן איבערגעבן פאר די פאליציי. פארקויפן פאר מיינערס און איליגל דראג דיעלס איז ווייט פון א קליינע עולה.
מיין חלק אינעם שמועס...
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

לעניות דעתי, אויב וועט ווערן פארשפרייט יענעמס נאמען, וועט ער זיך שעמען צו דרייען צווישן ציבור, אודאי וועט ער נישט קענען צוגיין צו א בחור, אדער ווען מ'וועט אים זעהן האנדלען מיט איינעם, וועט מען באלד פארשטיין וואס מ'דארף טון.

אויך וועט עס גורם זיין אז עס וועלן נישט אונטערקומען נייע דילערס, וויסנדיג, אז קיין דילער וועט ער נישט זיין פאר מער ווי א קורצע צייט, ביז ווען זיין נאמען וועט ווערן צושמירט אין די גאסן, און ער וועט שאדן האבן אלעס אין זיין לעבן.
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אומאן האט געשריבן:
איך האב דא נעכטן מפקפק געוווען אין די ווארהייט פון די נאמבערס 'הונדערטע טויטע'
עס איז שוין צו געקומען אהער נאך אפאר בלעטער און איך זע אז איך בין נישט די איינציגסטער וואס וואונדערט זיך ווער זענען די מענטשן וואס שטארבן? פארוואס ווייס איך נישט פון קיין איינס בו בזמן וואס אנדערע ווייסן פון הונדערטע, און אנדערע וואס גייען גאר אין שיקום פאר לענגערע צייט. אתמהה!
פארוואס איז דיין אומוואוסנהייט מער ווערד ווי די וואוסנהייט פון די וואס קענען יא אזעלכע מענטשן? אויב ווייסטו נישט, איז פשט אז קיינער פון דיינע ארומיגע איז נישט געשטארבן דערפון, אדער יא, נאר מען האט עס באהאלטן פון דיר. און אויב אנדערע ווייסן יא, איז פשט אז זיי קענען יא מענטשן וואס זענען געשטארבן דערפון. איך כאפ נישט די וואונדער דא. לא ראינו אינה ראיה. קיינער ווייסט נישט אלעס, ספעציעל ביי זאכן וואס מען האלט בסוד.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

@היכי, זייער שיין געשריבן, ס'איז ווייטאגליך ביז גאר.

פאר די וועלכע גלייבן נישט די נומערן, זאלן ביטע אפשטעלן סיי וועלכע חברה קדישא מעמבער אדער הצלה מעמבער זיי ווילן, ס'איז שוידערליך.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”