וויכטיג מאכער האט געשריבן:כ'האב נישט איבערגעליינט אלעס ביז אהער, קען זיין איינער האט שוין ערווענט, אבער א_וואו אייביג קאלן מיך מענטשן ווען ס'טוצעך דא... עכ"פ כדי צו וויסן וואס די אפעציעלע שיטה פון סאטמאר מהר"א איז, האב איך אנגערופן איינעם וואס ווייסט...
ער זאגט אז מהר"א האט גארנישט קעגן די ארגענעזאציע פערלס, אדרבה, זיינע מוסדות האבן אפעציעל געשטיצט די סיגניטשור דרייוו און געברענגט טויזענטער אונטערשריפטן פון עלטערן, נאר ער טענהט אז ווען א גוי ערווארט 10 יאר תפיסה ל"ע און זיין לויער זאגט אים איך קען דיר ערלעדיגן 7 יאר, וואלט יעדער פארשטאנען אז מ'וואלט געגאנגן צו א צווייטן לויער פאר א סעקאנד אפיניען, און אויב יענער זאגט אז ער קען 5 יאר, וואלט מען געגאנגן הערן פון א דריטן אא"וו... די זעלבע איז ל"ע ווען א גוי איז נישט געזונט, און די דאקטער זאגט אז צו ראטעווען ס'לעבן דארף מען ל"ע אראפנעמען א פיס... וואלט יעדער פארשטאנען אז ער וואלט געגאנגן צו א צווייטן דאקטער פאר א סעקאנד אפיניען...
דא איז די רעדע פון גאר אן ערנסטע קעיס, די רעדע איז פון אונזער עתיד, די גאווערמענט וויל עוקר זיין אונזערע יסודות! זיי ווילן אונטערברענגען אונזער יהדות! וואלט יעדער פארשטאנען אז ווען א לויער זאגט אז ער קען טוהן איין זאך אבער מ'מוז זיך צושטעלן מיט דעם און מיט דעם, אז מ'זאל גיין פאר א סעקאנד אפיניען, אפשר זענען דא אנדערע לויערס מיט בעסערע מהלכים פאר אונז... ספעציעל ווען די פארלאנג איז געקומען פון עסקני מהר"א, וואס איז די גרעסטע - אדער איינע פון די גרעסטע - מוסדות אין די סטעיט... אבער פאר סאם ריעזאן, אן קיין פארשטענדליכע סיבה האט מען זיי נישט אויסגעהערט, און די לויערס טיען זאכן על דעת עצמם, וואס עסקני מהר"א האלט מ'וואלט ווען געדארפט טוהן אנדערש...
דעריבער איז שיטת מהר"א אז ער סופארט פערלס, אבער ער איז נישט גרייט צו גיבן זיין ראבער סטעמפ פאר די ארגענעזעישן ווען ער האט נישט קיין מושג וואס די לויערס גייען מארגן טוהן...
וועט איינער יעצט וועלן אנהייבן זיך טענהן אז ווער זאגט אז מ'איז נישט געגאנגן פאר א סעקאנד אפיניען, אדער ווער זאגט אז מ'האט נישט גענומען זייער מהלך אין באטראכט...
איז נאכאמאל די ענטפער, קען זיין אז מ'האט אלעס געטוהן גוט, אבער ווי געשריבן ווען די רעדע איז פון א מוסד וואס פארטרעט ארום 20,000 קינדער אין די סטעיט, וואלט מען זיך געדארפט רעכענען מיט זיי, אדער איינמעלדן אז מ'האט גערעדט דערפון און ס'קעניש אזוי זיין ווייל... אין אנדערע ווערטער "האלטן אינפארמירט" וואו זאכן שטייען און וואס די פלענער זענען... און דאס איז נישט די קעיס, דעריבער - ווי געשריבן - קען מהר"א נישט גיבן קיין ראבער סטעמפ פאר די ארגענעזעישן, אבער נאכאמאל - ווי געשריבן - שטיצט ער די ארגענעזעישן ער האט צוגעשטעלט טויזענטער סיגניטושרס, און ער האפט אויף זייער סוקסעס...
למעשה זעט דעם רב פון די וויליאמסבורגער קהילה ביי די אסיפה.