דממה דקה האט געשריבן:בקיצור הענדימען זאגט אז די רבנים זענען פרא וואקסין, און מען מוז פאלגען רבנים, קאושער-טרעוול זאגט אז רבנים זענען אנטי וועקסין און מען דארף פאלגען די דאקטוירים, און איך זאג אלו אלו, די רבנים זענען אנטי, און מען דארף פאלגען רבנים.
וואס די זאגסט איז איין זאך. און איהר זענט entitled צו אייער מיינונג. פונקט ווי מאנכע האלטן אז די ערד איך פלאך.
אבער זאג נישט וואס איך האב נישט געזאגט. איך וועל איבערשרייבן מיין שיטה. נאכמאהל, דאס איז מיין שיטה, און איך אנערקען אז עס איז דא נאך א שיטה. וואס ווען אימער איהר גייט נאך די שיטה, ווייזט עס אויף געלט (לדוגמא: דר. מערקעלא, דעל ביגטרי).
מיין שיטה:
- וואקסינס ארבייט, אנטי וואקסין איז א hoax ולא להיפוך.
- וואקסינס איז גאר סעיף, וויאזוי א גאוואלד studies האבן שוין אויפגעוויזן קלאהר.
- די MMR וואקסין ברענגט נישט אוטיזים.
- רוב רבנים זענען פרא וואקסין. ווער רעדט נאך פון רבנים, וואס זענען אויך דאקטוירם. למשל:
Rabbi Dr. Aaron Glatt
וואס גיט שוין יארן שיעורים בהלכה, און ער קען גאר גיט ביידע, הלכה, ווי אויך מעדעצין, און נישט סתם מעדעצין, נאר ער איז פון די וועלט גרעסטע ספעציעליסטן אין infectious diseases און ער איז גאר שארף ארויסגעקומען אנטקעגן די אנטי וואקסין movement. וואס אויב איז דא א מומחה אין
Religious exemption for vaccine עפ״י הלכה (ווי דער קעפעל פון די אשכול), איז דאס דער דאקטאר.