חול אחר מועד

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

חול אחר מועד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסותא »

נאך א צוויי טאג אים האלטן פארשטומט האט זיך מיין זייגער צושריגן מיט א סאדיסטישן נצחון צעווארפנדיג אלע שפילצייג מענטשעלעך פון מיין זיסן חלום.

איך האב פארהאקט דעם עזות פנים'דיגן פיסקל זיינעם מיט א זעץ. ער וואלט געמעגט אליין פארשטיין אז ווען איך האב אים נעכטן געזאגט אז איך וויל אויפשטיין אין צייט איז עס נישט געווען מער ווי א נארישן וויץ.

ס'איז אסרו חג היינט, ניין?

היינט איז פון די געציילטע טעג אינעם לאנגן יאר וואס יעדער אין ביהמ''ד פארשטייט וואספארא גוטע סיבה איך האב צו פארשלאפן. כאטש למען האמת ווייסט מען אלע טעג אז עפעס א גוטע סיבה האב איך, כ'מיין אויב נעכטן, אייער נעכטן, און וויפיל דאזענס אייער איר זאלט נאר צולייגן, האט ער א גוטע תירץ פארוואס זאל ער פונקט היינט נישט האבן... אבער דאך, אסרו חג איז דא א ספעצילע פארשטענדעניש, און אפי' א שטיקל מיטגעפיל.

אזוי צו אזי, דער זייגער מיינע האט געכאפט דעם מעסידזש, און זיך צוריק געצויגן אן אנגעשריגענעם קינד. איבער געצויגן דעם דאכענע אריבער מיין ווייעדיגע אויגן, זיך באשיצנדיג דערינטער ווי די פארשעמטע חלה הינטערן חלה דעקל, ונצחו אראלים את המצוקים. איך בין פארשווינדען אינעם עולם שכולו טוב וכולו תענוג, א וועלט ווי מען ווערט נישט אויסגעמיטשעט און מיד פארן בלויזן זינד פון עקזעסטירן.

אויב האב איך געמיינט אז דאס איז עס מיטן זייגער, האב איך א טעות געהאט. דער האט געארבעט אינטער מיין ריקן, פלינק און שלעכט ווי דעם טייוול, אזש וואס פאר א צווייטע זייגער נעמט דריי פיר שעה אנצויאגן האט דער באוויזן אין געציילטע מינוט, און נאך איידער איך האב רעכט הנאה געהאט פון מיין פונדאסניי אויפגעבויטן חלום, איז ער שוין אנגעקומען צו --:- (נומערן פארמעקט צוליב תקנת הפארום)! און מיט א דייטשע גלייכגילטיגע מינע מיר געוויזן ''אויפשטיין ביטע...''

איך האב מיר ארויס געשלעפט פון מיין שינת פועלים ווי פון א הייסן מקוה, צוקרעכנדיג זיך ווי דעם זיידן נאך א וואגיגן שלש סעודות. די רעקל האט מר אנגעקוט פרעמד און קאלט ''אה, האסט זיך דערמאנט אין מיר?...'' אויך די טלית און תפילין וועלכע איז ביז איצט געליגן פארלאזט אינעם שאפע און געוויינט אזש די דובנע מגיד האט געקענט צוגיין פאר רחמנות, איז געווען בייז אויף מיר, און זיך נישט געלאזט איבערבעטן ביז איך האב אים געצייגט ווי מיינע הדסים וועלקן, און מיין אתרוג ברוינט.

איך בין ארויס אויפן גאס, און געקוקט אינעם חלל אריין. גארנישט. נישט קיין יום טוב, ארבעט, רעגן, זון, עפעס שטאקיגן גארנישט. די בית המדרש איז פול, האלב אומעטיג, האלב לויז, האלב מיד האלב אויסגעריט, תחנון זאגט מען נישט, גוט מארגן אויך נישט געהעריג, און איך דריי מיר אין מיין וואכענדיגע שיך הין און צוריק זיכנדיג עפעס סובסטאנץ זיך אנצוכאפן, זאל עס זיין וואס עס זאל נאר זיין.

מעג עס אפילו זיין אייוועלט.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

חחחח!!!!

זיצען זיך די פוסן פינגער על מי מניחות. אדער על "סיר הבשר" ווי דער פאריגע רעבע פלעגט עס רופן מיט פארגעניגען. און אט שפרינגען זיי אינטער מיט א ווילדקייט דורך א נערוו וואס שיקט אירע כוואליעס צי זיי אז זי זאל זוכן שוץ אין א געגענשטאנד.

נאכן אנאלעזירען וואס איז דא פארגעקומען, שטעלט זיך ארויס אז דאס איז געווען א דירעקטע תוצאה דערפאר וואס דער שוך-און-זאקן אידל וואס שלעפט שוין ארום די פינגער מיט זיך פאר א חודש צייט אן אפשטעל האט אזוי ליינענדיג, און לאכעוודיג דעם אסותא ארטיקעל געהאט א קייט רעאקציע ווען די ווערטער וואס זענען ווארשיינליך יוצאים מן הluagh זענען נכנסים געווארען אל הluagh הענקי וואס וואלט געווען א בושה אפילו בזמן הבית שימלא שחוק פינו!!!!!

זאג, דו ווייסט ווי מעסט אפ דו בוסט?
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

חחחחח סארא אויסדרוקן!!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

חחחחח.... (וויאזוי שרייבט מען חחחח/ככככ מיט א חחחח אדער מיט א כככככ? חחחחכככחחח אידעיס א גוטס)

#נידער מיט די זייגערס
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

אסותא שרייבט און שמאטע ענטפערט...

בלייבט נאר איבער א שמייכל צוטאן, און לאזן דעם שמועס פארן ווייטער.
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

וואף!!!! וויפיל מאל דו האסט מיר צעשמייכלט!!! קיפ איט אפ!
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

וווואאאאףףףףף האט דער אויסדרוקן!!!

זאג נאר, מאך זיי מוחל אן ארטיקל פון יעדע איינס פון דיינע משלים דא... זיי'זשע מיר מסביר, ווי אזוי ציט זיך צוריק אן אנגעשריגענע קינד?? ווי אזוי ווערט מען אויסגעמוטשעט און מיד פארן בלויזן חטא פון עקזיסטירן?? וויזוי פילט זיך די פארשעמטע חלה אונטערן חלה דעקל??

זיי מוחל שרייב אן ארטיקל אויף יעדע איינס...
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

פיין פיין...

לוי יצחק, אפשר R-לעדי-גיסטע ביי די באהערדע ארויסצוגעבן די דם נאמבערס וואס מען האט אוועקגעלייגט און גרויזיס ביזעם טאש און אין וויקיס בעק פאקעט.

סיז מיר נוגע צוליב די קלאגע וואס מען גיט איצט אריין קעגן אלע דייטשע גלייכגילטיגע זייגער מאכערס.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יעע
אטעטשמענטס
ezgif.com-resize.gif
ezgif.com-resize.gif (239.81 KiB) געזען 4045 מאל
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

אויסערן מיניסטער האט געשריבן:וואף!!!! וויפיל מאל דו האסט מיר צעשמייכלט!!! קיפ איט אפ!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אט דאס מיינע פריינט הייסט שרייבעריי

אלעס וואס איר האט ביז הויטע געליינט איז אומזינסט געווען, דען ריכטיגע שרייבעריי ליגט ביי אסותא אליינס
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

מיך געמאכט לאכן! האהאהאהאהאהא!!!!!
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

פיין געלאכט!!
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

שנאפס האט געשריבן:פיין געלאכט!!
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

דשורנאל אלערט!
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

סמארט גאי האט געשריבן:אסותא שרייבט און שמאטע ענטפערט...

בלייבט נאר איבער א שמייכל צוטאן, און לאזן דעם שמועס פארן ווייטער.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

שנאפס האט געשריבן:פיין געלאכט!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”