ביל דעבלאזיא'ס רעאקציע צו לויית אדמו"ר מתולעת יעקב זצ"ל

אחראי: יאנאש

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מתולעת יעקב זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

גייענדיג צום דרוק: וויליאמסבורגער אידנטום רעאגירט מיט ווייטאג צו שטייפע אינפארסירונג דורך פאליציי ביי לוי' פון כ"ק אדמו"ר מתולעת יעקב הרה"צ רבי חיים מערץ זצ"ל, און אומ'יושר'דיגע סטראשונקעס פון מעיאר דעבלאזיא אז מ'וועט ארעסטירן מאסן אידן.

די פאליציי זענען אנגעקומען מיט א געוואלדיגע בהלה און סירענעס, וואס האט געשאפן א פאניק און געלויף צווישן די פארזאמלטע מלוים, טראץ וואס לויט די יעצטיגע אינפארמאציע זענען די גאסן געווען אפגעשפארט און צוגעגרייט פאר די לוי' מיט ערלויבעניש פון די באאמטע, און דער ציבור מלוים האט געטראגן מאסקעס און אבסאלוט פרובירט צו היטן אויף די געזעלשאפטליכע פארארדענונגען.

דאס קומט אין א צייט וואס דער מעיאר און די באאמטע האבן נישט אויסגעדרוקט קיין איין ווארט פון אפאזיציע קעגן די מאסן וואס זענען זיך נעכטן צוזאמגעלאפן מיטצוהאלטן א מיליטערישע לופט פארשטעלונג אין די הימלען העכער ניו יארק סיטי. (דעילי איד)
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

איך האלט יעדן טאג מיט אינדרויסן פון וויליאמסבורג ווי גוים שטייען גרופעס גרופעס אן קיין מאסקעס און ווען פאליס קומט צולויפן זיי זעך. (כ'דארף ווען כאפן א ווידיאו און עס שיקן פארן הויך באשפריצטן מייער. אפשר קען ער עפעס אויפטון מיטן עס ריטוויטן ווייטער)
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
חיים אלכסנדר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים אלכסנדר »

טראק דרייווער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:בריוו איז צום זאך. יישר כחכם!


אויב איז דאס אמת אז די לוי' איז געווארן קאארדאנירט מיט די פאליציי, דאן פארוואס ברענגט ער נישט ארויס אזא וויכטיגע נקודה אין זיין בריוו????


דער מעיאר האט נעכטן געזאגט אויפן סצענע אז ער וויל פייערען דעם אפיציר וואס האט דאס אויטאריזירט.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

חיים אלכסנדר האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:בריוו איז צום זאך. יישר כחכם!


אויב איז דאס אמת אז די לוי' איז געווארן קאארדאנירט מיט די פאליציי, דאן פארוואס ברענגט ער נישט ארויס אזא וויכטיגע נקודה אין זיין בריוו????


דער מעיאר האט נעכטן געזאגט אויפן סצענע אז ער וויל פייערען דעם אפיציר וואס האט דאס אויטאריזירט.

דעמאלס זאל ער ארויסשיקן טוויטס אקעגן דעם אום אחריות'דיגן אפיציר, נישט אקעגן דעם אום שילדיגן ציווילע מענטש וואס פאלגט שיין אויס דעם אפיציר
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

די בריוו איז זייער צו די זאך, געשריבן מיט א הכנעה'דיגע טאן ווי א ריכטיגע גלות איד. עס פארענטפערט שיין די טענות און אויפברויז פון די אלגעמיינע גאס קעגן אונזער ציבור, מיטן אנצייגען אז מען האט געלייגט א שטארקע דגוש אז די לוויה זאל זיין אויסגעהאלטען געזעצליך און נאכקומען די געזונטהייט פארשריפטן.
אין די זעלבע צייט העלפט די בריוו פארן מעיאר -וואס איז דירעקט נישט א שונא ישראל- ארויסצוקומען פונעם זומפ ווי ער איז איבערגעאיילטערהייט אריינגעלאפן, מיטן מודה זיין אז אונז האמיר געמאכט א טעות מיטן נישט פאראויסזעהן וואס עס קען געשעהן.

די מאיער ווערט שוין פיין געצימבעלט דורך אנדערע, שרייבן אז זיין אייגענע פאליס דעפט. האט געגעבן א פערמיט וואלט איהם זייער געקארנערט, וואס דאס איז פארקערט פון די ציהל פונעם בריוו.
איך בין כמעט זיכער אז די מאיער וועט נאך רעדן פונעם בריוו און זאגן אז ביידע צדדים זענען דא באגאנגען א טעות (לאור המצב..) און עס איז צייט אריבערצומישן די בלעטל
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

דער מעיאר איז נישט גערעכט און דו גלות איד זאג עס אים נישט אין פנים אריין אין פובליק
האלט דיין פיסק פארמאכט

לו חכמה ישכילו

ווי טענק ענד טענק איז זיך נוהג צו אויספירן: זיי קלוג און נישט גערעכט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
חלה לכבוד שבת
שר שבעת אלפים
תגובות: 7983
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

Screenshot_20200429-075723_WhatsApp.jpg
Screenshot_20200429-075723_WhatsApp.jpg (442.99 KiB) געזען 1691 מאל
חיים אלכסנדר האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:בריוו איז צום זאך. יישר כחכם!


אויב איז דאס אמת אז די לוי' איז געווארן קאארדאנירט מיט די פאליציי, דאן פארוואס ברענגט ער נישט ארויס אזא וויכטיגע נקודה אין זיין בריוו????


דער מעיאר האט נעכטן געזאגט אויפן סצענע אז ער וויל פייערען דעם אפיציר וואס האט דאס אויטאריזירט.
אוועטאר
גליק
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 4:14 pm

JP Morning Read

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליק »

De Blasio blasts Jewish community for massive Brooklyn funeral

Mayor Bill de Blasio criticized the Jewish community in Williamsburg on Tuesday night for defying social distancing orders by holding a massive funeral for a rabbi who died of coronavirus.

Hundreds of Orthodox Jews gathered in the streets near the intersection of Rutledge Street and Bedford Avenue to pay their respects for the rabbi, identified by The Yeshiva World as Chaim Mertz.

“Something absolutely unacceptable happened in Williamsburg tonite: a large funeral gathering in the middle of this pandemic,” de Blasio wrote on Twitter. “When I heard, I went there myself to ensure the crowd was dispersed. And what I saw WILL NOT be tolerated so long as we are fighting the Coronavirus,” he said.

Photos from the funeral show that while most mourners wore face masks, the crowd far exceeded 50 people in violation of Gov. Andrew Cuomo’s order. The throngs of people were also crammed together on the sidewalks closer than the recommended six feet apart.

The mayor said he instructed the NYPD to enforce social distancing violations with summons, or even arrests. “My message to the Jewish community, and all communities, is this simple: the time for warnings has passed,” the mayor wrote. “This is about stopping this disease and saving lives. Period.”

Jewish community activist Isaac Abraham said the mayoral criticism rang hollow after large crowds congregated across the city earlier on Tuesday to watch the Blue Angels and Thunderbirds fly overhead.
“The crowd for the fighter jets today were around longer than the funeral,” Abraham said.



He also noted that the funeral was not a last minute event that the city was unaware of.
Several NYPD precincts and their community affairs teams helped organize and control the event — setting up five blocks of barricades in advance to help with crowd control.

“There’s an old saying. Don’t rain on our parade,” Abraham said. “To run back to City Hall and send a tweet – this is kicking your friend when they’re down. Way down.”[NYP]
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

דער HQSatmar@ האט עס נאך די בעסטע גענוגלט, ער שרייבט עס אבער מיטן פאליטישן פיטש.

די לווי׳ האט זיך ס״ה אויסגעלזאגט מיט א שטיקל דורכפאל, און די נאכפאלגענדע איבערגעקערניש איז קלאר טויזענט מאל איבערגעטריבן.

ביים לווי׳ פון שאפראן׳ער רב ז״ל האט מען איינגעזעהן אז פאר אידישע קינדער איז אפגעבן כבוד האחרון פאר א צדיק נאך אזוי חשוב און אויסנאם וויכטיג ווי להבדל ביי די גוים ארויסגיין באטראכטן פליגער׳ס, אשע״כ זאל מען ענדערש ארגענעזירן א לווי׳ וואס זאל ווי ווייט מעגליך זיין אין צוזאמענהאנג מיט די סאוציאלע דיסטענסינג רעגאלאציע׳ס, ווי איידער צושטערן אינגאנצן. און דאס געווען די חשבון אויב איינער וויל וויסן. און אזוי ווי ער שרייבט דארט, עס איז געווען מיט די פולשטענדיגע קאפאראציע און הילף פון די פאליציי דעפ.

די לווי׳ איז דורך גאנץ שנעל, אזוי ווי די פליגער׳ס שאו. יא מ׳האט טאקע פארלעצט סאושעל דיסטענסינג דא דארט מער און ווייניגער, מ׳האט אבער געזעהן אז עס איז דא עפעס א קאנטראל. און באלד איז עס אויווער עניוועי..

דעבלאזיא איז דארט אהין אנגעקומען, עפעס וואס קיינער פארשטייט נישט. און האט געזעהן עפעס וואס ער האט נישט געטארט. גענוי ווי די פאליציי האבן געוויסט נישט צו קוקן ווען מענטשן זענען געשטאנען צודריקט צו מאכן בילדער פון די פליגער׳ס.

מיר האבן מזל ווי פישן אז די איבערקערעניש איז ארום דעבלאזיא. ווייל ער איז דער איינציגסטער פאליטישן וועמען די פאליטישאנס און מידיע אגענטורן האסן אויף א אויסטערלישן פארנעם. סאו מיר גלות אידן און ער דעבלאזיא טיילן זיך מיט די היץ.

און ווי טינק האט שוין ארויסגעברענגט, קען מען אפשר נישט אינגאנצן בלעימען דיבלאזיאו אויף זיין אויסברויך. איינער וואס האלט מיט זיינע טעגליכע קאנפערענסן ווייסט, דער האלט אין איין קריגן רופן פון אונזערע מוסרים שר"י, ער דריידט נעבעך מיטן צינג אויף אלע ריכטונגען לויז צו ווערן פון דעם סעלף העיטינג דזשו וואס רעדט דא א צוקראכטן ענגליש אויפן טעלפאון, דזשעיקאב קאמפלעינט אויף די ״קללות פאליס״... איך בין ממש נתפעל געווארן ביים עס זעהן. ביים יעצטיגן לוי' האט עס ס"ה געקראכט. די טוויט'ס זענען קלאר א פועל יוצא פון די נאכאנאנדע דרוק.

זאלן מיר הערן נאר גוטע בשורות.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16822
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

Think and Thank האט געשריבן:רבותי, איך האב געמאכט אביסל חשבון, און איך מיין אז איך פארשטיי שוין קלאר וואס דא איז פארגעקומען

...


שפתיים קישאק!

גוט געזאגט.
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

פרנס היום האט געשריבן:
IMG-20200429-WA0070.jpg

ברוך השם!!
לעשען דעם פייער פון שנאת ישראל, נישט וואס מאכן א.ג. היימישע וואס זענען פארנומען צוציגיסן נאך אויל
זאל דאס מכפר זיין אויף די שרעקליכע חילול ה' בעוה''ר

נ.ב. מ'דארף מיר עמערדזענסי א אסיפה מיט דרשות (אויפן טעלעפאן...) איבערציחזרן די יסודות וואס מיר האבן מקובל מאבותינו ורבותינו הק' נבג''מ און די א' ב' פון הכנעה בגלות, מרידה באומות, אא''וו (דבר בעתו מה טוב טאקע ביום המר והנמהר, ווען די ווילדע היפך התורה מהלך קומט טאקע פון די ציונים ימ''ש)
ליידער דרינגט אריין די גוי'אישע און חוצפה'דיגע (אפגערעדט סכנה'דיגע) מהלך ביי אונז מער און מער פון רעכט'ס און פון לינק'ס בעוה''ר.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
Kodak
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 5:37 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kodak »

sometimes ppl lose their minds, unbelievable! what a chilul hashem
Say cheese, it's a Kodak film
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19934
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

דא אין ענגלאנד, מאכט מען נאר פריוואטע לוויות,
פון 15-20 יודן אונטער די 60 יאר,
ע״פ פסק הרבנים שליט״א, אלס די מצוה פון ונשמרתם.
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

moishy56 האט געשריבן:דא אין ענגלאנד, מאכט מען נאר פריוואטע לוויות,
פון 15-20 יודן אונטער די 60 יאר,
ע״פ פסק הרבנים שליט״א, אלס די מצוה פון ונשמרתם.

אין בארא פארק, מאנסי, לעיקוואוד אויך...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3684
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

אורח הכבוד האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:
IMG-20200429-WA0070.jpg

ברוך השם!!
לעשען דעם פייער פון שנאת ישראל, נישט וואס מאכן א.ג. היימישע וואס זענען פארנומען צוציגיסן נאך אויל
זאל דאס מכפר זיין אויף די שרעקליכע חילול ה' בעוה''ר

נ.ב. מ'דארף מיר עמערדזענסי א אסיפה מיט דרשות (אויפן טעלעפאן...) איבערציחזרן די יסודות וואס מיר האבן מקובל מאבותינו ורבותינו הק' נבג''מ און די א' ב' פון הכנעה בגלות, מרידה באומות, אא''וו (דבר בעתו מה טוב טאקע ביום המר והנמהר, ווען די ווילדע היפך התורה מהלך קומט טאקע פון די ציונים ימ''ש)
ליידער דרינגט אריין די גוי'אישע און חוצפה'דיגע (אפגערעדט סכנה'דיגע) מהלך ביי אונז מער און מער פון רעכט'ס און פון לינק'ס בעוה''ר.


די גרעסטע חוצפה איז נאך ביי די טפשים פון די רעכטע זייט, וואס קענען אין איין אטעם צוזאמען שרייען אז די מאנסיער עסקנים זענען שולדיג אין עד דעיס אנטיסעמיטיזם צוליבן זיך רייצן מיט אים, און די שטאטישע עסקנים זענען שולדיג אין דעבלאזיאס אנטיסעמיטיזם פארן ארבעטן צוזאמען מיט אים.

און דאס קומט נאכן אומדירעקט צוהעלפן צום שוידערליכן מצב מיט די מגיפה דורכן כסדר אפקילן דעם עולם איבער די חובת השמירה, און נאך די ראדיקאלע הייקינד סטייל העצעריי קעגן די דאקטוירים און נוירסעס.

כלל ישראל דארף אויסשפייען פון זיך סיי די ציוניסטישע הייקינדס און סיי די א.ג. קנאישע הייקינדס.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

איך הער אז עטליכע נאציאנאלע מידיע טראקס זענען סטאנציאנירט אויף בעדפארד. ווי ס'קוקט אויס איז עס א געשמאקע נייעס פאר זיי צו צעשמירן.
די מעיאר איז סתם א רחמנות. יעדער ווייסט אז ער איז בכלל נישט קייו שונא ישראל און האט נישט געמיינט קיין שלעכטס דא. מ'דארף אבער אין פארשטיין דינמצב ווי ער געפינט זיך און פארוואס עס האט אחם ארויסגענומען פון די כלים.
ער ווערט באשריגן פון אלע זייטן און ער פראבירט מיט אלע כוחות צוריקצוברענגן די שטאט צו נארמאלקייט. א גרויסע צאמקום אן די פארארדענטע סאשול דיסטענסינג גיידליינס קען גורם זיין די וויירוס זאל זיך פארלענגערן פאר וואכן און די צייט וואס דער עולם'ס געדולד פלאצט שוין.
פון בילדער וואס איך האב געזעהן איז מען נישט געשטאנען 6 פיס אפגעריקט און אסאך האבן נישט געהאט קיין מאסקעס. די שקרים אז דער עולם האט געהאט מאסקעס און געווען אפגעריקט קען מען פארקויפן פאר די דרויסענדיגע פרעסע. און מ'האט געדארפט זיין א גרויסע טיפוש צו טראכטן אז ס'וועט נישט זיין אזוי. די טענות און געשרייען דארפן זיין אין ריכטונג פון די ארגענאזירער וואס האבן גורם געווען די סמאטוכע, די משפחה, קהילה, שומרים און אנדערע עסקנים. פארוואס האט קיינער נישט מוחה געווען און פארפירט אז מ'זאל נישט גיין ווייל ס'וועט ארויסקומען א חילול השם און שנאת ישראל? און איך דארף זיי טראסטן? פארוואס זאל איך זיי אויסהערן ווען זיי הייסן פארשפארן שולן און דא איז יעדער שא שטיל? הונדערטע צו טויזענטע בחורים וואס זוכן וואס צו טון מיטן טאג זענען געקומען אין די מאסן, האט איינער געקלערט זיי וועלן שטיין 6 פיס אפגעריקט. האט שומרים באמת געמיינט זיי קענען עס קאנטראלירן?
בכלל דארף זיך שומרים ארויסלאזן פון די זאכן. זיי זענען גוט צו נאכגיין פארברעכער אבער צו קאנטראלירן מאסן זענען זיי נישט קאמפעטענט. לאז די ארבעט פאר פאליס.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3684
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:דא אין ענגלאנד, מאכט מען נאר פריוואטע לוויות,
פון 15-20 יודן אונטער די 60 יאר,
ע״פ פסק הרבנים שליט״א, אלס די מצוה פון ונשמרתם.

אין בארא פארק, מאנסי, וויליאמסבורג, לעיקוואוד אויך...


רוב לוויות אין וויליאמסבורג זענען אויך בערך אזוי.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

טישטוך האט געשריבן:און די מוסרים זענען נאך גערעכט?

א בושה אז איינער זאל זיך אננעמען פאר זיי דא!

דו קענסט איינער וואס האט אזוי געזאגט? איינער נעמט זיך אן פאר זיי?

דא האט פאסירט 'טעותים' פון אלע זייטן. די גרויסע לויה איז געווען שכל'לאז אין אזא מאמענט, יעדער האט געקענט פאראויס זאגן אז ס'קומט העצע דערקעגן, דעם מעיאר'ס שריט איז געווען פרעצעדענטלאז, און די מוסרים זענען רשעים און פושעים.

למעשה זעט מען אז יעדער ליידט פאר זיין איינענעם שריט. וויליאמסבורג גייט יעצט כאפן פון די פאליציי רעכטס און לינקס, דער מעיאר גייט עס קאסטן פאליטיש, און די מוסרים וועלן זיין די וואס וועלן ליידן פון זייער אייגענעע אנגעהעצטע אנטיסעמיטיזם...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

איך מיין די טעות איז געווען צו מאכן די לויה ביינאכט, אינדערפריה פאפט דיבלאזיא ביז חצות היום כידוע, און די מוסרים דא שר"י פאפן מן הסתם נאך אויך דעמאלטס...
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19934
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

איינער זאגט מיר אז ביים לוויה איז געוועהן איבער 100 קינדערליך.
[נישט אייניקלעך פונם נפטר].
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
פתחיה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 9:16 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פתחיה »

ליינענדיג די קאממענטס אויפן נ"י טיימס ארטיקל און אנדערע קוואלן ציטערט מיר די האנט ממש. לאזט זיי נישט אינפעקטירן די נורסעס וכו', יעדער פאלג נאר נישט זיי וכו'. וואס קלערט איר טראכט די נורס היינס מישנדיג איר טעלעפאן און זעט די ארטיקלען? אלע זענען פארנומען איבער די שפיטעלער קאטאסטראפע, די מינימום מיר דארפן טוהן איז נישט געבן אמוניציאן צו נוצן קעגן אונז. אפשר יא דארף מיר מאכן א שטילן חשבון הנפש אויף להבא, מען קען נישט קאנטארלירן מאסן לוויה'ס ווילאנגט קאראנע איז דא. איך וואלט געטראכט מען האט לכתחילה געדארפט נאר מלווה זיין אויפן פעלד אין נ"ז, ווער עס מיינט עס באמת פארן צדיק זאל מוחל זיין דרייוון א שעה און מלווה זיין ביז סתימת הגולל.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

דממה דקה האט געשריבן:איך מיין די טעות איז געווען צו מאכן די לויה ביינאכט, אינדערפריה פאפט דיבלאזיא ביז חצות היום כידוע, און די מוסרים דא שר"י פאפן מן הסתם נאך אויך דעמאלטס...

ער האלט שוין יעצט אינמיטן א פרעסע קאנפערענץ איבער די נושא...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

פתחיה האט געשריבן:ליינענדיג די קאממענטס אויפן נ"י טיימס ארטיקל און אנדערע קוואלן ציטערט מיר די האנט ממש. לאזט זיי נישט אינפעקטירן די נורסעס וכו', יעדער פאלג נאר נישט זיי וכו'. וואס קלערט איר טראכט די נורס היינס מישנדיג איר טעלעפאן און זעט די ארטיקלען? אלע זענען פארנומען איבער די שפיטעלער קאטאסטראפע, די מינימום מיר דארפן טוהן איז נישט געבן אמוניציאן צו נוצן קעגן אונז. אפשר יא דארף מיר מאכן א שטילן חשבון הנפש אויף להבא, מען קען נישט קאנטארלירן מאסן לוויה'ס ווילאנגט קאראנע איז דא. איך וואלט געטראכט מען האט לכתחילה געדארפט נאר מלווה זיין אויפן פעלד אין נ"ז, ווער עס מיינט עס באמת פארן צדיק זאל מוחל זיין דרייוון א שעה און מלווה זיין ביז סתימת הגולל.

אפשר??? ס'איז נאך געבליבן א צד ספק אז נישט?!!

איך האב שוין נעכטן נישט געקענט פארשטיין די אנדערע צד, און איינער איז נאך היינט מסופק...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4276
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

פתחיה האט געשריבן:ליינענדיג די קאממענטס אויפן נ"י טיימס ארטיקל און אנדערע קוואלן ציטערט מיר די האנט ממש. לאזט זיי נישט אינפעקטירן די נורסעס וכו', יעדער פאלג נאר נישט זיי וכו'. וואס קלערט איר טראכט די נורס היינס מישנדיג איר טעלעפאן און זעט די ארטיקלען? אלע זענען פארנומען איבער די שפיטעלער קאטאסטראפע, די מינימום מיר דארפן טוהן איז נישט געבן אמוניציאן צו נוצן קעגן אונז. אפשר יא דארף מיר מאכן א שטילן חשבון הנפש אויף להבא, מען קען נישט קאנטארלירן מאסן לוויה'ס ווילאנגט קאראנע איז דא. איך וואלט געטראכט מען האט לכתחילה געדארפט נאר מלווה זיין אויפן פעלד אין נ"ז, ווער עס מיינט עס באמת פארן צדיק זאל מוחל זיין דרייוון א שעה און מלווה זיין ביז סתימת הגולל.

מען גייט דיהר פארשרייען אז די ביסט א self hating חסיד (אדער איד).
אנדערע וועלען גאר זאגן אז די נעמסט דיך אהן פאר די מוסרים.
אבער לכה"פ ביסטו אן אייפאון איד.

דער עולם גולם כאפט נאך אלטץ נישט וואס דא גייט פאר. מען דרייט זיך ארום מיט מעסערס אין די גאסן.

די העצע אויף אידן איז געפערלעך.
מען איז קלאהר גורם אז אידן באקומן נישט די הילף אין שפיטעלער.
איך האב נישט געליינט די ניו יארק טיימס (פשוט ווייל מיין פילטער בלאקט רוב מידיע). אבער איך דארף נישט... ווייל... איך רעדט כסדר מיט דאקטוירים און נורסעס.
און ווער עס רעדט מיט דאקטורים און נורסעס ווייסט.
און מאנכע מיינען אז עס איז א מצוה צו ווייטוואשען אלעס. אז מען איז געגאנגען מיט מאסקעס און אז מען איז געשטאנען אפגעריקט. מען איז נישט. און די מציאות ווייזט אז מען קען נישט ארגאנאזירן היינטיגע צייטן קיין שום מעמיד אהן אז מען זיך זיך צאמשטופען.

איי דער גוי! וואס האסטו מיטן גוי! יא און יא! מען ברויך, אויף א שיינע גלות אידן וועג מעורר זיין די אלע רשעים (פאוסט, ניו יארק טיימס) פאר זייער פאלטשקייט פון נאר באשמוצען פרומע אידן און נישט זאגן קיין פיפס וועגען דאמינו פארק.

אבער, טייערע אידן... מען האט נישט געהייסן פארשפארן נאר בתי מדרשים! מען האט ארעסטירט גלחים אין פלארידא און ליאיזיענע פארן האלטן אפען קירכעס.
מען זאגט פאר רבנים אז דאס פארמאכן שילן איז נאר פון אונזערע אייגענע "דור ששופט את שופטיו". ניין, איך זאג נישט אז עס איז נישט דא קיין מוסרים. עס איז יא דא. דאס איז א נושא פאר זיך. אבער די מינימום וואס מיהר קענען טוהן, זענען מיהר מחוייב צו טוהן צו ראטעווען אידן! רבותי, בלייבט אינדערהיים! און ווען פאליציי קומט מיט bull horns אין מיטן די נאכט און מאכט קולות אין Lynch Park "גאו האום", דאן גייט אהיים! קומט מען דא און מען זאגט אז קיינער איז נישט דארט, וכו'.

און בכלל, אז איך האב שוין די שופר אין האנט... וועל איך בלאזן... אוודאי איז אלעס באשערט! אוודאי זאל מען נישט מאכן קיין פאניק אין דערוועלט אריין. אבער מען זאל אויך נישט אוועקמאכן די וויירוס! עס כאפט זיך גאר שנעל אריבער. זעקס פיס העלפט נישט אייביג, נאך דערצו ווען מען שטייט אינדרויסן לאנג צוזאמען איז עס בלאזט א ווינט.

מען דארף וויסן אז אפילו א ספק סכנה איז דוחה כל התורה כולו! והמקיים נפש אחד מישראל כאילו קיים עולם מלא! טייערע אידן! בלייבט אינדערהיים. און גיט אכטונג אויף אייערע בחורים'ליך.
לעצט פארראכטן דורך Kosher Travel אום מיטוואך אפריל 29, 2020 11:03 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

יואל שרייבער האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:

ברוך השם!!
לעשען דעם פייער פון שנאת ישראל, נישט וואס מאכן א.ג. היימישע וואס זענען פארנומען צוציגיסן נאך אויל
זאל דאס מכפר זיין אויף די שרעקליכע חילול ה' בעוה''ר

נ.ב. מ'דארף מיר עמערדזענסי א אסיפה מיט דרשות (אויפן טעלעפאן...) איבערציחזרן די יסודות וואס מיר האבן מקובל מאבותינו ורבותינו הק' נבג''מ און די א' ב' פון הכנעה בגלות, מרידה באומות, אא''וו (דבר בעתו מה טוב טאקע ביום המר והנמהר, ווען די ווילדע היפך התורה מהלך קומט טאקע פון די ציונים ימ''ש)
ליידער דרינגט אריין די גוי'אישע און חוצפה'דיגע (אפגערעדט סכנה'דיגע) מהלך ביי אונז מער און מער פון רעכט'ס און פון לינק'ס בעוה''ר.


די גרעסטע חוצפה איז נאך ביי די טפשים פון די רעכטע זייט, וואס קענען אין איין אטעם צוזאמען שרייען אז די מאנסיער עסקנים זענען שולדיג אין עד דעיס אנטיסעמיטיזם צוליבן זיך רייצן מיט אים, און די שטאטישע עסקנים זענען שולדיג אין דעבלאזיאס אנטיסעמיטיזם פארן ארבעטן צוזאמען מיט אים.

און דאס קומט נאכן אומדירעקט צוהעלפן צום שוידערליכן מצב מיט די מגיפה דורכן כסדר אפקילן דעם עולם איבער די חובת השמירה, און נאך די ראדיקאלע הייקינד סטייל העצעריי קעגן די דאקטוירים און נוירסעס.

כלל ישראל דארף אויסשפייען פון זיך סיי די ציוניסטישע הייקינדס און סיי די א.ג. קנאישע הייקינדס.

ביזסט 100% גערעכט מיט יעדע ווארט דיינע!!
פאר א קליין דוגמה: דא האסטו א בילד וואס די א.ג. קנאים האבן היינט געשיקט פאר זייערע נאכשלעפער!!
665.PNG
665.PNG (241.6 KiB) געזען 1163 מאל
לעצט פארראכטן דורך אורח הכבוד אום מיטוואך אפריל 29, 2020 11:08 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”