וזה החלי
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:ויציב ונכון האט געשריבן:אלמוני האט געשריבן:לאלתר לחיים האט געשריבן:ס'איז נישט קיין מצוה צו באריכטן נייעסלעך וואס איז מצער רוב פון די באטייליגטע דא אפילו אויב ס'איז אמת, ווען איינער שרייבט סתם קורצע באריכטן איז איין זאך,
אבער דאס טיף אריינלערנען פשט וואס וועט זיין גוט פאר חרדים און א גוטע עצה פאר גפני צו א ליצונות פון ג' שבועות איז ווייט נישט קיין נייעס באריכט, און אויב דאס מען דו זיין מעג קומען א מחאה צו א ווייטאג אויפן מצב הדור.. וק''ל
ר׳ אלתר וואס מאכט אייך טראכטן אז רוב פון די באטייליגטע דא האלטן ממש פונקט ווי אייך אין דעם ענין?
"גאנץ סאטמאר" איז גרעסער ווי בעלז גור און וויזשניץ צוזאמען, און טאמער נאך נישט ממש לייג צו די אנדערע קהלות וואס גייען אין די דרכים פון סאטמאר און דעמאלטס וועט דאס זיין פילפאכיג מער, ממילא די וואס אינטערסירט זיי די בחירות זענען און איינע פון די דריי קהלות ווייל פאר א פאפאנער גייט נישט אן קיין שום צד, די דריי זענען בעיקר די קהלות וואס נעמען די בחירות זייער פראזענדליך, ממילא דאס איז די רוב פון וואס מען רעדט,
א גרויס חלק סאטמאר ווערט אבער נישט "בצער" פון די תגובות אויף וואס די ביסט מוחה
איך ווער בצער.
און איך וואלט געוואלט שרייבן די נייעס וואס גולם פון וואשינגטאן שרייבט איבער די "מרץ צבועים" אביסל אנדערש: די ראסיסטישע עוצמה יהודית צבועים וואס זענען תלמידים פונעם טעראריסט מאיר כהנא ימ"ש האבן די חוצפה זיך אפצורעדן אויף מרץ וואס פארדאמט זיי "אמער זיי הענגען ביי זיך אינדערהיים בילדער פון אראפאט..." געפעלט דיר?
עס איז דא א חילוק צווישן א ראסיסט מיט א טעראריסט, כהנא איז געווען א ראסיסט, מיט זיין קרומע ציוני'סטישע אידאלאגיע האט ער געזוהן אין די מדינה א מלכות ישראל, און ער האט געהאלטן אז עס איז דא א איסור צי געבן א מינוי פאר א גוי, ווייל עס שטייט רק מקרב אחיך, אזוי אויך אז גויים טארן נישט וועלן, אויך אז מען טאר נישט פארקויפן דירות פאר גויים אין ארץ ישראל, וואס אגב איז דאס א הלכה פסיקה, און עס איז א לאו דאורייתא, זענען מיר דען אויך ראסיסטען?
אראפאט - משא"כ - איז געווען א ארכי טעראריסט, א די בלוט פון טויזענטער אומשילדיגע אידישע קינדערלעך ליגט אויף זיין הענט, ממש נישט קיין פארגלייך.