די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא - צווייטע פארזעצונג ארויף

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אינטערוועלטניק
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 10:36 am

די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא - צווייטע פארזעצונג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערוועלטניק »

סט. דזשארזש, גרענאדא.
אקטאבער 19 יאר 1983



די גאסן פון די הויפט שטאט האבן אויסגעקוקט ווי א שלאכטפעלד. פייערדיגע צונגען האבן זיך געהויבן פון די מיסטן און צושמעטערטע אויטא'ס, ברענעדיגע רעדער האבן זיך אראפגעקוילערט די ברייטע גאסן, גרויסע און קליינע שטיקער ברוכווארג זענען אנגעווארפן איבעראל, קולות פון פראטעסטירער און געשרייערייען פון פאליציי און סאלדאטן האבן זיך אויסגעמישט מיט הילכיגע שיסערייען און קרעכצן פון פארוואונדעטע. די אוטאריטעטן האבן געניצט אלע 'אריינגערעכנט' ברוטאלע מיטלען צו אינטערדריקן די שטורעמישע פראטעסטן וועלעכע האבן זיך אפגעשפילט אויף די גאסן פונעם אינזעל. די טויזענטער מאסן האבן פארלאנגט די זאפארטיגע באפרייאונג פון זייער באליבטער פרעמיער מאריס בישאפ.
מיט עטליכע טעג פריער איז פרעמיער בישאפ געשטעלט געווארן אינטער הויז ארעסט דורך די מיליטער און זיין צושטאנד איז יעצט געווען אומבאקאנט פארן פובליק, דאס האט געפירט צו שטורמישע פראטעסטן און אומרוען וועלכע האבן אויפגעשאקעלט די געווענליך רואיגע אינזל.

פינעם הויפטקווארטיר פון די פי. אר. עי. -די "פיפעלס רעוועלוצינערע ארמיי" די מיליטערישע הויפטקווארטיר פון גרענאדא- איז נארוואס ארויס געפארן א פארמאכטע מיליטערישע טרעקל אינעם באגלייטונג פון עטליכע דזשיפ'ס, אינעם טראק האט זיך געפונען פרעמיער מיניסטער בישאפ און עטליכע פון זיינע נאנטע קאבינעט מיטגלידער, אזוי אויך עטליכע איינפלוסרייכע יוניאן פירער וועלעכע זענען געווען געטריי צו אים.

פון אינעווייניג אינעם טראק האט דער פרעמיער געקענט הערן די פראטעסטן און געשרייען פון זיינע שטיצער און די קעגן זייטיגע שיסערייען, אבער דאס האט נישט אפגעשטעלט זייער שנעלע ספיד. מיט פארלאשענע לעקטערס איז די קאנוועי געפארן דורך זייטיגע שטילע גאסן ביז זי איז אנגעקומען צו איר ענד ציל, א פארלאזטע געביידע ביים עק פינעם שטאט פארשטעקט מיט גרויסע ביימער.
די געביידע האט פארמאגט א אינערליכע הויף ארומגענומען מיט די געביידע'ס הויכע ווענט און ווייט אוועק פונעם מענטשליכן אויג, די גרופע איז אריינגעפירט געווארן אינעם אינעווייניגסטן הויף און באפוילען געווארן צו שטיין ביים וואנט אין א גלייכע ליניע.

דיקע וואלקענעס האבן פארשטעקט דאס לעצטע ביסל שיין פון די לבנה איבערלאזענדיג דאס פלאץ טינקל און פינסטער, בלויז די שיין פון עטליכע פלעשלייטס האבן געשיינט אויף די צום טויט דערשראקענע פנימ'ער פון די פארכאפטע, די טיר פון איינער פון די דזשיפס האט זיך אויפגעמאכט און א הויכער ברייט ביינערדיגע מאן האט זיך ארויס געריקט פון איר.
א שוידער איז אדורך אין די ביינער פון די אנוועזענדע ווען זיי האבן האבן באמערקט אין וועמענס הענט זײ געפונען זיך, גענעראַל אויסטין איז געווען באקאנט אלס א ברוטאלער מאן וואס וועט זיך נישט אפשטעלן פאר גארנישט צו עררייכן זיינע צילן, דער גענעראל האט שפאצירט ארויף און אראפ פאר עטליכע לאנגע מינוטן, און מיט סאדיסטישע אויגן באטראכט די גרופע, דאן האט זיין באסאווע שטימע ארויגעזידט פייער… א האגל פון קוילן זענען אויסגעשאסן געווארען און טראגיש פארשניטן זייערע לעבנ'ס.

עטליכע מייל ארויפציר אינעם סט. דזשארדזש מעדיקעל שולע האבן די סטודענטן אויסגענוצט די אווענט שטונדן צי פארברענגען אינאיינעם זארגלאז שפילענדיג קארטן אדער אנדערע נאכט אקטיוויטעטן, טראץ וואס די לאגע אין דעם קליינעם אינזל איז געווען היפש אנגעצויגן די לעצטע פאר טעג האבן אבער די סטודענטן נישט געפעלט אז דאס טוט זיי באדראען אויף סיי וועלכע אופן.
אין די שולע האבן געלערנט אסאך לאקאלע און אינטערנאציאנאלע סטודענטן ווי אויך עטליכע הונדערט אמעריקאנע סטודענטן, וועלכע האבן אויסגענוצט אירע הויכע בילדונג וועלכע איז געווען אסאך ביליגער ווי די געווענליכע אמעריקאנער אוניווערסיטעטן.

גלען פיט האט געמאכט איבונגען אין זיין צימער בשעת זיין קאלעגע פרעד האט פרובירט דעם ראדיא צום אכט'ן מאל היינט. די סטודענטן זענען שוין געווען ציגעוואוינט צו די סטעטישע גערוישן פון דעם גרויסן אייזערנעם קעסטל, אבער דאס מאל איז עס שוין אנגעגאנגן פאר א גאנצן ליבן טאג.
גלען האט אראפגעלייגט זיין "הם עמלים" געצייג און איבערגענומען דעם גראבן דרייערל פון זיין קאלעגע'ס האנט, נאך עטליכע מאל דרייען אהער און אהין האט זיך ארויס געלאזט א גריצעלדיגע פייף און דאן האט זיך געהערט א שטרענגע שטימע "צו אלע בירגער פון די פיפעלס רעוועלוצינערע גאווערמענט, עס ווערט יעצט איינגעשטעלט א קורפיו אויף אלע גאסן פונעם גאנצן לאנד, עפעקטיוו פון יעצט ביז פיר טעג, ווער עס וועט פארלאזן די ווענט פון זיין הויז וועט דערשאסן ווערן אן קיין ווארענונג"
א ציטער איז זיי אדורך די ביינער, זיי האבן זיך דערזעהן אין א לאנד וואס געפינט זיך אין א מלחמה צושטאנד און אן קיין וועג ארויס, א פארשוויצטער האט זיך גלען אראפ געלייגט אויפן בעט און ציגעמאכט זיינע אויגן ווי ער זאל נאר וועלן אנטלויפן פון דעם פלאץ, ער האט פרובירט צי מסדר זיין זיין מח צי טראכטן גראד, אבער די שרעק און פחד האבן אים נישט צירואיגעלאזט, א קלאפ אויף זיין פלייצע האט אים באלד צוריק געברענגט צום ריאליטעט, פרעד איז געשטאנען נעבן אים און זאגט אים, גלען, לאמיר גיין צום לאנטש רום זעהן וואס טוט זיך דארט.

די מצב אין לאנטש רום איז נישט געווען צופיל בעסער, עטליכע סטודענטן האבן שטילערהייט דעבאטירט די אנטוויקלונגען בשעת אנדערע זענען געזעצן פארזיך שטילערהייט פארזינקען אין זייערע געדאנקען, איין סטודענטקע האט געכליפעט און א אנדערע האט איר פראבירט צו בארואיגן, די אנגעצויגנקייט האט זיך געשפירט אין די לופט.
גלען מיט פרעד האבן זיך ציגעשארט צום קופקע ווי מען האט דעבאטירט אויב אמעריקע וועט זיך יא אדער נישט אריינמישן, ווען די טיר פינעם לאנטש רום האט זיך פלוצלינג געגעבן א רייס אויף, צען שווער באוואפנטע זעלנער זענען אריינגעקומען אינעווייניג און באטראכט די פארזאמעלטע, א טויט שטילקייט איז באפאלן דאס פלאץ, דער סארדזשענט פון די גרופע האט זיך אנגערופן שטרענגערהייט, 'איר אלע זענט יעצט אינטער הויז ארעסט קיינער פון ענק זאל זיך נישט דערוואגן צו פארלאזן די גאנצע בילדונג ביז די נעקסטע באפעל' און ווי צו ווייזן אז ער מיינט דאס ערענסט האט אריינגעשאסן א קויל אין דאך, 'מיין ביקס איז זייער לויז די יעצטיגע טעג' האט ער אויסגעפירט.

עס האט גענומען עטליכע מאמענטן נאך וואס די זעלנער האבן פארלאזט די לאנטש רום פאר די סטודענטן צו קומען צי זיך, די לאגע איז יעצט געווען שווארצער פון שווארץ נישט נאר זענען זײ פארכאפט אין א מלחמה זאנע, נאר זײ זענען יעצט פארוואנדלט געווארן אלס משכונות פאר א בלוטדארשטיגע רעזשים וואס וועט זיי נוצן אלס אינשורענס פאליסי אז אמעריקע זאל נישט אינטערווענירן אינעם קאנפליקט. די מצב איז געווען האפענונגסלאז.

----



פארט ברעג, נארט קארעליינע.
אקטאבער 20, 1983



אינערהאלב די גיגאנטישע מיליטערישע באזע געפונט זיך די הויפטקווארטיר פון אלע ספעציעלע קרעפטן פון די פאראייניגטע שטאטן, די דזשאוינט ספעשל אפערעשאנס קאמענד (JSOC), גערופען דזשעי סאק. די אויפגאבע פון דזשעי. סאק איז צוזאם צו נעמען אלע ספעציעלע קרעפטן פון אלע אפטיילונגען אין די מיליטער אינטער איין קאמענד.

אין די איצטיגע מינוטען הערשט א פייערליכע שטימונג אינעם הויפטקווארטיר, ס'טייטש מ'פייערט איצטערט דריי יאר פון איר גרינדונג, פילע הויכראנקיגע אפיצירן און קאמאנדירן אנגעטוען אין זייערע אפיציעלע מונדירען באצירט מיט גלאנציגע מעדאלן זענען יעצט פארזאמעלט אינעם הויפט זאל וועלעכע איז רייך דעקארירט, פון די אייזענע שטימונג וואס הערשט געווענטליך דא איז יעצט נישט געווען קיין זכר, דער עולם האט ארומגעלאכט אפיצירן און קאמאנדירן בענאזאם אן קיין שטער פון די געווענטליכע מיליטערישע העארכיע.

מעידזשאר גענעראל ריטשארד שולטאס -דער טשיף קאמאנדיר פון דזשעי סאק- האט געהאלטן אינמיטען א גיטמוטיגע שמועס מיט עטליכע קאמאנדירן ווען א געהילף האט זיך מיט שנעלע טריט דערנענטערט און אים אריינגעמורמלט אין אויער אז ער האט א רוף פינעם פענטעגאן, זיין שארפע מיליטערישע אינסטינקט האט אים באלד געזאגט אז די נאכט איז אווער.

די באפעל איז געווען קלאר און שארף, גרייט צי מאכן עטליכע ספעשל פארסעס טיעמס און אזוי אויך די 75'סטע רעינדזשער דיוויזיע פאר א אינוואזיע אויף גרענאדא.
שולטאס האט תיכף באפוילן אלע קאמאנדירן צום סיטואציע צימער בשעת ער אליינס האט זיך געאיילט צו זיין פריוואטע אפיס צי באקומען א מער פונקטליכע באריכט, אין איין מינוט האט די הויפטקווארטיר פון דזשעי סאק צוריק באקומען איר אריגינעלע פנים, די פייערליכע באַל איז אוועק מיט איר אייגענע רויעך, אלע נויטיגע אפיצירן זענען פארזאמעלט געווארן אינעם סיטואציע צימער און די פרינטערס האבן אנגעהויבן אויסשפייען צענדליגע בלעטער פון אינטעלידזשענס אינפארמאציע, נאך עטליכע מינוט וואס די קאמאנדירן האבן באטראכט די בלעטער אינפארמאציע וואס איז באשטאנען פון בילדער פון די מענטשן אין די פירערשאפט פון די פי. אר. עי. דעטאלן איבער אירע מיליטערישע כוחות און לופט סורוועילענס בילדער פינעם אינזעל, האט שולטאס אריינשפאצירט אין צימער און אנגעהויבן געבן א בריפינג אויף די סיטואציע.

"חברה, אונז גיימער האבן עטליכע הייסע טעג מיט פארשידענע אקציעס אין בעפארגרייטונג צי א גרעסערע מיסיע דורך די יונייטעד סטעיטס ארמד פארסעס, אונזער פרעזידענט די טשיף אף קאמעננד האט פארארדענט א אינוואזיע אויף די אינזל גרענאדא H hour (דאס איז די קאוד ווען א מיסיע הייבט זיך אן) איז באשטימט אויף אקטאבער 25 פינעף פארטאגס, אבער אונזער אויפגאבע וועט זיך אנהייבן אסאך פריער, אנגעהויבן פון רעקאנעסיס -שפיאנאזש- מיסיעס ביז רעטונגס און סופארט מיסיעס וועלן אונז האלטן פארנומען אין די נעקסטע פאר טעג, טאָ גלייכטס ענק אויס די פלייצעס, פארבינד'ס ענק די לענדן, ענד לעטס סטארט ראלינג"

דזשעי סאק איז באאויפטראגט געווארן מיט עטליכע מיסיעס וואס זענען געווען קריטיש פאר די סוקסעס פון די אינוואזיע, צום ערשט מיט אויסשפיר מיסיעס, און אזוי אויך פארכאפן און פארזיכערן וויכטיגע אינפענסטרוקטשער און צילן אין די ערשטע שעות פון די אינוואזיע.

----


דאס אינזל גרעֶנאַדא (Grenada) - נישט פארמישן מיט די שטאט גראַנאַדאַ אין שפאניע - ציילט זיך אלס איינס פון די אינזלען אין די קאריביען.
Screenshot_20230131-230505.png
Screenshot_20230131-230505.png (109.33 KiB) געזען 4595 מאל
Screenshot_20230131-230440.png
Screenshot_20230131-230440.png (156.13 KiB) געזען 4595 מאל
(די קליינע רויטע פינטל אויף די רעכטע זייט)

זי איז אומגעפער 135 סקווער מייל און האט - אין יענע צייט פארמאגט - א באפעלקערונג פון בערך 95 טויזנט. ווי אסאך לענדער איז זי לאנגע יארן געווען אונטער די בריטישע אימפעריע, ביז אין יאר 1974 ווען זי האט באקומען זעלבסטשטענדיקייט און זיך דערקלערט אלס א זעלבסשטענדיגע לאנד, דאך איז זי אבער געבליבן א טייל פון אסאך לענדער וואס זענען אנגעשלאסן אין די ענגלישע מאנארכיע באקאנט אלס די קאממאן וועילט. אלס פירער איז אויסגעוועלט געווארן סיר עריק געירי א שטארק דעמאקראטישע פרעמיער.

די אפאזיציע פארטיי אין יענער צייט גערופן "די ניו דזשול מאוומענט" איז געפירט געווארן דורך מאריס בישאפ, און איז געווען "היפש" קאמוניסטיש געשטימט. אין יארע 1979 בשעת געירי איז געווען אפוועזענד פון לאנד האט די אפאזיציע דורך געפירט א באוואפענטע רעוועלוציע און געשטעלט א נייע רעגירונג גערופן"די פיפעלס רעוועלוצינערע גאווערמענט" מיט בישאפ ביים שפיץ אלס פריימיער.

בישאפ האט דורך געפירט פארשידענע טוישונגען און רעפארמען לטובת די עקענאמיע ווי שולעס פאר יעדן ציגלייך וכדו' אזוי אויך פארשידענע ליבעראלע -לייען קאמוניסטישע- געזעצן וועלעכע האבן שטארק ארויסגעהאלפן דאס לאנד און אלס רעזולטאט איז ער געווען שטארק באליבט ביים פאלק.
איינע פון זיינע גרויסע פראיעקטן זענען געווען צי אויסברייטערן און פארגרעסערן די ארטיגע 'פוינט סעלינס' לופטפעלד אז עס זאל קענען פארנעמען די גרויסע קאמערציאלע עראפלאנען, און דאס האט ער געטון מיט די הילף פון זיינע קאמוניסטישע פריינט רוסלאנד און קובא, איבערהויפט די לעצטערע וועלכע האט צוגעשטעלט עטליכע הונדערט קאנטראקטערס ארויס צי העלפן מיטן פראיעקט.

איבריג צו זאגן אז דער גרויסער אמעריקאנער שכן איז נישט געווען שטארק צופרידן פון די טוישונגען וואס זענען פארגעקומען אין זיין בעק יארד, איין קובא מיט קאסטרא איז אים גענוג געווען ער האט נישט געברויכט א צווייטע,
אבער ווען בישאפ האט זיך גענומען איבערבויען די פוינט סעלינס לופטפעלד האט שוין די גרויסע אמעריקע אנגעהויבן צו ווערן אנגעצויגן, צום ערשט צוליב די שטארקע אנוועזנהייט פון די קובא'נישע קאנטראקטערס, אזוי אויך איז די ראנוועי פונעם לופטפעלד שטארק פארברייטערט און פארלענגערט געווארן אנגעבליך צו קענען פארנעמען די גרויסע קאמערציאלע דשזעטס, אבער אמעריקא'נער שפיאנאזש באאמטע האבן געהאלטן אז עס ליגט עפעס טיפער דערינטער, און אז די עכטע ציל איז, אז רוסישע מיליטערישע פראכט עראפלאנען און סטראטעגישע באמבאדיר פליגער זאלן קענען לאנדען דארטן.

"אבער" דא קומט א גרויסע אבער, גרענאדא איז -ווי פריער דערמאנט- נאך אלץ געווען א חלק פון גרויס בריטאניע באקאנט אלץ די "קאמאן וועילט" וואס איז אפיציעל אומאפיציעל א טייל פון ענגלאנד איבערדעם האט די אמעריקאנער רעגירונג גארנישט געקענט טוען אויסער האלטן די אויגן און אויערן אפן…

אינמיטן פון אקטאבער 1983 האט בישאפ'ס דעפיוטי בערנארד קאורד צוזאמען מיט די העכסטע גענעראלן פון די מיליטער פארכאפט די מאכט שטילערהייט און געשטעלט בישאפ אינטער הויז ארעסט אין א געהיימע לאקאל.
ווי נאר די מאסן זענען געוואויר געווארן פון דעם האבן אויסגעבראכן מאסיווע פראטעסטן און אומרוען וועלעכע האבן פארלאנגט זיין באלדיגע באפרייאונג, די פראטעסטירער זענען געוואויר געווארן ווי בישאפ געפונט זיך און האבן זיך באלד אהין געלאזט, אינמיטען די געטומעל האט זיך בישאפ ארויס געכאפט און אנטלאפן צו די מיליטערישע הויפטקווארטיר פון די פי. אר. עי. אבער דארטן איז ער אפגעווארט געווארן דורך מיליטערלייט אינטער די פירערשאפט פון גענעראל האדסאן אויסטין וועלכער איז געווען געטריי פאר די קאוערד און עס אויסגעפירט געווארן די אויבנדערמאנטע ברוטאלע הינריכטונג.
דאן איז אריינגעקומען דער הויפט גענעראל האדסאן אויסטין און האט איבערגענומען די פירערשאפט איינשטעלענדיג א מיליטערישע קאנסיל צו פירן דאס לאנד.

דא האט שוין דער דעמאלטסדיגער אמעריקאנער פרעזידענט ראנאלד רעיגאן באשלאסן אז ער גייט זיך אריינמישן און איינמאל פאר אלעמאל זיכער מאכן אז גרענאדא איז נישט מער קיין שטער פאר די אמעריקאנער אינטערעסן.

די לעזונג פאר די פראבלעם איז גאנץ א פשוטע…
א פילע מיליטערישע אינוואזיע,
מ'וועט איינעמען דאס אינזעלע,
אראפזעצן די פירער פון בענקלע,
און איינשטעלן א דעמאקראטיע,
כמו שכתוב.


די לעגאלע אויסריידן פאר די אינוואזיע איז געוועזן פארשידנארטיג,
צום ערשט האבן די שכנים פון גרענאדא אינעם קאריביען געבעטן פאר הילף פון די פאראייניגטע שטאטן,
אזוי אויך איז אמעריקע געווען שטארק באזארגט איבער די וואוילזיין פון די אויבערדערמאנטע סטודענטן,
אבער די עיקר איז געווען די ביטע פון גאווערנער סקאָאן וואס איז געווען דער פארשטייער פון די בריטישע קעניגרייך צו גרענאדא.
ווי ערווענט איז גרענאדא געווען א חלק פון די קאממאן וועילט דהיינו די בריטישע אימפעריע, וואס כאטש עס איז יעצט געווען מער ווייניגער זעלבסטשטענדיג איז נאך אלס פאראן פארשידענע עקאנאמישע און אנדערע זאכן וואס עס האט א שייכות מיט די בריטישע מלוכה, און אייינס פון די זאכן איז אז עס קען בעטן מיליטערישע הילף פון די בריטישע קעניגרייך אין צייט פון נויט, גאווערנער סקאָאן איז געווען דער וואס איז געווען באפילמעכטיגט צו בעטן דע סארט הילף, אום אקטאבער 22 האט דער בריטישער דיפלאמאט פון די קאריביען אינזלען אפגעשטאט א באזוך ביי גאווערנער סקאָאן ווי דער לעצטער האט אים קלאר געמאכט אז "אלעס איז בסדר" אבער הינטער די קוליסן האט ער אים געבעטן מיליטערישע הילף צי מאכן ארדענונג אין לאנד, דאס האט רעיגען אנגענומען אלס גענוג און געגעבן די גרינע ליכט פאר א אינוואזיע.

----

פארזעצונג קומט בעז"ה
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

;l;p- ;l;p- ;l;p- מאסיוו
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

קוקט אויס גאר גוט, גיי מיר עס מארגן ליינען אי״ה
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

Thank you vary interesting
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

CTRL+P
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

אז ס'איז אין דזשורנאל וועל מיר עס ארויספרינטן געהעריג…
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
עד סנאודען
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 16, 2021 2:08 am

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עד סנאודען »

זייער אונטערסאנט און רייך באשריבן. קיינמאל געהערט פון די לאנד, נעווער מיינד די מלחמה.

וואלט געווען כדאי אויב די קענסט לייגן מער בילדער פון די געשעניש.
אוועטאר
מיין ניק איז...
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2023 12:42 pm

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין ניק איז... »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
די קענסט טראכטן אז מיין ניק איז... אבער עכט איז מיין ניק, מיין ניק איז...
emb
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 09, 2017 5:05 pm

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך emb »

באקסער בוים האט געשריבן:
קוקט אויס גאר גוט, גיי מיר עס מארגן ליינען אי״ה
;l;p-
אוועטאר
נ.ג.ה.ש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2023 5:03 pm

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נ.ג.ה.ש »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
חילי פאנעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 3:42 pm

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חילי פאנעט »

;l;p- ;l;p-
?
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

זייער אינטרעסאנט.

ס׳ערשטע מאל כהער איבער אזא געשיכטע בכלל.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4747
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע: חאן יוניס

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

הערליך שיין תודה רבה!! מיר ווארטן מיט שפאנונג
אוועטאר
אינטערוועלטניק
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 10:36 am

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערוועלטניק »

היסטאריש האט געשריבן:
אז ס'איז אין דזשורנאל וועל מיר עס ארויספרינטן געהעריג…
עולם האמת האט געשריבן:
CTRL+P
ביטע לאזט מיך הערן אייער מיינונג אזוי אויך קריטיק וכדו'
אחר חצות האט געשריבן:
latter האט געשריבן:
מיין ניק איז... האט געשריבן:
emb האט געשריבן:
נ.ג.ה.ש האט געשריבן:
חילי פאנעט האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:

א הארציגע דאנק אייך אלע, מ'דארף די חיזוק אנצוגיין...

עד סנאודען האט געשריבן:
זייער אונטערסאנט און רייך באשריבן. קיינמאל געהערט פון די לאנד, נעווער מיינד די מלחמה.

וואלט געווען כדאי אויב די קענסט לייגן מער בילדער פון די געשעניש.
איך האף בעז"ה אין די נעקסטע פארזעצונג צו לייגן מער בילדער
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

אינטערוועלטניק האט געשריבן:
היסטאריש האט געשריבן:
אז ס'איז אין דזשורנאל וועל מיר עס ארויספרינטן געהעריג…
עולם האמת האט געשריבן:
CTRL+P
ביטע לאזט מיך הערן אייער מיינונג אזוי אויך קריטיק וכדו'
אחר חצות האט געשריבן:
latter האט געשריבן:
מיין ניק איז... האט געשריבן:
emb האט געשריבן:
נ.ג.ה.ש האט געשריבן:
חילי פאנעט האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:

א הארציגע דאנק אייך אלע, מ'דארף די חיזוק אנצוגיין...

עד סנאודען האט געשריבן:
זייער אונטערסאנט און רייך באשריבן. קיינמאל געהערט פון די לאנד, נעווער מיינד די מלחמה.

וואלט געווען כדאי אויב די קענסט לייגן מער בילדער פון די געשעניש.
איך האף בעז"ה אין די נעקסטע פארזעצונג צו לייגן מער בילדער
נאר אנגיין נאר אנגיין,
ס'איז באמת גוט, גאר גוט,
רייך אין שפראך און ריזיג אין ידיעה
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

גאר גוט אראפגעלייגט!

מיר ווארטן אויפן המשך
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
מיין ניק איז...
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2023 12:42 pm

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין ניק איז... »

זייער זייער גיט ווען קימט די המשך?
די קענסט טראכטן אז מיין ניק איז... אבער עכט איז מיין ניק, מיין ניק איז...
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

גאר גוט און דראמאטיש געשריבן, זייער אינטערסאנט כאטש כ'האב שוין געזעהן די קליפ פון דעם.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17150
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p-


גרייט אויפן קומענדיגע קאפיטל!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 8:13 pm

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוסישע פרינץ »

גאר גוט געשריבן!

א פליסיגע פעדער.. א געשמאק צו ליינען..!
Above all, we should acknowledge that the collapse of the Soviet Union was the greateast geopolitical catastrophe of the century.
צאר פוטין יר"ה
אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1470
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקפה ברורה »

זייער שיין און אינטערעסאנט באשריבן.

אונז קוק מיר ארויס אויף די פארזעצונג.
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

זייער גוט געשריבן, פאר ווייטער.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

מ'גייט ווייטער?
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3457
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 10:39 pm

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוקר »

זייער זייער אינטערסאנט,
קיינמאל געהערט דערפון,
אונז ווארטן אויפן פארזעצונג.
די זין שיינט אפילו ווען עס איז פארוואלקענט, דו זעהסט עס נאר נישט...
פיקליש
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 04, 2022 1:43 am

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקליש »

טענקס אינטערוועלטניק!

קענט וועיט פאר די פארזעצונג.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”