אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?
אחראי: יאנאש
אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?
The Divided States Of America
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7274
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
Re: אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?
מער גענויגט צו צד א'.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
Re: אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?
עס איז נישט קלאר, שרייב די אלטע וועג/ עסקנים אדער די נייע
Re: אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?
ס'איז שוין אויסגעשמועסט באריכות אין יענעם אשכול (זעה לינק)
כדאי נישט צו פארפאן פון די נושא, איז בעסער נישט צו ענטפערן,
יעדער פארשטייט אליין,
כדאי נישט צו פארפאן פון די נושא, איז בעסער נישט צו ענטפערן,
יעדער פארשטייט אליין,
The Divided States Of America
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3547
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm
Re: אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?
צד א' אויף א טעגליכן פארנעם.
אבער עס איז קלאר אז ס'דא גענוג צייטן וואס מ'דארף ווערן צד ב'.

- לייטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9019
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
- לאקאציע: אויפן לייטער
Re: אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?
וואס איז אין קורצן ביידע צדדים
וועלכע צד זענען די לאנגיערגע עסקנים
און וועלכע זענען די וואס האלטן אז די אלטע ארבעטן נישט אדער איז נישט די ריכטיגע מהלך, און מען דארף פארפירן פראטעסטירן און קלאגן די סטעיט
ווער איז צד א און ווער איז צד ב

וואטעווער....
- פרישע קוגל
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3014
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
- לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא
Re: אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?
לייטער האט געשריבן:וואס איז אין קורצן ביידע צדדים
צד א' וועלכע צד זענען די לאנגיערגע עסקנים
צד ב' און וועלכע זענען די וואס האלטן אז די אלטע ארבעטן נישט אדער איז נישט די ריכטיגע מהלך, און מען דארף פארפירן פראטעסטירן און קלאגן די סטעיט
ווער איז צד א און ווער איז צד ב
Re: אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?
כאפ מיך נישט ביים ווארט,
צד א' פרא עסטעבלישמענט/ כח הרבים
צד ב' אנטי עסטעבלישמענט/ כח היחיד (די עכטע)
צד א' פרא עסטעבלישמענט/ כח הרבים
צד ב' אנטי עסטעבלישמענט/ כח היחיד (די עכטע)
The Divided States Of America
Re: אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?
סווענד זיך וואס מיין דעת תורה האלט
- אורח הכבוד
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4446
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
- לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)
Re: אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?
צד א'
ווי מיינע עלטערן און רבי'ס די לעצטע 50-60 יאר

שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!
רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז

- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8351
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע: אין מאה שערים
Re: אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?
ר' יום טוב האט געשריבן:צד א' אויף א טעגליכן פארנעם.
אבער עס איז קלאר אז ס'דא גענוג צייטן וואס מ'דארף ווערן צד ב'.
פארשטייט זיך אז עס ווענדט זיך אסאך אין דעת תורה
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

- שמארטיקל
- שר האלף
- תגובות: 1419
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
- לאקאציע: אונטערן קאפל
- פארבינד זיך:
Re: אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?
איך אידענעפעציר מיך אלס א צד אלף'ניק אבער פאר די דעמאקראטן העלעך מסתמא מער קיינמאל נישט וואוטען
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?
ר' יום טוב האט געשריבן:צד א' אויף א טעגליכן פארנעם.
אבער עס איז קלאר אז ס'דא גענוג צייטן וואס מ'דארף ווערן צד ב'.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2818
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
Re: אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?
מיין וואוט איז צד ג' - דרך הממוצע
סוף מעשה במחשבה תחילה.
- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8351
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע: אין מאה שערים
Re: אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?
איך מיין מען דארף אריינלייגן דעם צד ג' אין די וואוטס
שוין דא דא דריי תגובות פאר צד ג'
שוין דא דא דריי תגובות פאר צד ג'
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
Re: אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?
חושב מחשבות... האט געשריבן:מיין וואוט איז צד ג' - דרך הממוצע
Re: אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?
אונגארישע הייזער האט געשריבן:איך מיין מען דארף אריינלייגן דעם צד ג' אין די וואוטס
שוין דא דא דריי תגובות פאר צד ג'
זאל מען וועגן דעם דערלייגן אלע וואוטס?
The Divided States Of America
- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8351
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע: אין מאה שערים
Re: אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?
יש בו האט געשריבן:אונגארישע הייזער האט געשריבן:איך מיין מען דארף אריינלייגן דעם צד ג' אין די וואוטס
שוין דא דא דריי תגובות פאר צד ג'
זאל מען וועגן דעם דערלייגן אלע וואוטס?
איך ווייס נישט
אבער עס איז דא א מספר אידן וואס וואוטן נישט וועגן דעם, און גראדע פערזענליך האלט איך אז עס וועט אנציען אסאך מער וואוטס ווי צד ב'
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
- זבולון ווייס
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 457
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm
Re: אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?
יש בו האט געשריבן:כאפ מיך נישט ביים ווארט,
צד א' פרא עסטעבלישמענט/ כח הרבים
צד ב' אנטי עסטעבלישמענט/ כח היחיד (די עכטע)
איך ווייס נישט אויב די כח היחיד מענטשן זענען בטבע אנטי עסטעבלישמענט, עס קען זיין אז געוויסע אנטי עסטעבלישמענט זענען אויך פאר כח היחיד, אבער בעצם איז דאס נישט די זעלבע מהות. עס קען זיין מענטשן וואס זענען פייערדיג פרא עסטעבלישמענט, אבער שטארק פאר די כח היחיד מאוומענט בנוגע חתונה מאכן, און מאכן חידושים אין געוויסע אספעקטן, אבער אונטער הנהגה. אין די זעלבע צייט קענען זיין אנטי הנהגה וועלכע ווילן אנהאלטן שטארק זייער מלוכה פון קאנטינענטעל חתונה וכדו'.
עס איז בעיקר א פרא עסטעבלישמענט און אנטי עסטעבלישמענט טרענד, וואס ווערט וואס א טאג שטערקער, וואס דאס איז די עכטע פאסירונג. און אין ביידע פראקציעס זענען פארהאן מענטשן וואס זענען פאר די ביז איצטיגע סטאנדארטן אדער פאר נייע סטאנדארטן בנוגע שמחות.
אין די זעלבע צייט קומט פאר א דריטע טרענד אויף א אנדערע פראנט, מיט געוויסע וואס שיפטן צו די מאדערנע זייט, ווי די WD40 מעמבערס (viewtopic.php?f=73&t=36569) וועלכע זענען זייער באקוועם מיט טעכנאלאגיע אין שטוב וכדו' VS די פרומע אידן וועלכע האלטן זיך שטארק אפגעזונדערט און אסאך נוצן אפי' נישט קיין טעקסט מעסעדזשעס.
די ערשטע און די לעצטע קענען מאכן ריזיגע טוישונגען אינערהאלב אונזער היימישן ציבור במשך די קומענדיגע יארן, די צווייטע איז בלויז א מעטער אוו טעיסט, און עס קען געשעהן אז ביים מעינסטריעם פונעם ציבור וועט זיין א שטיקל שילוב אינדערמיט. נישט ממש חתונות אינדערהיים, און נישט אין גרויסע זאלן, נאר האלבע זאלן אד"ג.
Re: אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?
יוד אלף האט געשריבן:חושב מחשבות... האט געשריבן:מיין וואוט איז צד ג' - דרך הממוצע
גא"מ.
האלט מען שוין דא אליינס ביי 5 וואוטס פאר דרך הממוצע.
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8808
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
Re: אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?
בעצם צד א'. אבער טיילמאל איז פשוט נישטא קיין צד א'. זיי שלאפן.
צד א' זענען נישט קיין מלאכים. זיי זענען נישט ל"ו צדיקים.
זיי זענען עסקנים וועלכע מיינען עס ערנסט על פי רוב. האבן אבער אויך אייגענע נגיעות און ווערן אויך באאיינפלוסט פון די גאס, די יידישע און די נישט יידישע.
זיי האבן אויך אסאך מאל מיינונגען וועלכע זענען אמאל מער און אמאל ווייניגער אין איינקלאנג מיט וואס איך האלט איז די תורה'דיגע השקפה.
בעיקר רעד איך אבער פון געוויסע פעלער ווען עס איז נישט קיין עסקנים דערוועגן.
למשל
וויפיל עסקנים אין אלבאני האבן זיך ג'קימערט איבער דאס פארמאכן בתי מדרשים?
איך מיין קיין איינער.
פארוואס?
ווייל זיי האבן אויך ג'האלטן אז עס ריכטיג אזוי. זיי זענען אפשר אפילו גערעכט. איך ווייס נישט.
אבער עס זענען פאראן יידן וואס האלטן אז דאס איז ממש גאר גאר וויכטיג. נו, זאלן זיי ווארטן ביז ווילאנג דער כופר דער גאווערנער וועט זיך מרחם זיין אויף אונז? ווער זענען די עסקנים אויף וועמען ער זאל זיך פארלאזן?
דאס זעלבע לגבי חדרים און ישיבות. ואין עכשיו הזמן להאריך.

החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם
שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
Re: אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?
צד א׳ האט נישט קיין הלכות אין שלחן ערוך, צד ב׳ זענען לעבעדיגע אידען וואס זעהען מיט זייער פליישיגע אויגען ווי געוואוסע ענינים ווערן נישט מסודר סאו א טייל פון צד ב׳ ווערן עווענטועלע צד ב׳ אידען.
אן קיין רייץ, חוצפה, ברען און ווילדקייט פון צד ב׳ ווערט קיינמאל באשאפען קיין צד א׳, די שאלה וואס איך וואונדער זיך, פארוואס איז אזוי וויכטיג פאר אונז צו האבען עסקנים? איז די נארם פון ניו יארק טאקע אזוי שווער פאר אונז אידען אז מיר מיזען כסדר צוקומען צו עסקנים אונז צו העלפען?
זעמיר טאקע אזוי נישט קעפעבל צו זיין אין טשארדזש פון אונזער אייגענע לעבן אז מיר מיזען האבען עסקנים ווי די שווארצע און די היספאנישע געמיינדע? און אן דעם זעמיר ממש אויס מענטש?! איך פרעג נישט ווייל איך ווייס די ענטפער אדער אונז חלילה וחס אראפצורייסען נאר פשוט צו פארשטיין.

האב שכל און גיב א שמייכעל!
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?
אורח הכבוד האט געשריבן:צד א'
ווי מיינע עלטערן און רבי'ס די לעצטע 50-60 יאר
אבער די פארטיי מיט וועמען אונזערע עלטערן האבן זיך אידענטיפיצירט, האט אמאל געצייגט מאראל און רעספעקט פאר רעליגיע. היינט איז עס פארקערט. סיי לאקאל, סיי נאציאנאל, און סיי גלאבאל.
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7274
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
Re: אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?
זבולון ווייס האט געשריבן:יש בו האט געשריבן:כאפ מיך נישט ביים ווארט,
צד א' פרא עסטעבלישמענט/ כח הרבים
צד ב' אנטי עסטעבלישמענט/ כח היחיד (די עכטע)
איך ווייס נישט אויב די כח היחיד מענטשן זענען בטבע אנטי עסטעבלישמענט, עס קען זיין אז געוויסע אנטי עסטעבלישמענט זענען אויך פאר כח היחיד, אבער בעצם איז דאס נישט די זעלבע מהות. עס קען זיין מענטשן וואס זענען פייערדיג פרא עסטעבלישמענט, אבער שטארק פאר די כח היחיד מאוומענט בנוגע חתונה מאכן, און מאכן חידושים אין געוויסע אספעקטן, אבער אונטער הנהגה. אין די זעלבע צייט קענען זיין אנטי הנהגה וועלכע ווילן אנהאלטן שטארק זייער מלוכה פון קאנטינענטעל חתונה וכדו'.
עס איז בעיקר א פרא עסטעבלישמענט און אנטי עסטעבלישמענט טרענד, וואס ווערט וואס א טאג שטערקער, וואס דאס איז די עכטע פאסירונג. און אין ביידע פראקציעס זענען פארהאן מענטשן וואס זענען פאר די ביז איצטיגע סטאנדארטן אדער פאר נייע סטאנדארטן בנוגע שמחות.
אין די זעלבע צייט קומט פאר א דריטע טרענד אויף א אנדערע פראנט, מיט געוויסע וואס שיפטן צו די מאדערנע זייט, ווי די WD40 מעמבערס (https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=36569) וועלכע זענען זייער באקוועם מיט טעכנאלאגיע אין שטוב וכדו' VS די פרומע אידן וועלכע האלטן זיך שטארק אפגעזונדערט און אסאך נוצן אפי' נישט קיין טעקסט מעסעדזשעס.
די ערשטע און די לעצטע קענען מאכן ריזיגע טוישונגען אינערהאלב אונזער היימישן ציבור במשך די קומענדיגע יארן, די צווייטע איז בלויז א מעטער אוו טעיסט, און עס קען געשעהן אז ביים מעינסטריעם פונעם ציבור וועט זיין א שטיקל שילוב אינדערמיט. נישט ממש חתונות אינדערהיים, און נישט אין גרויסע זאלן, נאר האלבע זאלן אד"ג.
גוט געזאגט.
בעיקר איבער "כוח היחיד".
מ'קין זיין פרא עסטעבלישמענט, און שטארק פאר כוח היחיד.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10239
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
Re: אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?
זבולון ווייס האט געשריבן:יש בו האט געשריבן:כאפ מיך נישט ביים ווארט,
צד א' פרא עסטעבלישמענט/ כח הרבים
צד ב' אנטי עסטעבלישמענט/ כח היחיד (די עכטע)
איך ווייס נישט אויב די כח היחיד מענטשן זענען בטבע אנטי עסטעבלישמענט, עס קען זיין אז געוויסע אנטי עסטעבלישמענט זענען אויך פאר כח היחיד, אבער בעצם איז דאס נישט די זעלבע מהות. עס קען זיין מענטשן וואס זענען פייערדיג פרא עסטעבלישמענט, אבער שטארק פאר די כח היחיד מאוומענט בנוגע חתונה מאכן, און מאכן חידושים אין געוויסע אספעקטן, אבער אונטער הנהגה. אין די זעלבע צייט קענען זיין אנטי הנהגה וועלכע ווילן אנהאלטן שטארק זייער מלוכה פון קאנטינענטעל חתונה וכדו'.
עס איז בעיקר א פרא עסטעבלישמענט און אנטי עסטעבלישמענט טרענד, וואס ווערט וואס א טאג שטערקער, וואס דאס איז די עכטע פאסירונג. און אין ביידע פראקציעס זענען פארהאן מענטשן וואס זענען פאר די ביז איצטיגע סטאנדארטן אדער פאר נייע סטאנדארטן בנוגע שמחות.
אין די זעלבע צייט קומט פאר א דריטע טרענד אויף א אנדערע פראנט, מיט געוויסע וואס שיפטן צו די מאדערנע זייט, ווי די WD40 מעמבערס (https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=36569) וועלכע זענען זייער באקוועם מיט טעכנאלאגיע אין שטוב וכדו' VS די פרומע אידן וועלכע האלטן זיך שטארק אפגעזונדערט און אסאך נוצן אפי' נישט קיין טעקסט מעסעדזשעס.
די ערשטע און די לעצטע קענען מאכן ריזיגע טוישונגען אינערהאלב אונזער היימישן ציבור במשך די קומענדיגע יארן, די צווייטע איז בלויז א מעטער אוו טעיסט, און עס קען געשעהן אז ביים מעינסטריעם פונעם ציבור וועט זיין א שטיקל שילוב אינדערמיט. נישט ממש חתונות אינדערהיים, און נישט אין גרויסע זאלן, נאר האלבע זאלן אד"ג.
כח היחיד ניצט ער אלס לשון מושאל. ער מיינט נישט די ביליגע שמחות באוועגונגען, נאר דאס טון עסקנות אויף דער אייגענער האנט.