וואקסינען דעבאטע

אחראי: יאנאש

טוב ליהודים
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:05 pm

נישטדא קיין פאטעליטען? מיזעלס איז נישט גענוג!! זיי ברענגען אונז Pertussis-Whooping Cough

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ליהודים »

בדידי הוה עובדא, געווען היינט ביים דאקטאר מיט פיצל קינד, די דאקטאר האט ארויסגעברענגט די געפערליכע חורבן... פון נאך א מסוכנ'דיגע דיזיז Pertussis ר"ל גאר שעדליך פאר קליינע קינדער וואס די "פרא-דעזיז" חברה ברענגן אן, און די רעיט גייט ארויף אין ראקלענד קאונטי האבן זיי ממש לעצטענס געזעהן גאר אסאך קעיסעס דערפון , און דאס אלעס קען מען אפהאלטן מיט וואקסינאציעס.

ווי אויך זאגט מיר די דאקטאר נישט ארויסצונעמן די קליינע קינדער יעצט - יום טוב סעזאן אין קיין שום פאבליק פלאץ!! צוליב די מיזעלס, וואס האט שוין געקאסט 3 פאטעלטען ר"ל אין ארץ ישראל, אקוראט 1 פאר יעדן 500....

אלזו, די דזשאוק קען געלונגען ווי סאיז געלונגען מיט די שומר פתאים ה', אבער מיר אטדאקסישע אידן זענען באפוילן געווארן ושמרתם מאוד לנפשותיכם, און ווי די מח' באפוילט פאלגן א דאקטאר בקי, "ומי שאינו בקי וכו' הרי זה שופך דמים ( שו"ע יו"ד שלו)
#ברוך שפטרני גי' והמלך דונעלד טרומפ ירום הודו
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

בעז"ה גיי איך פרובירן איינעמען א שטיל שווייגעניש אין דעם אשכול, נאכדעם וואס 'שנאה בתפארתה' קעגן די אנטי וואקסינ'ס שפרודלט דא אין גרויסן

פארן איינציגסטן חטא פון נישט לאזן ארויס קומען מיטן אמת

טריומפ מיר נישט, מיט 99% דאקטורים (וואס איז אגב נישט אמת, נאר אסאך א קלענערע פראצענט) און "אלע גדולי רבנים ואדמורי"ם, ווייל וויפיל איך האב גערעדט מיט "גדולי אדמורי"ם ורבנים", זאגן זיי קלאר!!! אדער אז זיי האבן דאס בכלל נישט דורך געטון, נאר פארלזאזן זיך אויף דעם און יענעם עסקן, אדער אז זיי פארלאזן זיך אויף יענעם פוסק, עכ"פ זאגן קלאר, אז זיי האבן נישט קיין פערזענליכע מיינונג

און אסאך זאגן "קלאר" מ'זאל טאקע נישט נעמען די שאט'ס, נאר א הוראה ליחיד, און נישט לרבים, נאכדעם וואס זיי רעדן נישט צו די גאס, נאר צו זייערע אנהענגער'ס וואס קומען זיי פרעגן.


ודי בזה
שרייבט'ס ווייטער, מיט רויטע אותיות, און גרויסע בוכשטאבן, אפשר אזוי וועט דאס ווערן אמת.

(נ.ב. ווען וואקסין איז טאקע אזוי אומ'שעדליך פאר 100% וואלט מען נישט געדארפט אזוי קאמפיינען פאר דעם).
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

More Than 500 Physicians From Across North America: Stop Lying About Vaccinations

https://www.boropark24.com/more-than-50 ... cinations/
מיכל הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל הירש »

שמו האט געשריבן:.

(נ.ב. ווען וואקסין איז טאקע אזוי אומ'שעדליך פאר 100% וואלט מען נישט געדארפט אזוי קאמפיינען פאר דעם).

פשיהא! מוראדיגע טענה! עס מיז זיין אז איך בין גערעכט, ווייל אויב נישט וואלט איך ווען נישט געטענה'ט, און מען וואלט מיר נישט געדארפט אפפרעגן. געוואלדיג!
שעבאשנוט
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעבאשנוט »

מיכל הירש האט געשריבן:https://t.co/BVrOrXAVtM



שיין ביסל ארטיקלען זענען קאפירט געווארן פון אייוועלט
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4071
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

שמו האט געשריבן:בעז"ה גיי איך פרובירן איינעמען א שטיל שווייגעניש אין דעם אשכול, נאכדעם וואס 'שנאה בתפארתה' קעגן די אנטי וואקסינ'ס שפרודלט דא אין גרויסן

פארן איינציגסטן חטא פון נישט לאזן ארויס קומען מיטן אמת

טריומפ מיר נישט, מיט 99% דאקטורים (וואס איז אגב נישט אמת, נאר אסאך א קלענערע פראצענט) און "אלע גדולי רבנים ואדמורי"ם, ווייל וויפיל איך האב גערעדט מיט "גדולי אדמורי"ם ורבנים", זאגן זיי קלאר!!! אדער אז זיי האבן דאס בכלל נישט דורך געטון, נאר פארלזאזן זיך אויף דעם און יענעם עסקן, אדער אז זיי פארלאזן זיך אויף יענעם פוסק, עכ"פ זאגן קלאר, אז זיי האבן נישט קיין פערזענליכע מיינונג

און אסאך זאגן "קלאר" מ'זאל טאקע נישט נעמען די שאט'ס, נאר א הוראה ליחיד, און נישט לרבים, נאכדעם וואס זיי רעדן נישט צו די גאס, נאר צו זייערע אנהענגער'ס וואס קומען זיי פרעגן.


ודי בזה
שרייבט'ס ווייטער, מיט רויטע אותיות, און גרויסע בוכשטאבן, אפשר אזוי וועט דאס ווערן אמת.

(נ.ב. ווען וואקסין איז טאקע אזוי אומ'שעדליך פאר 100% וואלט מען נישט געדארפט אזוי קאמפיינען פאר דעם).


איינע פון די סיבות איז ווייל אסאך מאל באקומט פון די אנטי וואקסינערס קללות נמרצות בלויז פארן זיך וואגן צו זאגן אן אנדער מיינונג
והשנית ווען עטס זאל גיין מיט ענקער אמת אין אן עקסטער פלאץ אן:
מאכן א ריזן חילול השם
אן זיין א גרמא בנזקין פאר אונזערע מוסדות דירעקט
אן זיין א גורם אז די שטאט זאל פארמאכן א כיתה פאר פסח
אן אנשטעקן אן פארשטיין א מחלה מסוכנת פאר נשים מעוברות און קליינע פיצי קינדער
דעמאלטס וואלט געקענט זיין א ויכוח אן די שנאה
בדרך אגב האסטו נאך קיין איין מאל געענטפערט אויף גאר אסאך קשיות
גיי נעם די שטאט אין קאורט אבער נעם ארויס די תורה פון דעם והכל על מקומו יבא בשלום
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7278
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

שמו האט געשריבן:בעז"ה גיי איך פרובירן איינעמען א שטיל שווייגעניש אין דעם אשכול, נאכדעם וואס 'שנאה בתפארתה' קעגן די אנטי וואקסינ'ס שפרודלט דא אין גרויסן

פארן איינציגסטן חטא פון נישט לאזן ארויס קומען מיטן אמת

טריומפ מיר נישט, מיט 99% דאקטורים (וואס איז אגב נישט אמת, נאר אסאך א קלענערע פראצענט) און "אלע גדולי רבנים ואדמורי"ם, ווייל וויפיל איך האב גערעדט מיט "גדולי אדמורי"ם ורבנים", זאגן זיי קלאר!!! אדער אז זיי האבן דאס בכלל נישט דורך געטון, נאר פארלזאזן זיך אויף דעם און יענעם עסקן, אדער אז זיי פארלאזן זיך אויף יענעם פוסק, עכ"פ זאגן קלאר, אז זיי האבן נישט קיין פערזענליכע מיינונג

און אסאך זאגן "קלאר" מ'זאל טאקע נישט נעמען די שאט'ס, נאר א הוראה ליחיד, און נישט לרבים, נאכדעם וואס זיי רעדן נישט צו די גאס, נאר צו זייערע אנהענגער'ס וואס קומען זיי פרעגן.


ודי בזה
שרייבט'ס ווייטער, מיט רויטע אותיות, און גרויסע בוכשטאבן, אפשר אזוי וועט דאס ווערן אמת.

(נ.ב. ווען וואקסין איז טאקע אזוי אומ'שעדליך פאר 100% וואלט מען נישט געדארפט אזוי קאמפיינען פאר דעם).

איר זעט איינעם קאמפיינען, וועלכע צד קאלט מיך אן יעדע ערב שבת טעראריזירן הא?
איר זאגט אז אייער דאקטאר האט נישט געקענט ענטפערן, איר האט גערעדט מיט גדולי ישראל און זיי האבן אייך אלע געענפערט אז זיי פארלאזן זיך אויף איינעם אנדערש, סאמטינג איז ווראנג?!!!
איר ווילט פארלאזן אן געבן איין נארמאלע טענה אויף אנטי וואס מען קען נישט פראוון ווראנג פיין!!!
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:פונקט לעצטנס געהערט א אהבת קדומים איד אין פאפא בית המדרש זיך אפרעדן אויף די מצב וואס מ'מאכט היינט דערפון.. ער האט גערעדט צו א איד זיין עידזש, זאגט ער מיר אלע האבן דאס געהאט, און ס'גארנישט געווען אזוי שרעקעדיג.. באלד וועט מען אהיים שיקן יעדן אן א פלו וואקסין..

דיסקלעימער-כ'נעם נישט קיין מיינונג אין די וואקסין נושא :?

מיינסט צו זאגן אז אין זיין צייט יעדער געהאט מיזעל''ס פרעג אים וויפיל טויבע קינדער זענען געבוירן וועגן דעם
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4276
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

שמו האט געשריבן:בעז"ה גיי איך פרובירן איינעמען א שטיל שווייגעניש אין דעם אשכול, נאכדעם וואס 'שנאה בתפארתה' קעגן די אנטי וואקסינ'ס שפרודלט דא אין גרויסן

פארן איינציגסטן חטא פון נישט לאזן ארויס קומען מיטן אמת

טריומפ מיר נישט, מיט 99% דאקטורים (וואס איז אגב נישט אמת, נאר אסאך א קלענערע פראצענט) און "אלע גדולי רבנים ואדמורי"ם, ווייל וויפיל איך האב גערעדט מיט "גדולי אדמורי"ם ורבנים", זאגן זיי קלאר!!! אדער אז זיי האבן דאס בכלל נישט דורך געטון, נאר פארלזאזן זיך אויף דעם און יענעם עסקן, אדער אז זיי פארלאזן זיך אויף יענעם פוסק, עכ"פ זאגן קלאר, אז זיי האבן נישט קיין פערזענליכע מיינונג

און אסאך זאגן "קלאר" מ'זאל טאקע נישט נעמען די שאט'ס, נאר א הוראה ליחיד, און נישט לרבים, נאכדעם וואס זיי רעדן נישט צו די גאס, נאר צו זייערע אנהענגער'ס וואס קומען זיי פרעגן.


ודי בזה
שרייבט'ס ווייטער, מיט רויטע אותיות, און גרויסע בוכשטאבן, אפשר אזוי וועט דאס ווערן אמת.

(נ.ב. ווען וואקסין איז טאקע אזוי אומ'שעדליך פאר 100% וואלט מען נישט געדארפט אזוי קאמפיינען פאר דעם).

ר' שמו:
איך האב אייך אייביג געהאלטן פאר אן ארנטליכן מענטש. אבער טוה א טובה, און שרייב נישט וועגען שנאה בתפארתה. כאילו, עס איז דא עפעס אן עקסטרעם פרומע קהלה, און מיהר אלע האבן שנאה צו זיין, א שטייגער ווי די מאדערען ארטאדאקס האבן פיינט די נטורא קרתא.

מיהר האבן שוין אדורכגעקייט אלע אייערע טענות (אויף א רעספעקטפולע וועג, most of the time), און לאמיהר נישט איבערקייען נאכאמאהל די זעלבע זאכן.

רבנים קענען נישט פסקענען רפואה. זיי קענען נאר פסקענען די "הלכה" פון רפואה. פונקט ווי א דאקטאר קען נישט פסקענען הלכה, נאר זאגן זיין דיעה אין רפואה, און דער רב זאל פסקענען. ווי מיהר האבן דאס שוין שיין באשריבן דא.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4276
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

צל עובר האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
יונה ישראל האט געשריבן:
זעהער האט געשריבן:פאר די אלע וואס שטעקן אן להדיה זייערע משפחות מיט די מיזעלס' פארשטיי איך נישט' א וואקסין איז בסך הכל א אפגעשוואfטע סארט מיזעלס אויב אזוי אז דו האסט מורה פון די וואקסין וויאזוי האסטו נישט מורה פון די מיזעלס אליין

די וואקסין האט נאך זאכן אין זיך חוץ מיזעלס (אריינגערעכנט אלימונים אין מירקערי).

די The MMR vaccine does not contain aluminum, אבער... לויט געוויסע דיעות , האט עס יא פיג (מיט א pie נישט א fie, צואה פון מאנקיס, ועוד וואס א איד טאר נישט נעמען.


אפילו דורך די מויל איז אסור נאר בראוי לאכילה, אבער דורך א שאט זאל עס גאר זיין עני פראבלעם?

איר זענט ****?

זעהט אויס נישט נאר האט איהר האט נישט געזעהן די interview וואס די נשים צדקניות האבן געגעבן פאר די פרעסע... איהר האט אויך נישט געהערט דערפון.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
צעגראדזשעט
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 26, 2019 11:02 am
לאקאציע: אין מיין שוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעגראדזשעט »

שמו האט געשריבן:בעז"ה גיי איך פרובירן איינעמען א שטיל שווייגעניש אין דעם אשכול, נאכדעם וואס 'שנאה בתפארתה' קעגן די אנטי וואקסינ'ס שפרודלט דא אין גרויסן

פארן איינציגסטן חטא פון נישט לאזן ארויס קומען מיטן אמת

טריומפ מיר נישט, מיט 99% דאקטורים (וואס איז אגב נישט אמת, נאר אסאך א קלענערע פראצענט) און "אלע גדולי רבנים ואדמורי"ם, ווייל וויפיל איך האב גערעדט מיט "גדולי אדמורי"ם ורבנים", זאגן זיי קלאר!!! אדער אז זיי האבן דאס בכלל נישט דורך געטון, נאר פארלזאזן זיך אויף דעם און יענעם עסקן, אדער אז זיי פארלאזן זיך אויף יענעם פוסק, עכ"פ זאגן קלאר, אז זיי האבן נישט קיין פערזענליכע מיינונג

און אסאך זאגן "קלאר" מ'זאל טאקע נישט נעמען די שאט'ס, נאר א הוראה ליחיד, און נישט לרבים, נאכדעם וואס זיי רעדן נישט צו די גאס, נאר צו זייערע אנהענגער'ס וואס קומען זיי פרעגן.


ודי בזה
שרייבט'ס ווייטער, מיט רויטע אותיות, און גרויסע בוכשטאבן, אפשר אזוי וועט דאס ווערן אמת.

(נ.ב. ווען וואקסין איז טאקע אזוי אומ'שעדליך פאר 100% וואלט מען נישט געדארפט אזוי קאמפיינען פאר דעם).

שכח שכח!
ווען אלע ווי דיר וואלטן געטון די זעלבע וואלט געווען אן עולם התיקון
אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borough Park »

הערליך האט געשריבן:More Than 500 Physicians From Across North America: Stop Lying About Vaccinations

https://www.boropark24.com/more-than-50 ... cinations/

B7F63116-97C4-444D-A954-A362AB9B0942.jpeg
B7F63116-97C4-444D-A954-A362AB9B0942.jpeg (600.46 KiB) געזען 1615 מאל
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

D2DB8A0A-2EA4-46AB-B06E-A2C383129A61.jpeg
D2DB8A0A-2EA4-46AB-B06E-A2C383129A61.jpeg (253.2 KiB) געזען 1614 מאל

A46443A0-7717-483A-A774-6E9CE98D97CC.jpeg
A46443A0-7717-483A-A774-6E9CE98D97CC.jpeg (254.39 KiB) געזען 1614 מאל
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

אז מען דערלעבט
אטעטשמענטס
6C949F84-B6D3-46CB-9D0A-DC4E440D49F9.png
6C949F84-B6D3-46CB-9D0A-DC4E440D49F9.png (620.28 KiB) געזען 1593 מאל
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

הערליך האט געשריבן:אז מען דערלעבט

רח"ל.
אלעס צוליב איינס צוויי פארצענט אומ'אחריות'דיגע מענטשן.
פריער גערעדט מיט א אדימיסטראטער פון איינער פון די גאר גרויסע מוסדות דא אין שטאט, און ער זאגט מיר אז די נישט וואסקסנירטע דהיינו די אנטי וואקסינערס זענען אונטער 5 פארצענט ב"ה.
אבער חרוב מאכן קען אפילו א יחיד אויך רח"ל.
ב"ה אז די אנטי'ס האבן זיך צופירט די הענט אויף אלע סארט אופנים, וואס דאס וועט בע"ה פורן אז גדולי ומנהגי ישראל שליט"א, אינאיינעם מיט די עסקנים, וועלן טאן וואס מ'דארף.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
טוב ליהודים
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:05 pm

שווייגן? לאחר החורבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ליהודים »

בעבור שמ"ו הגדול

צדיקים זאגן אז א ווארט איז ווי א פייל, איינמאל משיסט עס קען מען שוין נישט צוריקציען...

הלוואי ווען מוואלט געשוויג"ן פאר די מידיע און אונז נישט פארשעמט בחרפות ובושות אויפן טעלוויזיע לעיני כל המים ר"ל און פארמייטן די פלאקערדיע "שנאה בתפארתה" פון די פעלקער וואסן האבן בפירוש געהערט אז אידישע רעליגיע און "געשריבענע ביכער" זאגן מזאל יא פארשפרייטן דעזי"ז אקוראט לויטן"מיין קאמפף? עפ"ל ומה יעשה הגוי שלא יחטא.

*הלוואי ווען מוואלט געשוויגן און נישט מסית ומדיח געווען שקרים וכזבת בעפאר סהאט געקאסט די אומשילדיגע "3" הייליגע רץ ישראלדיגע נפשות..

*אוי ווי גוט וואלט געווען ווען מוואלט געשוויגן און נישט פארדרייט נשים שדעתן קלות מיט די הוילע בלאף, און פארמיטן אזוי פיל אידיש נפשות פון פאלירן זייער חלק אויף דער וועלט.

*ווי פיין וואלט געווען ווען משווייגט און מאיז נישט מכלה ממון ישראל פאר עדס _(פאר א.... קאמפיין? אקעגן? וואקסין... ווער קאמפיינט??!!!) און פראפאגאנדעט קאנסיראציעס, און אוממשילדיגע מוחות ווערן געוואשן, און אידישע קינדער אין שווערע מצבים ווערן נעבעך אוועקגעקריסן צוליב לייכטזינגקייט...

אבער ווי זאגט מען אין ענגליש BETTER LATER THEN NEVER אז ב"ה וויפיל אידן מקען ראטעווען פון יעצט און ווייטער - איז הכל רווח און כל המציל נפש "אחת" מישראל כאילו קיים עולם מלא.

און יעצט צו די "ליגענט" וואס גיסט זיך - און על הכלל כולו יצא, "קאמפיין" ווער קאמפיינט?
1) די וואס עפענען האטליינס מיט הוילע פראפאגאנדע אגב?
2) די וואסן שפענדען טויזענטע דאלערס אויף ווילדע עד"ס - שרעקעדיג GUNS אין די פארעם פון א וואקסין, מיט "עמאצנאלי" מעסעדזש.. פרובירן אוועקנעמן די מוח און רעדן מיט בלויזע פילונג
3) די וואס רופן מיט שרייעדיקע קולות און קללות - ערב שבת אינמין די הכנות צו שבת און באטיטלן - עסקנים אלץ - אפיקורסים... וויל זיי האלטן אן 2טע צד ווי טוער,? און גייען אקעגן רבנים? (און מרעכנט אויס איינער וואס איז קוים א משגיח אין א ישיבה?)
4) אז מגייט אין די בית כסא'ס פון בתי מדרשים און ווארפט פאשקעווילן קעגן וואקסינען
5) אז מממאכט אסיפות און מפראפאגאנדעט וועגן די גרויסארטיגע אסיפות אין אלע בלעטער.
6) די וואס גייען בערכאות אין נאמען פון גאט ב"ה - משתמש ברביטו של מלך - און מגלה פנים בתורה שלא כהלכה אז כביכול די תורה לאזט נישט וואקסינען, און דערנאך שרייען זיי אז די עסקנים פארן בלויזע חטא פון ?? זענען זיי "מסור" ווייל כאילו זיי זענען שולדיג אז די סטעיט וויל סטאפען די אזוי גערופענע "רעליגיע עקזעמפשען"
7) די וואס הענגן צעטלעך אין בתי מדרשים אין נאמען פון מגי"ש און 4 רבנים - זאכן וואס פיל פון זיי גראדע לייקענען בפרהסיא, ואכמ"ל
8) ועוד ועוד..

רבנים - גדולי הפוסקים וואס כל העולם נשען עליהם - האבן שוין קלאר געזאגט צו פאלגן אונזערע דאקטוירים און געבן וואקסינען,

*הייליגע מחבר - די בית יוסף - רבינו יוסף קארו, זאגט שוין קלאר אין יוד של"ו
אז מברויך גיין צום דאקטאר - בקי, וכל מי שאינו בקי - הרי זה שופך דמים.. ער רופט אייך און די גאנצע חבורה וואס האבן קיינמאל קיין רפואה נישט געלערט--- אן שופך דמים
פרי מגדים הל' תעניות דערמאנט טשיקן פאקס און מיזעלס אלץ מכה מהלכת
*די גרויסע פוסק פון אונזער דור הרב וואזנער האט הויך און קלאר גע'פסקנט - מזאל וואקסינירן.
*/ראבד ירושלים, הרב אשר ווייס גאבד דרכי תורה, רב דנטעי גבריאל, האבן געשריבן קלארע תשובות
*רבני מאנסי ארויס מיט א קלארע הוראה
*גדולי הרבנים ראשי דייני קהילת ואדמורים בא"י ובגולה, בעלז,ווישניץ,גור, סקווירא, סאטמאר, וויזניץ, פאפא, באבוב, וכו' אלע זאגן קלאר וואקסינירן, און זיי זאגן עס הויך אן קיין שלייער.

אלזו - ביטע טאקע שווייגן און נישט זאגן "שקר" וואס ווערט שנעל אפגעווענדעט. און די זכות וואס משוויגט און הערט אויפשעדיגן מענטשן אין אומשטענדן וועט מען זוכה זיין צו ביאת גוא"צ, וואס אין בן דוד בא עד שיכלו נשמות שבגוף, בב"א
#ברוך שפטרני גי' והמלך דונעלד טרומפ ירום הודו
מיכל הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל הירש »

טוב ליהודים האט געשריבן:בעבור שמ"ו הגדול


איר האט א מקור אז עס האט שוין געקאסט דריי נפשות?
מיכל הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל הירש »

איך בין שאקירט געווארן היינט אינדערפרי זעענדיג ווי די דבר יום ביומו האט אריינגעלייגט א עד פאר די פרא מיזעלס טעלעפאן ליניע. די דבר יום איז דאך א אויסגאבע וואס איז גאר שטרענג וואס זיי לאזן דורך. מען דארף זיי אנרופן מעורר זיין נישט צו נעמען א טייל אין קראנק מאכן אידישע קינדער רח''ל.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

מיכל הירש האט געשריבן:איך בין שאקירט געווארן היינט אינדערפרי זעענדיג ווי די דבר יום ביומו האט אריינגעלייגט א עד פאר די פרא מיזעלס טעלעפאן ליניע. די דבר יום איז דאך א אויסגאבע וואס איז גאר שטרענג וואס זיי לאזן דורך. מען דארף זיי אנרופן מעורר זיין נישט צו נעמען א טייל אין קראנק מאכן אידישע קינדער רח''ל.

פראו אדער אנטי?
אויב איז עס א האטליין פאר וואקסינען, קען מען אויף זיי נישט האב קיין טענות, ווייל דאס איז לויט די בפירוש'ע הוראה פון "אלע" רבנים פון די קרייז וואס גיבט ארויס דעם צעטל, אז מען "דארף" געבן וואקסינען.
און אידן פאלגן זייערע מהיגים! און עס איז אסור אנצוהעצן אידן אקעגן די פסק פון זייערע מנהיגים, וואס מיט זייער דעת תורה, און סייעתא דשמיא וואס דער אויבערשטער גיבט פאר מנהיגי ישראל האבן זיי גע'פסק'נט אז מען ברויך געבן וואקסינען.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
טוב ליהודים
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ליהודים »

מיכל הירש האט געשריבן:
טוב ליהודים האט געשריבן:בעבור שמ"ו הגדול


איר האט א מקור אז עס האט שוין געקאסט דריי נפשות?

נעכטן נעמנדיג מיין קינד צום דאקטאר האבן זיי מיר געזאגט כזאל אכטונג געבן ווי מיר גייען יום טוב מיט די בעבי, ווייל סהאט שוין געקאסט 3 פאטאליטען, מיר זענען נישט פון די וואס האלטן אז אלע דאקטוירים/עסקנים/רבנים/הצלה-לייט/חסד/ביקור חולים/ח"י לייפ-ליין זוכן אונז אונטערצוברענגן.
אגב, איז געווען באריכטעט אין די נייעס די אלע פאטאליטעטן ר"ל.
#ברוך שפטרני גי' והמלך דונעלד טרומפ ירום הודו
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שמו האט געשריבן:(נ.ב. ווען וואקסין איז טאקע אזוי אומ'שעדליך פאר 100% וואלט מען נישט געדארפט אזוי קאמפיינען פאר דעם).


דריידט זיך א רוצח מיט א גאן און שיסט קוילן אויף אלע זייטן, און א "נארמאלער" מענטש מאכט קולות אז דער עולם זאל אנטלויפן
שטייט א חכם און זייט און טענהט: נע, קען נישט זיין אז ס'איז אמת, ווען סאיז 100% אמת וואלט מען נישט געדארפט אזוי קאמפיינען פאר דעם!

ואנכי הקטן המטומטם וההולך בענינים עצומות לשחיטה וואלט אנטלאפן און נישט געמאכט די טיפע אויפגעקלערטע חשבונות, ווייל אויב יא וואלט איך דאך נישט געקענט שרייבן דא.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
מיכל הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל הירש »

עכט היימיש האט געשריבן:
מיכל הירש האט געשריבן:איך בין שאקירט געווארן היינט אינדערפרי זעענדיג ווי די דבר יום ביומו האט אריינגעלייגט א עד פאר די פרא מיזעלס טעלעפאן ליניע. די דבר יום איז דאך א אויסגאבע וואס איז גאר שטרענג וואס זיי לאזן דורך. מען דארף זיי אנרופן מעורר זיין נישט צו נעמען א טייל אין קראנק מאכן אידישע קינדער רח''ל.

פראו אדער אנטי?
אויב איז עס א האטליין פאר וואקסינען, קען מען אויף זיי נישט האב קיין טענות, ווייל דאס איז לויט די בפירוש'ע הוראה פון "אלע" רבנים פון די קרייז וואס גיבט ארויס דעם צעטל, אז מען "דארף" געבן וואקסינען.
און אידן פאלגן זייערע מהיגים! און עס איז אסור אנצוהעצן אידן אקעגן די פסק פון זייערע מנהיגים, וואס מיט זייער דעת תורה, און סייעתא דשמיא וואס דער אויבערשטער גיבט פאר מנהיגי ישראל האבן זיי גע'פסק'נט אז מען ברויך געבן וואקסינען.


פרא מיזעלס, אנטי וואקסין. און יא די אנטי עלעמענטן האלטן שוין ביי דעם אז נישט נאר וואס זיי אטאקירן די געטרייע דאקטוירים, נאר זיי רייסן שוין אראפ, און העצן אנטקעגן די רבני הדור. צווישן זיי רבנים וואס זענען באקאנט אז זיי געבן אוועק זייער גאנצע לעבן צו העלפן אידן אין אלע הינזיכטן און בפרט אין עניני רפואה. ליידער ווי מען דערקייקעלט זיך פאר ווען מען פארלירט דעם חוש האמת.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

עכט היימיש האט געשריבן:
מיכל הירש האט געשריבן:
טוב ליהודים האט געשריבן:בעבור שמ"ו הגדול


איר האט א מקור אז עס האט שוין געקאסט דריי נפשות?

יא.
פרעג יעדן דאקטאר דא אין וויליאמסבורג צו ער ווייסט א פאל וואס א מיזעלס האט גורם געווען דאס פארלוסט פון א אידישע נשמה'ע, און כמעט יעדער וועט דיר ענטפערן אז יא!
רח"ל ווי מען שטייט תשע"ט, אז צוליב תעוות נצחון איז מען גרייט צו איינשטעלן מיטן זיין א מעגליכע ר...


פליז ביטע בבקשה בכל לשון של בקשה איינמאל פאראלעמאל זאל שוין איינער ("נאר איינער") וואס זיינס א קינד איז געשטארבן/געשעדיגט געווארן/טויב געווארן/ קראנק געווארן קומען עדות זאגן בפני קהל ועדה און זיך אויפשטעלן זאגן יא איך האב א קינד וואס איז געשעדיגט געווארן פון מיזעלס און דאס און דאס זענען די פראוו, דאס איז נאמען פון דער דאקטער וואס באשטעיטיגט דאס.

די מערסטע וואס איז געווען איז אז ביים טעלעקאנפערענטס האבן זיך אויפגעשטעלט צוויי אידן עדות זאגן
איינער האט געזאגט: "מיין קליינע מיידל איז דא וואס זאגן אז זי איז שוין נישט מיט אונז וועגן מיזעלס"
נישט קיין נאמען פון די איד נישט קיין נאמען פון קיין דאקטער און ניטאמאל האט ער געפילט באקוועם צו זאגן אז סאיז פון מיזעלס נאר אזוי ווייט אז פאר 90% איז דא וואס זאגן אז ס'קומט פון מיזעלס.

די צווייטע עד האט עדות געזאגט עפעס וועגן זיין נעפיו (אבער דא האט מיר זיך די ליין איבערגעהאקט אינמיטן און איך האב נישט געהערט די גאנצע מעשה)
אבער אויך דא: אן קיין נאמען אן קיין דאקטער און אן קיין איין זאך וואס קען אריינגיין אין כלל פון עדות

(די טענה אז מהאט מורא דארף מען נישט ענטפערן דאס קען איך אליין,
און ניין איך ווארט נישט אויף קיין תשובה נאר אויב וואלט געווען אזא טאטע וואלט ער שוין לאנג אוועקגעלייגט אלעס און א זייט כדי צו ראטעווען כלל ישראל, און אז סאיז נישטא אזא טאטע מיינט אז ס'איז נישטא קיין איינער וואס איז איבערגעצייגט פאר זיך אז זיין קינד איז געשעדיגט פון אוטיזם)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

א חשובער אנגעזעהנע רב [שטארק באהאווענט אין עולם הרפואה] האט ביי א שמועס צווישן אנדערע געזאגט א שטארק ווארט "עמיצער וואס איז דא צו אנדרייען און בונטעווען קעגן די סיסטעם און אפהאלטן פין וואקסינירען, אבער ווען עס קומט צו "דיין פראבלעים מיט געזינטהייט" איז ער נישט דא צום האבן, דער האט קיין וועליו, אזא מענטש איז נישטא אויף צו העלפן מענטשן דער איז נאר דא צו אנזייען כאאס
דערווייל האט זיך נאך קיינער וואס שטייט מיט אן אחריות אויף א ציבור זיך ארויסגעשטעלט צו פראפאגאנדירן פאר די פרא- וויירוס מענטשן.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

פאר די אלע וואס טענה'ען אז איך האב נאכנישט געענטפערט
א. יעצט פאר פסח איז אנגעצויגענע טעג (ב"ה) נאך פסח בל"נ בעז"ה, וועלן מיר ענטפערן פאר ווער ס'וויל בס"ד
ב. מער ווייניגער איז שוין אלעס במילא געענפטערט געווארן אין דעם "אלעס ארום וואקסינ'ס" אשכול.

לגבי די ראבא-קאל'ס, פארשטיי איך טאקע נישט, און ס'האט ב"ה נישט מיט מיר,
אבער אסיפות, איז א ריכטיגע זאך, ווען מ'לאזט נישט ארויס רעדן אונזער זייט

לגבי רבנים, חלילה מיר רעדן נישט אויף רבנים, אבער מיר האבן רבנים אויף אונזער זייט אויך, דעריבער איז לעכעריג צו שרייען אז מ'גייט קעגן רבנים, און לגבי דעם 'רעלידזשע"ס עקזעמשע"ן, מעג מען ניצן, און מיר ניצן דאס, ע"פ הוראת רבנים חשובים, וואס האבן אונז גע'עצה'ט אזוי.

לגבי די לעדי'ס וואס האבן גערעדט פאר די מידיע, איז טאקע א נער'ישקייט, אבער האט אויך ב"ה נישט מיט מיר, און נישט מיט די וואס האבן אנגעפירט דעם קאנפרענץ איבער די סכנה פון געבן שאט'ס.

ועוד חזון למועד פאר אלע אנדערע זאכן בעז"ה.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”