אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

זייער שיין! קיפטאפ
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

היסטאריש האט געשריבן:פילען דאנק פאר דיינע גוטעס שרייבען, איך האפע דאס ווירדן זי ווייטער שרייבען..

האסטו מיר געגעבן א ברייטן שמייכל.. איך גלויב, איך מוז גוגל באנוצן, דיינען קאמענטאר צו לעזן..

--------

שכ'ח ערעב איד
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

צו זיין אויפריכטיג, איך בין נאכנישט אנגעקומען צו ליינען, אבער די שרייבער ליגט שוין גרייט, און וועט ווערן געלעזט היינט אויפדערנאכט אי"ה.
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

היכי, גא"ש.
דייני ווערק זענען זייער אינטערסאנט,שטארק אינפארמאטיוו, און גאר רייך.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

@היכי, דו ביסט סאליד סאליד....

ווען דו גייסט ארויס פאר א נאכטמאל מיט @נארמי און @פאליטישע עקספערט, נעם מיך מיט.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יש לו מנה האט געשריבן:@היכי, דו ביסט סאליד סאליד....

ווען דו גייסט ארויס פאר א נאכטמאל מיט @נארמי און @פאליטישע עקספערט, נעם מיך מיט.

נעם מיר אויך מיט!
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21037
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:@היכי, דו ביסט סאליד סאליד....

ווען דו גייסט ארויס פאר א נאכטמאל מיט @נארמי און @פאליטישע עקספערט, נעם מיך מיט.

נעם מיר אויך מיט!

אויך מיר


כבין וואקסענירט סוא מדארף נישט מורא האבן
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

נארמאליזעם האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:@היכי, דו ביסט סאליד סאליד....

ווען דו גייסט ארויס פאר א נאכטמאל מיט @נארמי און @פאליטישע עקספערט, נעם מיך מיט.

נעם מיר אויך מיט!

אויך מיר


כבין וואקסענירט סוא מדארף נישט מורא האבן

עטס זענטס פאני, כ'רעדעך פון גיין מיט ענק אינאיינעם
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

סאפער מיט היכי, נארמי, און יש לו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

סא, ווען גיימיר?
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: סאפער מיט היכי, נארמי, און יש לו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:סא, ווען גיימיר?


קום אריבער היינט ביינאכט צו די "שרייבער" הויפקוואטיר, אראונד די קארנער פון אייוועלט הויפקוואטיר, גיי ארויף צו די זיבעטע שטאק, מאך א לינקס, ביי די דריטע טיר קלאפ לויטן טאקט וואס איז וועל דיר שיקן אין אישי.

ווען די סעקרעטאר עפנט, באשטעל א אוידיענץ ביי היכי, לייג אראפ א סכום הגון פאר’ן "שרייבער" און אפשר וועסטו זוכה זיין צו קענען מיטהאלטן די נאכטמאל פון די זייט.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: סאפער מיט היכי, נארמי, און יש לו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

בעל מדרגה האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:סא, ווען גיימיר?


קום אריבער היינט ביינאכט צו די "שרייבער" הויפקוואטיר, אראונד די קארנער פון אייוועלט הויפקוואטיר, גיי ארויף צו די זיבעטע שטאק, מאך א לינקס, ביי די דריטע טיר קלאפ לויטן טאקט וואס איז וועל דיר שיקן אין אישי.

ווען די סעקרעטאר עפנט, באשטעל א אוידיענץ ביי היכי, לייג אראפ א סכום הגון פאר’ן "שרייבער" און אפשר וועסטו זוכה זיין צו קענען מיטהאלטן די נאכטמאל פון די זייט.

:lol: :lol: :lol:
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4621
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

wow טאלאנט!

אינפארמאטיוו! צוגייט אין מויל ווי פוטער!
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

ווען כ'וואלט געווען א גוטער שרייבער, וואלט איך מעגליך געקענט גוט ארויסברענגען ווי שטארק כ'האב הנאה פון דער סעריע. יישר כח!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

א גרויסן שכח נישט פשוט, בעסי, יש לו, און הגות. עס איז א פארגעניגן.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

ארפא 3 ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

עס איז אוגוסט 9, 1945 (ל' אב תש"ה) 11:02 צופרי אין נאגאסאקי, יאפאן, א שטאט מיט 240,000 איינוואוינער. והנה און אט, אן אומנאטורליכע בלינדענדער בליץ, א שאקל ווי אבנר בן נר וואלט ווען אנגעכאפט די וועלט, און געדיכטע רויך אין די פארעם פון א שוועמל. שטילקייט.

דאס האט פאסירט ווען אמעריקע אראפגעלאזט די צווייטע נוקלעארע באמבע, מיט'ן צונאמען "פעשער מאן", אויף יאפאן. א געשאצטע 40,000 צו 70,000 מענטשן זענען אומגעקומען אויפ'ן ארט, און נאך 60,000 האבן געליטן ביטערע אומדערטרעגליכע וואונדן.

א צווייטע עראפלאן איז דערנאך אריבער געפלויגן נאגאסאקי און אראפגעלאזט ליפלעטן (פאשקעווילן?) אדרעסירט צו א פראמינענטע יאפאנעזער וויסנשאפטלער, געשריבן דורך אן אמעריקאנער נוקלעאר וויסנשאפטלער לואיס אלווארעז "איר האט געוואוסט פאר עטליכע יאר, אז אן אטאם באמבע קען פראדוצירט ווערן אויב א לאנד איז גרייט צו אינוועסטירן די אומגעהויערע צאל געלט וואס קאסט צו גרייטן און פראדוצירן די נויטיגע מאטריאלן. איצט, אז איר האט געזען אז מיר האבן געבויט די פראדוקציע פאבריקן, קענט איר זיין פארזיכערט אז די 24 שעה'איגע פראדוקציע פון אונזער נוקלעארע פארבריקן, וועט אויפגעריסן ווערן אויף דיין היימלאנד".

עס איז געווען ריכטיג און אקוראט, אמעריקע האט געהאט נאך דריי שטיק גרייט צו ליפערן קיין יאפאן מיט'ן פלאן עס אראפצולאזן אויף יאפאן אום אוגוסט 14, אויב זיי גיבן זיך נישט אונטער. אמעריקע האט שוין אויסגעגעבן 2 ביליאן דאלאר (30 ביליאן אין היינטיגע געלט) אויף די נוקלעארע 'מאנהעטן פראיעקט'.

***

נאך וואס די רויטע ארמיי (סאוויעט רוסן) האבן איינגענומען בערלין מיט די הילף פון אמעריקאנע באמבאדירונג, האבן די דייטשן זיך פולקאם און גענצליך אונטערגעגעבן אהן באדינגונגען, אום מאי 9, 1945 (כ"ו אייר תש"ה).

אבער יאפאן האט נאך פעסט געבונטעוועט. אמעריקע האט זיך געשלאגן מיט יאפאן, אינזל איבער אינזל אין בלוטיגע, פיל שווערערע שלאכטן ווי אין אייראפע.

איצט האלט מען גענױ דריי חדשים נאך וואס די מלחמה אין אייראפע איז שוין פארטיג, אבער אמעריקע פארלירט צענדליגע טויזנטער סאלדאטן אין די פאסיפיק, אהן אן ענדע אין זיכט. אמעריקע האט ניטאמאל געהאט טרופן אין יאפאן גופא.

אויפ'ן אינזל אוקינאווא אליינס האבן די אמעריקאנער פארלוירן 49,000 טרופן אנטקעגן די 110,000 יאפאנעזע אומגעקומענע. ווי אויך זענען 100,000 ציווילע, א דריטל פון די ארטיגע באפעלקערונג, אומגעקומען. אלעס אין א חודש צוויי נאך די ענדע פונעם קריג אין אייראפע.

***

האט רוסלאנד געהאלפן? ניין. אין פאקט זיי האבן ניטאמאל דערקלערט קריג אויף יאפאן, אנטשטאט האט רוסלאנד געהאט א שיינע אמבאסאדע אין יאפאן און פרובירט "שלום צו מאכן" צווישן יאפאן און אמעריקע… ליצנות.

אמעריקע האט בעצם נישט געהאט אזא גרויסע געווינס דורך באזיגן די נאציס ווייל זיי האבן ביז דאן און ווייטער געברויכט קריגן מיט די יאפאנעזער. קריגן מיט דייטשלאנד האט נאר צוגענומען אמעריקאנע קרעפטן פון קעמפן מיט יאפאן און פארשנעלערן זייער ענדע.

אום פעברואר 1945 (שבט תש"ה) ביים יאלטא קאנפערענץ האט פרעזידענט רוזעוועלט גע'טענה'ט מיט סטאלין אז היות אמעריקע העלפט אזוי פיל ארויס די רוסן אין אייראפע צו דערשטיקן די דייטשן פון ביידע זייטן, דאן איז דאך נישט מער ווי יושר אז רוסלאנד זאל תיכף נאך די דייטשע אונטערגעבונג, אריינטרעטן אינעם קריג מיט יאפאן.

סטאלין האט גע'טענה'ט אז זיינע סאלדאטן ברויכן דריי חדשים אורלויב, און ביי דעם איז עס געבליבן.

אוגוסט 9, די טאג נאגאסאקי האט זיך באגעגנט מיט'ן 'פעשן מאן', איז געווען גענוי דריי חדשים זינט די ענדע פון די מלחמה אין אייראפע. סטאלין, באקאנט אלס א קלאסישע אינוואדירער, האט יענעם מארגן דערקלערט קריג אויף יאפאן און אינוואדירט מאנטשוריע (א געוועזענע כינעזע פראווינץ ביים רוסישן גרעניץ) וואס די יאפאנעזער האבן דאן אקופירט. סטאלין האט עס געזען אלס א זה נהנה וזה חסר..

***

ווען די אטאם באמבעס זענען געפאלן האט די וועלט נאכנישט געכאפט וואס דאס איז. די רעגירונגען יא, אביסל. אבער די אלגעמיינע באפעלקערונג האט איידער נישט פארשטאנען אדער נאכנישט פארדייעט די מושג. בעפאר און זינט דאן איז קיינמאל געווען אזוינע מאכטפולע און קאטאסטראפישע אויפרייסן פאראורזאכט דורך איין איינציגע באמבע.

די יאפאנעזע באפעלקערונג און אפילו די מיטל מעסיגע אפיצירן אין זייער מיליטער האבן אויך נישט געוואוסט אז דאס זענען געווען אטאם באמבעס, זיי האבן געטראכט אז עס איז א העפטיגע באמבאדירונג.

די פאנאטישע יאפאנעזע מיליטערישע פירער האבן זיך נישט געוואלט פולקאם אונטערגעבן אפילו נאך די צווייטע באמבע, זיי האבן ענדערש געוואלט פארהאנדלען איבער ווי אזוי זיי גייען זיך אונטערגעבן, צב"ש זיי האבן געוואלט בלייבן אין מאכט און נאר אויפהערן די שלאכטן אינדרויסן פון יאפאן.

אמעריקע: לא מיט אן אלף.

דער יאפאנעזער עמפעראר האט זיך אריינגעמישט און געהייסן אז מ'זאל זיך פולקאם אונטערגעבן אהן באדינגונגען. געוויסע פון די מיליטערישע פירער האבן דורכגעפירט אן אומגעלונגענעם פוטש, אבער אום אוגוסט 15 1945 (ו' אלול תש"ה) האט דער יאפאנישער עמפעראר היראָהיטאָ אויסגערופן אז יאפאן גיבט זיך אונטער, זאפארט אהן באדינגונגען.

ער האט געזאגט צום פאלק "די שונא האט אנגעהויבן נוצן א נייע גרויזאמע באמבע וואס די שאדן איז נישט צום באגרייפן. אויב מיר קעמפן ווייטער, וועט עס פארטיליגן נישט נאר יאפאן, נאר די גאנצע וועלט".

די רוסן האט עס טאקע נישט געשמעקט און זיי האבן זיך שוין נישט געשפירט אזוי באקוועם מיט די אמעריקאנער, מורא האבנדיג אז מ'וועט עס נוצן אנטקעגן זיי, אדער אפילו נאר סטראשן דערמיט.

די אמעריקאנער זענען געווען שיכור מיט נצחון און זיך געשפירט אומ-באזיגבאר, עס האט נאך נישט איינגעזינקען די פאקט אז וויסנשאפט קען יעדער געוואויר ווערן, און א באמבע באזירט דערויף קען מארגן געצילט ווערן קעגן זיי אליינס.

די רוסן האבן פראדוצירט זייער אייגענע אטאם באמבע פיר יאר שפעטער אין 1949 (תש"ט).

***

ווי מען זעהט, האט די צווייטע וועלט מלחמה געפירט צו א טוץ פון פרישע טעכנאלאגיע אין וואפן באזירט אויף וויסנשאפטליכע פארשונגען. דאס האט אנגעדרייט א וועלטליכע געיעג נאך 'וויסנשאפטליכע און טעכנאלאגישע וואפן', בפרט צווישן די סאוויעט פאראיין און די פאראייניגטע שטאטן.

ווי איין היסטאריקער האט געשריבן אז ביז איצט האט מען געוויסט אז 'וויסן איז מעכטיג' (knowledge is power), אבער נאך די צווייטע וועלט מלחמה האט מען אויסגעפונען אז 'וויסן איז פאקטיש און פיזיש מאכטפול'.

אמעריקע האט געהאט מער רעסורסן, מער פרייע צוטריט צו וויסנשאפט ביכער און אוניווערסיטעטן, ערפינדונגען האט געפירט צו געלט און אנערקענונג צווישן די אמעריקאנער המון עם און מידיא.

אבער טאקע דאס האט געהינקערט די אמעריקאנע פארשריט, אלע רעגירונג אפטיילונגען האבן געוואלט רעקרוטירן באזונדערע וויסנשאפטלער מיט באזונדערע איינפאלן און געדאנקן, באזונדערע פראגראמען וואס האט געקאסט געלט.

אסאך פון די פראגראמען זענען געווען ענליך אין ציל אבער אנדערש אין מהלך. צב"ש די פריער דערמאנטע ספעיס ראקעטן, אלע האבן געוואלט בויען א ראקעט וואס קען אנקומען קיין ספעיס, אבער אלע האבן גענוצט באזונדערע מהלכים. די נעווי'ס האט געקראכט, די ארמיי'ס האט זיך אויסגעארבעט, און די עיר פארס'ס איז ניטאמאל אויספרובירט געווארן.

קומט אויס אז צום סוף האט אמעריקע פארשווענדט מער געלט און צייט ווואס האט ווען געקענט גענוצט ווערן פאר אנדערע פראגראמען.

די סאוויעטן האבן געהאט ווייניגער רעסורסן, ווייניגער צוטריט צו וויסנשאפט ביכער און אוניווערסיטעטן, און ווייניגער פרייהייט פאר וויסנשאפטלער. ווי אויך, האבן וויסנשאפטלער אדער ערפינדער נישט געקענט מאכן געלט פון זייערע אנטדעקונגען אונטער די קאמוניסטישע סיסטעם.

אבער אז סטאלין הייסט טוט מען, נישטא קיין אמפערייען צווישן פארשידענע רעגירונג אפטיילונגען. אויב סטאלין הייסט פאסטן ביז מ'דערגרייכט א געוויסע טעכנאלאגיע, דאן קען מען דאס טאן, אדער האט מען די צווייטע אפציע פון פאסטן אין א גולאג אין סיביר… וויסנשאפטלער האבן בדרך כלל געקליבן די ערשטע אפציע.

דעריבער, האט רוסלאנד נישט געליטן פון די באזונדערע פראיעקטן און אמפערייען פראבלעם. סטאלין האט טאקע נישט געהאט וואן ברוין און זיינע מיטארבעטער, אבער א V2 האט ער יא געהאט.

ער האט געהייסן זיינע אייגענע וויסנשאפטלער זיך ארום צו שפילן דערמיט, אויפכאפן די טעכנאלאגיע וואס ליגט דערין, עס נאכמאכן און עס פארבעסערן. ער האט טאקע מצליח געווען.

מען קען עס פארט אנקוקן פון אן אנדער קוקווינקל, דהיינו, אז ארבעטן אויף מער מהלכים צו צוקומען צום זעלבן ציל גיבט מער שאנסן אז עס זאל זיך אויסארבעטן. לאמיר זאגן אז אמעריקע וואלט נאר געארבעט אויף די ווענגארד ספעיס ראקעט און נישט אויף עקספלארער 1, דאן וואלט ווענגארד אויפגעריסן און אמעריקע וואלט נישט געהאט א צווייטע ספעיס ראקעט וואס ארבעט יא.

עס איז שווער צו זאגן וואס איז בעסער.

***

ביי די אטאם באמבע פראיעקט (גערופן 'די מאנהעטן פראיעקט') האט די אמעריקאנע מהלך געפירט צו ערפאלג. די אמעריקאנע געלט, רעסורסן, פרייע צוטריט צו וויסנשאפט, פרייהייט פאר וויסנשאפטלער, האט פארמערט די גרויסע צאל וויסנשאפטלער וואס אמעריקע פארמאגט.

אבער קיין ביוראקראטיע איז געווען, עס איז געווען די גרעסטע ארגאניזירטע וויסנשאפטליכע פראגראם אין די וועלט, וואס האט איינגעשלאסן 125,000 אמעריקאנע בירגער ביודעים או בלא יודעים.

רובא דרובא, בלא יודעים.

אפילו די אמעריקאנער וויצע פרעזידענט טרומאן און די רעשט פון די קאבינעט האבן נישט געוויסט דערפון, חוץ דער קריגס סעקרעטאר (היינט: דעפענס סעקרעטאר).

גענעראל לעזלי גראָווס האט עס געפירט מצד די מיליטער אהן די וויסן פון אנדערע מיליטער מענער ביז גאר נאנט צו די באמבאדירונג.

ווען פרעזידענט רוזעוועלט איז געשטארבן אום אפריל 12 1945 (כ"ט ניסן תש"ה) און וויצע טרומאן איז געווארן פרעזידענט, האט אים דער קריגס סעקרעטאר הענרי סטימסאָן געמאלדן אז אן אטאם באמבע פראיעקט עקזיסטירט און אז מ'האט שוין מיר ווייניגער פראדוצירט די באמבע. דאס איז געווען ווייניגער ווי פיר מאנאטן פאר די באמבאדירונג וואס פרעזידענט טרומאן האט אויטאריזירט..

אום יולי 24 ווען פרעזידענט טרומאן האט מודיע געווען סטאלין דערוועגן, האט סטאלין שוין געוואוסט דערפון דורך זיינע שפיאנען…

די מאנהעטן פראיעקט פירער זענען געווען צום פונקט, אלעס האט געקלאפט ווי א שווייצע זייגער. די אדמיניסטראטארן האבן נישט צוגעלאזט פלאץ פאר אמפעריי, נאכלעסיגקייט, אדער צווייפל.

ווען איין מהלך איז דורכגעפאלן און מ'האט דערפאר געברויכט איבערבויען די גאנצע אינסטאלאציע וואס האט אפערירט איבער א יאר מיט 6 טויזענט ארבעטער, האט מען עס געטאן.

און אזוי ווייטער.

***

סיי די רוסן און סיי די דייטשן האבן פארמאגט נוקלעארע פראיעקטן דורכאויס די צווייטע וועלט מלחמה, אבער ביידע לענדער האבן אנגעהויבן אויסלויפן פון געלט (30 ביליאן איז נישט קיין קליינגעלט ווען מ'פירט א וועלט מלחמה), און זיי האבן געברויכט זייערע וויסנשאפטלער פאר אנדערע פראיעקטן. דעריבער, האבן זיי אפגעשטעלט די נוקלעארע פראגראמען טראכטענדיג אז עס גייט זיך אויך נישט אויסלאזן פאר אמעריקע.

די וויכטיגסטע פאקטאר לדעתי, איז געווען די צאל פון נוקלעארע פיזיקער (נוקלעארע וויסנשאפטלער) וואס אמעריקע האט פארמאגט און די שטארקע איבערצייגונג אז אן אטאמישע באמבע איז מעגליך צו פראדוצירן.

היינט קוקן מיר עס אן ווי זעלבסטפארשטענדליך אז נוקלעארע וואפן איז גרינג צו פראדוצירן אויב מ'ווייסט ווי אזוי און מען האט די מעגליכקייט. אבער אין די תקופה פון די צווייטע וועלט מלחמה איז נאכנישט געווען קלאר אויב מ'קען פראדוצירן א באמבע דורך שפאלטן אן אטאם. די אמעריקאנער אליינס האבן אויך נישט געוואוסט ווי שטארק די אויפרייס וועט זיין, און ווי שעדליך די קאנסעקווענצן וועלן זיין.

אין די יארן פאר'ן קריג האבן וויסנשאפטלער דיסקוסירט נוקלעארע וויסנשאפט אפען, אינטערנאציאנאל, און מיטגעטיילט זייערע ערפינדונגען איינע מיט די צווייטע, אזוי ווי מ'טוט היינט מיט מעדיצין, ענערגיע, אסטראנאמיע, געאלאגיע, אא"וו.

מ'האט עס נישט אנגעקוקט ווי א סוד, נאר ווי א פריש אנדעקטע סארט וויסנשאפט, וואס איז היפש אינטערעסאנט.

פארוואזשע האט אמעריקע יא געגלייבט אז עס איז זיכער מעגליך צו פראדוצירן א באמבע דערמיט? אז עס איז וויכטיג און עס לוינט זיך צו אינוועסטירן דערין?

דער קורצע ענטפער: צוויי פרייע אידילאך. לעאָ שפיץ (סילארד) און אלבערט איינשטיין.

***

לעא שפיץ איז געבוירן געווארן אין בודאפעסט, אונגארן צו זיינע עלטערן מר. שפיץ און מרת ווידער אום 1898 (תרנ"ח). זיין משפחה האט דערנאך געטוישט זײער נאמען צו 'סילארד', אן אונגארישע נאמען, מסתמא צוליב אנטיסעמיטיזם.

ווי פרום זיינע עלטערן זענען געווען איז נישט קלאר, אבער ער איז געווארן אן אומגלויביגער רח"ל. נאכ'ן ערשטן וועלט מלחמה איז אונגארן געווען שטארק אנטיסעמיטיש, זייענדיג 21 יאר אלט, כדי צו שטודירן אין די בודאפעסטער אוניווערסיטעט האט ער זיך רעגיסטרירט ביי די רעגירונג אלס א קריסט. אבער ס'האט אים גארנישט געהאלפן, די אנדערע סטודענטן האבן אים דערקענט און מ'האט נישט אריינגעלאזט צוליב וואס ער איז געווען א איד.

איראניש, איז דייטשלאנד דאן (1919 - תרע"ט) געווען זײער פרידליך צו אידן. אין פאקט, א דריטל פון די דייטשע רעגירונג איז באשטאנען פון אידישע מיניסטארן און באאמטע.

לעא האט זיך אריבערגעצויגן קיין בערלין און דארט שטודירט.

אינעם זעלבן אוניווערסיטעט איז איינשטיין געווען א פראפעסאר, זיי האבן זיך באקענט און געווארן נאנטע חברים. ביידע האבן שטודירט פיזיקס, און מחשיב געווען איינע די צווייטע.

אין 1933 (תרצ"ג) ווען היטלער ימ"ש האט איבערגענומען די מאכט האבן ביידע פארלאזט דייטשלאנד, איינשטיין איז געגאנגען גלייך צו אמעריקע און סילארד קיין ענגלאנד.

***

אין 1933 איז די אטאם, דאס הייסט, די געדאנק און די עקזיסטאנץ פון אן אטאם, געווען גאר פריש. עס זענען געווען וויסנשאפטליכע טעאריעס איבער ווי אזוי עס קוקט אויס און וואסערע באשטאנדטיילן עס פארמאגט. הערשט איין יאר פריער, אין 1932, האט א בריטישע וויסנשאפטלער אנטדעקט די באשטאנדטייל 'נוטראַן' וואס געפונט זיך אין די אטאם.

איין טאג, שפאצירנדיג אין לאנדאן, איז בייגעפאלן א געדאנק פאר לעא סילארד. סילארד וואס האט שוין יארן שטודירט און זיך אריינגעטאן אין אטאמישע פיזיקס, איז בייגעפאלן אז מ'קען שפאלטן דעם 'נוטראַן' אין די אטאם, וואס וועט שאפן א רעאקציע צו פראדוצירן ענערגיע און מעגליך אויך זיין א באמבע (פרעג מיר נישט ווי אזוי…)

אין מאי 1934 האט אן אנדער וויסנשאפטלער אין רוים, מיט'ן נאמען ענריקאָ פערמי, געשפאלטן א אוראניום אטאם דורך נוצן נוטראנס, אבער ער האט נישט געכאפט וואס ער האט געטון אדער דערגרייכט (פרעג מיר ווידער נישט ווי אזוי, אבער גארנישט האט אויפגעריסן).

אין יולי 1934 האט סילארד אריינגעגעבן א פאטענט אפליקאציע איבער זיין איינפאל און ווי אזוי צו נוצן א נוטראן צו שאפן אויפרייסן.

ווי אויבנדערמאנט האט עס די וועלט נאכנישט געזען אלץ א סוד אדער אלץ א מעגליכע וואפן, און מ'האט פאבליצירט די אלע אויפטרעפן און ערפינדונגען אין די וויסנשאפטליכע צייטשריפטן. דייטשע, איטאליענע, אמעריקאנע, בריטישע, און פראנצויזישע נוקלעארע וויסנשאפטלער האבן אלע פאבליצירט אפען זייערע אויפטרעפן.

אבער דער סילארד האט פאראויס געזען אז דאס קען ווערן א פראבלעם, ספעציפיש איז ער דערווייל געווען דער איינציגסטער וואס האט געטראכט אז מ'קען מאכן דערפון א באמבע.

ער איז געגאנגען צום בריטישן קריגס אפיס אין 1934 און פרובירט צו פארמירן אן אפמאך, ער וועט איבערגעבן זיינע ערפינדונגען און פאטענט אומזיסט, מיט'ן תנאי אז דאס וועט ווערן א סוד אונטער די בריטישע געזעץ. זיי האבן עס אפגעשלאגן (ווידעראמאל, פרעג מיר נישט פארוואס…)

אין 1936 האט די בריטישע אדמיראלטי (נעיווי) אנגענומען זיין פארשלאג.

אבער אין 1938 (תרצ"ח) האט זיך סילארד אריבערגעצויגן קיין אמעריקע צוליב שיינע פראפעסאר פאזיציעס וואס ער האט דארט באקומען.

אין ניו יארק האט ער זיך באגעגנט מיט דעם אויבנדערמאנטן איטאליענעם פערמי, וואס האט אויך איבערגעלאזט איטאליע צוליב די אנטיסעמיטישע רדיפות (זיין ווייב איז געווען א אידינע). און זיי האבן צוזאמען ווייטער שטודירט נוקלעארע וויסנשאפט.

(פערמי האט שפעטער אין שיקאגא געבויט די וועלט'ס ערשטע נוקלעאר רעאקטאר אין 1942.)

אין 1938 ווען די נאציס האבן אנגעהויבן בונטעווען אין אייראפע, האט סילארד אנגעכאפט א פחד אז די נאציס וועלן בויען א נוקלעארע באמבע. ער האט אנגעהויבן צו שטופן די געדאנק צו באהאלטן נוקלעארע פארשריט פון די אלגעמיינע באפעלקערונג און אז מ'זאל מער נישט פאבליצירן פרישע ערפינדונגען כדי עס זאל נישט אריינפאלן אין דייטשע הענט.

דערווייל האט ער אוועקגעגעבן מער צייט און פארשנעלערט זיינע שטודיעס ארום נוקלעארע וואפן מיט'ן חשבון אז אמעריקע וועט זיך קענען דערמיט פארטיידיגן.

***

אין יולי 1939 האט סילארד פארגעשלאגן פאר פערמי צו נוצן די צוויי עלעמענטן 'גרעפייט' און 'אוראניום' צו שפאלטן דעם אטאם, און דיזע עלעמענטן האט אמעריקע טאקע צום סוף גענוצט. לויט מיין באגרעניצטע וויסן נוצט מען נאכאלטס די באשטאנדטיילן.

יענעם זומער איז געווארן קלארער אז די דייטשן גרייטן זיך פאר אן אסטראנאמישע קריג, און סילארד איז זייער באזארגט אז די דייטשן וועלן ערפינדן און פראדוצירן אן אטאם באמבע. ער איז, דורך זיינע שטודיעס, אהן א ספק איבערצייגט אז עס נישט נאר מעגליך, אבער פשוט א קשיא פון צייט.

ער האט אבער קיין איינפלוס אויף די אמעריקאנער רעגירונג, ער איז טאקע א געערטער וויסנשאפטלער, אבער פארט נישט גענוג פראמינאנט אנצוקומען צו פרעזידענט רוזעוועלט און האבן א שאנס צו ווערן אנגענומען מיט ערנסטקייט.

האט ער זיך געוואנדן צו זיין אלט'ן חבר אלבערט איינשטיין, א וויסנשאפטלער וואס איז באקאנט ארום די וועלט, א נאבעל פרייז געווינער, באוואוסט פאר עטליכע יסודות'דיגע דורכברוכן אין וויסנשאפט, וואס צו אים וועט מען זיך צו הערן.

ער האט זיך אראפגעזעצט מיט איינשטיין און אים מסביר געווען זיינע שטודיעס, זיין איבערצייגונג, און זיין זארג איבער די נאציס. איינשטיין האט אלעס דורכגעטאן און געקומען צו די החלטה אז סילארד איז גערעכט, און זייענדיג א איד וואס איז אויך אנטלאפן פון זיין היימלאנד צוליב די נאציס, האט ער אויך געזען די פראבלעם.

סילארד האט זיך געזעצט שרייבן א בריוו צו פרעזידענט רוזעוועלט וואו ער צולייגט און צייכנט אן גענוי ווי אזוי מען קען פאקטיש פראדוצירן א נוקלעארע באמבע. איינשטיין האט עס איבערגעקוקט, מסכים געווען צו די אינהאלט, און ער האט עס אונטערגעשריבן.

נו, אז איינשטיין האט אונטערגעשריבן און שיקט א וויכטיגע בריוו צום פרעזידענט, קומט עס אן.

אום אוגוסט 2 1939, א חודש פאר די מלחמה האט אויסגעבראכן, האט פרעזידענט רוזעוועלט ערהאלטן די בריוו. און צוויי חדשים שפעטער, אקטאבער 1939, נאכ'ן אויסברוך פון די קריג האט רוזעוועלט מסכים געווען אויפצושטעלן א קאמיטעט וואס וועט פארשן די מעגליכקייט פון אן אטאמישע באמבע, און אויב עפעס קומט ארויס דערפון, וועט מען גרונדן א גרעסערע אפעראציע.

ביים ערשטן זיצונג האט די קאמיטעט געהאלטן ביי גארנישט, און זיך נישט געוואלט אריינטון דערין, זיי האבן ענדליך מסכים געווען צו געבן א ברייטע נדבה פון $6,000 אויסצופירן א קליינעם עקספערימענט באזירט אויף סילארד'ס טעאריע.

אבער פון שנדר'ן ביזן געבן איז גיי מיר א גאנג. סילארד האט אום פעברואר 1940 (ת"ש) ארויסגעגעבן א דאקומענט וואס איז קלאר מסביר פארוואס און ווי אזוי צו נוצן די אויבנדערמאנטע עלעמענטן פאר אטאמישע ענערגיע.

דערווייל פלאקערט די מלחמה אין אייראפע, פוילן איז אונטער פולע קאנטראל פון די נאציס, אבער סילארד ווארט נאך אויף די 6 טויזענט טאלער. ענדליך, נאך מוטשען און נודשען האט ער אין מארטש 1940 באקומען די קנאפע $6,000, אבער ער דארף אליינס פארשאפן די מאטריאלן און צוזאמשטעלן די דעמאנסטראציע.

ער האט אנגעהויבן זאמלען די סובסטאנצן און עלעמענטן וואס איז נישט געווען גרינג צו באקומען. אינדערצווישן האט אמעריקע אין די ענדע פון 1941 אריינגעשפרינגען אין די מלחמה, און אום פעברואר 1942 (תש"ב) האט מען דורכגעפירט די עקספערימענט מיט סוקסעס וואס האט געצייגט אז עס איז פאקטיש מעגליך צו בויען אן אטאם באמבע.

***

פון דארט ביזן פראדוצירן די באמבע איז געווען גאר א לאנגע וועג פול מיט אלע סארט שוועריקייטן און נאך א פרייע איד, אפענהיימער, האט אנגעפירט די 'מאנהעטן פראיעקט'. דער אויבנדערמאנטן פערמי האט אויך געארבעט פאר די 'מאנהעטן פראיעקט', און איז געווען אנוועזנד ביים ערשטן אויפרייס פראבע.

אבער די אמעריקאנער איבערצייגונג אז מ'קען עס דורכפירן איז צו פארדאנקען אן אונגארישע אידל פון בודאפעסט.

דער באשעפער פירט א וועלט, אידן וואס זענען אנטלאפן פון די נאציס האבן געברענגט אמעריקע די וויסנשאפט און מעגליכקייט צו פראדוצירן אן אטאם באמבע.

***

אמעריקע האט זיך אסאך געלערנט פון די וויסנשאפט עקספערימענטן און מהלכים דורכאויס די קריג, און ווען ארפא איז געגרינדעט געווארן דרייצן יאר שפעטער זענען די ערשטע באאמטע געקומען מיט די ערפארונג פון די קריג. ספעציפיש, וויליאם גאָדעל וואס איז געווען אן אגענט אין אפעראציע 'פעפער קליפ', און 'הערבערט יאָרק' וואס איז געווען א יונגע פיזיקער פון די אמעריקאנער אטאם באמבע 'מאנהעטן פראיעקט'.

***

און די קומענדע טייל וועלן מיר זיך א ריר געבן צו באטראכטן די נאכ'ן-מלחמה ביוראקראטיע וואס האט געפירט אייזענהאוער צו גרונדן ארפא.
לעצט פארראכטן דורך היכי תמצא אום דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 10:11 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הערליך היכי!

כאטש ווייסעך שוין וואס האסט געדארפט די שוועמל
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:הערליך היכי!

כאטש ווייסעך שוין וואס האסט געדארפט די שוועמל

האהא, כ'האב שוין געהאט געשריבן דאס גאנצע און פשוט געניצט 'מושרום'... צום סוף גיי איך איבער און פוץ צו ווערטער, גראמאטיק, אויסשטעל וכו'
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

היכי תמצא האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:הערליך היכי!

כאטש ווייסעך שוין וואס האסט געדארפט די שוועמל

האהא, כ'האב שוין געהאט געשריבן דאס גאנצע און פשוט געניצט 'מושרום'... צום סוף גיי איך איבער און פוץ צו ווערטער, גראמאטיק, אויסשטעל וכו'

הלואי אויף מיר געזאגט די שריפט, צייט, געדולד, נערוון, שפראך, און וויסנשאפט וואס דו לייגסט דא אריין.

איך האב אקארשט ארויסגעווארפן צוויי דרעפט איידיעס אין איינקלאנג מיט מיין טערטי דעיס טו טרעש פאליסי
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אוי וויי, גיב נישט אויף. א דרעפט קען מען אוועקלייגן פאר 30 יאר אפילו.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

היכי תמצא האט געשריבן:אוי וויי, גיב נישט אויף. א דרעפט קען מען אוועקלייגן פאר 30 יאר אפילו.

כ'רעדעך פון אן איידיע...

עניוועיס, בעק טו דע קעפל
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

ווי אזוי שרייבסטו שנעלער ווי איך ליין?! איך יאג נישט אן!

פיינעלי אראפגעליינט..
___
פון מיטלעבן די עפיזאדן פון דיין ארטיקל, ביזן ווירקליכן פאסירונג, איז פאלג מיר (גיי מיר..) נישט א גאנג!.. טענקס!
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21037
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

הערליך הערליך @היכי

דורכגעליינט אין א שאס

עפעס גאר קלאר און געשמאק צו ליינען
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7313
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

היכי היכי דא רעדט דער הימלישע איד
דיין שפראך לאזט מיר נישט ווערן מיד
די שווערסטע ליגט דא רואיג אין סאליד
גיי אן אין כוועל זינגען מיין דאנק ליד
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6608
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

גרויסע דאנק אייך הרב היכי סופער ספעשיל דשאב

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

געוואלדיג היכי, יישר כח.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”