מסע האלפים למאראקא בראשות הברדק פינטו שליט''א שובה ישראל

אחראי: יאנאש

מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

מסע האלפים למאראקא בראשות הברדק פינטו שליט''א שובה ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

דעם קומענדיגע שבת גייט ווערן געפראוועט א ריזיגע שבת אין די שטאט קאזאבלאנקא מאראקא וואו עס וועלן זיך צוזאם קומען טויזענטער חסידים פון הגאון ר' יאשיהו פינטו שליט''א לכבוד די הכתרה פון ר' יאשיהו אלס הויפט רב פון מאראקא.

עס ווערט אויפגעבויט א ריזיגע שאטער וואו די שבת וועט דארט ווערן געפראוועט.

עס איז גאר אן אינטרעסאנטע געשעעניש און אפילו היסטאריש איך קלער עס וועט זיין אינטרעסאנט מיטצוהאלטן דיטעילס פון דער נסיעה.

לכבוד דער היסטארישע נסיעה האט רבי יאשיהו פארשפרייט א בריוו וואו צווישן זיינע ווערטער דערמאנט ער א ווארט פון הרה''ק מסאטמאר זי''ע ארויסברענגענדיג אז כהיום איז מאראקא מער א מקום מסוגל פאר קדושה ווי א''י

פאלגענד איז דער בריוו:
WhatsApp-Image-2019-11-27-at-23.07.34.jpeg
WhatsApp-Image-2019-11-27-at-23.07.34.jpeg (677.9 KiB) געזען 3988 מאל


ווער עס האט מער אינפארמעישן איז מכובד ארייינצוקומען.

דער אשכול איז מיוחד פאר די נסיעה נישט אויף אפהאנדלונגען איבער רבי יאשיהו שליט''א ביטע זיך האלטן דערצו.
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”