כמעט כילוני בארץ, ואני לא עזבתי פקודיך!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- יש לו מנה
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3998
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
- לאקאציע: אונטערן מאטראץ
Re: כמעט כילוני בארץ, ואני לא עזבתי פקודיך!
טאלאנט טאלאנט טאלאנט טאלאנט טאלאנט
איך גיי מיט שלייקעס...
און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18803
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
Re: כמעט כילוני בארץ, ואני לא עזבתי פקודיך!
איינס האט געשריבן:אשרי משכיל אל דל ווערט געברענגט, צומאל ווען ס׳קומט אונטער א דל וואס בעט זיך בדמעה, א שטיקל ברויט צו מחיה זיין זיין נשמה, דל ורש בפתח, א קלייניקייט ער בעט-זיך, הייבט מען אן מאכן חשבונות בדרוש ופלפול הלמאי איך זאל איהם געבן, ס׳איז דאך באשערט פון אויבן, אלעס איז דאך אפגעשריבן מ׳דארף דאך גלויבן, מיט בטחון ואמונה איז ער זיך מחזק, הלא כך גזרה חכמתו יתברך ער זאל זיין א כעני ודל און נישט האבן צו עסן, קען איך דעם דעם רצון הבורא פארגעסן?!
שאלה זו שאל טורנוסרופוס הרשע את רבי עקיבא (בבא בתרא י.) אם אלוקיכם אוהב עניים הוא, מפני מה אינו מפרנסם? אמר ליה כדי שניצול אנו בהן מדינה של גיהנם.
אמר ליה טורנוסרופוס אדרבה אתם מקלקלים בנתינת הצדקה, משל למלך שכעס על עבדו וחבשו בבית האסורים וציווה שלא להאכילו ולא להשקותו, והלך אחד והאכילו והשקהו, כששמע המלך האם לא יכעס על אותו אדם שהימרה את פיו?!
על זה אמר הכתוב ״אשרי משכיל אל דל״ ווען עס קומט צום דל דארף מען זיין א משכיל, דעמאלטס לייגט מען די אמונה אין א זייט און מ׳נעמט ארויס דעם געפיל!
אוי אז, איז קיין גלייבן פארהאנען, דעמאלטס טוט מען קיין בטחון נישט פראווענען!
ביי דעם מצב ווייסט מען נאר פון פשוט׳ן פסוק, לא תאמץ את ידך נאר פתוח תפתח!
ווען ער בעט זיך דארף מען איהם מפרנס זיין, די אמונה און בטחון לאז איבער ווען דו ביסט דער דל!
ר׳ אברהם מרדכי מלאך זאגט איבער דעם ווארט (ער זאגט אויך נישט דעם מקור, אדרבה אויב איינער קען ברענגען וואו איז דער מקור אויף דעם)
https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=143324
17:30
ער ברענגט צו א ווארט פון תפוחי חיים
ונתנו איש כופר נפשו לה׳, ווען ס׳ומט צו ונתנו איש, ווען מדארף געבן צדקה, כופר נפשו לה׳, דעמאלטס דארף מען ווערן א כופר...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
Re: כמעט כילוני בארץ, ואני לא עזבתי פקודיך!
נארוואס געליינט. נישטא קיין ווערטער
Re: כמעט כילוני בארץ, ואני לא עזבתי פקודיך!
אוי גאטניו... וויפיל טאלאנט גייט אריין און איין קליינע מענטש
"אויב מנהגים שרייבט השי"ת מיט א בליי, הלכות מיט א פעדער, דאורייתות מיט טינט פון א ספר תורה, און די עשרת הדברות אויסגעקריצט אין שטיין, זענען הלכות הטבע איינגעקריצט אין דער סאמע עקזיסטענץ פון דער וועלט" יצחק לעווי