ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 2: איך בין הונגעריג

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11719
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 2: איך בין הונגעריג

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 6:06 pm

בילד


דינסטאג וישב תשע"ז - 11:30 ביינאכט
עס איז נישט קיין תענית ציבור אדער יחיד, איך בין נישט אין א מדבר אדער היימלאז, נישט ארעסטירט אין טורמע צעל. איך זיץ ביי מיר אינדערהיים אויפן באקוועמען בענקל ביים דיינונג רום טיש, אין פרידזשידער נישט ווייט איז דא א געהעריגע אויסוואל פון אלע סארט מאכלים און נאשערייען, ווער רעדט נאך פונעם שענקל אין קאך וואס איז פול מיט פארשידענע מזונות'ן און שהכל'ס, אבער איך בין הונגעריג.

מיינע הענט און פיס באדינען מיר געהעריג, מיין מויל קען צוקייען דאס עסן, די גומען איז נישט פארשלאפט נאך א צאן דאקטער באהאנדלונג, איך שפיר א טעם אין עסן, איך האב אפעטיט, עס גלוסט זיך מיר א פיין שטיקל עסנווארג, אין פרידנסצייטן וואלט איך אנשטאט זיך אראפזעצן קלאפן אותיות אויפן קיעבאורד געשטאנען ביים אפענעם שענקל אדער פרידזשידער און טועם געווען אביסל פון יעדע אויסוואל, אבער יעצט בין איך הונגעריג.

איך בין געזונט און שטארק, לייד נישט פון צוקער אדער הויכע בלוט דרוק, מיין קאלעסטעראל איז נארמאל, איך נעם נישט קיין שום מעדעצינען, איך האב נישט לאנג צוריק געלאזט אונטערזוכן מיין הארץ און לונגען און לעבער און נירן און נאך פארשידענע בלוט און אנדערע סארט טעסטס, און אלעס איז צוריקגעקומען מיט גינסטיגע רעזולטאטן, "פליענדיגע פארבן" האט זיך די קראנקן-שוועסטער אויסגעדרוקט אויפן טעלעפאן ביים איבערגעבן די גוטע נייעס. אבער איך בין הונגעריג.

איך בין הונגעריג ווייל איך עס נישט צופיל, ווייל איך וויל אפפאלן פונטן, אבער נישט צוליב מיין געזונט נאר צוליב יענעמס. אנגעהויבן האט זיך עס אויף א מאנטאג, כ"ו אייר תשע"ד, ווען איך האב אנטיילגענומען אין א בלוט דרייוו צוגעשטעלט דורך משפחת ש. אין צוזאמענארבעט מיט די וואויל בארימטע רינועל ארגעניזאציע, עס איז פארגעקומען אין די גאראדזש פון חברה הצלה אויף פענן סטריט אין וויליאמסבורג, מיטן ציהל אויסצוגעפונען מיין בלוט טייפ און זעהן אויב איך בין פאסיג צו ראטעווען דאס לעבן פון א אידישע מאמע וואס האט זיך געמוטשעט מיט א נירן קראנקהייט און געזוכט א נדבן פאר א געזונטע ניר.

יענע פרוי איז אינדערצווישן געהאלפן געווארן דורך א חשוב'ע אינגערמאן וואס איז געפונען געווארן צו זיין דער פאסיגער פאר, און איך האב פארגעסן פון די גאנצע מעשה. ביז עטליכע וואכן צוריק, דינסטאג פרשת וירא תשע"ז.

דער טעלעפאן אין מיין דירה צוקלינגט זיך, א פרעמדער נומער באווייזט זיך אויפן פענסטערל, דער איד אויף די אנדערע זייט גיבט זיך אן אלס "מנחם פריעדמאן" פון די "רינועל" ארגעניזאציע. ער דערמאנט אז מען האט אמאל געגעבן א בלוט ביישפיל צו קענען ראטעווען א איד, און ער פרעגט אויב עס איז נאך אינטערסאנט היינט אויך, ווייל ער האט א איד וואס פארמאגט די זעלבע בלוט טייפ ווי מיר און יענער נויטיגט זיך אין א פרישע ניר.

מיין בני בית האט געזאגט אז זי וועט מיר איבערגעבן דעם שמועס און אויב עס וועט זיין אינטערסאנט וועל איך צוריקרופן. אינטערסאנט? המממ, זיכער נישט דאס ריכטיגע ווארט. ווי א וואולקן בראך איז מיר די נייעס באפאלן. ווי א געטליכע האנט טייטלט אויף מיר און זאגט "מיין זוהן, דו ביסט אויסגעוועלט געווארן צו א גראנדיעזע נסיון, איך וויל זעהן וויאזוי דו האנדלסט דאס".

די ערשטע פאר טעג האב איך גארנישט געטוהן דערוועגן, ניטאמאל אריינגעטראכט צו טיעף. איך האב נישט גערעדט צו קיינעם, בלויז געלאזט פאלן לייכטע באמערקונגען צו מיינע ארומיגע, וועלכע האבן עס נישט גענומען ערנסט, פונקט ווי מיר. דאן איז אונטערגעקומען א שמחה אין די משפחה, האט מען שוין געהאלטן דעם קאפ פארנומען מיט אנדערע טעמעס.

די פאסיווקייט האט אבער נישט אנגעהאלטן מער ווי טאקע אט די געציילטע טעג, ווייל מאנטאג פרשת חיי האט א מעלדונג אויפן "דבר יום ביומו" געמאלדן אז עס ווערט געזוכט איינער מיט בלוט טייפ "או" – מיין בלוט טייפ – צו שענקן א ניר פאר א טאטע פון א שטוב מיט קינדער. א מחשבה'לע האט זיך מיר אריינגעכאפט אין מח קעמערל אז דער אנאנס איז צו מיר געצילט, ווייל "רינועל" האט דערווייל נישט צוריקגעהערט פון מיר און זיי קענען באשטיין איך זאל אריינרופן. ווען איך האב אבער גערופן דעם נומער, האבן זיי מיר געזאגט אז עס האנדלט זיך פון א צווייטע פאל, נישט דער זעלבער איד וואס פאסט זיך צו מיר.

אז איך האב שוין גערעדט צו זיי, האבן זיי מיך געפרעגט וואס איך זאג צו דעם געדאנק. איך האב געזאגט אז איך בין אפן דערצו און איך וועל מיך אריינלייגן דערין טיפער, פרעגן וועמען איך וויל אנפרעגן, רעדן צו פארשידענע מענטשן און ליינען פארשידענע באשרייבונגען, און איך וועל צוריקקומען צו זיי מיט א קלארן ענטפער. מיין ערשטע סטאנציע איז געווען מיין פאטער שליט"א, פון וועמען איך האב שוין יארן צוריק געהערט אז ער האלט נישט פון אוועקשענקן אברים וואס דער אויבערשטער האט דעם מענטש געשאנקן. ער האט זיך טאקע געהאלטן ביי זיינעם און געזאגט אז ער וויל הערן א דעת תורה פון א רב וואס איז נישט פארבינדן מיט די רפואה ארגעניזאציע.

דער ערשטער רב צו וועמען איך האב זיך געוואנדן, האט מיר גלייך געזאגט אז ער ענטפערט נישט אויף אזעלכע שאלות. אבער ווען איך האב אים ערקלערט אז איך בין נישט געקומען הערן קיין יא אדער ניין, בלויז א דעת תורה, האט ער געזאגט אז על פי תורה קען מען נישט מחייב זיין א מענטש דאס צו טוהן. איך האב אים געזאגט אז איך ווייס דערפון, און נישט דאס איז מיין פראגע, נאר איך וויל וויסן אויב מען איז ערלויבט צו טוהן אזא זאך, וויבאלד עס איז דא א קליינע פראצענט אז דאס זאל שלעכט ווירקן אויפן נדבן און מען טאר זיך נישט אריינלייגן אין א ספק סכנה פאר יענעמס געזונט. דער רב האט געזאגט אז אויף דעם קליינעם פראצענט איז געזאגט געווארן דער כלל פון "שומר מצוה לא ידע דבר רע", ער האט צוגעגעבן אז דאס איז א געוואלדיגע מסירת נפש, און אויך א קידוש השם, ווייל די גוי'אישע פרעסע ווייסט צו דערציילן אז אין די היימישע געגנטער קומען פאר מער נירן טראנספלאנטן פון פרעמדע נדבנים ווי סיי ווי איבער אמעריקע.

דער צווייטער רב איז נישט געווען אזוי פאזיטיוו צום געדאנק, ער האט זיך פאררופן אויף זיין זיידן וואס פלעגט אפרעדן מענטשן פון אזעלכע סארט זאכן. עס איז געבליבן אז מען גייט פרובירן געוואויר ווערן דעם מיינונג פון אן עלטערן רב פון פריערדיגן דור וואס איז שוין נישט בין החיים, אבער זיינע נאנטע קענען זיכער איבערגעבן וואס ער האט געהאלטן דערוועגן.

עס האט נישט לאנג געדויערט און מען האט געפונען א איד וואס האט זיך איבערגעשמועסט מיט דעם גרויסן רב און האט באקומען פון אים א גאר פאזיטיווע ענטפער. דער אנגעזעהנער רב האט זיך זאגאר אויפגעשטעלט פאר דעם נדבן ווען יענער איז דעם פאלגנדן ראש השנה געקומען זיך וואונטשן ביי אים.

יעצט בלייבט נאר איבער צו מאכן א באשטעלונג אין שפיטאל אויף א סעריע טעסטן וואס מען דארף אריבערגיין צו זעהן אויב מען איז גענוג געזונט פאר אזא אפעראציע און אקציע.

איך וועל אייביג געדענקן וואו איך בין געשטאנען יענעם פרייטאג פרשת תולדות נאכמיטאג אויפן וועג אהיים פון די מקוה, ווען עס איז אריינגעקומען דער רוף אויף מיין טעלעפאן, א באאמטע פון שפיטאל האט מיר געמאלדן אז זיי האבן אפאר פרייע טעג אינמיטן פרשת וישלח ווען איך קען אראפקומען זיך טעסטן. איך האב אויסגעקליבן דעם מאנטאג, און דאס האט געמיינט אז פון זונטאג אווענט אום 12 אזייגער דארף איך אויפהערן עסן און טרונקן, בלויז וואסער איז ערלויבט.

די ערשטע זאך נעמט מען א דריי שעה'יגע גלוקאז טעסט, צו מעסטן די צוקער שטאפלן און וויאזוי דער קערפער פארדייט דאס. מען טרונקט אויס א פלעשל אראנדזשע צוקער וואסער אויפן ליידיגן מאגן, נאכן לאזן גיין אביסל בלוט בעפאר, און דאן נעמט מען בלוט ביישפילן יעדע שעה, ביז דריי שעה נאכן טרונקן.

ביי די דריי שעה נעמט מען מערערע פלעשלעך בלוט, איך האב געציילט און איבערגעציילט און געפונען צוואנציג אזעלכע שמאלע טובס מיט מיין בלוט, יעדע איינע פאר א צווייטע סארט טעסטינג. פון דארט בין איך געגאנגען צו א צווייטע אפטיילונג פון שפיטאל, וואו מען האט מיך צוגעטשעפעט צו א הארץ מאשין און געקוקט אויב דאס פונקציאנירט ווי נארמאל. פון דארט בין איך ווייטער געגאנגען צו א דריטע אפטיילונג, וואו מען האט גענומען א סאנאגראם פון מיינע נירן, צו זעהן וויאזוי זיי פונקציאנירן, און בכלל צי איך פארמאג טאקע צוויי געזונטע נירן. נישט ווייט פון יענעם פלאץ האט מען גענומען עקסרעי פון מיינע לונגען.

דאס לעצטע טעסט איז געווען אין א פארמאכטע עם.אר.איי. מאשין, וואו נאנט צו א האלבע שעה האב איך געדארפט אטעמען טיף, האלטן דעם אטעם, און אטעמען נארמאל, ווען דער מאשין כאפט אלע סארט בילדער פון די אינערליכע גלידער.

די טעסטן האבן זיך אנגעהויבן 9 אזייגער אינדערפרי און געענדיגט 6:30 אין אווענט. שחרית האב איך געדאווענט מיט די ותיקין מנין, מנחה אין קארידאר פון שפיטאל ביני לבין קוני, און מעריב צוריק אין שוהל.

איך האב געווארט נאנט צו א וואך מיט אנגסט צו הערן מיין שיקזאל. בין איך געזונט? בין איך פאסיג צו שענקן די מתנה פון לעבן פאר א צווייטער איד וואס איז שטארק אנגעוויזן דערויף? היינט איז עס געקומען אין פארעם פון א טעלעפאנישע רוף פון שפיטאל. ווי געשריבן בין איך פארביי אלע טעסטן מיט פליענדע פארבן, אבער...

דער גרויסער אבער איז, אז איך דארף פארלירן א זיבעטל פון מיין געוויכט כדי צו העכערן די ערפאלג ראטע פונעם אפעראציע און ערהוילונג, און אויך כדי צו פארמיידן הויכע בלוט דרוק אדער צוקער קראנקהייט אינעם צוקונפט, זאכן וואס ווירקן שטארק אומגינסטיג אויף די נירן פון א מענטש.

איך האב שוין געהערט די נוטרישעניסט וואס זיי האבן צוגעשטעלט זיך אפרעדן אויף מיין געוויכט יענעם מאנטאג אין שפיטאל, און טאקע גלייך ביים אהיימקומען האב איך אנגעהויבן א שטרענגע דיעטע. אבער יעצט מיט דעם טעלעפאן רוף איז דאס ווי באשטעטיגט געווארן דורך די שטאב דאקטוירים, און יעצט פארשטייט איר שוין פארוואס איך בין געווען הונגעריג.

איך בין געווען הונגעריג ווייל איך עס די לעצטע וואך צייט א העלפט פון וויפיל איך בין געוואוינט צו עסן, ווייל איך וויל פארלירן וואג, ווייל איך וויל זוכה זיין אין די גראנדיעזע מצוה פון שענקן א ניר פאר א חולה ישראל. איך האף און בעט אויף הצלחה און סייעתא דשמיא אויף טריט און שריט.

א דאנק אייך פארן אויסהערן מיין געשיכטע - איך בין שוין נישט הונגעריג.
לעצט פאראכטן דורך מה פתאום??? אום דינסטאג דעצמבער 27, 2016 9:31 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 7:27 pm

הייליג!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11719
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 7:41 pm

געפיליש!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 10:06 pm

קניינעהארע!

ווער ברויך א עם אר איי ווען די שריפט גיבט אזוי קלאר אראפ די אינערליכע הרגשים..
זאלסטו האבן הצלחה בכל אשר תפנה.
(און אודאי ברויכסטו נישט ווארטן ביז קומענדיגע פארמעסט מיט די אפדעיטס).
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5791
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 10:10 pm

דראמאטיש, ארגינעל, געפיליש!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2662
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 11:07 pm

Wow
איך שטעל זיך אויף פאר דיר. זייער שיין באשריבן.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דינסטאג דעצמבער 27, 2016 4:33 am

Wow.. עס זענען דא וואולע אידן צווישן אונז, און פאר א נויט קענען זיי (ער) פיין שרייבן, עס איז א געשמאק צו לעזן, איך שעץ אזא איד.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6243
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג דעצמבער 27, 2016 10:06 am

אויסגעגאסן די געפילן אויפן טיש מיט אזא פאכמאנישקייט...

אריגינאל און אמת'דיג
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג דעצמבער 27, 2016 12:02 pm

א שטיק הארץ און געפיל
נישטא וואס צו זאגן מער: מי כעמך ישראל!!!
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

תגובהדורך גלייכגילטיג » דינסטאג דעצמבער 27, 2016 12:08 pm

איך בין אויך זאט!...

אן עמאציאנאלע דייערי. עס האט מיר גענצליך איבערגענומען. געשריבן מיט א קלארע און פראפעסיאנאלע שריפט.

דער אויבערשטער זאל דיר באגלייטן אין אלע דיינע טריט.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » דינסטאג דעצמבער 27, 2016 12:21 pm

אזוי שיין און פיל מיט הארץ אראפגעלייגט... איך האב ממש מיטגעשפירט דיינע פרעזענליכע געפיהלן וואס דו האסט געשפירט!
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג דעצמבער 27, 2016 1:32 pm

זייער קלארע און דעטאלירטע באשרייבונג איבער א מיסיע צו ראטעווען א איד.

ייש"כ, השי"ת זאל העלפען אז ס'זאל אייך גארנישט שאטן און דער איד זאל האבן א רפואה שלימה,

(בד"א מ'זאגט נאך פון ערליכע אידן {איך געדענק שוין נישט ווערן} אז דער באשעפער האט באשאפען א מענטש מיט צוויי נירן אז איינס זאל ער קענען אוועק פאר א צווייטן וואס דארף עס ליידער האבן.)
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דינסטאג דעצמבער 27, 2016 3:03 pm

געליינט און מיטגעשפירט, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט פארלירן פונטן און עס קאנווערטן צו גרינע דאללארן...

מיר ווארטן פארשטענדליך אויף די פארזעצונג וויאזוי זאכן גייען צו.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג דעצמבער 27, 2016 9:02 pm

הארציג! שיינט צו זיין וואר נישט קיין פיקציע..

די שריפט איז זאפטיג און פליסיג. שמעקט היימיש

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מיטוואך דעצמבער 28, 2016 1:36 am

וואאףףףףף, דיין הונגערן איז ממש הקרבת חלב ודם על גבי המזבח.

אבער ווער הייסט דיר הונגערן, גיי אויף מייזליש'ס דייעט...
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2229
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מיטוואך דעצמבער 28, 2016 2:16 pm

סהאט מיר זייער איבערגענומען!
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3691
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 10:26 pm

איך בין איבערגענומען און נתפעל צו זעהן ווי א איד גיט זיך אוועק פאר א צווייטן וועם ער קען נישטאמאל בלב ונפש.

עס זאל אלעס דורכגיין בשלום ובשלוה.

זייער רייך און פראפעסיאנאל געשריבן.

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » פרייטאג דעצמבער 30, 2016 10:29 am

מצב כללי האט געשריבן:עס זאל אלעס דורכגיין בשלום ובשלוה.

זייער רייך און פראפעסיאנאל געשריבן.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » זונטאג ינואר 01, 2017 10:42 am

גאלדענע הארץ
און א
גאלדענע פעדער
זאלסטו מיר זיין געזינט!

אוועטאר
פינטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:44 am
לאקאציע: סארי, כ'וועל זיין צוריק ביז אפאר מינוט...

תגובהדורך פינטל » זונטאג ינואר 01, 2017 11:19 am

איך בין איבערגענומען
אייביג צום פינטל...

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » זונטאג ינואר 01, 2017 11:21 am

באנומען אינגאנצן.
איך בין שוין אויך נישט הונגעריג.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

האבגרויסהצלחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 04, 2015 1:03 pm

תגובהדורך האבגרויסהצלחה » זונטאג ינואר 01, 2017 11:42 am

זייער שיין אראפ געלייגט

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5110
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג ינואר 01, 2017 3:10 pm

WOW די חשובסטע ארטיקל פון 2016 !
ווי יענער האט געשריבן א גאלדענע הארץ און פעדער
גאט זאל העלפן זאלסט קענען מקיים זיין די מצוה גערינגערהייט און ס'זאל דיר אייביג ביישטיין !!
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5110
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג ינואר 01, 2017 4:46 pm

איך האב נאר א פראבלעם !
איך זעה נישט ווי אזוי איינער זאל נישט קענען שטומען פאר די ארטיקעל כ'רעדט נישט לגבי די שריפט כ'רעדט לגבי די תוכן די מעשה..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:44 am

גאר שיין. דער באשעפער זאל העלפן אז אלעס זאל דורכגיין בשלום און דו זאלסט קיינמאל נישט זיין הונגעריג.
לעצט פאראכטן דורך מומחה עצום אום מאנטאג ינואר 02, 2017 1:44 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט