לחם לשובע האט געשריבן:איך מיין עס אמתדיג האט געשריבן:לחם לשובע האט געשריבן:ווער עס פריידט זיך זענען יאיר לפיד מיט התנועה לאיכות השלטון, מיט אלע שונאי הדת וואס קענען נישט זין ווי דער עולם התורה בליהט (איז צי זייער ששמחה פארהאן שותפים אין אייוועלט?)
איך מיין אז איר האט א טעות קיינער דא אויף אייוועלט פרייד זיך נישט רח"ל
נאר.. מהאפט אז דורך די יעצטיגע פסק הבג"ץ וועלן זיך אויפהערן די פשרות אין די הסכימים דורך די וואס זענען אינעווייניג אין כנסת.
די פאר תגובות וואס עס איז געשריבען געווארן נאך דיי תגובה, ווייזט אויף, אז עס זענען דא אידן וואס ר"ל טועהן זיף פרייען אז עס גייט זיין א גזירה צי אפ'שמד'ען כלל ישראל כפשוטו ממש, א גזירת כליה.
שמו האט געשריבן:אין קורצן איז אזוי
כולי עלמא מודי, אז דער לפיד איז א רשע מרושע שר"י, און זיין כוונה איז נאר אונטער צו ברענגען כלל ישראל
וואס דען, פאריגע מאל, האט מען זיך געפרייט אז כלל ישראל וואס איז אלעמאל געווען מסירות נפש אידן, וועלן זיך נישט לאזן פון אים, און מ'וועט גיין באש ובמים אפצושרייען די גזירה, (צו דורך אינגאנצן מבטל זיין דעם חוק גיוס חובה, צו דורך אנדערע וועגן) הצד היוצא ס'זאל ווערן א פאקט, אז די פרומע גייען נישט אין מיליטער און שוין.
למעשה, די אגודה האט א פראבלעם מיט דעם
א) לשיטתם איז נישטא קיין פראבלעם צו גיין אין צבא (מ'איז אלעמאל געגאנגען)
ב) איינער וואס וויל טרעפן א ארבייט אין א"י מוז דאך קודם דינען אין מיליטער, איז אדרבה זאל ער גיין דינען, (פארשטייט זיך, ער זאל זיך אויסוועלן רב צבאי, אדער ח"ק אדער משגיח וכו', און נישט חלילה ביי תערובות וכו', כאילו מ'קען זיך וועלן היינט פונקט ווי אמאל)
ג) דער שוואכער בחור, זאל ענדערש גיין אין מדינת ישראל מיליטער (זיין א שייגעץ מיט א טיטל, בהסכמת הגה"צ שליט"א) ווי איידער זיך דרייען אויף די גאסן, (און קיילע מאכן אנדערע וכו').
ד) דער מיליטער איז גארנישט אזוי שלעכט, און זיי פארשטייען אויך, אז אויב וויל מען באקומען געלט, קען מען נישט זיין א אוכל ואינו עושה, מוז מען אויך מקריב זיין אביסל קרבנות צו די מדינת ישראל מיליטער,
ה) מ'וויל נישט אנערקענען, אז די גאנצע גזירת הגיוס, איז נאר 'לחלן את החרדים', און האט כמעט גארנישט צו טון מיט 'מיליטער' און וואוילזיין פון די מדינה
דעריבער האבן זיי נישט געהאט א פראבלעם מיט די עצם מציאות פון גיין אין צבא, נאר מיט די שארפקייט פון לפיד, דעריבער האבן זיי פרובירט אויסארבייטן געוויסע זאכן, צו מאכן ווייניגער בחורים גיין, אדער אנדערע סארט מיטלען, אבער נישט געזוכט צו אפרופן די גזירה אינגאנצן, ווייל לדעתם איז בכלל קיין גזירה נישטא
לאידך גיסא, פארשטייען מיר (רויף דאס די רעכטע לאגער, אדער ווי אזוי דו ווילסט), אז דער עצם מציאות פון אריין רעדן אין בני הישיבות, איז איין חורבן, דער עצם מציאות פון וועלן נעמען בחורים בכפיה אין מיליטער איז א צווייטע חורבן (יא מ'נעמט קיינעם נישט בכפיה, נאר קודם זעצט מען אים איין פאר פארלעצן עפעס א שטות, און דערנאך כופין אותו עד שיאמר רוצה אני, און מ'צווינגט קיינעם נישט, ואכהמ"ל), מפקיר זיין אידישע בחורים, אויף די חשבון פון אנדערע איז אויך א חורבן, און געבן א גושפנקא אויף די צבא איז נאך א חורבן, און דעריבער איז לפיד'ס גזירה בעסער, ווייל קעגן דעם וועלן די אגודה קרייזן אויך גיין באש ובמים.
דאס איז די יעצטיגע הודיה לה', אז די אגודה קרייז וועט אויך מוזן נעמען שפרינגען קעגן די גזירה, און זאל דער רבוש"ע העלפן, זיי זאלן אויך אנערקענען אז מיט די רשעים קען מען נישט און מ'טאר נישט מאכן קיין פשרות, נאר גיין עד הסוף, ובשם ה' נעשה ונצליח.
(נ.ב. ס'איז צום האפן, אז דער מוגה"ת וואס האט אין די לעצטע יארן נישט געזעצן וועגן דעם גיוס, אבער יא וועגן חילול שבת ערגעץ וואו (כאילו די מדינה איז ביז היינט נישט מחלל שבת בשאט נפש), וועט יעצט שוין האבן די צייט און רצון צו זיצן אויף די גזירה, און וועלן טון צו די זאך).
רצון טוב האט געשריבן:איינע פון די חכי"ם האבן מיט ביטער גע'מגיבט צום פסק הבג"ץ אז פארוואס קומט אינז אזא פסק? מיר האבן אזוי שיין צוגעשטעלט יעדים מיט שיינע ציפערן,
די ערליכע ציבור שלא כרעו לבעל הכפרני זאגט צום ח"כ אז צוליב דעם טאקע קומט דער פסק הבג"ץ אויב אידן הנקראים חרדים שטעלן צו יעדים וועט אינז די בורא עולם נישט לאזן אינטער אזא ביטערע צרה, יעצט ווען די אגודה שרייט הויעך אז סע צרות וועט אביסל לייכטער גזירה
די וואס קענען אביסל אפאטעמען יעצט זענען די חלושים ביי די ספרדים און ליבאוויטשע בחורים וואס זענען געווען ממש הפקר פארן מדינת ישראל מיליטער, נאכן מאכן הסכמים אז פון זייערע מענטשן וועט מען לאזן פאלן ווי די פליגן
געלויבט ד' אז די ביז איצטיגע פשרה און הסכם צו שיקן אידן לשמד האט גליטן א וויסטע מפלה, כן יאבדו כל אויבי ד'.
וועהם אינטעסירט וואס יענער ספרד'ישער ח"כ האט זיך אויסגעדריקט, און וואס אינטערסירט עס מיר וואס די ח"כ'ים פון די אגודה האבן געזאגט, איך האב מיט זיי גארנישט, איך האב פאר זיי נישט געוועלט, און איך בין נישט זייער ווארט זאגער.
די פאקט איז אז ביז יעצט האט ווער עס האט געוואלט בלייבען אין ישיבה, האט געקענט בלייבן, זיצן און לערנען, און דאס איז יעצט בטל, איך האב קינדער אין ארץ ישראל, און איך האב וואס צי דאגה'נען, און ענק?...
אמת, עס איז געווען פראבלעמען אויך ביז יעצט פאר שוואכערע נישט בני תורה, אדער בחורים מיט לעכער אין זייער מעמד בן ישיבה, און עס איז א שווערע צרה, נישטא וואס צי רעדן, אבער יעצט איז דאס פולפאכיג שווערער, א גזירת כליה אויף כלל ישראל היל"ת, אויף דעהם פרייען ענק זיך?
ווי וועלן די ספרדי'שע בחורים יעצט קענען אפאטעמען, זיי זענען דאך יעצט פולפאכיג מען אין פעקל, קלאר אז אויב די מיליטער וועט נישט אויספירען די געזעץ אויף די פעסטע ערליכע אידן, וועלן זיי זיך אבער פארלייגען אויף די שוואכע.
איך האב אלע אל געמיינט אז עס באדערט אייך טאקע די מצב פון גיוס, יעצט בין איך אינגאנצען מסופק, אויב מען קען פריילעך זיין מיט אזא צרה צרורה...
די מערסטע אומפארשטענדליך איז די פאלגענדע שטיקל
געלויבט ד' אז די ביז איצטיגע פשרה און הסכם צו שיקן אידן לשמד האט גליטן א וויסטע מפלה, כן יאבדו כל אויבי ד'.
ממש א מפלה, נישט אזוי, גיי פארשטיי...