מיין נסיעה קיין Iceland - ענדע!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מיין נסיעה קיין Iceland - חלק ז' ארויף - #7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- :lol: :lol:

דער פאנגט געהעריג דעם עולם מיט זיינע באשרייבאכצער..

תינוקות ששבו..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

Re: מיין נסיעה קיין Iceland - חלק ז' ארויף - #7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

תינוק איך דארף דיר זאגען איך בין ממש ווי א תינוק שנשבה פארכאפט אין דיינע פארציילונגען.

יישר כח גדול
אוועטאר
אגם המלך
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 11:59 pm

Re: מיין נסיעה קיין Iceland - חלק ז' ארויף - #7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אגם המלך »

אוי שרייבסטו גיט @תינוק!!

איין זאך זאג מיר, וואס לויפט מער און דיין בלוט, עדווענטשער אדער שראבעריי?
אוועטאר
סחורה
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע: די לעגאלע: אויפן טיש.

Re: מיין נסיעה קיין Iceland - חלק ז' ארויף - #7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סחורה »

וואס דא גייט פאר איז אומגלויבליך
מלכי צדק
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 3:06 am

Re: מיין נסיעה קיין Iceland - חלק ז' ארויף - #7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלכי צדק »

כ'האב נאכנישט געליינט פרק ז. די גוטע זאכענעס לייגט מען אוועק אויף שבת. ארויסגעפרינטעד, און מוועט עס ליינען דורך דעם יום מנוחה
חזקה על חבר
אוועטאר
פלעכטער
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

Re: מיין נסיעה קיין Iceland - חלק ז' ארויף - #7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעכטער »

ישר כח תינוק!

איך באלעק מיר די פינגער מיט דיין טריפ רעפארט, נאט טו מענשאן, די שמייכל וואס די ברענגסט ארויף אויפן פנים מיט דיינע מליצות׳לעך.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: מיין נסיעה קיין Iceland - חלק ז' ארויף - #7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

ארויסגעפרינט פאר שבת

געהאט א עונג שבת

די אשכול איז א WOW!!!
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
געשמאקע צייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 22, 2021 12:11 pm

Re: מיין נסיעה קיין Iceland - חלק ז' ארויף - #7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע צייטן »

עולם ....... האט געשריבן:
ארויסגעפרינט פאר שבת

געהאט א עונג שבת

די אשכול איז א WOW!!!
אח לצרה
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 5:34 pm

Re: מיין נסיעה קיין Iceland - חלק ז' ארויף - #7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אח לצרה »

ישר כח תינוק פאר דיינע הערליכע שרייבערייען
אונז ווארט מיר מיט שפאנונג פארן נעקסטן קאפיטעל
נישט ממש א ברודער אבער א נאנטע קאזין זעכער
אוועטאר
תינוק
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2022 5:44 pm

מיין נסיעה קיין Iceland, פרק ח' ארויף #8 - מינוטן פון שרעק -

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תינוק »

פרק ח'

דאנערשטאג פרשת ראה

די נאכט איז אריבער פיין, און יעך בין געשלאפן ווי א בעיבי ['נישט' אויפגעשטאנען יעדע שעה און געוויינט...], ביז ווען די טאג טאגט שוין אהן, און מתתי' איז עודך אן אריינגעדרינגער ביינונז אין צימער ארויסצושלעפן די ישינים פונעם תרדמה. מיר האט ער עטוואס צורוה געלאזט משום מעשה שהיה, אבער היינט אידאך א פארנומענע פרימארגן, און די זייגער פארמאגט נישט קיין איבעריגס פאר אונז. מיר דארפן צאמפאקן די חפצים און זיך דערזעהן מחוץ לתחום נאך אין די סינגל דיזשעט צופריה שעות.

כ'האב ערשט יעצט געמערקט אז שמערי האט מיטגעברענגט א נועם אלימלך'ל, טאקע נישט די ערשטע דרוק אבער דאך א ספר וואס אונזערע רבי'ס פלעגן נישט נעכטיגן אין א פלאץ אהן דעם. למפרע פארשטיי איך שוין וויאזוי כ'האב געקענט איינשלאפן די אלע נעכט. און געזעהן האב איך דערפון די תועלת פון מיטגיין נסיעות מיט אן ערליכן חבר, עד כדי כך אז שמערי האט זיך דערהויבן אזוינע מדריגות בחסידות בזכות דעם...

די 'מי כעמך ישראל' האט אפגעקלונגען מיט פאטאס ווען נישט נאר כ'האב נישט גע'גנב'ט קיין זייף פונעם ווילא, נאר איך האב גאר איבערגעלאזט פון מיין שעמפו שיריים דארטן. היות אבער, די גמרא פסק'נט דאך 'פטור בלא כלום אי אפשר', האבן מיר אנשטאטס מיטגענומען זעקס אווער-סייז'ד האנטוכער. די הסבר דערפון על פי פשט איז, היות די פלאן היינט איז צו באזוכן די ספרינג וואס חב"ד נוצט אלס מקוה, און בלייבן נאס איז נישט רצון ה', דערפאר האט דער הכרח געלויטעט אז מ'דארף מיטנעמען די האנטוכער, איינס פער מאן. נישט געזארגט אבער, שמערי האט זיי געלאזט וויסן דערפון און כ'מיין מיר האבן באצאלט דערפאר. [אויב נישט, שמערי, לאמיר קעיר נעמען פון דעם ווי שנעלער... ווייסט דאך ווי מ'שטייט יעצט מיטן לוח. אויך דארף מען מאכן א חשבון איבער די פיר אנטלאפענע פערדן...]

די וועטער איז היינט א זעלטנהייט. 70 דעגריס פערנהייטס מיט א זון וואס שיינט כמו שכתוב (ריש פרשת וירא). מיין עצה איז עס געוועהן צו פת שחרית'ן אויפן פיקניק טישל אינדרויסן, און גערשי'ס פלייסיגע הענט האבן צוגערישט דעם טישל, בשעת מוישי גרייט צו די מאכלים נחמדים.




כ'האב געשפירט אז כ'קען נוצן א לייכטע שפאציר איידערן אנהייבן דעם טאג, און כאפנדיג מיין קעמרע אין האנט לאז איך זיך אין גאנג צו א דערנעבנדיגע שטאל פון פערד. די שטאל האבן מיר געזעהן מרחוק ביים אריבערפארן מיטן קאר און האט געמאכט גאנץ א פיינע רושם, יעצט האב איך עס געוואלט זעהן מיט מיינע פליישיגע-דאך-בלויע אויגן.

אליינס גיי איך דער פינף-זעקס מינוטיגע מהלך, און כ'קום אהן צום שטאל. נאכן פארקירעווען מיינע פוס טריט צום דירעקציע פונעם שטאל עפענונג האט עימיצער מיר באמערקט. יענער האט מיר נישט געזאגט קיין ווארט אבער איז קענטליך געוועהן אומצופרידן פון מיין אנוועזנהייט. אדער אפשר שטארק צופרידן, כ'ווייס נישט. ער האט טאקע נישט ארויסגערעדט קיין ווארט אבער קולות, דאס יא. צו איך בין שטערקער פון איהם צו נישט ווייסעך ב"ה נישט, העכער בין איך זעכער, אבער לויפן קען ער סאך סאך שנעלער ווי מיר.

יענער איז א הונט.

לאמיר זיין קלאר און אפן מיט ענק, כ'בין נישט זיכער צו ער איז א וואטש-דאג אדער דעם בעה"ב'ס א פעט. נפק"מ היוצא למעשה איז, צו זיין מיר נאכיאגן ווי א וואנזיניגער איז געוועהן מיר צו פארטרייבן, פארציקן אדער פארברענגן גאר אינאיינעם. קען זיין ס'איז פארהאן, אבער יעך דערקען נישט קיין חילוק אין די בילן פון כלבים צועקים אויב זיי זענען כעס אויסברוכן אדער פרייד שאלן.

מיין ערשט-רגע'דיגע החלטה איז געוועהן, דאס קען זיין ער רודף'ט מיר ווייל כ'טאר נישט זיין דא, ואשר על כן לאמיר אפטראגן פון דא ווי שנעל מיינע פיס יכול'ן, כולי האי ואולי וועט דער כלב לא-יחרץ'ט ווערן. איך לויף אזוי כל עוד בי נשמתי, אבער די הונט'ס בילן ווערן העכער און העכער, סיי ווייל ער האט געהעכערט זיין וואליום און סיי ווייל ער ווערט נאר נענטער. כ'בין שוין געוועהן היבש דערווייטערט פונעם שטאל און די הונט איז נאכאלץ נאך מיר, זייענדיג אצינד בלויז פינעף פוס אפגערוקט. עס איז שוין קלאר ווי דעם שיינעם וועטער היינט אז דער הונט גייט מיר גרייכן ביז עטליכע סעקונדן.

מיר וועלן יעצט איבערלאזן דעם תינוק מיטן כלב אין אייסלאנד, און אריבערגיין אצינד קיין דרום פלארידא ווי מרת שטיין זיצט אויפן פארטש פונעם הויעך-שטאקיגן קאנדאמיניום געביידע און ווארט פאר איר זוהן'ס טעלעפאון רוף. די פייגלעך טשיפטשען הייזעריגערהייט בשעת די וואלקענעס דרייען זיך ארום לאנגווייליג. אזוי וואלט יאיר וויינשטאק געטוהן. היות אבער איך ווער נישט באצאלט דא טוה איך עס נישט. מיר לאזן אצינד איבער מרת שטיין אויפן פארטש פאר ווי לאנג איר מאן לאזט איר בלייבן, און מיר פליען צוריק קיין אייסלאנד, ווי די הונט האלט ביי יעצט בלויז פיר פוס אוועק פון מיר.

זעענדיג אז חבי כמעט רגע און דאס הינטל גייט אט אט ארויפשפרינגען אויפן קערפער מיינע מיר צו בייסן אדער מיר צו לעקן, וואס ביידע זענען נישט איבריג בא'טעם'ט, האב איך ריגרופירט מיין עדרענעלין און געטוישט סטראטעגיע. איך שטעל זיך אפ האסטיג, דריי זיך אויס צום הונטל שטעלנדיג דעם פני הדור מיינעם אקייגן דעם פני הכלב, און איך געב איהם צוריק א ביל מיט קולי קולות. זיינע אויגן ווייזן עפעס א צייכן פון שרעק און ער שטעלט זיך אויך אפ, געט א ביל הויעך און דערנענטער זיך אפאר אינטשעס. איך ביל צוריק און כ'מאך מיט מיינע הענט א תנועה משונה ווי צו זאגן כ'גיי דיר אנ'מקל'ן די עצמות. אזוי איז פארגעגאנגן עטליכע מאל, ווען אינמיטן פאלט מיר איין אז דאס וויכוח אונזערע ברויך ווען זיין אויף קעמרע, אבער צו מזל איז די בעטערי געלעגן אינעם טשארזשער פון ביינאכט נאך. [אנשטאטס האט איר א בילד פאר אילוסטראציע צוועקן...]



כ'האב געזאגט דעם לחש פון 'ולכל בני ישראל לא יחרץ כלב לשונו' ארום הונדערט און איין מאל, און ענדליך ענדליך איז די הונט דערשראקן געווארן פון מיר, און שעמוועדיגערהייט אנגעהויבן א ריקצוג, בשעת'ן אנשטעלן א שפיל יעדער פאר פוס ווי כאילו ער גייט נאך לויפן קעגן מיר, אבער ער איז נישט. ביז ער האט געמאכט אן ענדגילטיגן בואו בשלום און מיר איבערגעלאזט ב"ה אין איין שטיק. צוריקקומענדיג צום ווילא פרעגט מיר גערשי וואו איך בין געוועהן, ווייל ער האט געהערט פון דערווייטענס ווי צוויי הונט מאכן קולות נוראות איינער אויפן אנדערן... קאממענטארן זענען איבריג.

צוריק צום סדר היום, מ'עסט פרישטאג און מ'פאקט אהן דעם קאר. יעדער באזונדער לויפט דורך אלע צימערן זיכער מאכן אז די אנדערע האבן נישט איבערגעלאזט עפעס זאכליך, און מ'געדענקט צוריק אויפצוהענגן די נישט-איבריג-היימישע בילדער וואס מיר האבן אראפגענומען פון די ווענט תיכף ביים אנקומען און באהאלטן אונטערן קאוטש. קשה עלינו פרידתכם ליבע פערדעלעך, עטץ זענטס גאר זיס און זייטס ממשיך צו שטייגן. די רעדער לאזן ארויס א קוויטש און מיר זענען שוין נישט אין געגנט.

נאך א קורצע נסיעה קומט מען אהן צו וואס זיי רופן די Golden Circle, עטליכע שיינע מקומות נישט ווייט איינס פון צווייטן אין די רינדיכיגן עיגול. צום ערשט אבער דארפן מיר באזוכן און באנוצן דעם מקוה פון לאנד, וואס אויף דעם ארויף האבן מיר גע'לקח'נט די האנטוכער. ביים אנקומען דארט זעען מיר אבער אז עטליכע קארס זענען דארט פארקירט און א שומרת יום ביים טיר וואס בעט צען דאללער א גלגולת. די געלט וועלן מיר גערן געבן אבער צו זענען דא אנדערע באנוצער דארט איז אונזער פראגע. די ענטפער איז געוועהן א פאזעטיווע, און א נעגאטיווע פאר אונזער פלאן. ווי עס שיינט איז דאס פלאץ א פאבליק ספרינג דורכן טאג.



למעשה איז יענע גרופע ארויס, אבער מיר האבן שוין נישט געוואלט אריינגיין נישט וואוסענדיג ווען נאך חברה קענען זיך אנרוקן. שמערי און חילי זענען אבער יא געלאפן כאפן א טונק, בשעת איך און גערשי שטייען אינדערהייעך זעכער מאכן אז קיינער קומט נישט. ביז דריי מינוט זענען צוויי קארס יא אנגעקומען און אונזער חברה האבן געדארפט אנטוהן די זאקן אין קאר.

פון דארט איז מען געגאנגן צום Gullfoss וואסערפאל, גאר א גרויסע און מאכטפולע, פון די גרעסטע אין גאנץ יוראפ. מ'גייט פון אויבן און פון אונטן און די מחזה איז גאר שיין. די וואסער האט דורכגעשניטען א ריזן קעניאן צווישן די פעלזן צו וואו עס זיי זענען מניחין מקום גבוה והולכין למקום נמוך מיט א געוואלדיגע קראפט. שמערי זז"ג איז אבער נישט מיטגעקומען. פארוואס נישט, ווייל ער איז יעצט ווי א קינד אין א קענדי סטאר אדער ווי אן עלעפאנט אין א קריסטעל געשעפט, בינעך נישט זיכער צו וואס עס ממשיל זיין, וכדלהלן:




פון ווען מיר האבן געלאנדעט האט דער בחור געפרעדיגט אהן אפשטעל איין איינציגע וואונטש צוליב וועלכע ער האט געמאכט די גאנצע נסיעה אין ערשטן פלאץ, נעמליך דאס קענען קויפן א קעפ מיט די אויפשריפט פון אייסלאנד דערויף, און צוגאב צו souvenirs אהיימצוברענגן פאר זיין ווייב און קינדער און – גלייבטס אדער נישט – פאר זיך זעלבסט אויך. און דא הארט דערנעבן איז דא א ריזן געשעפט ווי מ'קען זיך איינהאנדלן אט די אלע דאזיגע. ער איז ארויס שטארק געשעדיגט פונעם געשעפט ווען זיין נעט ווערד איז אראפ מיט אכט הונדערט דאללער. ער טענה'ט אז די שטותים מיט סליפפערס וואס ער האט איינגעהאנדלט קען מען נישט קויפן אין אמעריקע, און ער איז גערעכט מיט דעם אז פאר דעם פרייז טאקע נישט. פאר האלב דערפון איז אבער דא א שפע.

חילי האט פארגרעסערטע מיידלעך וואס מוזן האבן אן אנדענק פון דאס לענדל, און ער קויפט זיי שנעל פארשידנארטיגע געשטאפטע פאפפינס פאר א שיינעם מטבע. פארן שטוב קויפט מען – אויך איך, גערשי און זאגאר מוישי – א שופר מיט א גלאזערנע בית קיבול דערויף צו נוצן אלס א האניג פושקע [איינער דארף מיין זילבערנע?]. כ'האב נישט גערעדט צו חילי'ן איבער דעם, כ'קלער אבער איבער וויפיל זיינע קינדער האבן הנאה געהאט פון די טעדדי פאפפינס נאך צוואנציג מינוט. איך בין ארויס סאך סאך ביליגער מיטן באשטעלן דאס שפיל וואלקעינא פאר אלע קינדער אינאיינעם, https://www.amazon.com/dp/B08KTWWF1Y?ps ... ct_details ס'איז אנגעקומען ווי די מן הארט ביים טיהר מיינע, און די הנאה איז געוועהן אויף גאר הויעכע שטאפלן.

ס'טוט זיך אבער מיט א מתנה פאר די בני בית? די באבעס זז"ג פרעגן אלעמאל אט די פראגע בשעת איך קנייטש זיך דעם שטערן. בין 'איך' דען נישט די בעסטע מתנה?! דאס אז איך קום און ווער בנמצא אינעם שטוב אידאך מער ווערד ווי אלעס אנדערש? ניין?!

אויב עפעס, אדרבה ואדרבה, זי וואלט ווען מיר געדארפט קויפן א מתנה, איינס און א גוטס, און כ'וועל אייך מסביר זיין פארוואס. אייגענטליך, וועל איך דא ציטירן אן אימעיל וואס איך האב געשריבן איבער דעם נושא צו עטליכע באקאנטע פאר צוויי יאר צוריק, איידער זיך ארויסלאזן אויפן נסיעה קיין אוקריינע מיט בוני עולם. כ'וועל עס לאזן אוטענטיש אינעם שפת המדינה ווי כ'האב עס דאן אראפגעשריבן, און ווער ס'פארשטייט נישט האט גארנישט דערלייגט. וזה לשוני:
If anyone can brainstorm something massive that our wives can give us for a trip-present.

I mean we’re really being zich makriv for them in an unbelievable way and truly deserve solid Hakuras Hatov from them. Not that a major present will ever do justice, but it’ll still count to us as a tiny token of appreciation from them.

We are going to go through a transatlantic flight, with all the dizziness and turbulence that may come along, while they are grounded on a sturdy surface and can choose to go outdoors whenever they fancy. We’ll need to work hard on our breathing through M-195 masks, while they can breathe freely and even have extra oxygen to blow up balloons for our Burech Habu mega-event.

Upon arrival to Europe, it is us running around in wildly-grown cemeteries, huffing and puffing from one kever to another, while they are relaxing in the kids’ rooms while putting them asleep, and overall engaging in calm household tasks like changing diapers, waiting by the window for busses and cooking suppers, which all the Rebetzins talk frequently about how lucky and fortunate they are to be able to do the above-mentioned for the family. No-one ever gave us such chizzuk about going on our Europe trip.

And of course, then you have the meals. While they have an easy time deciding the food of their choice and consuming it, we will have a terribly hard time to choose between all the multitudes of gourmet food being served constantly. On Shabbos they will have the privilege to conduct their very own seuda and be the one speaking, while we are among many others forced to listen to all those keynote speakers.

On Friday they are the ones getting the healthy exercise running around on errands and mopping floors, while we will substitute our important walking habits with horse-and-buggy or motorcycle rides. Motzei Shabbos they can enjoy the quiet and peace they deserve, and we’ll have our eardrums nearly pierced by a 30-man orchestra.

I just hope they appreciate us enough for undertaking this trip and leaving them at the comfort of home. So far, I haven't seen them so conducting in this manner, but I think it’s because they really want to surprise us when we come home.
עד כאן לשוני הנחושת. ומכאן ואילך אינעם נעקסטן און לעצטן פרק, בעזהשי"ת
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1622
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

לשוני נחושת הא? לשוני זהב! כמו שכתוב (בפרשת תרומה...), עכט הנאה געהאט, איי וויש די נסיעה ענדיגט זיך נישט! טענקס!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: מיין נסיעה קיין Iceland, פרק ח' ארויף #8 - מינוטן פון שרעק -

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

חחחח דעי אימעיל.. אזוי אמת!

און דער הונט... אלץ איינער וואס האט דאס שוין זעלבט מיטגעמאכט.. מיט ממש אן ענליכע עקספיריענס, ווייס איך נישט וויאזוי איר האט גע'מענעדשעד ס'איבעריגע טאג...
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re: מיין נסיעה קיין Iceland, פרק ח' ארויף #8 - מינוטן פון שרעק -

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

דער ווערט נאר מער און מער משוגע פון איין פרק צום נעקסטען
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: מיין נסיעה קיין Iceland, פרק ח' ארויף #8 - מינוטן פון שרעק -

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

תינק’ל אוי ביזטו גוט!

יעדע קאפיטאל עקסטער קומט זיך דיר א לאלי-פאפ!

נעקסטע נסיעה נעם איך דיר מיט, אלס באשרייבער פון די נסיעה.
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: מיין נסיעה קיין Iceland, פרק ח' ארויף #8 - מינוטן פון שרעק -

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

לאז דיר שנעל ארויס אויף נאך א נסיעה... אונז קען מיר זיך נישט ערלויבן אז סזאל זיך שוין ענדיגן!

אייזן אייזן גוט!

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: מיין נסיעה קיין Iceland, פרק ח' ארויף #8 - מינוטן פון שרעק -

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

כשישראל עולים... דער ווערט נאר בעסער
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

Re: מיין נסיעה קיין Iceland, פרק ח' ארויף #8 - מינוטן פון שרעק -

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

דער בחור איז צופאטשט ביז גאר.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: מיין נסיעה קיין Iceland, פרק ח' ארויף #8 - מינוטן פון שרעק -

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

הערליך…

די הארץ קלאפעניש ביים אןןעקפארן קיין פלארידע אינמיטן די דראמא איז קרעזי.

זעמיר אויך געווען ביים בוני עולם נסיעה, נעקסט טיים יו קען אינטערדוס יור סעלף.
לעצט פארראכטן דורך שלמה מולכו אום זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 11:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: מיין נסיעה קיין Iceland, פרק ח' ארויף #8 - מינוטן פון שרעק -

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דיין ענגליש איז פיין! שיק עס צום ני"ט...

יישר כח אויף די פרישע קאפיטל!
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: מיין נסיעה קיין Iceland, פרק ח' ארויף #8 - מינוטן פון שרעק -

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

יישר כח!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
ניין דו
שר האלף
תגובות: 1447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:51 pm

Re: מיין נסיעה קיין Iceland, פרק ח' ארויף #8 - מינוטן פון שרעק -

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין דו »

WOWOWOWOW א ריזיגע יישר כח @תינוק, שכרך הרבה מאוד, אזוי צו מהנה זיין כלל ישראל.
ערשינען!!! די סוכות שרייבער אויסגאבע איז שוין ארויס לאור עולם.
זייטס אייך מהנה, און זייטס מהנה אייערע חברים וידידים.

שרייבער אלול-סליחות שרייבער ראש השנה - יום כיפור שרייבער סוכות + ביילאגע
חבצלת השרון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 31, 2014 10:45 pm

Re: מיין נסיעה קיין Iceland, פרק ח' ארויף #8 - מינוטן פון שרעק -

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבצלת השרון »

צודרייט. הערט נישט אויף צו סורפרייזן.
שטייגט אין ראנג פון קאפיטל צו קאפיטל.
מעשי ידיך אל תרף!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29331
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: מיין נסיעה קיין Iceland, פרק ח' ארויף #8 - מינוטן פון שרעק -

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

סאמהאו, ווערט ער גאר בעסער און בעסער, אומפארשטענדליך ווי אזוי מען קען ארויפגיין העכער ווי דאס בעסטע.
אוועטאר
סחורה
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע: די לעגאלע: אויפן טיש.

Re: מיין נסיעה קיין Iceland, פרק ח' ארויף #8 - מינוטן פון שרעק -

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סחורה »

אוי מיין ג-ט
אבנארמאל דאס!
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: מיין נסיעה קיין Iceland, פרק ח' ארויף #8 - מינוטן פון שרעק -

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

יעצט דורכגעליינט ס'גאנצע אשכול אין אן אטעם.

מ'קען צודרייט ווערן פון דעם שפראך!!!!

אין יעדע קאפיטל איז אריינגעמישט אידישקייט, הומאר, דראמא, לשונות של חרדל, און מ'ווערט ממש לעבעדיג מיטגעשלעפט קיין אייסלאנד.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”