א גרין פלעשל הייניקן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

א גרין פלעשל הייניקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

א גרין פלעשל הייניקן.

לאמיך עס מאכן קורץ. ליל שישי (- א אויסגעדראשענע טעמע? -) און א קאלט פלעשל הייניקן, וואס קען זיין בעסער?

ס'איז האלב עלעווע, דער שיעור האט געבומט, דער מאגן האט געברומט, און דער הייניקן האט אין מיין חלום געשוימט. גוט הונגעריג בין איך געווען און טראץ מיין שטרענגן דייעט אנגעהויבן זינט אסרו, האבעך באשלאסן, יעבור עלי מה, איך גיי עפעס קויפן צועסן. נישט פאר מיר ח"ו, בלויז פאר מיין הונגער. וואס איז ער נעבעך שולדיג אז איך בין אויף דייעט? האיש האחד יחטא ועל כל העדה יקצוף?

אבער נאך מעריב האט זיך דער יצר טוב יא געשטארקט. דאך איז עס א פרישער דייעט און מען טאר עס נישט ברעכן. אריינגייענדיג אין גראסערי, האבן מיינע אויגן אנגעהויבן לויפן אויף די פאליציעס (מיינע בליקן טו בי קארעקט) און זיך אנגעשטויסן אין דעם ברייטן ביר סעלעקציע. געשריגן, געמאנט, זיך געבעטן און געפאדערט. אלעס האבן זיי געטוהן צו מיר די שוויציגע מאראסט-קאלירטע פלעשלעך. נו, ווי קען איך זיין אכזר?

אנקומענדיג נאנט האט זיך אין מוח אנגעהויבן א מלחמה. דערביי האבן אנטיילגענומען דער קליינער (דאכציך נייער) קארס לייט, דער מיללער קאנע, באדווייזער האט ממש געטיילט מכות, און דער גרויסער גרינער הייניקן האט אראפגעקוקט אויף יעדן מיט זיין שליימיגן אויסזעהן, ווי צו זאגן: עמיר זעהן ווער עס וועט זיגן!

דער גרינער פלעשל הייניקן.

פארוואס ער האט געזיגט ווייס איך נאך ביז יעצט נישט, אבער ביז א מינוט איז ביים רעדזשיסטער געשטאנען א גרויסהאלטערישער אינגערמאן, אויסגעפליקט בערדל, --- גלעזער (גילוי?! דאס שוין נישט!) און אין זיין האנט האבן גענאכבארט צוויי היימישע צייטונגען און א גרין פלעשל הייניקן.

אויפן גאנץ קורצן וועג אהיים האבן די גומען געטיילט בהרחבה שפייעכץ לעכצנדיג אויפן אויסגעגארטן הייניקן. א שנעלער חשבון האט געוויזן אז אינדערהיים איז נישט דא קיין פאטעיטא טשיפס, קיין טשאלנט, קיין ניסלעך (דא זאגט יצחק פוקס: ולא ירושלים). טרינקן ביר אָן עס חתונה מאכן מיט איינס פון די אויבנדערמאנטע זאכן, איז אין מיינע אויגן גענוי ווי עסן אייער קוכלעך אן הערינג, אדער ווי לערנען פרייטאג צונאכטס אור החיים הקדוש אן קאלטע סעלצער. (קרעדיט: הערשל פריעדמאן).

אבער ווער זאגט אז מיט א קריספי רויטן פרישן רעדעלישעס, קען קיין ביר נישט גיין? מאטעם אפגעשיילט, זיך אראפגעזעצט, געמאכט א ברכה, אריינגעביסן, און פיין הנאה געהאט. און דאן זיך געגרייט צו טרינקן דעם הייניקן.
דעם גרינעם פלעשל הייניקן.

מיינע פינגער וועלכע האבן שוין באוויזן אראפצונעמען די מעטאלענע דעקלעך פון מערערע קארס לייט, באדווייזער, און מיללער פלעשער (חברה! כ'טויג!!!) האבן געניט אנגעכאפט דעם דעקל מיט פיר פינגער אויף איין זייט, און דער גראבער אויף די אנדערע זייט ווען דער מיטלסטער פונקט פונעם פינגער שטייט אויפן דעקל און ער הייבט אן מיט מאכט ארויפצושטופן דעם קליינעם פול-שליציגער דעקל.

אבער, א מענטש טראכט און ג-ט לאכט. אויב האט ער אין געשעפט געלאכט שוין פון מיללער'ן (איך מיין דיך נישט פרעזענליך...) האט ער איצט געלאכט פון מיר אין אלע פויסטן. קיין ביר עפענער האב איך נישט, און דער גאפל איז גענומען געווארן אלס אלטערנאטיווע. יעדער שליץ באזונדער האט געקראגן א באזוך פון איינס פון דעם גאפל'ס ציינדלעך וועלכער האט זיך דארט היימיש געמאכט און פרובירט ארויפצושטיפן דעם גאנצן דעקל מיט כוח, אבער נאך אלס אן ערפאלג.

און דאן האט עס פאסירט. איינער פון די שליצן איז זעהט אויס זייער נאנט געווארן מיטן גאפל, און ער האט אים ערלויבט ארויפצוגיין נאך העכער. דער דעכל פונעם דעקל איז געכאפט געווארן אין שאק שפירנדיג אז עמיצער רוקט זיך דא אריין, און פון גרויס שוידער איז ער געפלויגן ממש אראפ אויף דער ערד, מיטשעלפנדיג מיט זיך דעם גאנצן פלעשל וועלכע איז שוין טאקע געווען אפן אבער האט ליגנדיג ווי א געפאלענער סאלדאט פלאך אויף מיין קיך-טיש אויסגעגאסן זיין גאנצן אינהאלט, וועלכע איז אויף די מאמענט באשטאנען פון איין גרויסע מאסע שוים.

דער גרינער פלעשל הייניקן.

דער דעקל האט זיך שוין באקוועם געמאכט אויף דער ערד, דער שוים האט נאך געזידט, אבער איך בין נאך געווען אין שאק און שווער געקענט רעאליזירן וואס דא האט פאסירט.

אבער שנעל האב איך זיך געדארפט אריענטירן און נעמען די זאך אין קאנטראל אריין, אז דאס ביסל וואס איז נאך יא איבערגעבליבן אין פלעשל זאל נאך יא אריינפליסן אין מיין ושט.

איך האב דעם פלעשל אנגעכאפט ביים קארעג, אים פארמאכנדיג מיט איין האנט פון ווייטער ארויסגיסן דאס ביר און גרעסער מאכן דעם ביר-טייכל אויף מיין טיש. מיט די אנדערע האנט האב איך געדארפט שנעל אוועקנעמען דעם "צייטונג" אז די בלעטער זאלן בלייבן נאס ווי ביז איצט און נישט גיין ווייטער, דעם אפגעשיילטן עפל, און אפווישן דעם טייכל אז דער ערד זאל נישט אויך פארוואנדלט ווערן אין א סווימינג פול.

אבער וואס דער ביר-אויסגוס האט יא אויפגעטוהן איז געווען דער גערוך וואס עס האט זיך פארשפרייט פון דעם הייניקן, וועלכע האט געגעבן אנצוהערן אז, (ווי אזוי זאל איך עס רופן, שוין לאמיר רעדן פאזיטיוו) מען דארף זיין א מבין צו פארשטיין דערצו...

איך האב זיך נישט דערשראקן. איך בין טאקע אויך אמאל געווען א קינד, און איך האב געהאלטן אז ביר איז ע**דיג. איך בין אבער אויפגעוואקסן, אלס אינגער בחור האב איך זיך טאקע גוט געפלאגט ליב צו האבן דעם מאדנעם געטראנק, אבער עס האט זיך אויסגעצאלט, היינט האב איך טאקע ליב ביר. (ערנסט גערעדט). [קארס לייט גערעדט].

איך האב אנגעפילט דעם גלעזל וועלכער איז שוין פון פריער געווארן אנגעגרייט אבער איז אויך מיטגעפלויגן אראפ צו דער ערד ביי די גרויסע נפילה, און דער רואיגער שהכל האט געקלונגען ווי גארנישט האט דא פאסירט. די ברוינליכע משקה האט גענידערט אין מויל אריין, דער מאגן האט געשיקט א הארציגן יישר כוח, און דאן האבן די גומען זיך געגעבן א צי איין, ארויפשיקנדיג דעם טעם אין מוח אריין.

דער טעם? לאמיר רעדן פון שמחות.

וואס זאל איך אייך זאגן? איך פיל ווי איך וויל צוריק ווערן א קינד און זיך עקלן פון ביר... וואסערע מאדנע פלעיוואר לייגן זיי דא אריין אז עס זאל ווערן אזוי שלעכטעמי'ג?! ווי נעמט מען אזא גוטע משקה און מען פארוואנדלט עס אין אזוי אומגוט?

א האלבן געלזל האב איך געזיפט ביז איך האב גענומען דעם גאנצן גרינעם פלעשל היינקן, און אריינגעשליידערט אין גארבעדזש למען לא יחטא עוד.

און דא האט זיך געענדיגט מיין ליל שישי טשיל.

פארוואס זאג איך דאס אייך? אזוי ווי איך קום איצט אן צו מיין 159'סטע תגובה האב איך באשלאסן אז דאס מוז זיין עפעס ספעציעל. און דאס איז געווען זייער פאסיג לעניננו. ניין?

דער גרינער פלעשל הייניקן.
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

סארא שטורעם אין א גלעזל ביר... מיר גלייכן דיין זיסע שפראך און זאפטיג-שוימיגע אויסדרוקן.

:P ;l;p- ;l;p-
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאדיךארויס »

זאפטיגער שפראך!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פרובירן זאלסטו מיר איינרעדן אז דו ביסט א ניי-געקומענער... דער שפראך איז אלט! אור אלט! (גרין פלעשל הייניקן אלט!)...

איך האב מיטגעשפירט מיט דיר דעם גאנצן וועג, מיטגע'דייעט' (נעווער אגעין!), מיטגעבליקט אין גראסעריי, און מיטגעוויינט ווען דער פלעשל האט געוויזן מי בראש. מיטגעווישט דעם טיש, און מיטגעקרעכצט נאכן ביטערן נאך-טעם.

שרייב נאך!
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

בד"וו די גאפל איז געבליבן פאריתומ'ט האסט נישט פארענדיגט זיין אויסגאנג, איז ער אין א סטאבילן צושטאנד?, קען רב דרעזנער רעדן מיט איהם?

ערענסט גערעדט [קורסלייט גערעדט] דיין שפראך קלינגט היימיש ווי דער גאפל ציינדל האט זיך היימיש געמאכט אין די שליצער.............
אזוי בעטעמט און זאפטיג כה לחי!
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

זייער זיס.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

גאר פיין! און יא, א זאפטיגע שפראך!
הק' איש ימיני
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

סארא זאפטיגע פענע
סארא זאפטיגע טעמע

כ'האב גראדע גאר שטארק ליב דעם גרינעם הייניקין ספעציעל היצט נאכן אויפשוימען אזא זיסן ארטיקל

און א מזל טוב צו דיין שר קנ"ט דעגרייכונג

We want more!!!!!!
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

מיין שמייכעל זאגט עדות אז דיין גלעזל ביר איז גאר פיין געוועהן.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

יעצט געליינט... די שוים בלעזלעך פלאטערן נאך אויף מיינע לעפצן... קנאקעדיג...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

גאר גאר גוט און געשמאק!! האט מיר דאס הערצעלע געפלאטערט דארט ביים הויכפונקט בעפאר די נפילה..... און די שטאך אין הארצן וואס האט נאכגעפאלגט....

שרייב נאר שרייב!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אויסנאם גוט געשריבן. א זאפטיגע פעדער מלא חן
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

געלעגער האט געשריבן:אויסנאם גוט געשריבן. א זאפטיגע פעדער מלא חן
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
כרם
שר האלף
תגובות: 1146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרם »

געלעגער האט געשריבן:אויסנאם גוט געשריבן. א זאפטיגע פעדער מלא חן
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

שטארק הנאה געהאט!
איך רעד נישט פונעם הייניקן (שטעל דיך פאר א גרין פלעשל הייניקן אויף א זונטאג אינדערפרי... יייעעעךךך...) כ'רעד פונעם ארטיקל וועגן דעם הייניקן. יע איז עס געווען געשמאק!
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:גאר גאר גוט און געשמאק!! האט מיר דאס הערצעלע געפלאטערט דארט ביים הויכפונקט בעפאר די נפילה..... און די שטאך אין הארצן וואס האט נאכגעפאלגט....

שרייב נאר שרייב!!
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

רעד דעלישעס מיט הייניקען, נע נאט מיי טעיסט..

אבער אן ארטיקל דערוועגן פון מיין שטעלונג, דאס שוין איינמאל, געשמאק , קריספי, זאפטיג,

ייש"כ, גיי אן מיר האבן הנאה.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

א גרויסן שכוח פאר די שכוח'ס. באקומען א שכוח נאכן שרייבן א שווערן ארטיקל, איז ווי טרינקן א קאלט געלזל קארס לייט, נאכן אריינפאלן מיט א הייניקן...

לכאורה האט געשריבן:פרובירן זאלסטו מיר איינרעדן אז דו ביסט א ניי-געקומענער... דער שפראך איז אלט! אור אלט! (גרין פלעשל הייניקן אלט!)...


הממ.. נאט סא שאאר...
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

א פלעשל גרינע
;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

חחח!!

"גאו גרין! גאו גרין!" - האט זיך געהערט די ווילדע געשרייען פון די מאסע ספאניא'לאס וואס זייער קורצזיכטיגען שכל דירעקטירט זיי וואו אימער עס שמעקט פון ביר. ווי א קאץ נאך א מייזל, ווי א גליטש נאך א בענאנע, ווי א עלטערע איד אינטער א מאנרא באס (ועא"מ)... לאזן זיך די חברה אין א געלויף נאכגייענדיג דעם גרוך פונעם משקה.

אבער וואס... ווען... וואו... נישטא קיין מראה מקום פונעם טרינק! האומר לים עד פה תבא הוא הוא האומר לביר עד פה גיסדעך...

חחחח מיין שטעלונג!!!
האסט מיר געשטעלט דאס געלעכטער אויפן פנים ווי א געשלאגענעם פון א נעבעכדיגען בדחנ'ס וויץ!!

דו ביסט ניינע פייעס!! און ווער רעדט נאך פון די אויסדריקען.. איי... חדש ימינו כהייניקען!!!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

שמאטע האט געשריבן:ווי א קאץ נאך א מייזל, ווי א גליטש נאך א בענאנע, ווי א עלטערע איד אינטער א מאנרא באס

ווי א שמאטע נאך אן אויסגעגאסענע הייניקן...
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

חחח
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

פיינע גרינע נייעס!!
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

קרעטשמע ארטיקל בהדרו, אריין אין סמעטענע ז"ל.
אוועטאר
גראבער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 12:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראבער »

געוואלדיג!!! איך בין נישט אויף אייוועלט צי אפט. אבער היינט האב איך מיר געוואלט אביסעל אויסטשוכענען בין איך ארויף געקומען אין אנגעטראפן דעם ארטיקעל! אוי איז דאס געווען א פיינע אויסגעטשוכאטץ!!
טענק יו. ביי. אגיטען! זיימער געזונט!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”