עם הנבחר האט געשריבן:ניס קראכער האט געשריבן:בין יעך אנגעקומען צום לוי' ממש נאכן ענדיגן...
מיין קורץ קעפיגע מיינונג איז,
אז די חורבן איז נישט אונז אידעלעך בכלל, די חורבן איז די לוי' איז געוועזן אום-ארגענעזירט!! ודו"ק
ווען מ'פרעגט מיר...וואלט מען געברויכט מפרסם זיין בעפאר די לוי' די פאלגענדע
1) מ'וועט קענען הערן די הספדים פון פלאשינג עוועניו ביז טעילער סט'
2)בעדפארד פון העיווארד ביז היוז וואלט אפעציעל געברויכט זיין פארמאכט,
3)מ'וואלט געברויכט מודיע זיין דעם עולם. אז מ'וועט קענען באגלייטן דעם ארון אראפ גאנץ בעדפארד עוו.
והאמת אז רוב ציבור איז געשטאנען אפגעריקט, אין פון דעם רעדט קיינער, נאר פון די ציבור גאר נאנט צום גאס פון ביהמ"ד
אין דער וואס זאגט אז מ'וואלט קיין לוי' נישט געברויכט מאכן, דער האט לכאורה קיינמאל אויף בעדפארד צווישן העיווארד ביז 651 בעדפארד קיינמאל אדורך שפאצירט!..
ווי האצעך מיר א חשובע מתפלל אין ביהמ"ד תולעת יעקב אויסגעדריקט, דאס אז ס'איז געוועזן אזא קורצע לוי', האט די רבי זצ"ל אויך זיך אליינס מסדר געווען...
פארן אראפ רייסן, פרעגט אייך נאך די פאקטן,
מען האט אפגעשפארט אויף בעדפארד פון העיווארד ביז היוז די פלאן איז גיווען אויב עס פעלט וועט אפשפארן פון לינטש ביז הופער,
מען האט געהאט מעכטיגע מייקס מען וואלט דאס געקענט הערן נאך ניי ווילאמסבורג.
עס איז געווען 25 עסקנים און ערך צווישען 20-30 שומרים מעמבערס.
די פלאן, גאר א קארצע לוי', נאכדעם באגלייטען אראפ בעדפארד,
די פלאן, שומרים מיט די עסקנים וועלן אויסשפרייטען די ציבור, אויף די ריזיגע שטך.
עס איז געווען אנגערייט 8000 מאסקעס, מען האט געהאט א גרופע פון 15 בחורים וואס וואלט געדארפט ארום גיין טיילען.
די פראבלעם
עס איז א אנגעקומען א ריזיגע ציבור אויף איינמאל, די עסקנים מיט שומרים האבן פארבירט מיט אלע כחות צישפרייטען דעם ציבור, מען האט געבעטן, געשריגען, גרעדעט, דער עולם האט פשוט נישט געפאלגט. עס איז געווען הונדערטער מענטשען ביי די צום, מען האט זיך אראפגערוקט פאר א מינוט און צירוק, די פאליס האט געקריצט מיט ציין, מען האט געזאגט אז מען גייט נישט אנהייבען די לוי' ווי לאנג מען איז צישפרייט, ווי מען רעדט נישט צי זיי, די פאליס האט בשום אופן נישט געלאזט עפענען די מייקס, ווילאנג מען איז נישט צישפרייט, די מייקס ארבעטן נישט קומען מער מענטשען צום פראנט. וואלט מען געפאלגט וואלט די לוי' אביסעל שענער אויסגעקוקט, מיט א קלענערע חילל השם,
עס קומט א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר שומרים, זיי האבן געארבעט מיט איבערמענטשליכע כוחות, זיי האבן פראבירט דאס מערסטע.