וואל רעזולטאטען פון מדינת ישראל בחירות - ד' ניסן תשע"ט
אחראי: יאנאש
- נישט שלאפן
- שר חמישים
- תגובות: 65
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2018 10:43 pm
נישט שלאפן האט געשריבן:יין האט געשריבן:וויפל קלות פעלט ימין החדש?
ארום 3200, און עס גייט ארויף.
די ארעמי קולות וועט אים לכאורה נישט ראטעווען ווייל דארט זענען בד''כ רוב לינקע.
נישט צום גלייבן אז פאר א טאג צוריק האט מען זיי געגעבן 5-7 און היינט גארנישט.
פריעדיגע מאל, האט בענעט [דעמאלטס הבית היהודי] באקומען דאפעלט פראצענט קולות אין "קולות החיילים - מעטפות כפולות", טאמער האט ער דאס אויך יעצט, איז ער אינעווייניג. ד"ה טאמער אין די איבעריגע צאל קולות, האט ער אביסל מער פון 6%, איז ער לכאורה אריין. די שאלה נאר אויף וועמ'נס חשבון, ווייל די אראבערס האבן פארזיכערטע מער פון אדורך גיין.
ס'איז מער מסתבר אז בענעט וועט דאס נישט ברענגען, אבער ס'איז נישט אזוי ווייט אז ער וועט דאס יא קענען דערגרייכן
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 317
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 26, 2018 6:55 am
- לאקאציע: בשולחן הטהור
יהדות התורה נומער וועט נאך ארויפגיין. עס איז דא טעותים, א נאמאלע ערשיינונג.
http://www.bhol.co.il/news/990643
http://www.bhol.co.il/news/990643
-
- שר האלף
- תגובות: 1462
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm
ווי קען מען וויסן וויפיל קולות אין יהדותהתורה קומען פון חב"ד, און פון אלי ישי?
לעצט פארראכטן דורך מחשב אום מיטוואך אפריל 10, 2019 12:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
חמרא טבא האט געשריבן:די דיעל איז געווען אז אויב באקומען זיי א אכטע בענקל באקומט ישי א פאזיציע אינעם ממשלה
די דיעל איז נישט געווען אויף בענקלעך, ווייל דאס איז נישט געוואנדן אין זיי נאר נאציאנאל. דער דעל איז געווען אויף 250,000 קולות.
עס וועלן נאך צוקומען אסאך קולות צו ג' נאך פראבלעמען מיטן סיסטעם. די שאלה איז וויפיל. אויב האט מען 250, איז עס א מאראלישע זיג פאר ישי.
פאריגע מאל האט ישי פארלוירן אויך מיט ארום 10,000 קולות...
-
- שר האלף
- תגובות: 1225
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm
אלע מומחים זענען מסכים, אז מער פון מסתבר, גרויסע טשאנסן, אז ג' וועט אריינקומען נאר מיט 7 און נישט מיט 8.
ווייל לויט די חשבונות די רעכטע פארטייען, האבן אין די "קולות החיילים" אסאך מער קולות ווי יהדוה"ת.
די שאלה ווער וועט באקומען די איבעריגע מאנדאט. אנדערע טענה'ן אז ס'קען גאר זיין אז סמוטריץ' וועט דאס נעמען, ער וועט ווערן 6.
און לויט אנדערע קען עס זיין פאר בענעט ער זאל אריינגיין מיט 4 מאנדאטן, און דעמאלטס, נישט נאר ג' גייט אראפ מיט איינץ, נאר אויך מרצ, און ווארשיינליך 2 פון כחו"ל גיין אראפ.
דאס אלעס וועדנט זיך ווי אזוי די פול מזרחי פרומע רעכטע ביי די מיליטער, דאס מיינט די הסדר'ניקעס, האבן געוויילט, צו פאר סמוטריץ', אדער גאר צו בענעט.

אברהם וועבער איינער פון דגל וואס האט די טיטל "איש המספרים" ער קען זייער גוט די נומבערס זאגט יעצט, אז לויט די חשבונות איז די איינציגסטע זאך וואס קען געשעהן מיט ציילען
די איבעגעבליבענער וואוטס איז, אז בענעט קען אריינקומען און צונעמען איינס פון אגודה צוויי פון גנץ און איינס פון עבודה, אבער ער זאגט אז סאיז נישט מסתבר אז סזאל געשעהן
די איבעגעבליבענער וואוטס איז, אז בענעט קען אריינקומען און צונעמען איינס פון אגודה צוויי פון גנץ און איינס פון עבודה, אבער ער זאגט אז סאיז נישט מסתבר אז סזאל געשעהן