חושב מחשבות... האט געשריבן:אגב נקודה למחשבה.
די ציוניסטישע מדינה האט איבער 150 ארגיניזאציעס צו שטופן פאראויס זייער גזירת הגיוס!
כ"ז אונז האבן נישט כאטש האלב פון דעם איז מען נאך ווייט פונעם ציל
וד"ק כי קצרתי
מעמד היסוד קרן הצלת ישראל בארה"ק - בארא פארק - א' בא תשע"ט
אחראי: יאנאש
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 576
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

היום אתם יוצאים!
עַל אַחֵינוּ אֲשֶׁר רָאִינוּ צָרַת נַפְשָׁם בְּהִתְחַנְנָם אֵלֵינוּ • בְּהִתְאַסֵּף רָאשֵׁי עָם יַחַד שִׁבְטֵי יִשְׂרָאֵל:
באָראָ פּאַרק, אַמעריקע׳ס גרעסטע אידישע שטאָט, וועט זיך צונויפקומען על אלפי׳ וראשי׳ וגדולי׳ ומנהיגי׳ צו פונדאַמענטירן ״קרן הצלת ישראל״ צו ״ראַטעווען״ בחורי ובנות ישראל פון סכנת הגיוס בארה״ק ביי היסטאָרישן מעמד אדיר
דעם זונטאָג פ׳ בא, לסדר ״בִּנְעָרֵינוּ וּבִזְקֵנֵינוּ נֵלֵךְ״
אין די זאַלן פון ״עטרת גאלדא״ יהי׳ האות הזה!
וַיִּחַן שָׁם יִשְׂרָאֵל. כְּאִישׁ אֶחָד בְּלֵב אֶחָד:
היסטאָרישע אחדות׳דיגע צונויפאַרבעט פון ״אַלע קהלות קדושות״ אין בארא פּארק וועט פאַרזאַמלען זעלטענע מאַניפעסטאַציע פון אלע שיכטן און קרייזן ביים מעמד האדיר, על פי קריאתם פון די גדולי הרבנים ומנהיגי הקהלות ועיני העדה אינעם היסטאָרישן אומצוויידייטיגן ״קול קורא״ וואָס רודערט אויף בארא פּארק!
בַּיּוֹם הַהוּא אַצְמִיחַ קֶרֶ״ן לְבֵית יִשְׂרָאֵל:
ציל פונעם מעמד: אַראָפּשטעלן פינאַנציעלן בסיס פאַר גרינדונג פון ״קרן הצלת ישראל״ וועלכע וועט אויסצאָלן ״קעיסעס״ פאַר די אָרגאַניזאַציעס וואָס העלפן פאַר הונדערטער בחורים, יונגעלייט און אידישע טעכטער זיך אַרויסדרייען און געראַטעוועט ווערן פון סכנת הגיוס וואָס לייגט אין שרעקליכער געפאַר זייער גאַנצע אידישקייט, ר״ל ה״י!
וַיָּרֶם קֶרֶ״ן לְעַמּוֹ תְּהִלָּה לְכָ״ל:
רבנים פון אלע שיכטן און קרייזן זענען ממנה ערנסטן ״ועד בעלי בתים״ און ״ועד הרבנים״ צו האָבן דעם פולסטן אויפזיכט און אחרות אויף ״יעדן דאָלאַר״ צו פארזיכערן אַז ס׳קומט אָן צום איינעם ציל: ״באַצאָלן קעיסעס״ פאר בני ובנות ישראל הכשרות וועלכע זענען פארפּלאנטערט מיט׳ן געזעץ און אין סכנה צו פארכאפּט ווערן אין מיליטער ה״י!
בַּעֲבוּר יִשְׁמַע הָעָם:
אויפטרייסלענדע פאַקטן, פלאַמעדיגע דרשות, ערשטהאַנטיגע עדות׳שאַפטן, דראַמאַטישע אַנטוויקלונגען, לעבעדיגע שילדערונגען, קלאָרע פּלענער פון רבני ועסקני הועד, וועלן דראַמאַטאַזירן אלופי אלפי ישראל.
הֵמָּה הַגִּבֹּרִים אַנְשֵׁי הַשֵּׁם:
זעלטענע האַרמאָנישע צוזאַמאַרבעט פון ראשי העסקנים פון אלע קהלות ווארפן זיך אַריין צו אָרגאַניזירן דעם מעמד כאיש אחד ובלב אחד, צו פאַרזיכערן דעם סוקסעס, און דעמאָנסטרירנדיג זעלטענעם ״כח האחדות״ ווען ס׳קומט לטובת כלל ישראל.
מי רואה את אלו יוצאים ואינו יוצאי:
היסטאָרישער פּרעצעדענטלאָזער פאראייניגטער ״קול קורא״ פון גדולי רבני העיר פון אלע שיכטן און קרייזן רודערט אויף בארא פּארק!
קלאָרע און דייטליכע ווערטער פון די גדולי העיר אשר עיני כל בית ישראל נשואות אליהם שטורעמען אויף טויזנטער תושבי העיר:
״כאשר רבים מבני ישראל מסובכים עם רשויות הצבא ונמצאיםי בסכנת גיוס או מאסר ר״ל… ובעוה״ר רבים חללים הפילה… ולאחרונה גם גזרת גיוס בנות האיומה״... על כן קוראים אנו בזה לאחינו בישראל תושבי עירנו הע״י להחלץ חושים לבוא ולהשתתף בעצרת רבתי שיתקיים בעז״ה ביום א׳ בא באולם עטרת גאלדא לכנן לבסס קרן הצלת ישראל לעמד לימין אחינ היקרים דרי ארץ הקדש״
א שטורמישער פייער, אן אש להבה, האט זיך אנגעצינדן אין דער שטאט בארא פּארק, נאָך דעם פלאם-פייערדיגן קול קורא וואס איז ערשינען, אין א זעלטענער היסטארישער אנטוויקלונג, פון די גדולי הרבנים ומנהיגי הקהלות פון דער שטאט, וועלכע רופן אלע תושבי העיר: “להחלץ חושים לבוא ולהשתתף בעצרת רבתי” — אַ פאראייניגטער מכתב עוז חביון וואס האט געברענגט דערצו אז כל העיר בארא פּארק איז געוואָרן כמדורת האש.
אָט דער זעלטענער צונויפשטעל פון חתימות, פון די סאַמע רוחניות׳דיגע מנהיגי העיר ומאורי הקהלות, ועליהם די זקני שארית ישראל שיירי כנסת הגדולה החיים אתנו לאורך ימים ושנים, וואָס זענען אהוב ונערץ און מקובל ביי אַלע שיכטן און קרייזן און די דיינים ומורי צדק פון אלע גרעסערע קהלות קדושות, טוט אונטערשטרייכן קלאָר און דייטליך, אַז דאָס איז אַ "כלל ישראל אונטערנעמונג", וואס גאַנץ כלל ישראל פאַרשטייט די צרה האיומה און איז גרייט מיטצואַרבעטן צו העלפן און ראטעווען!
דער קול קורא הייבט זיך אן ווען די גדולי ישראל שרייען ארויס מלבבם הטהורות וואָס בלוטיגן פאַר כלל ישראל דעם ביטערן "קול שועת בת עמי מאחינו בני ישראל מארה"ק" וואס די ביטערע סכנה פונעם “גיוס או מאסר" לויערט איבער זייערע קעפּ, בחורים שמאכטן אין די מיליטערישע טורמעס ר״ל, און פילע זענען שוין ליידער רעקרוטירט געווארן צום טמא׳נעם מיליטער, ״ובעוה״ר רבים חללים הפילה״, און ס׳איז שוין אריינגעפאלן אין זייער נעץ טויזנטער אברכים און בחורי ישראל רחמנא לצלן!
״במקום שיש רודפין יש מצילין״ שרייבן די גדולי ישראל איבער די אָפיסעס וואָס אַרבעטן צו באַשיצן די בני ובנות ישראל פון אַריינפאַלן אינעם באר שחת ר"ל. ״האיר ה׳ עיני עסקנים חשובים״ וועלכע האבן מיט מסירת נפש אויפגעשטעלט ארגאניזאציעס וואס רוען נשט טאג און נאכט מיט מורא׳דיגע פעולות צו ראטעווען, מדריך זיין, באגלייטן, געבן לגאלע הילף דורך אדוואקאטן און העלפן ארויסנעמען פון תפיסות די וואס זענען שוין פארפלאנטערט מצרה לרוחה ומעבדות לחירות.
די קול קורא — אויף וועלכן ס׳זענען אויך אונטערגעשריבן די ״רבני הועד״ וועלכע זענען פּערזענליך באהאווענט מיט אלע פּרטים און זענען מפקח על כל הנעשה מיט א מורא׳דיגן אחריות, ה״ה הגאון רבי יעקב הורוויץ שליט״א, ר״י בית מאיר ואב״ד זרע קודש, און הגאון רבי בנימין לאנדא שליט״א דומ״ץ טאהש — שרייבן ארויס קלאר א מורא׳דיגן פּונקט, אַז ״פון אלע קהלות, פון יעדן סארט ציבור איבער גאנץ ארץ ישראל, ווענדט מען זיך צו די אפיסעס און מ׳בעט זיך פאר דרינגענדע הילף״, און ממילא אויף אזא פאל שטייט קלאר אין שלחן ערוך אז ״אין מצוה גדוה כפדיון שבויים והיא קודמת לכל״!
און היות די אַלע פּעולות הנשגבות — טוט דער קול קורא פאָרזעצן — ציען אריין אין סכומים עצומים, און ס'קומט אָן דער וויי-געשריי פון די עומדים בראש אז מ'מוז העלפן, ליגט אַ חוב אויף אונז, אנן מהכא, צו שטעלן א פעלזן-פעסטן יסוד, צו פארזיכערן אז די פעולות זאלן זיך נישט אפשטעלן צוליב א מאנגעל אין געלט. על כן רופן זיי דעם עצרת האדירה בהתאסף יחד תושבי עירנו, ״לכונן ולבסס קרן הצלת ישראל לעמוד לימין אחינו היקרים דרי ארץ הקודש״!
אויף דעם פייערדיגן בריוו, וואָס פירט אויס אז אין דעם ״עת צרה ליעקב חלילה לנו להתעצל בהצלתם של אחינו בני ובנות ישראל״ און אז ״עלינו מוטל להתעורר ולעשות כל מה שביכלתינו לגונן על שארית ישראל בכל כוחינו, שרייבן אונטער די גדולי הרבנים שליט"א, די עיני העדה אשר כל ישראל וכל העיר בארא פּארק איז נשואות אליהם, רבנים, דינים ומנהיגי הקהלות הגדולות והקדושות, וואָס מיט זייער חתימה האָבן זיי צוגעגעבן אַ תוקף ועז צום עצרת הכביר.
דאס ״געשפּרעך פון טאג״ איז ווייניג געזאָגט צו שילדערן דעם מצב וואָס איז געווארן דא אין שטאט זינט די קול קורא איז ערשינען, מיט דעם זעלטן רייכן און אויסנאמליכן ספּעקטרום פון ״חתימות״, וואָס שפּיגלען אָפּ די פאראייניגטקייט און ״אחדות״ וואָס נעמט צונויף אונזער שטאָט אין יעצטיגן מאָמענט, להקהל ולעמוד, כלבם פון די גדולי ישראל כן לב העם, מיט אַן אש להבה, מיט א געפיל פון אחריות, וואָס וועט אי״ה שיינען און לייכטן און קומען צו די העכסטע קלימאקסן דעם זונטאג בא אין עטרת גאלדא!
לאורם נסע ונלך • ועשית ככל אשר יורוך!
זעלטענע אַנטוויקלונג אין בעפאָרגרייטונג צו דעם עצרת האדיר:
רבנים, עסקנים, אָרגאַניזאַציע-אָנפירער פון ארה״ק, קומען צו פאָרן איבערגעבן דראמאטישע עדות׳שאפטן פאר יהדות בארא פּארק
בריך מתייך לשלם: בארא פּארק גרייט זיך צו אנטפאנגען הגאון הגדול רבי יוסף בנימין הלוי וואזנער שליט״א, ר״י חכמי לובלין, בן כ״ק גאב״ד זכרון מאיר בני ברק שליט״א, נכדו חביבו פון פּוסק הדור כ״ק מרן בעל שבט הלוי זצוק״ל
הערט און שטוינט: ערשטהאנטיגע שילדערונגען פון די ״מצילי נפשות״ איבער די ״קעיסעס״ וויאזוי מ׳באקעמפט די סכנות און מ׳ראטעוועט בחורים און מיידלעך פון די פינסטערע מיליטערישע-תפיסה קעמערלעך
קול ה׳ בהדר:
גאון ישראל וקדושו, מרן הגה״ק מפּשעווארסק שליט״א, אין זעלטענע דיבורים לקראת דעם מעמד
נמסר ע"י חתנו הרה"צ ר' שלו' אלימלך האלבערשטאם שליט"א
ווען מ׳האט פארגעלייגט פאר׳ן פּשעווארסקער רבי׳ן שליט״א, וואס איז פּערזענליך שטארק פארמישט אין העלפן די פּעולות הצלה, דורכ׳ן שטיצן און מחזק זיין מיט אלע כוחות דעם ״ועד הצלה״ אין לאנדאן, אַז יהדות בארא פּארק גרייט זיך אויך אוועקצושטעלן אַ קרן ״הצלת ישראל״ צו העלפן די פּעולות פון די הצלה-אפיסעס אין ארה״ק צו ראטעווען בחורי ובנות ישראל, האט דער רבי שליט״א אויסגעדרוקט א געוואלדיגע הנאה און געזאגט בלשון קדשו:
״ס’איז א זכי' און מצוה זיך משתתף צו זיין ביי דעם מעמד התייסדות פון קרן הצלת ישראל און תומך זיין בממון מיט סכומים הגונים.
און דער אייבירשטער וועט אוודאי העלפן אז פאר די אלע וואס העלפן פאר קרן הצלת ישראל, וועלן זיי אליין ניצול ווערן מכל צרה וצוקה ומכל נגע ומחלה.
און זיי וועלן געבענטשט ווערן בכל הברכות האמורות בתורה.
ועשית ככל אשר יורוך!
שני מאורות הגדולים:
צוויי מאורי הדור זקני צדיקי דורינו זענען מחזק התייסדות פון ״קרן הצלת ישראל״ אין צוגרייטונג צום מעמד הגדול
• מעמד קודש ״פתיחת הקרן״ פארגעקומען בביתו נאוה קודש פון כ״ק מרן הרה״ק מסקולען שליט״א
מיטוואך נאכט זענען אריבער צום סקולענער רבי׳ן שליט״א אין שטוב די ראשי ועד הקרן, רבנים ועסקנים, און דער רבי שליט״א האט פּערזענליך זיך משתתף געווען מיט א גרויסן סכום אלס דעם ״יסוד הקרן״ און דערמיט האָט זיך געגרינדעט דער ״קרן הצלת ישראל; דער רבי שליט״א האט דערביי באפוילן בניו הרבנים הגאונים שליט״א אונטערצושרייבן בשמו די היסטארישע קול קורא פון אלע אדמור״י ורבני עיר בארא פּארק און זיי האבן עס אונטערגעשריבן בנוכחת דעם רבי׳ן שליט״א, וואס האט דערנאך אנגעוואונטשן ברכותיו הטהורות פאר די עסקנים ורבנים למען הצלחת המעמד
• התרגשות׳דיגער באַזוך פון רבני ועד ״קרן הצלת ישראל״ ביי כ״ק מרן אדמו״ר הגה״ק מראכמיסטריווקא שליט״א אין צוגרייטונג צום מעמד
דאנערשטאג נאכט זענען אריינגעגאנגען צוויי חברי ועד הרבנים הרב שלום יצחק טויבער שליט״א בן הגה״צ דומ״ץ באבוב שליט״א און הרב קלמן האלבערשטאם שליט״א, לקבל ברכת קדשו; דער רבי שליט״א האט איבערגעלייענט די קול קורא און חדב״ן הרה״צ רבי נחום טווערסקי שליט״א האט פארגעלייענט די קול קורא, און דער רבי שליט״א האט גאר שטארק אנגעוואונטשן פאר די הצלחה.
גרינדונג פון וועד הרבנים, פון פראמינענטע רבני העיר רופט ארויס הערצה ביי תושבי עירינו
היינט יום א' בא בשעה 7:00 באולם עטרת גאלדא בראשות גדולי ישראל

- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
- איינפאכער איד
- שר האלף
- תגובות: 1487
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
- לאקאציע: ווערמאנט

אין די שעות קומט פאר אן אסיפה בבית א' מנשיאי הקרן הגה"צ דומ"ץ טאהש שליט"א, וואו מען גייט אדורך אלע דעטאלן פונעם מעמד המרומם היינט ביינאכט אין עטרת גאלדא.
עס זענען פארהאן שפעקולאציעס אז דער דיין שליט"א וועט זיין איינע פון די רעדנערס, אבער לכאורה זעהט נאכנישט אזוי אויס [דער טאהשער דיין שליט"א טרעט זעלטן אויף ברבים אויסער די ראמען פון זיין קהלה קדושה, טראץ דעם וואס ער איז א געוואלדיגער רעדנער].
עס זענען פארהאן שפעקולאציעס אז דער דיין שליט"א וועט זיין איינע פון די רעדנערס, אבער לכאורה זעהט נאכנישט אזוי אויס [דער טאהשער דיין שליט"א טרעט זעלטן אויף ברבים אויסער די ראמען פון זיין קהלה קדושה, טראץ דעם וואס ער איז א געוואלדיגער רעדנער].
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
זונטאג פרשת בא לסדר בנערינו ובזקינינו נלך 7:00 אזייגער אויפדערנאכט.
אין די מינוטן האבן זיך געעפענט די טויערן פון די זאלן פון עטרת גאלדא און פילע טויזענעטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן שטראמען אין די מאסן און באלאגערן די זאל אויפן רוף פון אלע צדיקי וגדולי רבני עירינו שליט"א צום היסטארישן מעמד במקהלות אלופי ישראל ווי מ'וועט זיך צוזאם קומען כאיש אחד ובלב אחד אוועק צושטעלן דעם ״קרן הצלת ישראל״ צו ״ראַטעווען״ בחורי ובנות ישראל פון סכנת הגיוס בארה״ק,
ביים היסטאָרישן מעמד אדיר וועט מען הערן דרשות פון גדולי ישראל פון דאהי און פון ארץ ישראל וואס וועלן משמיע זיין די חובת השעה
בואו בהמוניכם און זייט זוכה צו די ברכה פון די צדיקי הדור הרה"ק מ'סקולען און הרה"ק מראכמיסטריווקא שליט"א אז בזכות הצלת ישראל זאלן אלע משתתפים געבענטשט ווערן מיט בני חייא ומזוני און ניצל מכל צרה וצוקה,
מי ראו את אלו יוצאים ולא יצא!

- תגובות: 1910
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm
ר' שמעון ראלניצקי, איז א שרייבער און דזשורנאליסט, הויפזעכטליך איבער וועלטליכע ענינים, אצינד איז ער אויף קול מבשר 1-1-4 וועגן דעם עצרת.
דאס ברענגט צום אויבערפלאך די שטארקע כוחות און ארגאזשירונגען וואס ווערן אריינגעלייגט אין דעם מעמד, הויפטזעכטליך דורך דעם עסקן רבני, הרה''ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט''א - מנהל ישיבה לצעירים וו''מ, וואס מיט זיין דינאמישע ענערגיע, איז ער געווען דער יוזם את הרעיון פון דעם עצרת, און אריינגעלייגט פול שווייס צוזאם צו שלעפן אזא ברייטע - און נייטראלע - פלאטפארמע פון ''אלע'' קהלות איבער בארא פארק.
ער האט באקומען ברכות קדשם פון די צדיקי דורינו, הרה''ק מסקולען, ראחמיסטריווקא, און פשעווארסק שליט''א.
זאל דער אייבירשטער העלפן אז די אלע פעולות זאלן אויפטון, להרמת קרן התורה, ויתקדש שם שמים.
דאס ברענגט צום אויבערפלאך די שטארקע כוחות און ארגאזשירונגען וואס ווערן אריינגעלייגט אין דעם מעמד, הויפטזעכטליך דורך דעם עסקן רבני, הרה''ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט''א - מנהל ישיבה לצעירים וו''מ, וואס מיט זיין דינאמישע ענערגיע, איז ער געווען דער יוזם את הרעיון פון דעם עצרת, און אריינגעלייגט פול שווייס צוזאם צו שלעפן אזא ברייטע - און נייטראלע - פלאטפארמע פון ''אלע'' קהלות איבער בארא פארק.
ער האט באקומען ברכות קדשם פון די צדיקי דורינו, הרה''ק מסקולען, ראחמיסטריווקא, און פשעווארסק שליט''א.
זאל דער אייבירשטער העלפן אז די אלע פעולות זאלן אויפטון, להרמת קרן התורה, ויתקדש שם שמים.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 576
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 576
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am
נאכן אויסרופן הגה״צ דומ״ץ טאהש ב״פ שליט״א האט ער געזאגט אז ער האט מער נישט וואס צוצולייגן צו די פריעדיגע דרשות. ״סאיז שוין אלעס געזאגט געווארן״. ובזה נסגר המעמד קידוש שמים מיט די החלטת האסיפה אויפצושטעלן א פעסטן קרן און א כח העסקנות פון אלע קרייזן ארויסצוהעלפן אחב״י בארה״ק מיט די ביטערע גזירת גיוס בנים ובנות.
- איינפאכער איד
- שר האלף
- תגובות: 1487
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
- לאקאציע: ווערמאנט
רשימה פון הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א מנהיגי הקהלות פון בארא פארק וועלכע האבן זיך משתתף געווען ביי די זעלטענע כינוס לשם שמים:
[אין מוקדם ומאוחר בתורה]
כ"ק הגה"צ ר' יחזקאל ראטה שליט"א גאב"ד קארלסבורג
כ"ק הגה"צ ר' שמואל זאב ליכטער שליט"א גאב"ד כוונת הלב
כ"ק הגה"צ ר' שלמה לייפער שליט"א אדמו"ר מנדבורנא
כ"ק הגה"צ ר' יעקב יוסף האלברשטאם שליט"א אדמו"ר מבית חיים יהושע
כ"ק הגה"צ ר' ישראל מנחם גרינוואלד שליט"א אבד"ק תולדות יוסף פאפא
הגה"צ ר' דוד אייכנשטיין שליט"א אדמו"ר מבורשטין
הגה"צ ר' יעקב שרגא הורוויץ שליט"א ר"י בית מאיר, חבר נשיאות "קרן להצלת ישראל"
הגה"צ ר' בנימין זאב לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש, חבר נשיאות "קרן להצלת ישראל"
הגה"צ ר' מרדכי מנשה זילבער שליט"א אדמו"ר מתולדות יהודה
הגה"צ ר' מאיר יהוסף ראטנבערג שליט"א אדמו"ר מקאסאן
הגה"צ ר' אהרן טובי' שפיץ שליט"א אבד"ק סערעט-וויזניץ
הגה"צ ר' חיים דוד כ"ץ שליט"א דומ"ץ סאטמאר
הגה"צ ר' יהושע רובין שליט"א אבד"ק באבוב-45
הגה"צ ר' חיים יעקב יוסף טויבער שליט"א דומ"ץ באבוב
הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ סאטמאר
הגה"צ ר' צבי היילפרין שליט"א דומ"ץ וויען
הגה"צ ר' אפרים שמעון לייכטאג שליט"א דומ"ץ סאטמאר-15 עוו.
הגה"צ ר' נחמן יחיאל מיכל שטיינמעץ שליט"א דומ"ץ סקווירא
הגה"צ ר' משה מנחם ווייס שליט"א דומ"ץ פאפא ואבד"ק סאטמאר לאנדאן
הגה"צ ר' יוסף בנימין הלוי וואזנער שליט"א ראש ישיבת חכמי לובלין
הגה"צ ר' אברהם האלברשטאם שליט"א ראש הכולל טארטיקוב
הגה"צ ר' ברוך מנחם הלוי אונגאר שליט"א אבד"ק אברכי נייטרא
הגה"צ ר' משה ראטה שליט"א רב הצעיר דקארלסבורג
הגה"צ ר' ברוך דוד ראטה שליט"א אבד"ק מראה יחזקאל
הגה"צ ר' עמרם ראטה שליט"א אבד"ק האמאראד
הגה"צ ר' יעקב קאפל שווארץ שליט"א אבד"ק באיאם
הגה"צ ר' אשר אנשיל יונגרייז שליט"א אבד"ק טשענגער
הגה"צ ר' שמואל שלמה שפיטץ שליט"א מביסטריץ
הגה"צ ר' בן ציון כ"ץ שליט"א אבד"ק זשיבוי
הגה"צ ר' יהושע נחמן בערגער שליט"א ר"י אהל תורה
הגה"צ ר' יעקב דוב טייטלבוים שליט"א אבד"ק סיגוט
הגה"צ ר' אהרן האלברשטאם שליט"א אבד"ק בני תורה צאנז
הגה"צ ר' יצחק שטיין שליט"א דומ"ץ פאלטישאן
הגה"צ ר' שלו' אליעזר נפתלי כ"ץ שליט"א חדב"ן כ"ק גאב"ד כוונת הלב שליט"א
הגה"צ ר' מאיר פארטוגאל שליט"א בן כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען שליט"א
הגה"צ ר' שמואל מרדכי פארטוגאל שליט"א בן כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען שליט"א
הגה"צ ר' שמואל שלו' רוקח שליט"א אבד"ק קארוב
הגה"צ ר' דוד דוב אונסדארפער שליט"א חתן הגה"צ בעל אמרי פ"י מקראסנא זצ"ל
הגה"צ ר' יצחק רייך שליט"א אבד"ק פשעווארסק ב.פ.
הגה"צ המשפיע ר' יצחק אייזיק קרישוועסקי שליט"א
הגה"צ ר' אהרן שמואל פדווא שליט"א דומ"ץ וראה"כ סאטמאר
הגה"צ ר' קלמן האלברשטאם שליט"א מנהל ישיבה לצעירים דסאטמאר וומסב"ג, מראשי מארגני הכינוס
הגה"צ ר' יושע שלו' ווייס שליט"א דומ"ץ ספינקא, חבר הנהלת "קרן להצלת ישראל"
הגה"צ ר' שלו' יצחק טויבער שליט"א נכד כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצ"ל, חבר הנהלת "קרן להצלת ישראל"
ואת כבוד הרבנים שליט"א שהשמטתי שמותם בטעות, הסליחה.

לעצט פארראכטן דורך איינפאכער איד אום דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 1:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.