פעיק ניוז האט געשריבן:לאמיר א מינוט רעדן פון די 'קאראנא וואקסין', בנוגע גלייבן דאקטוירים בלינדערהייט. דער קאראנא וואקסין איז א נייע בריה. עס איז געמאכט אויף גאנץ אן אנדערע מהלך ווי געווענליכע וואקסינען. קיין איין דאקטאר האט דאס נאכנישט שטודירט און באקומען א קאלעדזש דעגרי דערויף ביז היינט.
איז ווילסטו מיר זאגן אז די אלע דאקטוירים וועם מען פרעגט וואס זאגן אז די וואקסין איז זיכער גוט און אז זייער מיינונג איז געבויעט אויף 'ריסורטש' דערויף, ווייסן וואס זיי רעדן? קוים איז דער בריה באשאפן געווארן און שוין האסטו דאס שטודירט? שטעלט דאס נישט א קוועסשאן מארק אויף זייער באגלויבטקייט, אז מען זאל דארפן טראכטן צוויי מאל בעפאר'ן אננעמען זייערע מיינונגען בתורת גלייבן א דאקטאר?
איך פרעג באמת.
דיין שאלה קען מען באמת צוטיילען אין צוויי חלקים
1) מרנא איז א נייער סארט וואקסין, וויאזוי האט מען דאס געמאכט אזוי שנעל?
2) די קאוויד וואקסין איז ניי, וויאזוי האט מען דאס שטודירט אזוי שנעל?
די תירוץ אויף שאלה 1 איז, אז מען פארשט שוין מרנא גאר א לאנגע צייט, מילא צו זאגן אז ס'איז נישט שייך זיך צו האבן געלערנט אויף דעם, און האבן געמאכט ריסערטש איז נישט ריכטיג.
אמשול לך משל למה הדבר דומה, עס איז דא א סארט טעכנאליגיע אין רפואה, וואס הייסט CRISPR, במציאות איז נאך נישט דא קיין שום מעדיצען וואס ניצט די טעכנאליגיע, דאס מיינט נאך נישט אז מען לערנט נישט אין קאללעידזש CRISPR, ס'איז א פראגע פון צייט ביז עס וועט זיין א זאכליכע מעדיצען וואס וועט ניצן די טעכנאליגיע צו היילן יענע מעשה (און אנדערע מחלות), מילא שוין יעצט לערנט מען דאס אין די קאללעידזשעס, אזוי אז אין 10 יאר ארום, ווען עס וועט זיין רפואות וואס ניצן יא די טעכנאליגיע, וועלען אלע דאקטורים וויסן וואס דאס איז.
די זעלבע איז געווען מיט מרנא, מען האט גערעדט דערפון, און מען האט עס שוין געפארשט יארן לאנג, נאר ביז יעצט איז נאכנישט געווען קיין וואקסין וואס האט גענוצט די טעכנעלאגיע.
די תירוץ אויף שאלה 2 איז נאך פשוטער, עס איז דא הונדעטער מחלות און הונדרעטער רפואות, די מיינסט אז א דאקטער אין קאללעדזש פארברענגט חדשים לאנג אויף יעדע מחלה און אויף יעדע רפואה? נאר וואס דען טוהט ער? ער לערענט די יסודות פון די גוף, די סארט מחלות וואס זענען פארהאן, די סארט רפואות וואס זענען פארהאן, וויאזוי מען דארף דייאגנאזען, וכו' וכו', דערנאך קען גאנץ שנעל אויפפאסן יעדער מחלה און יעדער רפואה ווי ער באלאנגט.
משל למה הדבר דומה? אז ווען עס קומט ארויס א שאלה, און מען דארף א תשובה, ווי לאנג געדויערט ביז מען האט א תשובה? די תירוץ איז עס ווענדט זיך, א תלמיד חכם קען גאר שנעל האבן א תשובה, ווייל ער ווייסט אלעס ארום און ארום, משא"כ אן עם הארץ דארף זיך יעצט גיין זעצן לערנען ביז ער האט ארויס די יסודות, און ערשט דערנאך קען ער זיך דערגרינטעווען אויף די עצם שאלה.
דער זלעבע זאך דא, די דאקטער וואס קען שוין גוט די פעלד, קען שנעל וויסן אויב די וואקסין איז גוט צו נישט.
אויב די האסט נאך א שאלה, ביטע פרעג מיר.