מיינע געפילן; שבועות

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

מיינע געפילן; שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

אוי הוי, אוי, תואר כלה מאוד נתעלה תואר כל מאוד נתעלה, בקבלת תורה מיסססיני, אוי, ... ..אוי, נעשה ונשמע, נעשה ונשמע, נעשה ונשמע אמרו כאחד, ובאו כולם בברית יחד..

די אלע ניגונים ואלף כיוצא בהם ווערן געזינגן דורך קליינע זיסע תינוקות של בית רבן, צוזאגענדיג פאר'ן מאמען אז מיין טיטשער מאכט שוין א הערליכע שיינע בלום, וואס מ'וועט קענען לייגן אין מיין שלאף צימער, אך ווי שיין, איז עס דען נאך א מדרש פליאה, די ווערטער אין מדרש רבה פ' במדבר: כיון שקבלו ישראל את התורה, נתקנאו בהם אומות העולם מה ראו אלו להתקרב יותר מהכל..?

ס'גרייט זיך א כלל ישראל צו א יום טוב, וואס אן אמת גערעדט, ס'איז נישטא קיין איין ספעציעלע מצוה אין דעם "חג השבועות", נאך אפילו גרינגער ווי שבת במלאכת אוכל נפש, דערפאר טאקע האט אפשר זוכה געווען דער טשיס דעלקעלע צו זיין איינע פון די הייסע טאפיקס דעם יום טוב, ווען ער וועט ערשיינען אויבן אן וועלן מיר אלע זאגן טעמים גג על גבי גג, פארוואס מיר עסן דעם מילכיגן מאכל, און ווי וואונדערליך וועט עס זיין א תירוץ אויפן פארצווייגטן רמב"ם אין סוגיא פון "אין שליח לדבר עבירה".

דאס איז אלעס נערישקייטן, וואס אן אמת גערעדט, מ'גרייט זיך, יאפס, מ'גרייט זיך, אבער נישט סתם, מ'קוקט איבער דעם סדר פון "תיקון ליל שבועות" ווי מ'זאל מאריך זיין ווי מ'זאל מקצר זיין, מאנכע מאכן זיך א חשבון צו וואס זאגן אזא לאנגען תיקון, ווען מ'זאגט און מ'זאגט און מ'לייגט נישט צו דעם מח, מ'וועט מאכן א מיגו און א הועיל [קרעדיט: קרעמער..] אז אויב קען מען יוצא זיין פרשת נח מיטן זאגן די ערשטע און די לעצטע דריי פסוקים און ס'ווערט גערעכנט ביים בורא עולם ווי מ'האט געזאגט דאס גאנצע, מאכט מען א חשבון, מ'וועט זאגן די ערשטע דריי פסוקים פון פ' בראשית די לעצטע דריי פון פרשת ויחי, און מ'איז פארטיג מיט ספר בראשית און ווינציגער פון 15 סעקונדעס! דאס איבריגע צייט וועט מען הורעווען אויף די בלעטער אין פרק הזהב פון מס' בבא מציעא צו קענען אויסווייניג די פאר בלעטער מיט די תוספות, אדער אנדערע שיעורים וואס מ'האלט אינמיטן, ווי געשמאק און ווי זיס איז ווען מען דערמאנט זיך דעם בילד פונעם ביהמ"ד פון אזא דערהויבענעם נאכט, דער ניגון פון "כד יתבון ישראל ועוסקין ועוסקין וכו'" זינגט זיך גאר אנדערש נאכדעם.

מ'גרייט זיך צו א דאווענען, א דאווענען אינעם יום טוב שבועות מיינט א דאווענען מיט א ברען, א שמחה'דיגען פייערליכן תפלה, וואס ווערט פון מינוט צו מינוט מער און מער ווארימער, און ווען מ'טרעט אריין אינעם "יוצר אור ובורא חושך" איז נישטא דאס פעדער וואס זאל עס קענען אפמאלן, אוי דער לעכטיגער אמאל, און אן א שום בושה היינט צו טאג'ס, איז דאס לעכטיג הייליג, ווער קען פארגעסן דעם שליח ציבור'ס קול ביים ענדיגן דעם: אור חדש על ציון תאיר, מיט א תנועה של בכיה, וואס ברענגט אריין א טיפן אינערליכן שאקל, וואס געט דעם שוועבל צום גרויסן פייער, ווען די אויגן קלעבן נאך פונעם ווייניג שלאף, די מויל איז ערשעפט פונעם זאגן א תיקון 4 ½ שעה, דאס מאכט אז דער אטאם זאל אויפרייסן אויף א הויכען קול, מה נהדר יהי' המראה, ווי טליתים מיטן זילבערנעם עטרה, מיט א ציבור אידן וואס לעכצן צו די הייליגע תורה, וועלן אויסברעכן אין א יאמערליכן געוויין, אבינו אב הרחמן, הייבט דאס קינד אן זיך צו בעטן, ותן בלבינו בינה, להבין ולהשכיל, צו וואס דארף עס אזוי שווער גיין, צו וואס דארפן אזויפיל מהדורת ארויסקומען מ'זאל קענען דריי שורות גמרא אפלערנען מיט אזויפיל צער מיט אזויפיל יגיעה, צו וואס ווען מ'זיצט אין ביהמ"ד ביי א שיעור ביינאכט זאל מען נישט קענען ניצן אביסל מוח אביסל שכל צו פארשטיין דיין תורה.

אוי טאטע, ס'וויינען אידן זקנים ונערים, ס'וויינען ביי די שטייעדיגע פלעצער טויזענטער בחורי חמד הויך אויפן קול צוגעדעקט דעם פנים מיטן קליינעם מחזר, ס'וויינען קינדער פון חדר שלא טעמו טעם חטא, דער קליינער שלמה'לע וויל זיך פארהערן פארן גיין אין קעמפ די נישטיגע 8 בלעטער וואס ער האט געלערנט אזוי שווער גייט דאס אים, ער וויל ער פרובירט, פארוואס פארגעס איך אזוי שנעל וויינט ער, און זיין געוויין מישט זיך אויס מיט די יללות פונעם גאנצן ביהמ"ד, דאס אלעס שפילט זיך אפ אין עטליכע געציילטע מינוטין בשעת'ן איינרייסן ביים לעבעדיגן גרויסן באשעפער.

וואס ס'טוט זיך אפ ביים אנהייבן דאס ווארימען ניגון, באקאנט אלטס "אהבה רבה ניגון", לית דין צריך בשש אז דאס פליקט אויס דאס לעצטע ביסל גשמיות וואס געפינט זיך ביי א איד, ס'רייסט אויס דאס ערדישקייט וואס די גאס וויל פרובירן אריינצוברענגן צו אונזערע הערצער, קול ברמה נשמע, די בכיות וואס קומען פאר אינעם היכל, ביים דערמאנען די שרייערדיגע ווערטער: והאר עינינו בתורתיך, א טרער נאך א טרער גליטשט זיך ארויס, ווילאנג דארף מען אינעם אמעריקאנער שמעלץ טאפ זיין, בשעת גמרא'ס און שלחן ערוך'ס זענען איבערגעדריקט אזוי הערליך און שיין, אבער אין קאפ גייט עס נישט אריין, רבונו של עולם ווי זענען מיר דא, צו וואס לעבן מיר, וויאזוי וועלן מיר אונזערע עם-הארץ'ישע פענימער פאר אונזערע עלטער זיידעס ווייזן? וויאזוי וועלן מיר זיך פארענטפערן פאר אביי ורבא, רב אדא ורב ששת, נאכדעם וואס זיי האבן אזעלכע כוחות אריינגעלייגט צו דרשה'נען א פסוק, און מיר האבן צו דעם קוים צוגערירט, ווי וועלן מיר זיך נישט שעמען ווען תנאים ואמוראים וועלן הערן אז מיר האבן דעם שיעור א טאג געהערט ביינאכט אויפן בעט – דרימעלדיגערהייט - דורך עפעס א "קול – האטליין"?? אנא נולך חרפותינו, למען לא נבוש ולא נכלם ולא נכשל, געוואלד געשריגן.

אזא דאווענען, אזא תפלה, דאס הייסט א יום טוב! דאס איז דער "חציו לכם" במלוא מובן המלה.

נאך אזעלכע דערהויבענע מינוטין, זאגט זיך דער פייערליכן "אקדמות" גאר אנדערש, דער "צבי ואיתרעי בן, ומסר לן אורייתא"! דער רבוש"ע האט נישט וואס חרטה צו האבן אז: אשר בחר בנו מכל עם, ווייל מי כעמך ישראל, וואס שרייען אויס מיט א כח, צו סיי וועלכן אומה ולשון: רבותכון מה חשיבא, קבל ההיא שבחתא: רבותא דיעביד לי, כד מטיא שעתא: מיר זענען שטאלץ מיט די תורה הקדושה, און אויפן שייטער הויפן וועלן מיר מיט פעסטע טריט גיין אויב עס וועט זיך פארלאנגן, ווייל מיר זענען אידן מאמינים בני מאמינים.

קודשא בריך הוא, ואורייתא, וישראל חד!!

און דער רבוש"ע וועט פאר זיינע מלאכים אנטייטלן אויף אונז אידישע קינדער און זאגן: חזו חזו, בני בני, בני חביבי, דמשתכחין בצערא דלהון ועוסקין בחדוותא דילי!!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

יגר;
מעכטיג. אזוי ווי אייביג.
מיר ווארטן אויף א פארזעצונג. און אויף נאך א פארזעצונג.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

יגר, האסט גוטע געפילן... הלואי אויף אלע יודן געוואונטשן
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

יגר'ל יישר כח.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

יגר'ל, אזוי געפיליש צו זיין?

כ'האף נאר אז ביים אהבה רבה ניגון, וועל איך נישט טראכטן פון דיר.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

כ'הער;

עס שאדט נישט צו טראכטן פון אן ערליכן איד ביי אהבה רבה אום יו"ט שבועות!

יגר;

האסט מיר א קיצל געטאן אינעם אינערליכן פנימיות'דיגן נפש, בפרט מיטן "צבי ואתרעי בן" -- איך האב א געוואלדיגע געפיל צום אקדמות ניגון.
דרך אגב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרך אגב »

yuger i am very emotional

a frieliche yom tov
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יגר'ל, מ'דארף דאס נעמען און אויפהענגן אין אלע שוהל'ן אינ'ם גאנצן כדור הארץ.

זאל די וועלט זעהן און וויסן א אידיש געפיהל וואס דאס איז.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

יגר,

כ'בין שטום, ס'לשון ס'נישטא.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

יגר,

זייער ווארעם, יישר כח.
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

just great
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

יגר'ל הערליך און גוט.

שכויעך.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

סאכדעס האט געשריבן:יגר'ל, מ'דארף דאס נעמען און אויפהענגן אין אלע שוהל'ן אינ'ם גאנצן כדור הארץ.

זאל די וועלט זעהן און וויסן א אידיש געפיהל וואס דאס איז.
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

דאן לייג עס זיי מוחל אויף א פי די אף
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

מורא'דיגע דיבורים!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

מיינע געפילן - שבועות.pdf
(212.08 KiB) געווארן דאונלאודעד 256 מאל
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

ווינקל האט געשריבן:מורא'דיגע דיבורים!
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

שויתי'ניק האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:מורא'דיגע דיבורים!
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת זקנים »

יגר, ריזן ש'כוח פאר די הערליכע דיבורים, את בתשס"ז ומצודתך פרוסה עד תשע"ב...
שמו, ש'כוח פארן פדף.
האט'ס מיר אלע א לעכטיגן און פרייליכע שבת ויו"ט.
אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלס נאר »

לכבוד יו''ט הבעל''ט
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

לכבוד יו''ט הבעל''ט
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

פשי הא... א אידיש געפיל... באשעפער זע וואס כלל ישראל פארמאגט... באזינדער האט מיר איבערגענומען ווי דער קליינער שלמה׳לע וואס וויינט ווייל ער וויל... נישט שפילן מיט א בייק... נאר לערנען און געדענקען תורה... די האר פון מיין הענט האבן זיך אויפגעשטעלט פון טשילס... טון איך האב געשפירט פייכטע אויגן...

נישט געוויסט אז יגר׳ל קען דאס אויך...
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

א ריין שטיקל יגר׳ל!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”