די אייזערנע קליק-גערוישן פון רייפל צוזאמשטעל און וואפן איינריכטונגען זענען פארשטומט געווארן דורך די ביימער פונעם וואלד, גענוג ווייט פונעם רעבעלן לאגער נישט צו ווערן אויפגעכאפט, אבער גענוג נאנט אויסצופירן די מיסיע. דאס איז געווען גונסטיג זינט זיי האבן געוואלט בלייבן פארבארגן אנצוהאלטן דעם איבערראשונגס-עלעמענט ביז די פאסיגע מינוט. די לופט האט געשמעקט פון די פרימארגן טוי וואס האט זיך געזעצט אויף די בלעטער און גראזן ארום. אלישייב און ראטשעסטער זענען געשטאנען מיט האנט-לעקטער נעבן איינע פון די פינף זשיפס וואס זיי האבן זיך איינגעהאנדלט פון א קרימער אפעראטיוו אין דאנעצק, און נאך איינמאל איבערגעגאנגען די פלענער צווישן זיך פארן עס איבערגעבן פאר די זעלנער.
זיי האבן אויסגעוועהלט די ערשטע מארגן שעה, אין די פרי מינוטן פון זון-אויפשיין, ווייל דאן האבן רוב רעבעלן געזאלט זיין אין די טיפסטע גריבעלעך פון זייער שלאף, און אפילו די נאך-וואכט געשטעלט ארום דעם לאגער וואלטן שוין נישט געווען צו אלערט.
אין די טינקעלקייט פונעם וואלד האט אלישייב אדרעסירט די פארזאמלטע, אלע באוואפנט צו די ציין.
"די אלע וועלכע האבן שוין געדינט מיט מיר אין די מיליטער אדער אויף מיסיעס אין די פארגאנגענהייט ווייסן שוין ווי מיינע רייד וועלן צילן. דער כינעזער גענעראל-פילאזאף סון-צו האט געזאגט-"
"צו קענען דיין פיינט מוזטו ווערן דיין פיינט," האט זיך איינער פון די עלטערע סאלדאטן, וואס האט שוין געהערט מערערע פון אלישייב'ס בעפאר-שלאכט רעדעס, זיך געוואגט איבערצוהאקן מיט א שמייכל, "איך וועל היינט ווערן א רעבעל אוקריינער."
"הו, הו," האבן עטליכע האלב-שטיל געיובלט, געהאקט און געזעצט זייער וואפן אין ערהייטערונג, און זיך געשמאק צולאכט. אלישייב איז נישט געשטערט אדער עררעגט געווארן פון דעם איבערהאקונג. ער האט שוין געקעמפט מיט גרויסע טייל פון די פארזאמלטע מענער עטליכע מאל און ער האט געוואוסט אז הומאר איז פון די שטערקסטע און בעסטע מעטאדן צו בויען מאראל און געטריישאפט צווישן די זעלנער, נאך דערצו גלייך פאר א קאמף. די וועלכע לאכן אינאיינעם, קעמפן אינאיינעם. דעריבער האט ער געשמייכלט.
"ער זאגט דאס אויך. אבער אין אונזער פאל איז דא עפעס מער געפאסט. דער פילאזאף זאגט 'דו זאלסט ערשיינען שוואך ווען דו ביזט שטארק, און שטארק ווען דו ביזט שוואך'. מיר זענען איבערגאנגען די סאטאליט בילדער פונעם לאגער וואו סאקאלאוו און זיינע זעלנער געפונען זיך, נישט צו ווייט פון דא. ער האט א בריגאדע. מיר האבן א מערסטס א צוג. מיר זענען שוואכער פון אים, דעריבער וועלן מוזן ערשיינען שטערקער."
עטליכע סאלדאטן האבן צוגעברומט זייער איינשטימונג.
"די טיעמס וועלן ווערן צוטיילט ארום די לאגער, געוואנדן לויט זייער ספעציאליזירונג. איר ווייסט וואו איר מוזט זיין, און וואס איר מוזט טוען. אייער צוועק איז צו ברענגען כאאס, און צו פארקריפלען די וואפן-אינפרעסטרוקטור אויפשטעלט ארום די לאגער. די טאנקען, ראקעטן , און אנדערע גרויסע וואפן, לויט ווי איך האב געוויזן אויף די מאפעס און סאטאליט בילדער. אויסער די צילן וואס מיר האבן אנגעוויזן און אנגענומען זאלט איר נישט אטאקירן קיין אנדערע. מיר קענען זיך נאר ערלויבן אויפצורייסן די ערטער וואו מיר ווייסן זיכער אז דער געפאנגענער געפונט זיך נישט, אזויווי טאנקן און וואפן-דעפא. אלעס אנדערש איז צו ריזיקאליש, דעריבער האלט אייך אלע צו מיינע ווערטער און צו אייער צילן."
אלישייב האט זיך ארומגעקוקט אין די טינקל צו ווארטן און זעהן אז זיינע רייד זענען געווארן אנגענומען, אבער אזויווי אלע זענען געווען וועטעראן קעמפער איז עס נישט געווען נויטיג. אלע האבן פארשטאנען די ריזיקעס און אנווייזונגען.
"אזויווי מיר זענען שוואכער, און וועלן נעמען שווערע פייער פון זייער זייט ווי נאר זיין וועקן זיך אויף, זאלן אלע זיך צוריקצוען צו די זיכערהייט פון די וועלדער ווי נאר איר האט פארניכטעט אייער ציל. נאכן ערשטן אטאקע, ווען איר האט זיך שוין אלע צוריקגעצויגן, דאן וועט קומען פאר די צווייטע פאזע פונעם פלאן, ווי מיר אויסצופאלגן די אנדערע אנווייזונגען פון סון-צו, וואו ער זאגט 'די גרעסטע קונץ פון קריג באשטייט דערין אונטערצוווארפן דעם פיינט אן קיין קאמף'. דאס הייסט אז דאן וועט קומען די פארהאנדלונגען . ראטשעסטער, 'דאק', און איך, וועלן פירן די פארהאנדלונגען דערווייל וואס איר זענט אין די באהעלטעניש פון די ביימער. איר וועט ווארטן אויף ווייטערדיגע אנווייזונגען פון קאפיטאן יעגער," האט ער אנגוויזן אויף אן אפיציר, "איז קלאר?"
"נאך איין טריט און מער און איך וועל דיר צושיסן אויף אזויפיל טיילן אז אפילו די רויב פויגל וועלן נישט קענען טרעפן וואס צו עסן," האט זיך איינס פון די וועכטער צושריגן אויף אלישייב.
"דאס וואלט נישט געווען געראטן. איך האב ביזנעס און פארהאנדלונגען מיטן קאמאנדיר. איך קום אונטער א ווייסן פאן."
די רעבעלן זענען נישט געווען זיכער וואס צו טוען. איינער האט געשריגן צו רופן א העכער ראנקיגן סאלדאט. א זעלבסט-פראקלאמירטער ליוטענאנט, א ברייטער, נידעריגער מאן מיט דינע האר, קרימע אויגן און הענגעדיגע באקן, איז געקומען זעהן וואס די רעש איז. ער איז געווען נערוועז און ווילד מיט זיין קאלאשניקאוו נאך די אלע אויפרייסענישן ארום דעם לאגער, און ער ארומגעגאנגען ציילן די שאדן אין מענטשן און אפעראטור.
"געווען דיין, און יעצט איז עס מיין," האט ער געזאגט שטאלצערהייט, און געלייגט דעם פיסטאל אין זיין פאסיק, זיך צו רייצן מיט אלישייב'ן. אלישייב האט נישט געמייכלט, נאר געשפילט ווי די ווערטער האבן אים עררעגט, אבער אין אמת'ן איז ער געווען צופרידן ווי א שאך שפילער נאך א געווינס אז דער ליוטענאנט האט זיך אזוי גוט אריינגעשפילט. אזוי גרינג, האט אלישייב געטראכט, אויסצורעכענען די רעאקציע פון א סאלדאט נאכן זיך דרייען אין זייער געזעהלשאפט פאר אזויפיל יאר.
"גיי," האט דער ליוטענאנט באפוילן, האלטנדיג איין האנט אלישייב'ס פיסטאל אין זיין פאסיק, און די אנדערע אין א דראענדע אופן אויף זיין קאלאשניקאוו זיי צו יאגן. ער האט זיי געפירט אריין אינעם לאגער, צווישן די העסליכע בליקן פון די רעבעלן זעלנער וועלכע זענען געווען גרייט זיי פערזענליך צו צורייסן פאר זייערע אקטן. אויפגעריסענע טאנקען און דעפאס וועלכע האבן נאך געפלאקערט אונטער די היץ פון די אויפרייס שטאף האבן געווארעמט די שוין הייסע זומער לופט.
דער ליוטענאנט האט געזידט, און עטליכע פון די ארומיגע סאלדאטן האבן געשפיגן אין געשריגן און די ריכטונג פון אויסלענדערן. די פיר זענען נאר געגאנגען עטליכע טריט ווען אלישייב האט זיך אויסגעדרייט מיט א ריזיגן שמייכל צו סאקאלאוו און געזאגט מיט שפאט, "זעהט אויס אז איך האב ווידער געזיגט קעגן דיר."
סאקאלאוו'ס פנים איז געווארן רויט פון עררעגעניש, זיינע אויגן האבן גענומען שפריצן פייער אויף דעם באליידיגונג פארנט פון זיינע סאלדאטן, און ער האט פארלוירן קאנטראל, "דו נידעריגער יעוורעי!!! האט ער זיך צושריגן, געזוכט א וואפן אבער ער האט געלאזט זיין פיסטאל אינעווייניג, געלייגט אן אויג אויף זיין ליוטענאנט, געגעבן א כאפ ארויס דעם פיסטאל וואס יענער האט קאנפיסקירט פון אלישייב'ן פריער, צוגעשפרינגען צו אלישייב'ן, און געשאסן פונקט אין קאפ.
די שאס האט זיך דערהערט אזוי פלוצלינג און אזוי הויעך אז עס האט שאקירט די ארומיגע, און צוטרייסלט די וועלכע זענען געשטאנען גלייך נעבן אלישייב'ן. אלישייב איז גלייך געפאלן לעבנסלאזיג אויף דער ערד, און פון די זייט פון זיין קאפ האט זיך גענומען רינען בלוט אראפ צו דער ערד. אויסלענדער איז געפרוירן געווארן פאר שרעק, זיינע פוס האבן זיך געוואקלט און ער איז כמעט צוזאמגעפאלן. ראטשטעסטער און דאק זענען געוואן שאקירט און בלאס, זייער ערשיטערונג קלאר אויף זייערע פנימער.
די קינדער האבן געלאכט און געזונגען און גערעדט דאס העכסטע וואס זייער קול האט נאר ערלויבט. ר' שמעון האט גערעדט צו יעדן באזונדער, זיין קול געשטיקט און זיינע אויגן נאס.
איינע פון די קליינע האבן זיך אנגערופן "טאטי, די גוי איז אפילו געקומען זעהן פארוואס דו ביזט נישט אינדערהיים."
מרת. אויסלענדער האט מורא געהאט אז ראטשעסטער זאל נישט האבן קיין מיספארשטענדעניש פון די ווערטער וואס ער האט געקענט אויפכאפן האט קלאר געמאכט אויף ענגליש וואס דער קליינער האט געזאגט.
ראטשעסטער איז געווען גענצליך איבערגענומען ווען ער האט געענטפערט, "מער צוואנציג יאר צוריק, ווען איך האב געדינט פארן אגענטור אין בערלין האב איך געהאט די עהרע צו פירן אן אלטער פוילישער איד מיטן נאמען איתמר לעוו פון בערלין ביז ארץ ישראל. ער איז געווען קראנק און אלט און געוואלט זיין באגראבן צווישן זיינע ברודער-העלדן. ער האט מיר דערציילט אויפן וועג וועגן זיין זוכעניש פאר זיין ברודער, מיט נאמען קיבא."
ראטשעסטער האט געהאט טרערן אין די אויגן ווען ער פארעדיגט, "איך וועל מיטקומען מיט דיר ווען דו גייסט אהיים. איך וויל זעהן דעם אלטן קיבא לעוו. איך וויל אים איבערגעבן אז זיין ברודער ליגט אין ארץ ישראל און ווארט אז ער זאל קומען צינדן א לעכט פאר אים."
אויסלענדער האט געשאקלט מיטן קאפ, איבערגענומען פון די רייד. און פון די לעפטאפ סקרין איז געקומען פאר א לאנגע צייט די צופרידענע קולות פון די קינדער אז זייער טאטע קומט ענדליך אהיים.
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/