תוספות האט געשריבן:בבקשה האט געשריבן:תוספות האט געשריבן:מקבל האט געשריבן:SIDS
אסאך פון די עלטערן וואס האבן ל"ע פארלוירן א קינד פלוצלונג, וואס רופט זיך סידס אדער קריב דעד, זאגן אז עס האט פערצופאל פאסירט אין די טאג אדער וואך נאכן באקומען וואקסינס, אויף די שלום ליין קען מען הערן ווי א חשובע רב פון מאנסי פארציילט אז ביי זיין שוועסטער איז אזוי געווען.
פארשטייט זיך אז קארילעישן דאסנט איקוואל קאזעישן, און איר מוזט בכלל נישט גלייבן, און פארוואס פונקט ביי אנטי'ס געשעהט אזעלכע זאכן, (הגם פאר ס'איז געשעהן זענען זיי נישט געווען קיין אנטי'ס...),
אין 2017 איז דא רעקארדעט בערך 1360 פעלער פון סידס אין די יו עס.
עכ"פ איז דא א שמועס צווישן די אנטי וועקסערס אז זייט עס האט זיך אנגעהויבן די לאק דאון, און וועל וויזיטס זענען געווען געקענסעלד, האט מען נישט געגעבן קיין וואקסינס, זענען די נאמבערס פון סידס גאר שטארק געדראפט, איך האב נישט געטראפן קיין קראנטע דעטע אויף דעם אין וויפיל מיין צייט און פילטער ערלויבן, איז אויב איינער האט עני אינפא איבער דעם וואלט איך עס עפרישיעטעד.
לאמיר קוקן וואס די סי די סי אליין האט דא צו זאגן....
קוק דא און דא. וועסטו זען אז קליינע קינדער זענען סאך ווייניגער געשטארבן בימי הקאראנע.
קוק דא, וועסטו זען אז מען האט געגעבן סאך ווייניגער וואקסינען בימי הקאראנע.
יעצט ברויך מען נאר צוזאמרעכענען איינס מיט איינס, און מען ווייסט וואס עס איז גורם וואס....
פאר מער אינפארמאציע, קענסטו קוקן דא, און דא, און דא, און דא.
אקעי, לאמיר איבערגיין די חשבון, קודם כל ווען האט מען אנגעפאנגען געבן ווייניגער וואקסינען? די לעצטע בילד, איז דא 2 טשארטס, די ערשטע גייט מיר נישט אן, ס׳איז ארדערס פון וואקסינען, די צווייטע טשארט, דאס איז וויפיל מען האט געגעבען, דאס איז די וויכטיגע נומבער, זעט מען 2 בארס, די ליכטיגע באר, איז פאר עלטערע קינדער וואס האבן נישט קיין סידס, גייט מיר ווידער נישט אן, וואס גייט מיר אן איז די טונקעל בלויע בארס, אז מען וועט קוקן וועט מען זעהן זשעניערי און פעביורערי, זענען בערך גלייך, אפשר א טראפ וויינגיער אין פעב. ערשט אין מארטש, זעט מען אן ערענסטער טראסק, דערנאך זעט מען ווי עס הייבט זיך צעביסלעך צוריק.
איז אזוי, אויב וואקסינען און סידס האבן שייכות, וואלט איך געדארפט זען א טראסק אין סידס טויטפעלער אנגעפאנגען פון בערך מארטש 16, ווייל דעמעלסט איז געווען דער ערענסטער טראסק, און דערנאך זאל זיך עס צעביסליך צוריק הייבען. ביזדערווייל וואס ווייזט דער דאטא? א שטאטע דעקליין פון אינדערמיט פון פעב. וואס ציעט זיך ביז מאי 16, דער דעקליין וועט עטוואס שטערקער נאך מארטש 21, אבער ער הייבט זיך נישט דורך אויס אפריל, על אף מען האט צעביסלעך אנגעפאנגען געבן מער וואקסינען דורכאויס אפריל.
מזל טוב! מיר האבן אויפגעוויזען אז סידס און וואקסינען האבן נישט קיין שייכות. ווייל ווען זיי האבן יא שייכות וואלט סידס פעלער זיך געדארפט הייבען אין אפריל.
כ'האב הנאה אז כאטש איינער דא פרובירט דורכצולערנען די נושא מיט א גרונטליכקייט. ס'איז א שטארקע לומדות וואס דו טוסט אויף דא.
די פראבלעם איז אבער, אז דער אונטערשטער טשאַרט רעדט זיך נאר פון מיזעלס קאנטעינינג וואקסינס. במילא איז עס ווארשיינליך סייווי נישט קיין גורם צו סידס, וויבאלד סידס איז נאר אונטער א יאר, און מיזעלס קאנטעינינג וואקסינס געט מען אונטער נארמאלע אומשטענדן נאר איבער א יאר. איז לשיטתך אַז מען קוקט נאר אויף סידס, קומט פשוט נישט אריין די גאנצע חשבון דא.
בקיצור האט מען נישט קיין שום דאטע וואס האט צו טוהן מיט וואקסינען פון אונטער א יאר. גוט. נאך זאמד אין דער אויגען.
די דאטע ווייזט אז עס איז געווען א דעקליין אין טויטפעלער בלויז ביי קינדער אונטער א יאר. נישט דא קיין דאטא איבער די מצב פון וואקסינען פון קינדער אונטער א יאר. וואס איז דער גאנצע ראי׳ דאן?