קאפיטלען אמעריקאנע היסטאריע: דער Taylorizer סיסטעם און זיינע קאנסעקווענצן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

Wow!

עס האט מיר עימעצער צוגעצייכנט דעם ארטיקל. מה נאמר, א ריכטיגער מעסטערפיעס און א בריליאנט פון א שרייבער.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

סופער! א מייסטערהאפטיגע אילוסטראציע פון דיינע מיינונגען.

Yang2020 האט געשריבן:א דאנק אייך אלע!

איצל פיצל שיקט מיר צו סאפטוועיר קאודינג, מטעמים טענה'ט אז איך קען נאך מאכן אסאך געלט אין זיין ליין, און שמואל בארג טרייבט מיר גאר אין בית המדרש אריין...
און איך ארבעט שוין יארן אויף מיין סעלף קאנפידענס מיט דעם וואס שלמה המלך זאגט, לא לחכמים לחם :lol:


כ'האב הנאה אז דו געדענקסט נאך מיין ראט...
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

יענג, דו האסט א פיינע פעדער און א בעסערע כח הדמיון... שרייב נאך!
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

נע, איך בין נישט אזוי נערוועז. צו יעדע ערפינדונג איז אייביג דא א קאונטער ערפינדונג.

איך וועל זיין פון די וואס מעינטעינען טעילארייזער (ביידעוועי, דו טייפסט ארויס יעדעס מאל עקסטער דעם טעילערייזער ווארט? אדער די מאכסט פעיסט ווען עס פעלט אויס?)

קודם כל, טעילארייזער דאט קאם איז שוין פארנומען...

סאו וויבאלד איך וועל מענטעינען און פראגרעמען טעילארייזער, וועל איך האבן א אינטערן טיש ביזנעס ווי כ׳וועל קענען טיילן רעיזעס פאר ווער עס באצאלט צוריק א פראצענט, כ׳וועל אויך פארקויפן עקסטרע ברעיקס, און פאר א פרימיום אפצאל וועל איך מאכן אז די יעניגע וועט האבן פיל ווייניגער ארבייט, און טעילארייזער וועט איגנארירן זיין שפעט קומען. ווי אויך וועל איך טוהן ״קרעדיט ריפּער״ פאר מענטשן אויף די שווארצע ליסטע. און פאר א עקסטער געלט וועל איך לאזן ארבייטער וואס האבן נישט ליב זייער באלעבאס וואס שטעלט אן טעילארייזער צו סטריקט פאליסיס אין זיין ביזנעס, אז די ארבייטער וועלן קענען איינצאלן און טעילארייזער וועט סיסטעמאטיש מאכן דעם ביזנעס פארלירן געלט ביז ער וועט זיך אויסגלייכן מיט זיינע ארבייטער, און אויב וועט ער זיין גאר א שווערע באלעבאס וועט טעילארייזער נישט שיקן נייע ארבייטער אהין און ער וועט קענען שפארן זיין געשעפט ווייל קיין שום קונה וועט נישט וועלן מער איינקויפו אין א אלד פעשאנד געשעפט ווי ארבייטער האבן נישט קיין העדט סעטס...

צוויי קאמפעטישן פירמעס וועלן ביידע באצאלן פאר מיר אז איך זאל זעהן אז דער צווייטער האט ווייניגער פראדאקטיוויטי און פארלירן געלט, ווייל אויב באצאלט נישט דער קאמפאטישן וועט אים טעילארייזער פשוט ארויספירן פון ביזנעס...

סאו די גאנצע טעלארייזד סיסטעם וועט שיסן אין פיס דער וואס ניצט עס, אז עס וועט ווערן א ווינט אז א געוויסע געגענט האט נישט דעם סיסטעם און ארבייטער זענען גיטמוטיג און שמועסן מיט קליענטן, ארבייטער וואס האבן צוויי אויערן נישט ראבאט ארבייטער מיט העדט סעטס. די סארט ביזנעסעס וועלן וואקסן און בליען, מער און מער פירמעס וועלן לאזן וויסן אז זיי געבן אויף דעם ראבאטישן סיסטעם ווייל מענטשן ווילן ווערן געהאלפן פון מענטשן און נישט ראבאטן, ביז א שטיק צייט וועט דער גאנצע טעילארייזער סיסטעם זיין אינטער א גרויסע גלאז אין א נעשאנעל מיוזיעם מיט דיקע ביכלעך פון האַראָר מעשיות און ריזיגע לאו סוטס פאר דיסקרימענעישאן. אדרבה, מען וועט אינסטאלירן אן אוטומעטיק סיסטעם - קענסט נאך טראכטן א נאמען- וואס וועט סקענען די ארבייט אין א געשעפט און אויב וועט עס טרעפן סיי וואס פאר א ראבאטישע סיסטעם וועט עס אטאמאטיש שיקן א גראבע געלט שטראף צו די פארלעצער.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

א גרויסן דאנק פאר אלע קאמפלימענטירער. זיי דערווארעמען מיין הארץ אינעם טריבן טעילארייזער טיראניע...

לכאורה האט געשריבן:איך האב איין ווארט: דזשורנאל


יישר כח! יעצט קען איך שוין באמת אויסגלייכן מיינע צוקנייטשטע אויגן :smile:


@מילין_יקירין, דו האסט טאקע אפגעקויפט http://taylorizer.com ? פארוואס איז עס מיר נישט בייגעפאלן? :shock:
(און פון וואו האסטו געוויסט אז איך פעיסט דעם ווארט "טעילארייזער"? :lol: )

אבער צום ענין, דער פוינט פונעם ארטיקל איז טאקע דאס, אז מען זאל זיך פון פריער אויסרעכענען וואס קען דא פאסירן.
ווען מען לאזט די מארקעט כוחות לויפן פריי, וועלן זיי אלעמאל שטופן צום ריכטונג וואס מאקסימיזירט באלדיגע פראפיטס. נישט אז איינער האט באמת אויסגערעכנט אנצוקומען צו דעם דיסטאפיע וואו עס ענדיגט זיך, נאר עס גליטשט זיך אליינס א טריט נאך א טריט. דערפאר האב איך מדגיש געווען אז די ארבעטער האבן דווקא הנאה געהאט אין אנהייב, און בכלל נישט געכאפט וואס פאסירט מיט זיי ביז עס איז געווען צו שפעט.
דו קענסט מאכן א קאנטער ערפינדונג, אבער א צווייטער וועט מאכן א פראגראם וואס האט נישט דיינע אונטערטירלעך (ער וועט עס רופן א צווייטע נאמען, וואס איך קען נישט טראכטן אויף די מינוט), און ער וועט אדווערטייזן אז עס ברענגט עפישענסי און מארדזשינעל פראפיטס דאפלט ווי דיין פראגראם, און דאס מארקעט וועט אריבער צו יענעם.

איך בין דווקא שטארק פרא פרייע מארקעט. צענטראלע פלאנירונג ברענגט נאר ערגערע דיקטאטורשאפט. אבער די גרעסטע פרא-מארקעט טעארעטיקער זענען מודה אז פארשידענע market failures עקזיסטירן, ווי prisoner's dilemma, tragedy of the commons, און נאך. וואס הצד השוה שבהם איז אז די מארקעט (און מענטשהייט בכלל) קען זיך טרעפן אינעם לאנגן טערמין וואו קיינער וואלט נישט געוואלט זיין, צוליב דעם וואס יעדער פאר זיך האט געארבעט פאר זיינע אינטערעסן אין דעם מינוט.

וועלכע קאנטער ערפינדונג האט געראטעוועט די פעקטארי ארבייטער וואס האבן געארבעט ווי חמורים רוב שעות אינעם מעת לעת, זיבן טעג א וואך, אינעם פאריגן אינדוסטריעל רעוואלושען? זיי זענען נאר געראטעוועט געווארן דורכן באלאנסירן די מארקעט כוחות דורך יוניאנס און דרוק צו שאפן לעיבאר געזעצן. דאס האט געקענט צושטאנד קומען ווייל זיי האבן געוויסט ווי ביטער זייער מצב איז, זיי האבן געזען וויאזוי עס קען זיין בעסער, זיי זענען געזעצן איינער נעבן צווייטן און שטילערהייט געקאכט און פלאנירט, און העכסטענס אויב האט מען זיי ארויסגעווארפן פונעם פאבריק איז נאכנישט געווען קיין גזירת מיתה ווייל זיי האבן זיך געקענט איינגעבן אינעם אנדערן פאבריק אריבערן בריק. עס איז זייער שווער צו זען וויאזוי עס איז מעגליך זיך ארויסצודראפען פון א טעילארייזער טיראניע וואו עס הייבט זיך אן בפה רך - אפילו בעסער פאר יעדן (חוץ פון די מענעדזשערס), מאכט אלעס נארמאל אז עס איז שווער צו באמערקן א ווענדפונקט, נעמט איבער די מוח פון די מענטשן און מאכט זיי פאר ראבאטן, מאכט זיכער אז ארבייטער באגעגענען זיך נישט, און אלעס איז דעטאלירט פארשריבן - פארפאטשקעט איינמאל איז פארפאטשקעט אויף אלעמאל איבעראל.
איך זאג נישט אז עס איז נישט מעגליך, אבער עס איז אויך שטארק מעגליך אז מען וועט זיך טאקע נישט ארויסדערזען דערפון.

(איי וועט איר פרעגן, אויב די מארקעט כוחות גאלאפירן בלינד צום תהום, צענטראלע פלאנירונג איז נאך ערגער, וואס דען איז די עצה?
די בעסטע וועג וואס איך ווייס פון איז לקיים מה שנאמר וסכסכתי מצרים במצרים. שטעלן אינסענטיווס און נייגונגען אינעם מארקעט אליין וואס זאל באלאנסירן דעם מארקעט. און דאס איז על רגל אחת יענג'ס מעטאד אין יעדע נושא. דער פרידאם דיווידענד שטעלט מארקעט כוחות צו מאכן דעם פינאנציעלן מארקעט בעסער פארן מענטשהייט, דעמאקראטיע דאלארן דינען אלס אינסענטיווס צו פאררעכטן דעם דעמאקראטיע "מארקעט", אא"וו. ואידך פירושא)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

סאו בעיסיקלי - אין טעאריע כמובן, ווייל ג-ט ב"ה גיבט געווענליך נישט קיין העדס אףף מען זאל וויסן וואס זיינע פלענער זענען - גייט אזא ווירטשאפט בלויז פירן צו א העכערונג אין מינימום וועידזש, געזעצן אז מ'טאר נישט ארבעטן מער ווי צוואנציג שעה א וואך, וחוזר חלילה.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

צולייגער האט געשריבן:סאו בעיסיקלי - אין טעאריע כמובן, ווייל ג-ט ב"ה גיבט געווענליך נישט קיין העדס אףף מען זאל וויסן וואס זיינע פלענער זענען - גייט אזא ווירטשאפט בלויז פירן צו א העכערונג אין מינימום וועידזש, געזעצן אז מ'טאר נישט ארבעטן מער ווי צוואנציג שעה א וואך, וחוזר חלילה.


1. וויאזוי קומסטו אן צו אזא מסקנא?
2. דאס וועט נישט לעזן דעם שורש, און נאר צואיילן דעם סוף פסוק פונעם קומענדיגן קאפיטל-צוויי.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

ליסן, איך האב נישט געקויפט דעם דאומעין..
און איך האב זיך פארגעשטעלט אז די פעיסט דעם נאמען
Two great minds think a like

צוריק צום ענין. יעדע זאך וואס נעמט איבער די קאנטראל און מאניפולירט א גרויסע מאסע מענטשן קען נישט האבן קיין קיום.
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

מילין_יקירין האט געשריבן:סאו די גאנצע טעלארייזד סיסטעם וועט שיסן אין פיס דער וואס ניצט עס, אז עס וועט ווערן א ווינט אז א געוויסע געגענט האט נישט דעם סיסטעם און ארבייטער זענען גיטמוטיג און שמועסן מיט קליענטן, ארבייטער וואס האבן צוויי אויערן נישט ראבאט ארבייטער מיט העדט סעטס. די סארט ביזנעסעס וועלן וואקסן און בליען, מער און מער פירמעס וועלן לאזן וויסן אז זיי געבן אויף דעם ראבאטישן סיסטעם ווייל מענטשן ווילן ווערן געהאלפן פון מענטשן און נישט ראבאטן, ביז א שטיק צייט וועט דער גאנצע טעילארייזער סיסטעם זיין אינטער א גרויסע גלאז אין א נעשאנעל מיוזיעם מיט דיקע ביכלעך פון האַראָר מעשיות און ריזיגע לאו סוטס פאר דיסקרימענעישאן. אדרבה, מען וועט אינסטאלירן אן אוטומעטיק סיסטעם - קענסט נאך טראכטן א נאמען- וואס וועט סקענען די ארבייט אין א געשעפט און אויב וועט עס טרעפן סיי וואס פאר א ראבאטישע סיסטעם וועט עס אטאמאטיש שיקן א גראבע געלט שטראף צו די פארלעצער.

די פראבלעם איז אז דער קאנסומער איז שוין אויך ראבאטיש און זוכט נישט צו שמועסען, איז אריינגעטון רעדט ורבו אין דעם סמארט פאון און צווישן איין געים און צווייטן ארטיקל שיקט מען אריין דעם ארדער און עס ווערט אראפ געלייגט דורך א ראבאט וואס קען זיין בעסער ווי דעם
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

Yang2020 האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:סאו בעיסיקלי - אין טעאריע כמובן, ווייל ג-ט ב"ה גיבט געווענליך נישט קיין העדס אףף מען זאל וויסן וואס זיינע פלענער זענען - גייט אזא ווירטשאפט בלויז פירן צו א העכערונג אין מינימום וועידזש, געזעצן אז מ'טאר נישט ארבעטן מער ווי צוואנציג שעה א וואך, וחוזר חלילה.


1. וויאזוי קומסטו אן צו אזא מסקנא?
2. דאס וועט נישט לעזן דעם שורש, און נאר צואיילן דעם סוף פסוק פונעם קומענדיגן קאפיטל-צוויי.

איך בין געקומען דערצו פשוט ווייל דאס איז א שארפע גראדע טרעק רעקארד ביי רוב פאליטישאנס.

ווער רעדט פון לעזן?! איך רעד פון וואס די ענטפער אין וואשינגטאן וועט זיין פאר אזא זאך. איך פערזענליך בין נישט קיין חסיד פון א ברייטע מינימום וועידזש איינפיר, ווי מיינע תגובות דא די לעצטע פאר יאר זאגן.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

קאפיטל 3

קיינער האט נישט באמת באטראכט דעם טעילארייזער סאפטוועיר ווי א ראבאט. טעילארייזער איז פשוט געווען א קאמפיוטער פראגראם און נעטווארק. ווען נארמאלע מענטשן האבן געטראכט פון ראבאטן, האבן זיי געטראכט פון זעלבסטשטענדיגע, גייענדיגע, טראכטנדע ראבאטן.

די מעכאנישע באזיס פאר אזא סארט ראבאט האט שוין באמת עקזיסטירט פונעם אנהייב איין און צוואנציגסטן יארהונדערט. Honda האט אנגעהויבן די ארבעט מיט זייער ASIMO ראבאט אין 2000, און איינמאל האנדע האט באוויזן דעם קאנצעפט האבן אסאך אנדערע זיי נאכגעמאכט. ASIMO האט געקענט גיין ארויף און אראפ די שטיגן, שטויסן א באל און אזוי ווייטער, און עס האט אויסגעזען אינגאנצן נאטורליך. דער פראבלעם איז געווען אז ASIMO האט געדארפט א מענטש זאל אים פירן דורך א דזשוי סטיק.

איין זאך האט צוריקגעהאלטן ראבאטן, און דאס איז געווען וויזשען. כמעט יעדע זאך וואס א מענטש טוט העלפט ער זיך ארויס מיטן חוש הראיה, אויף אזוי ווייט אז ער נעמט דעם זע קראפט פאר זעלבסטפארשטענליך. נאר ווען דו מאכסט צו די אויגן און דו פרובירסט צו טון עפעס פיזיש, כאפסטו ווי וויכטיג דער חוש הראיה איז באמת.

צום ביישפיל, ווען דו גייסט אריין אין א צימער און די לעקטער איז פארלאשן, טראכסטו ביי דיר אין קאפ, "איך דארף אנצינדן די לעקטער." דו נוצט דיינע אויגן צו קוקן אויפן וואנט פאר א לייט סוויטש. ווען דו טרעפסט עס נוצטו דיינע אויגן צו פירן דיין האנט צום סוויטש. דאן נוצטו דיינע אויגן געוואויר צו ווערן וועלכע סארט סוויטש עס איז. דארף מען עס רוקן פון OFF צו ON? דארף מען עס קוועטשן? דארף מען עס דרייען? קיין איינס פון די אלע? איינמאל דו ווייסט דאס, נוצטו דיינע אויגן צו פירן דיינע פינגערס צו מאניפולירן דעם סוויטש אויפן פאסיגן וועג. אדער טרעפסטו גאר נישט קיין סוויטש אויפן וואנט, נעמסטו זיך גלייך זוכן פאר א לאמפ איבערן צימער. איז דער סוויטש אויפן לאמפ? אדער אפשר דארף מען ציען א שטריק? אא"וו. דיין ראיה פירט דיר יעדע סטעפ פונעם וועג. עס איז כמעט אוממעגליך צו טון סיי וואס אין א קאמפליצירטע ענווייראנמענט אנעם חוש הראיה. און אנצינדן א לעקטער איז זייער א פשוטע זאך, עס ווערט אסאך מער קאמפליצירט ווען די רעדע איז פון לויפן דורך א וואלד, פארן אויף א בייציקל אריבער א פארנומענע גאס, אדער סערווירן קאסטומערס אין א רעסטוראנט.

אן וויזשען, האבן ראבאטן נישט געקענט זעלבסטשטענדיג ארומגיין אדער מאניפולירן חפצים. די גאנצע איבריגע הארדוועיר איז שוין געווען. פיס און באלאנס סיסטעמען צו ערמעגליכן צוויי-פיסיגע גאנג איז שוין געווען אין פלאץ צענדליגע יארן. ראבאטישע פינגערס און הענט מיט זייער פונקטליכע און דעליקאטע באוועגונגען זענען געווען גרינג צו מאכן. AI סאפטוועיר צו שטעלן צילן און מאכן באשלוסן זענען געווארן שטערקער יעדן טאג (טעילארייזער זייענדיג איין ביישפיל). אלעס איז געווען חוץ פונעם חוש הראיה.
ווי געשריבן, האט זיך טעילארייזער באנוצט מיט מענטשליכע ארבייטער פאר אויגן און הענט. אבער ער האט זיך נאר באנוצט מיט זייערע הענט ווייל זיי האבן געהאט די אויגן.

עס איז געווען גרינג צו זען אז סאסייעטי איז גרייט פאר די ראבאטן. די ערשטע עכטע ראבאטישע סיסטעם אינסטאלירט אין א מענטשליכע פאזיציע פון טראסט איז געווען אין די עירליין אינדוסטריע. געוויסע האבן שוין גערופן דערפאר נאך די טעראריסטישע אטאקעס אויפן ווארלד טרעיד סענטער אין 2001, אבער עס איז צוריק איינגעשלאפן. אין די ענדע 2010 און אנהייב 2020 יארן, אבער, זענען געווען א סעריע פון עירליין עקסידענטן, אלע צוגעשריבן צו מענטשליכע עראר, וואס האט יעדן נערוועז געמאכט. און דאן האט דאס שרעקליכסטע פאסירט. צוויי עירליין פילאטן, באהאלטענע מיטגלידער פון אייסיס (א טעראר באנדע וואס האט דאן פרובירט נקמה צו נעמען פון אמעריקע מיט די לעצטע כוחות), האבן אריינגעפלויגן מיט זייערע עראפלאנען אין ריזיגע אמעריקאנע צילן כמעט אויף איין מאל. איינער האט אריינגעקראכט אין א בעסקעטבאל ארענע פול מיט צושויער, און דער צווייטער האט אריינגעשמעטערט אין די דעמאקראטישע נעשאנאל קאנווענשאן. נאנט צו פופציג טויזנט מענטשן זענען אומגעקומען אין די בלוטיגע אטאקעס. דאס איז געווען די ענדע פון מענטשליכע פיילאטס.

ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט, איז די איבערגאנג צו ראבאטישע עראפלאנען געווען זייער גרינג. עראפלאנען זענען שוין געווען קאנטראלירט דורך אויטאפיילאט אויפן וועג. ראדאר סיסטעמען אויפן ערד און אויפן עראפלאן האבן שוין ארויסגעהאלפן ביים זיך הייבן און לאנדן. עראפלאנען האבן נישט געדארפט קיין זע קראפט, זייער "וויזשען" איז געווען ראדאר, און ראדאר האט שוין עקזיסטירט קרוב צו 100 יאר. מען האט דאס אלעס נאר געדארפט צאמשטעלן צו איין סיסטעם וואס האט געפירט דעם עראפלאן פון אנהויב ביז ענדע. מען האט אויך צוגעלייגט א צווייטע בעקאפ סיסטעם וואס האט געדינט ווי דאס געוויסן פונעם עראפלאן, און איז געווען אויף read only memory אויף א וועג עס זאל נישט קענען איבערגענומען ווערן. עראפלאנען האבן געוויסט זייער פונקטליכע לאקאציע דורך GPS, דאס האט מען צאמגעשטעלט צו עקסטרעם דעטאלירטע דידזשיטעל מאפעס. דער עראפלאן האט אזוי געוויסט וואו יעדע איינציגע סטרוקטור איז אונטער אים. אויך אויב מיטן אויטאפיילאט איז עפעס געשען און עס האט פרובירן אריינצופירן דעם עראפלאן אין עפעס, האט דאס "געוויסן" פונעם עראפלאן זיך קעגנגעשטעלט. אין אזא פאל האט עס אויסגעלאשן דעם אויטאפיילאט, ארויסגעשיקט הילפס רופן, און פרובירט צו לאנדן אינעם נאנטסטן זיכערן פלאץ.

מער זענען נישט געווען קיינע מענטשליכע פילאטן און נישט קיינע מענטשליכע עיר טרעפיק קאנטראלערס אינעם סיסטעם. אלעס בשייכות צו פליען אין די לופטן איז געווארן אויטאמאטיזירט. די פילאט-קאבינע איז ארויסגענומען געווארן און אנשטאט זענען צוגעקומען זיץ פלעצער. די סעיפטי רעקארד פונעם עירליין אינדוסטריע האט זיך שטארק פארבעסערט און מענטשן האבן נאכאמאל אנגעהויבן טראסטן די עירליינס. קיינעם איז נישט אנגעגאנגען אז קיין מענטש פירט נישט דעם פליגער, מענטשן האבן פאקטיש געטראסט מאשינען מער ווי מענטשן.

במשך די צייט זענען געווען פארשידענע אנטוויקלונגען אין computer vision, אבער פראקטיש גערעדט איז עס געווען באגרעניצט צו ספעציעלע קאנטראלירטע אומשטענדן. אין ענדע 2017 האט שוין דער קאמפיוטער געקענט אנאליזירן עקס-רעי בילדער אסאך בעסער ווי מענטשליכע ראדיאלאזשיסטן. אין ענדע 2019 איז שוין א טראק געפארן אליינס איבער גאנץ אמעריקע און סעלף דרייווינג האט אנגעהויבן ווערן א ווירקליכקייט, אבער דאס איז געווען בעיקר דורך LIDAR, א שטייגער ווי ראדאר פאר עראפלאנען. עס איז נאך נישט געווען קיין פולע אמת'דיגע וויזשען, דאס הייסט זען א לעבעדיגע בילד - נישט אין איינקלאנג מיט הארטע רולס - און "פארשטיין" וואס טוט זיך דא און וואס זענען די פארשידענע פרטים.

די ערשטע דורכברוך אין עכטע קאמפיוטער וויזשען איז געקומען דורך א יוניווערסיטי. די לעצטע ווידעא געים קאנסאולס זענען ארויסגעקומען מיט מאכטפולע CPUs, מיט די מעגליכקייט אויסצופירן 10 טריליאן פלאוטינג פוינט אינסטרוקציעס אין איין סעקונדע (10 TFLOPS). צולייגנדיג 100 גיגאבייט פון RAM און צאמשטעלנדיג טויזנט פון זיי צו ארבעטן צוזאמען, האט די יוניווערסיטי ריסוירטש טיעם געשאפן א מאשין וואס האט געקענט אויספירן 10 קוואדריליאן אינסטרוקציעס אין א סעקונדע מיט 100 טעראבייט פון RAM. אויף דעם האלב מיליאן דאלערדיגן מאנסטער האבן די פארשער ענליך געקענט אנהייבן אויסצופרובירן אלגאריטמס פאר עכטע קאמפיוטער וויזשען.

ביז א יאר האבן זיי געהאט גרייט א דעמאנסטראציע פראיעקט וואס האט געצויגן אסאך מידיא אטענשאן. זיי האבן אהערגעשטעלט א מענטשליך-אויסזעענדע ראבאט, און זיי האבן אים געהייסן זיך ארומדרייען אין שטאט און אפגעבן א באריכט פון יעדן פאל וואס ער האט געזען א מענטש אין סכנה. (מען האט אים געהאט אויסגעלערנט פארשידענע קאטעגאריעס פון געפאר, אבער פארשטייט זיך נישט קיינע פונקטליכע, ספעציפישע בילדער). דער ראבאט האט ארויסשפאצירט פון זאל, ארויס פונעם קעמפוס עריע, און זיך געדרייט צווישן די שטעטישע געסלעך.
אויפן וועג האט עס אויך דורכגעפירט א "סטאנט". עס איז צוגעגאנגען צו א אפארטמענט בילדינג, געדרוקט אויף נומער פיר אינעם עלעוועיטאר, געקלאפט אויפן טיר צו די לינקע זייט, און געזאגט פארן ערשטוינטן איינוואוינער ווען ער האט געעפנט, אז ער האט געזען פון די גאס אז זיין פייער עסקעיפ איז בלאקירט. א געפאר!
דער ראבאט איז צוריקגעקומען און איבערגעגעבן א רעפארט איבער מענטשן וואס זענען אריבער די גאס נישט קוקנדיג צו ביידע זייטן, געפארן אין א קאר אן סיטבעלטס, געפארן אויף א בייק אן קיין העלמעט, א קינד וואס האט זיך געשפילט מיט די שניי אן קיין מאנטל, און איינער וואס האט זיך ארויסגעבויגן פון א פענסטער אויפן זעקסטן שטאק וואס האט נישט געהאט קיין גראטעס. עס איז פאר יעדן קלאר געווען אז עס זעט באמת גאנצע בילדער.

פארשטייט זיך אז דער ראבאט איז נישט ארומגעגאנגען מיט זיין מוח פון טויזנט CPUs מיט זיך. עס איז געגאנגען דורך ווייערלעס קאנעקשאן. דאך האט דער עקספערימענט געוויזן אז קאמפיוטער וויזשען איז מעגליך און קען ווערן דורכגעפירט אין די מערסט קאמפליצירסטע אומשטענדן.

די גרעסערע דורכברוך איז געקומען אפאר יאר שפעטער. פארשער פון א טשיפ קאמפעני האבן נאכגעפאלגט די ארבעט פונעם וויזשען טיעם, און זיי זענען אויפגעקומען אז די 64 ביט פלאוטינג פוינט איז נישט די בעסטע דאטא טייפ מיט וואס צו רעכענען פאר א וויזשען פראסעסינג מאשין. אנשטאט, האבן זיי געשאפן א נייע סארט קאמפיוטער ארכיטעקטור וואס זאל קענען באהאנדלען דעם פראבלעם אסאך מער דירעקט. אויף דעם וועג איז געווארן אסאך גרינגער צו פראדוצירן massively parallel וויזשען טשיפס. די קאמפעני האט ארויסגעגעבן קורץ דערנאך איר ערשטע וויזשען פראסעסינג שטיקל, א וויזשען CPU. די פרייז פאר דעם איז געווען אכט טויזנט דאלער.

די איינע שטיקל האט אויפגעבראכן די דאמבע און געברענגט א ראבאטיקס צונאמי. ביז א יאר זענען געווען פראטאטייפן פון הונדערטער פרישע סארטן ראבאטן. ראבאטן פאר דעליווערי, ראבאטן אויף צו רייניגן, ראבאטן וואס האבן געקענט קאכן און צוגרייטן אלע סארטן מאלצייטן, בויערס, שמעלצערס, דרייווערס, גארדס, אא"וו. און מיט די צייט אפילו דזשענעראל ראבאטן וואס האבן געקענט געלערנט ווערן צו טון סיי וועלכע פיזישע ארבעט - פונקט ווי מענטשן, להבדיל...

נעם אזא זאך ווי פארבן א צימער. דו האסט געקענט אריינשטעלן איינע פון די ראבאטישע פעינטערס אינעם צימער מיט 5 גאלאנען פעינט. צוויי שעה שפעטער איז דער צימער געווען הערליך געפארבט. דו האסט נישט געדארפט אוועקרוקן די מעבל אדער אפילו זיי באדעקן. דער ראבאט האט אלעס געטון, און די ארבעט איז געווען פערפעקט. קיין טראפעלע פעינט האט זיך נישט אראפגעגאסן, קיין שפרענקעלע איז נישט געגאנגען אויף די מאלדינג. יעדע ליניע, יעדעס ווינקל, איבעראל איז געווען ווי געגאסן.

סעלף דרייווינג איז געווארן אסאך זיכערער און געשמאקער מיט פולע חוש הראיה און קאנטראל סיסטעם אריינגעבויט אינעם קאר. עס האט שוין געקענט באנוצט ווערן איבעראל, אויך אין די קליינע לאקאלע געסלעך, און נישט נאר אויף די גרויסע ראודס ווי ביז יעצט. עס האט פארשטאנען ווען דיין חבר ווינקט דיר זיך אפצושטעלן א מינוט ווייל ער וויל דיר עפעס זאגן, און ווען דער בייציקליסט פון פארנט פון דיר ווייזט דיר אז ער גייט זיך דרייען לינקס. די נייע קארס האבן דיר אראפגעלייגט ביי דיין דעסטינאציע, און זיך אליינס געגאנגען זוכן פארקינג, צוריקקומענדיג אויף צייט דיר אפצוטראגן צוריק אהיים. פארשטייט זיך אז די גאנצע וועג האט מען געקענט ליינען, שלאפן, אדער טון סיי וואס. עס איז נישט געווען מער קיין סיבה צו האבן קיין "דרייווער'ס זיץ" אדער רעדל, אנשטאט איז דאס פלאץ אינעווייניג געטוישט געווארן אויף אסאך א בא'טעמ'טערע אויסשטעל - אלע זיצן זענען געווען אויסגעדרייט צום צענטער פונעם קאר. די אויטאמאטישע קארס האבן שארף געשניטן טרעפיק, פארמיטן רוב עקסידענטן און געמאכט די טעגליכע וועגן אסאך באקוועמער. עס זענען אויך געווען אויטאמאטישע טעקסיס און טראקס.

אין די ריטעיל און fast food אינדוסטריעס איז שוין אפגערעדט, די פראטאטייפ ראבאטס זענען געווען העכער יעדן דמיון. ראבאטן אויסצופאקן די שאפינג קערידזשעס, סקענען די פראדוקטן און זיי איינפאקן אין זעקלעך. ראבאטן צו פאקן זאכן אויף די שאפעס, קוקן וואס פעלט, און זיי אויסשטעלן שיין. ראבאטן אויסצוקערן די ערד און רייניגן די טוילעטס. אין ווייניגער ווי צוויי יאר, האט בורגער-דזשי דעמאנסטרירט און אויסגעבעסערט א גענצליך ראבאטישע בורגער-דזשי רעסטוראנט, טאקע אויפן זעלבן פלאץ ווי די ערשטע טעילארייזער סיסטעם איז אינסטאלירט געווארן. אנשטאט צו זאגן פאר מענטשליכע ארבייטער וואס צו טון, האט יעצט טעילארייזער געזאגט פאר די ראבאטן וואס צו טון. נישט דורך העדסעטס, פארשטייט זיך, נאר ווייערלעס.

די גאנצע הארדוועיר און AI פאר די ראבאטן איז שוין געווען אין פלאץ מער ווי צען יאר. וואס האט געפעלט איז געווען זע קראפט. ווי נאר די ביליגערע וויזשען פראסעסער איז ארויסגעקומען, האט דאס באנוץ פון פראקטישע ראבאטן אויפן מארקעט עקספלאדירט.

רוב גרויסע ריטעילערס האבן אנגעהויבן אויפצוטוישן מענטשליכע ארבייטער אויף ראבאטן ווי שנעל זיי האבן נאר געקענט. די ראבאטן האבן אויסגעפאקט די זאכן אויף די שאפעס, אויסגעקערט די ערד, געהאלפן קאסטומערס מיט זייערע פראגעס און ארויסגעטראגן וואס זיי האבן איינגעקויפט צו זייערע קארס. יעדע fast food רעסטוראנט האט געטון די זעלבע זאך. קאנסטראקשען סייטס זענען געווארן פלעצער וואו מען זעט ראבאטן פאקן ציגל, קלאפן דעכער, און פארבן אנשטאט מענטשליכע ראבאטן מיט העדסעטס. נאך די גענצליך ראבאטישע פעקטאריס און גראסעריס זענען אויך די עירפארטס און פארוויילונגס פארקס נאכגעקומען.

יעדער מיט א העדסעט איז געשטאנען אין די רייע צו ווערן ערזעצט דורך א ראבאט, און די רייע האט זיך גערוקט גאר שנעל. עס קען זיך הערן זייער מאדנע, אבער פאר א געוויסע סיבה האט אויסגעקוקט ווי קיינער האט נישט אריינגעטראכט וואס אזא ריזיגע טויש קען ברענגען אויף אמעריקע. די אלע מענטשן וואס זענען ערזעצט געווארן האבן דאך געדארפט האבן פון וואו צו לעבן, אבער וואו האבן זיי צו גיין ארבעטן? די אמעריקאנע "סערוויס עקאנאמיע" האט שוין פון לאנג ערזעצט די "פעקטארי עקאנאמיע", און ארום האלב פון די דזשאבס אין אמעריקע זענען געווען סערוויס סעקטאר דזשאבס פאר מינימום וועידזש. דאס זענען געווען די דזשאבס וואס די נייע ראבאטן האבן גלייך איבערגענומען. די פראגע איז געווען, וואס גייט זיין מיט די העלפט פונעם פאפולאציע אן זייערע דזשאבס?

(פארזעצונג קומט אי"ה)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

באמערקונג: אינעם לעצטן קאפיטל האב איך זיך יא באנוצט מיט טעכנאלאגיע וואס עקזיסטירט נאכנישט, אבער פון די אנדערע זייט האב איך עס געמאכט אויסזען א גרעסערע בארג ווי עס איז. דאס פאדערט א שטיקל ערקלערונג.

1. שוין געדריקט אינעווייניג, אבער עס קען נוצן מער הדגשה: זע קראפט איז די איינציגסטע זאך מיט וואס מענטשן האבן יעצט די אויבערהאנט איבער מאשינען ווען עס קומט צו רוב פיזישע ארבעט. איינמאל מאשינען באקומען דעם חוש הראיה אזוי גוט אדער בעסער ווי מענטשן, זענען אן א שיעור דזשאבס רייף פאר אויטאמאציע. אויף איין מאל.

2. זע קראפט וועט טאקע ברענגען אויטאמאציע צו אזויפיל דזשאבס, אבער דאס מיינט נישט אז די דזשאבס קענען נישט ווערן אויטאמאטיזירט, איינס אויפאמאל, ווילאנג קאמפיוטער וויזשען איז נישט up to the challenge. עס קענען אויך זיין וועגן אויסצוקרויזן דעם חוש הראיה, דער מאשין זאל וויסן וואס צו טון אויך אן צו זען.
א ביישפיל דערצו איז דרייווינג. ביי מענטשן איז דאס מסתמא דער טאג-טעגליכע דזשאב וואס פאדערט די מערסטע ראיה, אבער סעלף דרייווינג קארס פארן שוין יעצט, כמעט אן קיין זע קראפט בכלל.
נאך א וועג איז דורך ספעשילייזד וויזשען סיסטעמס, וואס קענען זיין גענוג פאר פארשידענע צוועקן (אזויווי ראדיאלאזשי, געברענגט אינעם ארטיקל).

3. קאמפיוטער וויזשען פארבעסערט זיך דראמאטיש די לעצטע שטיק צייט. אין די לעצטע פינף יאר האט זיך עס אנטוויקלט אסאך מער ווי אין די פופציג יאר בעפאר.

4. די וועג וויאזוי עס איז אראפגעלייגט געווארן, אז דער דורכברוך איז געקומען דורך א ספעציעלע וויזשען CPU מיט מאסיווע פראסעסינג קראפט, איז גוט פאר די מעשה אבער מוז נישט אויספעלן. דאטא איז די אויל וואס טרייבט די AI-קאמפיוטער וויזשען-machine learning מאטאר, און עס קומען צו ימען דאטא אלץ שנעלער. שוין אפגערעדט אין א וועלט מיט טעילארייזער, וואו מען דארף נאר צוטשעפענען א קליינע אויג צו יעדן העדסעט, אין צענדליגע גיגעבייטס פון נוצליכע דאטא וועלן אריינשטראמען פון יעדע קליינע געשעפט טעגליך.
עס איז בכלל נישט אויסגעשלאסן אז עכטע און פולע קאמפיוטער וויזשען וועט דערגרייכט ווערן אין געציילטע יארן, אויך אן קיין הארדוועיר דורכברוך.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

מאסיוו!!
יאסל קעניג
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 05, 2020 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל קעניג »

מאך שנעל קאפירייט! פאר ס'ווערט פארשפרייט ווי א ווילד פייער....
און נעם @ מטעמים אפשר צו זאפטיג טרענסלעטן...
יענג (נדנ) עט דיר זיכער באצאלן...
מלך שהשלום שלו
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

קאפיטל 4

ענדרו האט געוואלט ארויסגיין כאפן א שפאציר, און מייק האט צוגעשטימט. זיי האבן פרובירט צו גיין שפאצירן יעדן נאכמיטאג, ווען די וועטער האט ערלויבט. זיי האבן פארלאזט דעם קאפעטעריע און ארויס דורכן הויפט ארויסגאנג צוזאמען מיט א שטראם פון אנדערע מענטשן.

דאס בילדינג וואס זיי האבן פארלאזט איז געווען איינס פון די וועלפעיר פראדזשעקטס. אלע וועלפעיר דארמיטאריס זענען געווען געבויט אויפן זעלבן וועג. עס איז געווען באזירט אויף די ארבעט פון RMIT פארשער נאך אין 2016, וואס האבן גענוצט שיריים פון ציגארעטלעך צו מאכן ציגל ביליגער און לייכטער. מיט די צייט זענען צוגעקומען נאך געדאנקען פון אזעלכע מאטעריאלן פון די מיסטן וואס קענען גענוצט ווערן, און די ציגל זענען מאסן-פראדוצירט געווארן דורך די רעגירונגס ראבאטן פאר בעיסיקלי אומזיסט. זיי זענען געווען פארמירט ווי גרויסע און רעלאטיוו שווערע לעגאו שטיקלעך, און מען האט פשוט "געסנעפט" איין ציגל אויפן צווייטן צו שטעלן א וואנט. דאס איז אויסגעקומען זייער ביליג, און האט ערלויבט אויפצושטעלן גרויסע בנינים מיטן פולסטן שנעלקייט. אויך פאר די פונדאמענטן, זוילן, אינעווייניגסטע אינסולעישאן אא"וו איז מען אויפגעקומען מיט די ביליגסטע וועגן וואס זיי קענען ווערן פראדוצירט אין די מאסן. די ראבאטן האבן געטון די גאנצע ארבעט, און עס האט זיי גענומען איין וואך אויפצושטעלן א גאנצע בילדינג.

די רעגירונג איז אויפגעקומען אז געבן אויסוואל פאר מענטשן אויף וועלפעיר קאמפליצירט דאס בילד, און קומט אויס טייערער. אנשטאט צו געבן וועלפעיר פאר מענטשן, האבן זיי אנגעהויבן ברענגען מענטשן צו וועלפעיר. זיי זענען געווארן אריינגעשטעלט אין די וועלפעיר פראדזשעקטס און סערווירט געווארן צו עסן אין א קאפעטעריע. די רעגירונג האט זיך געקענט פארלייגן אראפצוברענגען די קאסטן פון די האוזינג און עסן, און אזוי דראמאטיש שניידן די אויסגאבן אויף וועלפעיר.

ווען די ראבאטן האבן איבערגענומען אין די ארבעטספלעצער, איז דער צאל פון וועלפעיר באנוצער פלוצלינג ארויף צו פרעצעדענטלאזע ציפערן, וואס האט געברענגט געוויסע פאליטיקאנטן זיך צו קאכן אז די ארבעטסלאזע וועלן נאך אויפעסן די גאנצע רעגירונגס קאסע, און דאס איז געווען דער לעזונג צו וואס מען איז צוגעקומען. וועלפעיר בילדינגס זענען נישט געווען שיין, אבער זיי זענען געווען זייער ביליג צו בויען און געווען דעזיינד אריינצופאקן וואס מער מענטשן אין וואס ווייניגער פלאץ. זיי זענען געווען אויסגע'שורה'ט ווייט אוועק פון די רייכע צענטערן, אז קיינער זאל עס נישט דארפן זען. עס איז געווען ענליך צו א דארמיטארי, נאר מער "אנגעזעצט" אויף בחור'ישע שפראך. יעדער האט באקומען א 5x10 פיסיגע צימער מיט א בעט און א טיווי - די וועלט'ס בעסטע צומי פאר בירגער וואס מוטשען. דורכאויס דעם טאג איז די בעט גענוצט געווארן ווי א קאוטש, און ביינאכט ווי א בעט. מייק ברייען איז אהין אנגעקומען פונקט ווען זיי האבן אנגעהויבן אריינצושטעלן באנק בעטן צו דאפלען דעם צאל פון מענטשן וואס גייען אריין אין איין בילדינג. זיין שכן, ענדרו יונגער, איז נישט געווען זייער באגייסטערט ווען ער איז אנגעקומען - ער האט געהאט א פריוואטע צימער פאר א שטיק צייט, און יעצט האט ער עס פארלוירן. אבער ער איז געווען זייער העפליך.

עס איז נישט געווען קיינע פענסטערס סיי וואו אינעם בילדינג. דאס איז געווען כדי דער לעגאו-סטרוקטור זאל זיך האלטן פעסט. כאטש עס וואלט מעגליך געווען אריינצושטעלן שטארקע פרעימס, איז עס אבער אויסגעקומען אסאך ביליגער אזוי, שוין אפגערעדט פון וויפיל מען האט זיך געשפארט אויף הייצונג און עיר קאנדישענינג. דאס האט אויך געהאט דעם אפעקט פון מאכן אלע צימערן אויסזען די זעלבע. די דאך איז געווען זיבן פיס הויך, אין אלע צימערן. LED לעקטערס זענען געווען איבעראל, איינס אין יעדע צימער און יעדע צען פיס אפגערוקט אינעם האלוועי. אלעס אינעם גאנצן בנין איז געווען ברוין - ברוינע ווענט, ברוינע בעט געוואנט, ברוינע דעכער, און ברוינע פאדלאגע.

אונטן איז געווען די קאפעטעריע, מיט ראבאטישע איינגעשטעלטע. זיי זענען נישט געווען שלעכט, דאס עסן איז געווען נישט צום באקלאגן. זיי האבן אויך געהאלטן ריין די טוילעטס, האלוועיס און צימערן. יעדן טאג זיבענע צופרי, צוועלף מיטאג און זעקסע ביינאכט האבן זיך אנגעהויבן די פרישטאג, מיטאג און נאכטמאל שיפטס. עס זענען געווען זעקס שיפטס פון 15 מינוט פער מאלצייט, צו שפארן קאפעטעריע פלאץ. ענדרו און מייק זענען געווען אין די דריטע שיפט. מען האט זיך אראפגעזעצט, עסן איז געווארן סערווירט, מען האט געגעסן, נאך געקענט שמועסן א פינף מינוט, און פארלאזט דאס פלאץ פארן נעקסטן שיפט. מיט 24 טויזנט מענטשן פער שיפט איז נישט געווען קיין צייט פאר לאנגע רייעס, יעדער האט געהאט א באשטימטע זיץ און א גאנצע ארמיי פון ראבאטן האט סערווירט ביי די טישן.

וויבאלד עס זענען נישט געווען קיינע פענסטערס, האבן זיי געקענט אריינפאקן אסאך מענטשן אין די בנינים. יעדע בילדינג איז געווען א פערפעקטע 417 פיס ביי 417 פיס ביי 417 פיס ברוינע קיוב. יעדע פון זיי האט אריגינאל געהאלטן פונקטליך 76,800 מענטשן. דאס פארדאפלען צו 153,600 פערזאנען אין יעדן בנין וואלט נישט געקומען אין באטראכט, אבער זיי האבן עס געטון סייווי. אויף אזא וועג, האבן זיי געקענט אריינפאקן אלע וועלפעיר באנוצער פון גאנץ אמעריקע אין ווייניגער ווי 1,500 אזעלכע בנינים. שטעלנדיג 100 פיס אפגערוקט צווישן איין בילדינג און צווייטן, וואלטן זיי געקענט אריינלייגן איבער 200 מיליאן מענטשן אין ווייניגער ווי 20 סקווער מייל, אויב האבן זיי געוואלט. זיי האבן געקענט לייגן יעדער אין לאנד אן קיין דזשאב אין א פינטעלע אויפן מאפע, קנאפע פיר מייל צו יעדע זייט, ארומלייגן א צוים און פארגעסן דערוועגן. אויב וואלט דארט בטעות געפאלן איין אטאם באמבע, וואלטן זיי מער נישט געהאט וואס זיך צו זארגן איבער די וועלפעיר באנוצער וואס עסן אויף די געלטער פונעם לאנד.

ווען די ראבאטן זענען אנגעקומען, און צענדליגע מיליאנען מענטשן האבן פארלוירן זייערע מינימום וועידזש דזשאבס, האט זיך דאס רייכטום קאנצענטרירט אזוי שנעל אז אמעריקע איז יעצט גארנישט אנדערש געווען ווי א דריטע וועלט לאנד אין דעם הינזיכט. די רייכע האבן קאנטראלירט אמעריקע'ס ביוראקראטיע, מיליטער, ביזנעסער און נאטורליכע אוצרות, און די ארבעטסלאזע מאסן האבן געוואוינט אין וועלפעיר פראדזשעקטס, אפגעריסן פון יעדע מעגליכקייט צו טוישן אמאל זייער מצב.
עס איז נאך אנגעגאנגען די שפיל פון פרייע וואלן, אבער דאס האט נישט געקענט טוישן דעם מצב פון די אונטערשטע קלאסן. אין אנהייב איז געווען איין קאנדידאט וואס האט פרובירט, אבער ער איז ארויסגעשניטן געווארן פון די מידיא, איגנארירט געווארן אויף טעלעוויזיע, ארויסגעפאלן פון בעלאטס צוליב "ביוראקראטישע טעותים", נישט אויסגערעכנט געווארן דורך פאולסטערס, און מען האט זיכער געמאכט ער זאל נישט קוואליפיצירן פאר די פארטייאישע דעבאטעס. מען האט אויך פארשפרייט אויף אים מאדנע בלבולים, אז ער גייט ברענגען אינפלאציע אויף אמעריקע און נישט לאזן עלטערן דורכפירן געוויסע געבורט צערעמאניעס אויף זייערע קינדער. די עלעקשאנס זענען באמת געווען סעלעקשאנס.
די רעגירונג איז געווען געפירט דורך די עליטע, אריינגערעכנט די סעקיוריטי כוחות, די מיליטער, און די שפיאנאזש אגענטורן.

איר קענט זיך פארשטעלן אז עס וואלטן געדארפט זיין ריאטן איבער אמעריקע, אבער דאס האט נישט פאסירט. ערשטענס, האבן די יארן וואס די מענטשן האבן געלעבט אונטערן טעילארייזער סיסטעם געהאט זייער ווירקונג. זיי זענען געווארן ראבאטיש, פאלגזאם, פארקנעכטעט און אן קיין איניציאטיוו צו טראכטן און טון אליינס. צוזאמען מיט דעם וואס דער לייטער אויף ארויף איז שוין פון לאנג געווען אוועקגענומען אן דעם וואס זיי האבן זיך געכאפט בשעת מעשה. איינער מיט א העדסעט איז שוין פון לאנג געווען פארזיגלט אז ביי דעם וועט ער בלייבן, ווייל טעילארייזער האט געהאט אבסאלוטע לעוורעדזש, און זיי האבן שוין פון לאנג פארגעסן אז א אנדערע סארט סיטואציע איז מעגליך.
אבער עס איז געווען מער ווי דעם. די פחדים פון טעראריסטישע אטאקעס וואס זענען געווען אין די אנהייב 2020 יארן האבן אסאך געטוישט אין לאנד. עס זענען געווען סעקיוריטי קעמרעס און אונטערהער אפאראטן אין יעדע פאבליק פלאץ. די רעגירונג האט זיך געגעבן ברייטע רעכטן אונטערצוהערן אלע טעלעפאן געשפרעכן און אינטערנעט קאמיוניקאציע פאר טעראריזם. און פארשטייט זיך, ווי די זאכן גייען, איז די דעפיניציע פון טעראריזם שטארק אויסגעברייטערט געווארן מיט די צייט. אויב האט איינער געקלערט פון אנהייבן ראיאטן אדער סיי וועלכע אומרוען, און עס אויסגעשמועסט מיט א צווייטן, איז ער גלייך אפגעזיגלט געווארן אלס א טעראריסט און אריין אין טורמע, בעפאר ער האט געקענט עפעס אויספירן. שטעל דאס צוזאמען מיט ראבאטישע סעקיוריטי כוחות, זענען ראיאטן געווען אוממעגליך.

עס זענען געווען מענטשן וואס האבן זיך געהאט געלט אוועקגעלייגט, זיי האבן זיך געקענט ארויסדרייען פון דעם גזר דין. אבער שוין אין 2019 האבן 78% פון אלע ארבעטער געלעבט פון פעיטשעק צו פעיטשעק, און דער צאל איז נאר ארויף ווען די וועידזשעס זענען געפאלן. די איינציגסטע לעזונג פאר רוב מענטשן, ווען זיי האבן פארלוירן זייערע דזשאבס, איז געווען צו לעבן אויף רעגירונגס הענדאוטס. און וועלפעיר האוזינג איז געווען וואס די רעגירונג האט געגעבן. דער סיסטעם האט געוויסט אז דער מענטש האט נישט פון וואו צו לעבן, האט עס אים "געגעבן" וואו צו לעבן. ווער עס האט געטראפן א וועג פון וואו זיך צו שפייזן האט געקענט פארלאזן די וועלפעיר פראדזשעקס, אבער עס איז עכט נישט געווען וואו דאס צו טרעפן.

איז עס געווען תפיסה? יא. אבער עס זענען נישט געווען קיינע מויערן ארום. דאס עסן איז געווען גוט. די ראבאטן זענען געווען העפליך און רעספעקטפול. מען האט געקענט ארויסגיין שפאצירן ווען און וואו מען האט געוואלט. אבער א אומזעבארע וואנט האט עקזיסטירט. ווען איינער איז געגאנגען צו ווייט אוועק פון זיין בנין, זענען צוויי ראבאטן צוגעקומען צו אים. מייק ברייען האט עס אין אנהייב אויספראבירט אפאר מאל.
"צייט זיך אויסצודרייען מייק ברייען317. מען ארבעט אינעם געגנט דערנעבן, און פאר דיין זיכערהייט קענען מיר דיר נישט לאזן גיין ווייטער". עס זענען געווען הונדערטער סיבות וואס די ראבאטן פלעגן געבן פארוואס מען דארף זיך אויסדרייען. ארבעט, אויפרייסן, טויטליכע מגיפות, פארפלייצונגען, און אזוי ווייטער. דאס אלעס געווען א חלק פונעם העפליכן שפיל. ווער עס האט זיך אויסגעדרייט איז געווען אקעי, אבער אויב האט מען פרובירט צו גיין ווייטער האט מען גלייך באקומען אן איינשפריץ און זיך שפעטער אויפגעוועקט אינעם צימער. די רייכע האבן נישט געזוכט צו האבן היימלאזע אויף זייערע גאסן.

עס איז געווען א שיינע טאג. די זון האט געשיינט און די וועטער איז געווען מילד, אסאך מענטשן זענען ארויס שפאצירן. מייק און ענדרו האבן באשלאסן אראפצושפאצירן נעבן דעם טייך, וואו ווייט די ראבאטן וועלן זיי לאזן.
"היינט צייכנט אפ א יאר פון ווען דו ביסט אריינגעקומען אין די וועלפעיר פראדזשעקטס. וויאזוי פילט עס?", האט ענדרו געפרעגט.
"איך טראכט אז עס מוז זיין א וועג ארויס פון דא". האט מייק געענטפערט.
"איך פארשטיי וויאזוי דו פילסט, אבער איך פרוביר צו גיין מיט נאמבערס און פאקטן. דורכאויס די היסטאריע, האבן ביליאנען מענטשן געלעבט אזוי. טראכט צוריק ווען דו האסט געלעבט אין דורהעם, נארט קאראליינע. דיינע עלטערן האבן געהאט א דריי טויזנט סקווער פיסיגע הויז און א שווים באסיין. אין די זעלבע צייט, זענען געווען ביליאנען מענטשן אויף די וועלט וואס האבן געלעבט אין אבסאלוטע ארעמקייט. זיי האבן געלעבט אויף א דאלער א טאג. האסטו עפעס געטון דערוועגן? ביליאנען אויף ביליאנען מענטשן האבן געלעבט אין דריטע וועלט לענדער, זיך געוואלגערט אין שטויב און שמוץ. זיי האבן געקענט שפאצירן ביים טייך פונקט ווי אונז יעצט, און איינער וואלט געקענט זאגן פארן צווייטן 'עס מוז זיין א וועג ארויס'. אבער זיי האבן געקענט זען אז זיי זענען פארלוירן, מענטשליכע פאטענציאל געפאנגען אין א האפענוגסלאזע סיטואציע. זייערע קינדער און קינדער'ס קינדער וועלן ווייטער לעבן אזוי, ווייל זיי האבן דורכאויס נישט קיין וועג ארויס. וויפיל האבן מענטשן אין די ערשטע וועלט לענדער געטון זיי צו העלפן? ביליאנען מענטשן האבן געלעבט און געשטארבן אין אומגלויבליכע ארעמקייט און קיינער איז נישט עכט ארויס פון וועג זיי צו העלפן".
"גערעכט. און וואס ברענגסטו ארויס דערמיט?"
"אז קיינער האט נישט געהאלפן די ביליאנען מענטשן אנהייב דעם יארהונדערט, און קיינער גייט אונז נישט העלפן יעצט. די וועלט ארבעט פשוט נישט אזוי. אז דו לעבסט א באקוועמע לעבן אין א באקוועמע געגנט מיט א שווים באסיין אינעם בעקיארד, וואס גייט דיר אן איבער מענטשן אין גענצליך אנדערע מצבים? דו ביסט אימיוניזירט צו זייערע פראבלעמען, און דו שווימסט ווייטער. עס פאלט דיר נישט איין צו העלפן, ווייל עס איז צו ווייט און אבסטראקט".
"אבער אונז לעבן אין אמעריקע, נישט אין די אנדערע זייט וועלט."
"אפשר אויף די מאפע, אבער נישט אין סאציאלן זין פון ווארט. ברייטע אקעאנען טיילן אפ צווישן אונז און די וואס זענען נישט אויף וועלפעיר. קיינער אינדרויסן קען כמעט נישט אנקומען אהער, ווייל ער קען זיך קויפן א ראבאט וואס זאל אים אלעס ערלעדיגן און נישט צוקומען צו קיינעם, און אונז קענען נישט אנקומען אינדרויסן. דערפאר זענען מיר אין א באזונדערטע פלאץ, ווייט פון אויג ווייט פון הארץ. מערסטענס זענען מיר אבסטראקטע סטאטיסטיקס אויפן נאציאנאלן בודזשעט".
"אבער עס וואלט סייווי גארנישט געהאלפן", האט מייק פראטעסטירט. "איין סווימינג פול וואלט קיינעם נישט געהאלפן אין אפריקע. דאס איז געווען דער פראבלעם. אויך אויב א מענטש האט געוואלט העלפן, האט ער נישט געקענט צופיל העלפן. עס דארף זיין עפעס א פונדאמענטאלע טויש. סאסייעטי קען נישט צולאזן א קליינע גרופע פון מענטשן לעבן ווי קעניגן אין די צייט וואס 80% בלייבן אויסגעהונגערט אדער לעבן אויף וועלפעיר. פארוואס זאל סאסייעטי זיין אזויווי יעצט? עס דערמאנט פון די נאציס מיט זייערע לאגערן", האט ער זיך געקאכט.
ענדרו האט געגעבן א מידע שמייכל. "גיי פארצייל דאס פאר די נאציס. גיי פארצייל דאס פאר די וואס לעבן היינט ווי קעניגן. זיי וועלן דיר געבן טויזנט תירוצים פארוואס עס קומט זיך זיי. זיי האבן געארבעט שווער. בלא בלא בלא. זיי וועלן דיר אויך מיט פרייד ערקלערן פארוואס אונז, און אלע אנדערע ארימע און וועלפעיר באנוצער, קומט זיך גארנישט. עס מאכט אפשר נישט קיין סענס, חוץ אויב דו ביסט דער מיטן סווימינג פול. דאן מאכט עס פלוצלינג שוין איינמאל סענס אין דיינע אויגן. און די מענטשן מיט די סווימינג פולס האבן די מאכט, בלייבט עס טאקע אזוי".
מייק האט נישט אפגעלאזט. "ראבאטן טוען יעצט כמעט די גאנצע ארבעט. מענטשן, אלע מענטשן, וואלטן יעצט געקענט זיין אויף אייביגע וואקאציע. דאס איז וואס שטערט מיר. ווען סאסייעטי וואלט געווען אביסל אנדערש אויסגעשטעלט, וואלטן אונז געקענט זיין אויף וואקאציע אנשטאט אויף וועלפעיר. יעדער אויפן פלאנעט, אדער ווייניגסטענס אין לאנד, וואלט געקענט האבן צום לעבן רואיגערהייט."
"יא, ווען סאסייעטי וואלט געווען אביסל אנדערש אויסגעשטעלט", האט ענדרו יונגער געענטפערט פארטראכט. "אבער מענטשן זייענדיג מענטשן, וואלט דאס געדארפט ווערן אויסגעשטעלט בעפאר סאסייעטי איז געווארן צוטיילט און אפגעריסן, ווי אונז וואלטן געווען מאלפעס אנשטאט מענטשן. אזא זאך וואלט געדארפט איינגעפירט ווערן אין די פריע 2020 יארן. יעצט איז שוין צו שפעט."

זיי האבן ווייטער שפאצירט אין שווייגעניש פאר א האלבע מייל. דריי ראבאטן זענען צוגעקומען. איינער פון זיי האט געזאגט, "צייט זיך צוריקצודרייען מייק ברייען317 און ענדרו יונגער868. עס איז דא א הונט מיט רעיביס אין די קומענדיגע זאנע. פאר אייער זיכערהייט קענען מיר אייך נישט ערלויבן צו גיין ווייטער".

זיי האבן זיך אויסגעדרייט. די ראבאטן האבן זיי נאכגעפאלגט מיט א רעספעקטפולע דיסטאנץ פון 50 פיס. דאן האבן זיי זיך צושפרייט.

"א הונט מיט רעיביס? דאס האב איך נאך קיינמאל נישט געהערט", האט ענדרו געזאגט.
זיי צוריקגעגאנגען דעם גאנצן וועג צו זייער בנין אין שווייגעניש. זיי האבן גענומען דעם עלעוועיטאר צום פערצנטן שטאק, און ארויפגעפארן פארזינקען אין זייערע מחשבות.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

דא קען זיין די ענדע. אדער קען עס זיין די אנהויב...

פארשטייט זיך אז עס ארויסגעברענגט געווארן שארף פאר די מעשה, דאך מיין איך אז יעדע פרט דא קען ווירקליך פאסירן אינעם נאנטן צוקונפט, כאטש איך גלייב אז רעאליטעט וועט אויסקוקן אנדערש ווי אין די לעצטע צוויי קאפיטלען דא (די ערשטע צוויי זענען גראדע זייער רעאליסטיש).
אויך האלט איך נישט אז ביליאנערן זענען דווקא הארצלאזע מענטשן, שולדיג אין אלע צרות. אבער אין אדם נתפס על צערו...

אפאר הנחות ליגן אונטער די געשיכטע, וואס וועט פאסירן אויב לאזן מיר זאכן לויפן:
א ריזיגע חלק פון יעצטיגע דזשאבס גייען ווערן אויטאמאטיזירט און ראבאטיזירט אין אמעריקע אין די קומענדיגע יארן.
חוץ פון אוועקנעמען דזשאבס, וועט עס אוועקנעמען upward mobility. (אין די מעשה איז עס ווייל ארבייטער קענען קיינמאל נישט ווערן מענעדזשערס, א קלאס וואס עקזיסטירט שוין נישט, און ווייל עס איז נישט שייך צו בעטן קיין רעיז ביי טעילארייזער. אבער עס זענען דא נאך אסאך וועגן וויאזוי עס זאל ברענגען דעם אפעקט).
דאס וועט נאכמער צוטיילן די שיכטן אין אמעריקע. די עליטע וועלן נאך ווייניגער פארשטיין צום ארבעטס קלאס ווי יעצט.
וואס וועט ברענגען אז די נידריגערע שיכטן זאלן פילן נאכמער באקריוודעט.

איך ווייס נישט וואס איז בעסער, מאסן נוצלאזע וועלפעיר איינגעשפארטע אדער מאסן ריאטן און אומרוען (וואס איז אויסגעמיטן געווארן אין די באשרייבונג). זאלן מיר באהיטן ווערן פון ביידע.

פאר ווער עס האט נאכנישט געזען, און איז דא געווארן נייגעריג איבער די אישוס, איז דא א אשכול איבער די קריזיס וואס אויטאמאציע קען ברענגען - בעיקר נאר וועגן דזשאבס פארלוסט, וואס איז הארטע דאטא, און נישט די סאציאלאגישע פועל יוצא'ס, וואס זענען מער שפעקולאציעס.
אויך איז דא א אשכול איבער ענדרו יענג, דער איינציגסטער וואס טוט עפעס למעשה דערצו, צווישן אנדערע זאכן.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

Wow wow wow!

אומגלויבלעך וואס דו לייגסט דא אראפ, צו אלע דיינע מעלות ביסטו א גוטע בעל דמיון אויך :smile: . אזעלכע שיינע דמיונות, אבער אזוי טיף!

איין זאך איז מיר שווער, אויב קענסטו אזוי גוט די היסטאריע, פארוואס שרייבסטו נישט וועלכע יאר עס איז געווען? איך מיין עס האט זיך אנגעהויבן ארום תתכ"ב. איך געדענק אז די אלטע רב פון ארלענדאו האט געשריגן "א קנאפע יובל איז פאריבער פון כלל ישראל האט זיך צוזאם גענומען אין סיטי פיעלד, דעמאלטס איז עס נאך געווען בזעיר אנפין, קוים 40-50 טויזנט אידן. יעצט ווען די אמעריקאנע פאלק האט שוין געמאכט געזעצן וועגן סאציאליע מידיע און אנדערע פראבלעמען פון די טמע'נע נעט, זעט שוין יעדער די ווייטע בליק פון די גדולי ישראל פונעם פריערדיגן דור. יצרו של אדם מתחדש עליו כל יום, זיי רופן עס טעילארייזער, זיי זאגן מען דארף עס לצורך פרנסה. טעילארייזער שמעילארייזאר, איך בין מבטיח אז ווער עס וועט נישט אנטון דעם העדסעט וועט זיין גוט בזה ובבא! עם ה' חזקו ונתחזקו!"

Yang2020 האט געשריבן:א דאנק אייך אלע!

איצל פיצל שיקט מיר צו סאפטוועיר קאודינג, מטעמים טענה'ט אז איך קען נאך מאכן אסאך געלט אין זיין ליין, און שמואל בארג טרייבט מיר גאר אין בית המדרש אריין...
און איך ארבעט שוין יארן אויף מיין סעלף קאנפידענס מיט דעם וואס שלמה המלך זאגט, לא לחכמים לחם :lol:

איך האב שוין אויך געטראכט אז דו וואלסט געטויגט פאר מיין ליין. אבער ווער דארף לחם? ענדזוי לייף...
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

הרב יואל קליין האט געשריבן:ליסן, איך האב נישט געקויפט דעם דאומעין..
און איך האב זיך פארגעשטעלט אז די פעיסט דעם נאמען
Two great minds think a like

צוריק צום ענין. יעדע זאך וואס נעמט איבער די קאנטראל און מאניפולירט א גרויסע מאסע מענטשן קען נישט האבן קיין קיום.

ראנג ניק אלערט...
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

א דאנק! :smile:

מענטשן האבן זיך פארלאזט מיטן קאלענדאר און טעגליכע סקעדזשול אויפן טעילארייזער, און האבן פארלוירן די אייגענע סענס אוו טיים. דער טעילארייזער האט געמאכט א שפיצל אויף זיי, כדי צו באפעסטיגן מער זיין קאנטראל, און ארומגע'חוש'ט מיט די צייטן. דאס מאכט דיר אויסקוקן אז עס געווען אזוי שפעט ווי תתכ"ב.
נישט קלאר די אמת'ע דאטום, אבער עס איז נישט געווען אזוי לאנג ארום...
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

אוי ביסטו פיין!
יעצט וואלט פאסיג געווען אזעלכע סטייל כח הדמיון ארטיקלעך וויאזוי יענג'ס 1000 דאלאר א חודש וואלט אויסגעשעיפט אנדערש די בילד..
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

הר גריזים האט געשריבן:יעצט וואלט פאסיג געווען אזעלכע סטייל כח הדמיון ארטיקלעך וויאזוי יענג'ס 1000 דאלאר א חודש וואלט אויסגעשעיפט אנדערש די בילד..


דאס האב איך שוין געשריבן אין יענג'ס אשכול :wink:
אבער עכט, א גוטע געדאנק. וועט גענומען ווערן אין באטראכט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30714
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

מיי גאש! מאסיוו איז נישט דאס ווארט!!!
Yang2020 האט געשריבן:א ביישפיל דערצו איז דרייווינג. ביי מענטשן איז דאס מסתמא דער טאג-טעגליכע דזשאב וואס פאדערט די מערסטע ראיה, אבער סעלף דרייווינג קארס פארן שוין יעצט, כמעט אן קיין זע קראפט בכלל..

BTW, טעסלא אוטא-פיילאט נוצט נישט ליידאר, א גרויסע פערצענט דערפון איז וויזשען.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

קנאפער ידען האט געשריבן:מיי גאש! מאסיוו איז נישט דאס ווארט!!!
Yang2020 האט געשריבן:א ביישפיל דערצו איז דרייווינג. ביי מענטשן איז דאס מסתמא דער טאג-טעגליכע דזשאב וואס פאדערט די מערסטע ראיה, אבער סעלף דרייווינג קארס פארן שוין יעצט, כמעט אן קיין זע קראפט בכלל..

BTW, טעסלא אוטא-פיילאט נוצט נישט ליידאר, א גרויסע פערצענט דערפון איז וויזשען.


א דאנק!

ריכטיג אז טעסלא נוצט יא וויזשען אין גרויסען טייל, אבער נאך וואס עלאן מאסק האט אינדארסירט יענג האב איך נישט געקענט דערמאנען טעסלא, צוליב קאמפיין מיסברויך געזעצן...

אבער ערנסט, איז אמת אז קאמפיוטער וויזשען איז שוין מער אנטוויקלט ווי די געשיכטע האט עס געמאכט אויסזען. (נאך מער זעט זיך עס אן אין טשיינע, טאקע ווייל זיי זאמלען הויפנס דאטא). דאך, פון די אנדערע סעלף דרייווינג סיסטעמען וואס נוצן כמעט נישט קיין וויזשען קען מען זען, אז אויך וויזשען אינטענסיוו טעסקס קענען אויטאמאטיזירט ווערן נאך בעפאר פולקאמע קאמפיוטער וויזשען ווערט עררייכט, אויב זאל מען אננעמען אז דאס וועט נאך נעמען א לאנגע צייט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

צוויי דזשאמבאו הערות

1) אנשטאט דערשרעקן דא דעם עולם, ארבעט אויף די איידיע בפועל און ווער רייך.
2) מען וועט ארויפרוקן מינימום וועידזש צו וויפיל מען דארף צו לעבן באקוועם, און פרייזן וועלן פאלן רעלאטיוו צו ארבעט, בעסער געזאגט, מיט די צייט וואלט פון דעם געווארן קאמוניזם, וואס ארבעט, עני פארטיי וואלט געמוזט שטיצן קאמוניזם אדער סעמי קאמוניזם צו האבן א טשענס, מסתמא וואלט עס געהאט א צווייטן נאמען.

מאסיווע מאסיווע ארטיקלען.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

Yang2020 האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:סאו בעיסיקלי - אין טעאריע כמובן, ווייל ג-ט ב"ה גיבט געווענליך נישט קיין העדס אףף מען זאל וויסן וואס זיינע פלענער זענען - גייט אזא ווירטשאפט בלויז פירן צו א העכערונג אין מינימום וועידזש, געזעצן אז מ'טאר נישט ארבעטן מער ווי צוואנציג שעה א וואך, וחוזר חלילה.


1. וויאזוי קומסטו אן צו אזא מסקנא?
2. דאס וועט נישט לעזן דעם שורש, און נאר צואיילן דעם סוף פסוק פונעם קומענדיגן קאפיטל-צוויי.


אדער דאס, אדער עני אנדערע וועג פון סעמי קאמוניזם.

ווייל דאס איז די וועג וויאזוי די וועלט ארבעט, פונקט ווי די שרייבסט לגבי יוניאן דעמאלט.

עס קען געשען טאקע דורך אז די יוניאן'ס וועלן ווערן זייער זייער שטארק.

אדער וועט גאר ווערן א מאכטפולע יוניאן פון די וואס דער סיסטעם וועט ארויסשארן.

דאס וועט יא לעזן דעם שורש.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”