מיין נסיעה קיין Iceland - ענדע!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
תינוק
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2022 5:44 pm

מיין נסיעה קיין Iceland - ענדע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תינוק »

פרק א'

איז אזוי.

'עדווענטשער' לויפט אין מיין בלוט, און עס איז אלעמאל געוועהן מיין חלום צו רייזן ארום די וועלט, בפרט צו פלעצער וואס דער היימישע שמאלץ-טאפ איז נישט רגיל צו באזוכן. כאטש וואס כ'האב טאקע נישט קיין טשעק-ליסט צו טרעטן מיט מיינע פיס פינגערס אויף יעדער לאנד און ניטאמאל דאס מערהייט פון זיי, דאך אבער האב איך אלס געהאט א משיכה צו באזוכן אלע פלעצער וואס פארמאגן איינס פון די צוויי: רייכע אידישע היסטאריע אדער וואונדערליכע נאטור פון נפלאות הבורא.

'אין מיין בלוט' האב איך געזאגט, און אמת דאס איז. מיין זיידע זז"ג פלעגט מיר נעמען בימי נעורי מיט אנדערע אייניקלעך דורכאויס די בין הזמנים וואך צווישן קאנטרי\קעמפ און בעק-טו-ריעליטי, צו די ווייטע אדיראנדעקס ווי מיר פלעגן נעמען קענוא שיפלעך אנגעפאקט מיט אלע צוגעהערן, און שיפלען שעות ביזן טרעפן א פאסיגע אינזל אויף וועלכע מיר האבן אויפגעשטעלט טענטס און א פייערל, און געלעבט דארט אין הארמאניע מיט די בערעלעך און קייאוטיס פאר צוויי דריי טאג. עס איז דא אסאך צו באשרייבן אונזערע קעמפינג טריפס אבער אין כאן מקומו.

למעשה פלעגט מיין חשק צו רייזן ארום די וועלט בלייבן אלס א חשק להלכה ולא למעשה. איך האב אלעמאל געליינט מיט גרויס אינטערעסע איבער רייזעס פון די היימישע שרייבערס, אבער אז איך זאל איבערלאזן ווייב און קינדער און פארן אויף א טריפ? נישט ארץ ישראל צום רבי'ן און קברי צדיקים אין פולין, נאר טאטי איז געפארן אויף א טריפ? דאס איז קיינמאל נישט געוועהן אויפן טיש. טראץ וואס פילע מאל האט איך זיך אראפגעבויגן קוקן אונטערן טיש אפיר צו זוכן מיינע חלומות זיכער מאכן אז זיי זענען נאך דארט.

נאר וויאזוי דען? בבואי, ווען איך בין געקומען צו די גאר גאר הויעכע צוואנציגער יארן און איך האב זיך דערזעהן מיט א רעקל וואס שרינקט איין און א סקעיל וואס הייבט אירע נומערן מיום ליום ומחודש, האב איך זיך געזעצט מיט אימפעט אויפן דייעט ראלער קאוסטער. פארלוירן צוואנציג – פארדינט צוויי און צוואנציג. פארלוירן ח"י פונטן - פארדינט דרייצן. פארלוירן צוועלף - פארדינט פינעף און דרייסיג. פארלוירן זערא און פארדינט זעקס. טאקע נישט ווער ווייסט וואס, אבער מ'דארף זיך דאך כאפן אין די רעלסן נאך איידער עס ווערט א פראבלעם.

מיין בני בית איז אויפגעקומען מיט א בליציגע המצאה. "יוחנן, אנשטאטס צאלן געלטער פאר דעם דיעטע אדער יענער, גיימיר אויף א פלאן. דו פארלירסט אזויפיל און אזויפיל פונט [פונקטליכע נומער געב איך נישט ארויס אלס גילוי], און דו פארסט אי"ה מיט רואיגע געוויסן צו וועלכע לאנד דו באגערסט און מיט וועלכע חבר עס שמעקט דיר".

די פלאן איז מיר געפאלן, און איך טרעף מיר אנרופן מיין חבר, תוך כדי דיבור, איהם צו זאגן אז ערגעץ גייען מיר פארן. אבער היות איך וויל גארנישט צונעמען פון מיין ב"ב תליט"א, די יושבת ראש פונעם פלאן, און זי קומט דאך נישט מיט, דערפאר דארף עס זיין א פלאץ ווי זי וואלט ממילא נישט מיטגעקומען.

די סיבה פארוואס עס איז אפיציעל געוועהן א טריפ מיט חברים און נישט מיט איר, איז פשוט, ווייל אויב יא, איז די פלאן אויס. ווייל אויב קען מען פארן צוזאמען און די לאגיסטיקס ארבעטן זיך אויס, פארט מען דאך ממילא – מיט אלע פונטן אזויווי ס'איז, ווידער אויב איז נישט שייך צו גיין, פארבלייבט מען אינדערהיים אפילו דאר ווי א סקעלעטן. אויסער דעם וואס א פארנומענע הויז-ווייבל ווי דער וואס איך קען, דארף וואקאציע און נישט קיין עדווענטשער פון וועלכע מ'קומט אהיים טאקע אויפגעפרישט אבער דאך אפגעמוטשעט.

בחסדי ה' איז די פלאן געלונגען. און נישט ווייל איך בין געוועהן אזוי פאר'חלש'ט צו קענען פארן אויפן טריפ, נאר פשוט מאטעמאטיש גע'חשבון'ט איז עס מיר אלס געוועהן מער ווערד ווי אן אויסגעדראשענע שטיקל קאקאש בחצי הלילה. און מיט דעם חשבון האב איך פארמיטן איבעריגע מותרות און משמנים, און אנגעהויבן טוהן עקסערסייז וואס איז ממילא קריטיש וויכטיג אויב וויל מען נישט זיין א זקן ביי די פופציג.

אפאר חדשים שפעטער און אפאר צענדליגע פונטן ווייניגער, האט די פלאן אנגעהויבן פארמירן הויט און ביינער. דאס חבר האט אנגערופן דעם בארוהמטע מוישי הערשקא פון 'קאושער הארייזען', און ארענזשירט א נסיעה'לע קיין אויסלאנד און אייסלאנד ביינעזאם! מיר האט זיך עס געהערט היבש אינטרעסאנט, און געגעבן מיין ווארעמע הסכמה אין פארעם פון א קוויק-פעי.

א ווארט איבער מוישי. ער איז טאטאל צוריקט. די טריפס וואס ער שטעלט צאם זענען שלא מעלמא הדין. אביסל קען מען זעהן אויפן זייטל זיינע http://www.kosherhorizons.com, אדער אויף dans deals כ'ווייס נישט פונקטליך וואו. יעדער טריפ זיינע ווערט גע'רעיט'עד ווי לוקסוריעז און עדווענטשעריס עס איז, און אונז האבן אויסגעוועהלט עדווענטשער איבער לוקסוס, כאטש וואס לוקסוס האט ווייט נישט געפעלט. סך הכל מיינט עס, אז אנשטאטס מיטברענגן א שעף און וועיטערס מיט דישעס, האבן מיר געגעסן א ברייטע אויסוואל פון קעיטערד עסן מיט די בעסטע השגחות, פלייש און עוף מיט לכה"פ דריי סייד דישעס יעדער נאכטמאל, מיט פלאסטיק געשיר און פרייליכע געמיט.

געדארפט האבן מיר פארן נסיעה א קיימא לן פון לכה"פ פינעף מענטשן אויסער ערעב מוישי'ן. די מסבב כל הסיבות האט אויסגעשטעלט אז דאס מכסת הנפשות זאל אנקומען שווערליך, און אלע ערנסט פאראינטרעסירטע האבן געהאט זייטיגע זאכן וואס האט זיי אפגעהאלטן פון קענען פארן פונקט יענער וואך. אין א לעצט מינוטיגע ריין-השתדלות מאטעווירטע פראוו האט מען געגעבן א פרעג פון צוויי אידעלעך פינעף שעה פארן פלייט אויב זיי ווילן קומען מיט אונז קיין אייסלאנד. ווייזט אויס אז זייענדיג אזוי ענג אין צייט האבן זיי ניטאמאל געהאט קיין צייט צו זאגן 'ניין', און האבן אנשטאטס אויסגעוועהלט דעם 'יא' זייענדיג א קערצערע ווארט.

מוישי האט אונז געשיקט א דעטאליטירטע אייטינערערי מיט וואס עס ערווארט אונז, און ווי אויך פונקטליכע אנווייזונגען וואספארא קליידונג עס פעלט זיך אויס. עטליכע לעיערס פון ווארעמע קליידער, סוועדערס און דזשעקעטס, און וואסער-פראף אויבערראק און מכנסיים. ווי אויך ספעציעלע הייקינג שטיוול און שטעקענעס, היטלעך און לעמפלעך. א הייליג ווארט האט מוישי אונז געזאגט: 'נישטא אזא זאך ווי שלעכטע וועטער, ס'נאר דא שלעכטע קליידונג' עכ"ל. מיינענדיג דערמיט אז די קעלטסטע און נאסטע וועטער קען זיין איינגענעם ביז גאר אויב איז מען אנגעטאהן מיט די פאסיגע שוץ קליידער.

למשל, איינער פון אונז האט איהם געשיקט א בילד פון א דיקע ווינטער מאנטל וואס ער נוצט ווען ער נעמט זיינע קינדער צו שניי-טאבינג, ער זאל קאנפירמען אז ס'איז גוט. ער האט קאנפירמד אז עס איז נישט גוט, ווייל ס'איז צו דיק. אויב איז מען אויף א פלאץ ווי ס'איז נישט אזוי קאלט, וועט ער זיין אומבאקוועם און שוויצעדיג. אויב טוט ער עס אויס וועט ער דאך זיין קאלט. דערפאר פעלט אויס לעיערס, וואס מ'קען צולייגן און אראפנעמען לפי הצורך.

די צוויי טייערע אינגערלייט וועלכע האבן בלויז געהאט א שעה מיט טשעינדזש ביזן זיך ארויסלאזן פון קאנטרי צו קענעדי לופטפעלד, זענען געלאפן מיטן נשמה זייערע קויפן וואס זיי האבן עספיעט, און דאס איבעריגס האבן זיי אדער יא אדער נישט געקויפט אין אייסלאנד. א שטייגער ווי דעם שווים-הויז וואס יענער האט געקויפט דארטן פאר זעקס אהאלב טויזענט אייסלענדישע קראנע, אדער גאנצע פופציג אמעריקאנע טאלער.

זונטאג נאכט, מיר טרעפן זיך אין די זיבעטע טערמינעל, אין וועלכע 'אייסלענד-עיר' פארמאגט אירע בודקעלעך, און ווארטן אלע זעקס זאלן זיך פאראייניגן. מוישי שלעפט מיט עטליכע רענצלעך פון עסן און צוגעהערן, און יעדער פון אונז דארף אריינטשעקן איינס פון זיי.

ארויפגייענדיג אויפן פליגער, פרעגט אונז א גוי אויב ער מעג פרעגן א פראגע. פון ווי ער האט גענומען רשות אויף דאס זעלבסט צו פרעגן ווייסעך נישט, אבער מיר האבן גוטוויליג מסכים געוועהן.

"איז יעצט פארהאן א אידישע יום טוב וואס מ'פראוועט דווקא אין אייסלאנד? כ'זעה א היבש פאר אידעלעך אויפן פליגער?" איז געוועהן זיין שאלה. אונזער אנטווארט: ניין, אבער עס איז זוממער יעצט און אלס וואקאציע ווילן מיר גיין צו פלאץ ווי מ'קען זעהן ג-ט'ס וואונדעליכע בריאה און איהם דאנקן דערויף.

זיין אנטווארט, דברים כהוויתן לא פחות ולא יותר: עטס זאלסט וויסן אז איך שפיר זיך זיכער און אפגעהיטן צו זיצן דא אויפן פליגער, וואוסענדיג אז איר אידן זענטס אויך דא.

המשך יבוא בעז"ה.
לעצט פארראכטן דורך תינוק אום מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 10:56 am, פארראכטן געווארן 7 מאל.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4722
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: מיין נסיעה קיין אייסלאנד - Iceland

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

פיין געשריבן

גיטע פען

סובסקרייבד
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
פעניאק
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 4:42 pm

Re: מיין נסיעה קיין אייסלאנד - Iceland

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעניאק »

;l;p- ;l;p-
איך ווארט מיט שפאנונג!
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: מיין נסיעה קיין אייסלאנד - Iceland

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

קענט וועיט!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
תינוק
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2022 5:44 pm

Re: מיין נסיעה קיין אייסלאנד - Iceland

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תינוק »

איך וועל בעז"ה פראבירן זיך אנצושטרענגן נישט צו מאכן קיין לאנגע רווח בין פרק לפרק, שטייצעך אויב דער עולם ווייזט אינטערעסע

ווי אויך וואלט איך געלייגט בילדער און קליפס, כ'דארף אבער הילף וויאזוי צו מעקן פנים'ער, און מאכן די ריכטיגע פארמאט צו קענען לייגן אויף אייוועלט.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: מיין נסיעה קיין אייסלאנד - Iceland

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

זייער אינטערעסאנט!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: מיין נסיעה קיין אייסלאנד - Iceland

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

פיינע אנהייב, שיין געשריבן! מיר קוקן פאראויס.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6315
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: מיין נסיעה קיין אייסלאנד - Iceland

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

גוט אראפגעלייגט, פיינע מליצות, לאקינג פאווערד!
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: מיין נסיעה קיין אייסלאנד - Iceland

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

האסט גאר א גוטע פעדער! אודאי זיי ממשיך!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15456
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: מיין נסיעה קיין אייסלאנד - Iceland

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אפא, פיינע נייעס און נאך פיינער באשריבן.

סובסקרייבד אויף תולה ארץ פון אוסטראליע ביז אייסלאנד
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

זייער שיין באשריבן, אינטערעסאנט און ציענדיג! ווארט מיר אויפן המשך!
אוועטאר
אינטערוועלטניק
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 10:36 am

Re: מיין נסיעה קיין אייסלאנד - Iceland

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערוועלטניק »

גוטע פעדער ליינט זיך געשמאַק! קיפ איט אפ
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7264
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: מיין נסיעה קיין אייסלאנד - Iceland

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

אינטערוועלטניק האט געשריבן:
גוטע פעדער ליינט זיך געשמאַק! קיפ איט אפ
גא"מ.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: מיין נסיעה קיין אייסלאנד - Iceland

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ליינט זיך זייער געשמאק, זיכער איז דא אינטערעסע - אפשר וועט מען נאך אמאל מאכן אן אייוועלט אוואנטורע נסיעה (שטייצעך אז די מוחים וועלן קענען בלייבן ביים לופטפעלד מיט זייערע שילדן)
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9233
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: מיין נסיעה קיין אייסלאנד - Iceland

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

זייער אינטערעסאנט! איר האט א פיינעם געשמאקן פעדער.
תינוק האט געשריבן:
א ווארט איבער מוישי. ער איז טאטאל צוריקט. די טריפס וואס ער שטעלט צאם זענען שלא מעלמא הדין. אביסל קען מען זעהן אויפן זייטל זיינע http://www.kosherhorizons.com, אדער אויף dans deals כ'ווייס נישט פונקטליך וואו.
דא האסטו א לינק

https://forums.dansdeals.com/index.php? ... ic=62659.0
---
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6608
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: מיין נסיעה קיין אייסלאנד - Iceland

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

שיין געשריבן, ווארט מיר אויפן המשך..

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: מיין נסיעה קיין אייסלאנד - Iceland

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

זייער גוט געשריבן! מיר קוקן ארויס צו ליינען ווייטער און האפענטליך זען בילדער.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דיעגא
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 21, 2022 11:22 am

Re: מיין נסיעה קיין אייסלאנד - Iceland

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעגא »

הערליך
אונז ווארטן אויף נאך
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
וויזוי זאגט ער נאר? א מענטש טראכט און גאט לאכט... דאס אז גאט לאכט גלייבעך, אבער הערנדיג געוויסע מענטשן רעדן, גלייבעך נישט אז א מענטש טראכט...
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4213
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: מיין נסיעה קיין אייסלאנד - Iceland

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

אינטערעסע איט איז, און נאך ווי, סיי אינעם נושא און סיי אינעם שרייבער!
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: מיין נסיעה קיין אייסלאנד - Iceland

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

א זאפטיגע שפראך! שרייב ווייטער.
voice40
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 19, 2020 3:57 pm

Re: מיין נסיעה קיין אייסלאנד - Iceland

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך voice40 »

Lot of people fly to Europe with a stop over in Iceland - from steward airport with fly play airlines.
אוועטאר
פה מפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 01, 2022 9:15 am

Re: מיין נסיעה קיין אייסלאנד - Iceland

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה מפיק »

זייער געשמאק געשריבן!! גיימער זיך אנטון מאנטלען..
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: מיין נסיעה קיין אייסלאנד - Iceland

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

זייער שיין, געשמאק און ציענד. ווארט מיר אויפ'ן המשך.
אוועטאר
יחיד מומחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 29, 2021 4:31 pm

Re: מיין נסיעה קיין אייסלאנד - Iceland

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיד מומחה »

הערליך געשריבן…

מיר ווארטן פאר נאך!
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7264
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: מיין נסיעה קיין אייסלאנד - Iceland

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

אגב, האסט אפשר געטראפן ר' עזרא'ן ווען דו ביסט דארטן געווען?..
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”