אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

דאַרפּאַ איז אן אמעריקאנער אגענטור וואס פארשט נאך ערפינדונגען אין די וועלט פון וויסנשאפט און טעכנאלאגיע. עס איז באקאנט אז זיי זענען אויפגעקומען מיט אדער פאראנטווארטליך פאר צענדליגע וויסנשאפטליכע פארשריט און טעכנאלאגיע. גאזן, באמבעס, דראונס, די אינטערנעט, אימעיל, דזשי. פי. עס., ראבאטן, קאמפיוטער גראפיקס און די מייזל, ראקעטן, די דאַרק וועב, און נאך.

אבער וואס איז מער אינטערעסאנט וועגן דארפא, איז זייער צוגאנג, איינגעשטעלטע, באערדע, און הלוך ילך. דארפא איז אייגנארטיג אין אפאר וועגן. די אגענטור איז טאקע א חלק פון די דעפענס דעפארטמענט, אבער פארט נישט אונטער די פענטאגאן פירערשאפט.

רוב שטודיעס ווערן געפירט דורך ציווילע ארגאניזאציעס ווי אוניווערסיטעטן, זיי האבן א באזונדערע אבער קליינע בודזשעט, אלעס וואס זיי ערפינדן בלייבט נישט ביי זיי נאר ווערט פארטיילט לויט די קאטעגאריע, פון נאסא ביז די ען. עס. עי.

דארפא פארמאגט 200 איינגעשטעלטע מיט א נישטיגע 6 קליינע אפיסעס און א בודזשעט פון 3 ביליאן.

***

וואס מיר אינטערעסירט דאס מערסטע איז זייער היסטאריע, זייער פריערדיגע יארן, און די ערשטע פיגורן און איינגעשטעלטע. זייער מאדנע און שטוינענדע פראיעקטן, דורכפעלער, קוריאזע פערזאנען און צופיפענע וויסנשאפטלער במשך די אגענטור'ס היסטאריע.

רוב וואס איך גיי ברענגען איז עפיזאדן פון זייער גרינדונג און 1958 ביז די 90 יארן, די רעקארדס און פאפירן פון יענע יארן האבן זיי שוין ארויסגעגעבן, ווי אויך האבן געוועזענע באאמטע ארויסגעגעבן דעטאלן און פארציילט וואס עס האט זיך אפגעטון אינערהאלב און ארום די אייגנארטיגע אגענטור דארפא.

***

אביסעלע טועמי' פאר'ן ליינער, העמיר ברענגען אן אנעקדאט וואס האט פאסירט אין יאר 1964 אום אוקטאבער 22. אַרפּאַ (די געוועזענע נאמען פון דארפא) האט מחליט געווען דורכצופירן א שטודיע אויב מ'קען אויפרייסן א נוקלעארע באמבע אונטערערדיש אין א הייל, וואס דאס קען מעגליך אפשוואכן די ארומיגע ערדציטערנישן וואס א נוקלעארע אויפרייס פאראורזאכט געווענליך.

נו, פארוואס זאל מען עס אויספרובירן אין א פוסטע מדבר ווען מ'קען עס אויספרובירן נעבן א באוואוינטע דארף…

כך הוה, ארפא האט גענומען א קלענערע נוקלעארע באמבע, בערך א דריטל די סייז פון די אטאם באמבע וואס אמעריקע האט געניצט ביי די צווייטע וועלט מלחמה, און עס געברענגט צו א טיפע געוועזענע זאלץ-מינע הייל אין מיסיסיפי, נעבן א דערפל 'בעקסטארוויל'.

די 150 איינוואוינער פונעם דערפל האט מען פלאצירט אין האטעלן אין א דערנעבנדיגן שטעטל, די ערוואקסענע האבן באקומען $10 א טאג און די קינדער $5 פאר זייער געצווינגענע פאטריאטישע אקט.

ארפא האט אויפגעריסן די נוקלעארע באמבע אין די זאלץ-מינע הייל, די הייל האט אבער נישט איינגעהאלטן די אויפרייס, קוימען און שעלווס אין די הייזער פון דעם דערפל זענען איינגעפאלן פון די 'מילדע' ערדציטערניש וואס די אויפרייס האט פאראורזאכט.

ווען די 150 איינוואוינער האבן זיך אומגעקערט 2 טעג שפעטער צו זייער דערפל, בעקסטערוויל, האבן זיי אין צוגאב געטראפן שפאלטענעס און די ווענט, די הייזער האבן אויסגעקוקט ווי וואנדאלן האבן זיך איינגעבראכן מיט ריזיגע האמערן אין געהאקט שטיקער סתם אנצוזייען א חורבן.

אויפ'ן ראט פון ארפא האבן די ארטיגע באאמטע איבערצייגט די איינוואוינער אז זיי האבן געטון זייער א וויכטיגע אקט פאר די זיכערהייט פון לאנד, זיי זאלן זיך שפירן גוט פאר'ן האבן די זכי' אנטיילצונעמען דערין.

די דירעקטאר פון די פראגראם האט זיך אויסגעדרוקט אז עס פשוט געווען א "בעד ראלל" (Bad Roll). ווען מ'שפילט א געים פון 'דייס' (געמבלינג), און מ'ווארפט דעם דייס, באקומט מען אמאל א גוטע נומער אויפ'ן דייס און מ'באקומט געלט, אדער באקומט מען א שלעכטע נומער און מ'פארלירט.

אזוי האט דער דירעקטאר אנגעקוקט די דורכפאל..

***

איר טראכט אוודאי אז ארפא איז געווען פארטיג מיט די פראיעקט, און וועט זיכער נישט ווידעראמאל ריזיקירן די איינוואוינער'ס הייזער, וואס האט געפירט צו 'אומ-באקוועמליכקייטן' פאר די פאפולאציע פון 150 ארימע איינוואוינער מיט פאמיליעס, יא?

וואס זאל איך אייך זאגן, איר האט געמאכט א טעות. ארפא איז געווען ווייט פון פארטיג מיט די פראיעקט.

במשך צוויי יאר האט ארפא אריינגעפּאָמפּט ריינע לופט אין די הייל, מיט'ן ציל צו זויבערן די הייסע גאז און צולאזטע זאלץ וואס די נוקלעארע באמבע האט געשאפן. צום ענדע האבן זיי באוויזן אראפצוברענגען די טעמפעראטור אינעווענדיג פון די הייל צו א הייסע 300 דעגרי, גרייט פאר א פרישע פראבע.

דאס מאל האט ארפא גענוצט א פיל 'קלענערע' 380 טאן נוקלעארע באמבע, וואס זיי האבן אויפגעריסן אין די זעלבע זאלץ-מינע הייל, נעבן די דערפל בעקסטערוויל, אין יאר 1966 אום דעצעמבער 3.

איך האב נישט געטראפן די באריכט פון די צווייטע פראבע-אויפרייס, אבער עס האט זיכער נישט פאראכטן די שאדן פאר די איינוואוינער…

40 יאר שפעטער האט זיך דער זעלבער פראיעקט דירעקטאר אויסגעדרוקט אז אין יענע צייטן איז זייער גרינג געווען דורכצופירן אזוינע פראבעס און שטודיעס נאנט צו באוואוינטע געגענטער.

היינטיגע צייטן וואלט דאס געפירט צו א הימל געשריי, און קעפ וואלטן געפלויגן.

***

העמיר אנרירן נאך צוויי פראיעקטן אויפ'ן שפיץ גאפל (באריכות אין צוקונפט).

א געוויסע פראיעקט האט געפארשט די געדאנק פון נוצן די סארט כוואליעס וואס א מייקראוועיוו נוצט, צו פארמישן א מענטש'נס מוח. דהיינו, מ'ציהלט די מייקראוועיוו כוואליעס אויף א געוויסע מענטש, אין טעאריע האט דאס געזאלט געבן קאפוויי ביז ער וועט שוין נישט קענען טון זיין ארבעט געהעריג.

מ'קען ציהלן די כוואליעס אויף רוסישע באאמטע (במשך די קאלטע קריג) ביז די קאפוויי לאזט זיי נישט טון די ארבעט, און זיי וועלן מאכן טעותים אדער גענצליך נישט פונקציאנירן (ס'האט זיך נישט אויסגעלאזט), דאס האט מען גערופן 'די מאסקאווע סיגנאל'.

נאך א פראיעקט האט גאר ערנסט גענומען איינער וואס האט צוגעשטעלט באווייזן אז ער קען ליינען א מענטש'נס מחשבות און מאכן בילדער דערפון. מ'האט יענעם געלאזט שטודירן אויף מענטשן, און געוויסע האבן זיך איינגערעדט אז ס'מעגליך דא נאך מענטשן וואס קענען דיזע פאך, און ער וועט קענען טרענירן סטודענטן… איבריג צוזאגן אז עס האט זיך נישט אויסגעלאזט.

***

אבער ארפא האט אסאך צוגעגעבן צו טעכנאלאגיע וואס מיר נוצן היינט (געוויסע טאג טעגליך), אסאך מאל מיט גאר נידעריגע בודזשעט וואס נוצט ווייניגער פון אונזער שטייער (איינמאל האבן זיי געצאלט $1 פאר לאקהיד מארטין צו פראדוצירן אן עראפלאן פראטאטיפ באזירט אויף ארפא'ס ריסוירטש און דעזיין).

זינט ארפא איז געגרינדעט געווארן האבן אנדערע אגענטורן איר נאכאנאנד געוואלט אויפלעזן, ספעציפיש די פענטאגאן. פאליטישע פיגורן, דעפענס סעקראטארן, קאנגרעסלייט, און סענאטארן האבן כסדר געפרעגט "וואס איז די ציהל פון די אגענטור?, וואס טוט זי אויף? פארוואסערן זיי סתם געלט אויף פאנטאזיע פראיעקטן, שעדליכע וואפן, און אומ-נוצבארע ערפינדונגען?"

דער תירוץ איז צומאל געווען, "יא". צומאל זענען די 'פראיעקטן' געווען אונטערהאלטונג פאר וויסנשאפטלער וואס האבן באקומען אן אפיס מיט א לאבאראטאריע, זיך ארומצושפילן און דורכפירן סיי וועלכע עקספערימענטן וואס א דורכשניטליכע באזעסענע ארגיניזאציע אדער רעגירונג אגענטור וואלט זיי קיינמאל געלאזט.

און דאס איז טאקע געווען די שטארקייט און סוקסעס פון ארפא, זיי האבן ערלויבט אלע סארט משוגעת'ן, ווייל עס קען 'מעגליך' עפעס ארויסקומען דערפון אין 15 יאר ארום. העכסטענס וועט גארנישט ארויסקומען דערפון… דאס איז אויך אקצעפטירט.

***

היינט קוקט אמעריקע אן דארפא מיט שעצונג און די וועלט מיט גלוסט. כינע האט געמאלדן אז זיי האבן אויפגעשטעלט אן אגענטור אזוי ווי די אמעריקאנע דארפא, און זיך געגרויסט דערמיט, אז זיי קומען אן נאנטער צו די אמעריקאנע סטאטוס אין טעכנאלאגיע.

אייראפע האט געמאלדן אז זיי ארבעטן אויך צו בויען אן אגענטור ענליך צו דארפא, כדי צו ערגרייכן די שטאפל פון אמעריקאנע וויסנשאפט און טעכנאלאגיע.

אבער מיין ציל איז נישט אראפצורייסן ארפא/דארפא פאר אירע נאכלעסיגע עקספערימענטן און אומ-דערגרייכבארע פראיעקטן. מיר וועלן אנקוקן ארפא מיט א נייטראלע בליק, סוקסעס געמישט מיט דורכפאל, באזעסענע פראיעקטן געמישט מיט אומזיניגע פלענער.

מיר וועלן שמועסן פון די קוריאזע און צומאל צופיפענע וויסנשאפטלער וואס האבן דארט געארבעט, און די מאדנע פראיעקטן וואס זיי האבן אנגעהאלטן מיט סוקסעס אדער נישט.

און ווי אזוי די דירעקטארס האבן געפירט אזא אומגעווענליכע אגענטור אהן ווערן פארשפארט דורך די רעגירונג ביוראקראטן, אהן ווערן אויפגעלעזט דורך זייערע קריטיקירער אינערהאלב די פענטאגאן.

די קורצע ענטפער איז ווייל די ארפא באאמטע זענען געווען כיטרע און האבן זייער גוט פארשטאנען ווי אזוי צו האנדלען מיט די אמעריקאנע ביוראקראטיע, צומאל האבן די איינגעשטעלטע אין ארפא אליינס אויסגעפאפט זייערע אויבערהארן.

ווי אויך האבן די וויסנשאפטלער נישט געוואלט ארבעטן אונטער די פענטאגאן אדער מיט א טראדיציאנאלע וויסנשאפט און טעכנאלאגיע אגענטור, זיי האבן געגליכן ארפא'ס פרייהייט און ברייטקייט וואס האט זיי געגעבן צייט און פלאץ זיך צו אריינלאזן אין פאנטאזיע פראיעקטן מיט מינימום אויפזיכט. געוויסע האבן געארבעט כמעט זעלבסטשטענדיג פאר א נידריגע געהאלט.

די סארט וויסנשאפטלער האבן נישט געגליכן רעגירונג ביוראקראטיע און שטייפע רעגולאציעס. זיי האבן אפגעזאגט העכערע געהאלטן ביי אנדערע רעגירונג ארגאניזאציעס, און נאר געוואלט ארבעטן מיט ארפא.

אבער כדי דאס צו פארשטיין וועלן מיר אויך כאפן א בליק אויף זייער היסטאריע און זיך צוקוקן צו זייער השתלשלות פון האבן קליינגעלט ביז א גרויסע בודזשעט, פון האלטן אט א שפאן אוועק פון ווערן אויפגעלעזט ביזן זיך צוריק שטעלן אויף די פיס, כמה פעמים.

***

אין קומענדיגן טייל וועלן מיר רעדן פון די יארן פאר ארפא איז געגרינדעט געווארן, און די אריגינעלע סיבה פארוואס עס איז געגרינדעט געווארן.

אבער מיר וועלן נישט יעדעס מאל גיין אין א סדר, נאר צו מאל ברענגן אינטערסאנטע אנעקדאטן, און דערנאך צוריק גיין צו די היסטאריע.

***

באמערקונג: די סיבה פארוואס איך באציה זיך צו די אגענטור מיט'ן נאמען ארפא און נישט מיט'ן היינטיגן נאמען דארפא, איז ווייל עס האט אזוי געהייסן אין די ערשטע 30 יאר (בערך), און מיר וועלן אסאך ארומרעדן איבער די עפאכע.

די סיבה פארוואס זיי האבן געטוישט צו דארפא איז אויך געווען א חלק פון זייער כיטריזם. די פענטאגאן האט זיך באקלאגט אז נישט גענוג פון ארפא'ס ריסוירטש פירן צו פרישע כלי מלחמה, אבער ציווילע ערפינדונגען (לדעתי איז דאס בעסער פאר אונז שטייער צאלער). נו, מ'געט זיך אן עצה, מ'לייגט צו א 'דלת' פאר "דעפענס", והנה און אט 'דארפא'!

פון היינט און ווייטער גייט מען זיך נאר אריינלייגן אין 'דעפענס' (א מכה א בוידעם…)
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7313
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

היכי תמצא האט געשריבן:

וואף הערליך אין באחנט זאכן וואס כהאב קיינמאל געוויסט שרייב מער אפט ביטע
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8331
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

אריין און שרייבער אויסגאבע!
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

;l;p- הערליך!!

מיר ווארטן
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

א היכי תמצא פון היכי תמצא.

זייער שיין און קלאר, האסט מיך אריינגעטראגן אונעם באשרייבונג.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

א טיעפן דאנק. אנגענעם צו לעזן, און אינטערעסאנטע אינפארמאציע
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

זייער שיין און א רייכע פעדער
ארויף
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 9:06 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארויף »

ישר כח. גיי אן
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6608
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

;l;p- Wow שיין באשריבן

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

שכח!
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4016
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

הערליך

מיר ווארטן מיט שפאנונג פאר דאס ווייטערדיגע..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

היכי, הערליך איז בכלל נישט דאס ווארט! איך בין דא איינגעשריבן און כ'קוק ארויס אויף ווייטער!!
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

שכח! שרייב ווייטער
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

א שכח היכי, זייער שיין און רייך! שרייב ביטע ווייטער!
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21037
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

היכי שוין לאנג געווארט פאר דיינע סחורה
גאר גאר גוט געשריבן
כווארט אויף נאך


גייסט שרייבן איבער פיוטשער זאכן וואס זיי האלטן אינמיטן מאכן?
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

זייער שיין.

ביטע זיי ממשיך
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

ביטע אריינלייגן אין שרייבער. וועט מען עס ליינען דארט אי"ה.
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

הערליך, מיר ווארטן מיט שפאנוג.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אינפארמאטיוו און אינטרעסאנט!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
קאלינען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 7:53 am

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלינען »

;l;p- איינגעשריבן!
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

;l;p- ;l;p-
זייער שיין! גוט אראפגעלייגט!
__
איך האב עפעס נישט קיין מיטלייד מיט זייערע דורכפעלער, זינט זיי אליין געבן ארויס די אינפארמאציע.. מיט דעם חלק וואלטן זיי זיך געמעגט לערנען פון די ען. עס. עי. אז מ'געבט ארויס נאר די סוקסעספולע שטודיעס...
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

זייער שיין געשריבן.
אפשר קענסטו אונז אויסזאגן דעם סוד וואס די ר"ת פון דארפא?
ואני בתומי אלך.
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

זייער זייער שיין און געשמאק!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21037
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

קאנסאלטענט האט געשריבן:זייער שיין געשריבן.
אפשר קענסטו אונז אויסזאגן דעם סוד וואס די ר"ת פון דארפא?

Defense Advanced Research Projects Agency
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

זייער זייער אינטערסאנט! און עפעס נישט סתם געשמאק צום ליינען עס שלינקט זוך די ווערטער!!

ישר כח!!
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”