א טאטע יו"ט פסח (פריש)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

א טאטע יו"ט פסח (פריש)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

א טאטע אין פסח!
חודש האביב, א חודש וואס איז מיוחד פאר טאטע'ס מיט קינדער, א יו"ט וואס מ'פראקטיצירט דעם והגדת לבנך מיט אלע פירושים איז זיכער כדאי זיך צו נעמען אין די האנט און מיט אביסל מחשבה בארירן דעם "טאטן אין יו"ט פסח", אונז גיי מיר נישט דא רעדן פון הויכע מושגים וואס די ספרים רעדן פון פסח אז ס'איז מוחין דאבא, אבער אין פשטות איז פארשטענדליך אז פסח ווען אידישע קינדער זענען ברוחנית געבוירן געווארן פון דאסניי זענען מיר אלע ווי ניי געבוירענע קינדער, און פונקט ווי א קליין קינד דערהייבט נישט יעדע מאכל ער קען נישט עסם נאר געוויסע מאכלים, ווי אויך אז אלעס ארום מוז זיין זויבער און אויסגעוואשן, אזוי אויך איז יו"ט פסח ווען מיר ווערן פריש געבוירן, עסן מיר נישט אלעס און די שטובער זענען זויבער פון חמץ.

ווען מיר גייען רעדן איבער זאכן וואס איז נוגע פאר טאטעס אין יו"ט פסח, ווילן מיר ווידמען דעם ארטיקל בלויז פארן יו"ט אליין ווידער דעם סדר נאכט האבן מיר שוין געדעקט אין א באזונדערע ארטיקל אונטערן נאמען "א טאטע ביים סדר",
צום אלעם ערשטן דארף מען וויסן וואס דער הייליגער אפטה רב זאגט אז פסח איז דער "מח" פון אלע ימים טובים, וויבאלד ס'איז די ערשטע יו"ט און אלע ימים טובים זענען שוין נאכדעם זכר ליציאת מצרים, נו, אויב איז טאקע פסח דער "מח" דארף מען טאקע ניצן דעם מח, נישט לאזן די זאכן לויפן זיך אליין.

הכנה לפסח

ס'איז אמת אז דער הייליגע בני יששכר איז מגלה אז פסח קען מען זוכה זיין צו מדריגות אפי' אן קיין הכנה, און אזוי שטייט אויך אין אך פרי תבואה אז פסח איז כל דכפין יתי ויאכול, יעדער קען זוכה זיין צו קדושה אפי' די שוואכסטע איד, און אזוי זאגט אויך דער בת עין אז פסח ווערן נתגלה אורות אפי' אן א אתרעותא דלתתה, משא"כ נאך פסח מוז מען שוין יא האבן תורה ומצות צו קענען קונה זיין אורות, אבער, דאס איז אלעס געזאגט געווארן פאר א מענטש אליין, יעדער איד פאר זיך אליין קען טאקע זוכה זיין צו מדריגות, הארות, הרגישים, אפי' אן קיין הכנה, אבער אויב וויל ער קונה זיין געוויסע כוחות וואס זאל זיין גענוג שטארק אז ער זאל דאס קענען איבער געבן ווייטער פאר זיינע קינדער דא מוז שוין יא זיין א הכנה,
(בכלל שטייט אין ספרים אז די גרעסטע נחת רוח וואס קב"ה האט פון אידן איז די חלק ההכנה למצוה, ווארום מצות מיט מדריגות איז דא גאנצע כיתות מלאכים וואס טוען דעם רצון הבורא, אבער זיך "גרייטן" צו א מצוה דאס איז נאר דא ביי א מענטש)

הכנה קען מיינע פיל זאכן, אבער אפי' נעמען אפאר מינוט צייט ווען מ'קוקט אין ספרים נעמען א פעדער מיט א פאפיר און אפשרייבן א גוט ווארט, א ענין, א געדאנק, א הלכה, סיי וואס ער האלט אז ס'איז פאסיג איבער צו געבן פאר די קינדער, כן יעשו לדורות, מ'זעהט בחוש ווי דער יצר פארלייגט זיך אויף דעם און צווינגט די מענשטן צו מאכן די אלע הייליגע זמנים טריקן אן קיין טעם, כדי אפי' אויב וועט זיך שוין יא אמאל מאכן אז ס'איז יא עושה רושם אויפן מענטש זאל עס טאקע נאר בלייבן ביי אים און נישט ביי די קינדער, און דאס דארף זיין אונזער דגוש.

צווישן די הכנות החג איז מדינא דגמרא צו קויפן גוטע זאכן לשמח אשתו ובניו, וואס בפשטות איז מען יוצא מיט נייע קליידער, אבער אין גמ' שטייט קליות ואגזים דאס מיינט סתם גוטע זאכן ובפרט אז מ'האט קלענערע קינדער וואס נייע קליידער איז נישט אזא שמחה עצומה, איז אפשר טאקע די שמחה ביי זיי א קלייניקייט, א שפילצייג, א נייע מעשה ביכל, א קליינע מתנה לכבוד יו"ט וועלכע מאכט פרייליך די קינדער, די אויפטו פון קויפן נייע שפילצייג און ביכלעך איז פארשטענדליך, ווייל במציאות איז דאך אין רוב הייזער ווי קינדער דרייען זיך די טוי'ס און די ביכלעך עכט חמץ און עס ווערט נישט געניצט פסח, אזוי אז ס'איז דא פרישע טוי'ס און פרישע ביכלעך איז דא מיט וואס צו שפילן און וואס צו ליינען אין די לאנגע פרייע טעג ווען ס'איז נישטא קיין חדר און קיין סקול, (ווען צו געבן די מתנות זאל זיך יעדע טאטע אליין באשטומען, אבער דאס בעסטע איז טאקע ערב פסח ביים זמן הדלקת הנרות בכניסת היו"ט).

ליל התקדש החג
ערב פסח פארנאכטס קומט מען אין ביהמ"ד מיטן פסח'דיג לבוש, צווישן מנחה און מעריב פירט מען זיך צו זאגן דעם קרבן פסח, דער הייליגע בנ"י אין דרך פקודיך איז מבאר אז יעדע מצוה איז מען מקיים במחשבה דיבור מעשה, אמת אז במעשה בזמנינו נאכן חורבן ביהמ"ק איז נישטא קיין קרבן פסח, אבער מחשבה און דיבור איז יא דא, די דיבור איז דער אמירת הקרבנות, טייערע חבר! אויב דאס איז דיין הקרבת קרבן פסח בזמה"ז פארוואס זאל מען דאס אפכאפן און שנעל אונטער מורמלען, זעץ זיך אנידער מיט דיינע קינדער און פארטייטש עס, כך הי' סדר..., כמעשיהו בראשונה כך מעשיהו בשני', יצאה כת ראשונה, די גאנצע הקרבת הקרבן, לייג אריין אביסל טעם אין דעם, אזוי ווען מ'וועט שפעטער רעדן ביים סדר פונעם קרבן פסח וועט עס האבן א אנדערע באדייט ביי די קינדער, עס ווערט דערציילט אויף איינע פון די ירושלים'ע צדיקים (ר' נפתלי חיים מ'דזיקוב) אז ערב פסח פארנאכט'ס האט ער אויפן וועג אהיים פון כותל המערבי געהערט א שעפעלע מעקענען מעה... פאר גרויס בענקעניש האט ער זיך נישט געקענט שיידן פון דארט, טראכטנדיג אוי מי יתן והי' ווען אין אזא צייט ערב פסח פארנאכט'ס וואלט דא אין ירושלים זיך יעדער איד מקריב געוועהן זיין שעפעלע פאר א קרבן פסח, איי ס'וואלט דאך געוועהן איין שטיק קודשה, אמת מיר האבן נישט אזא בענקעניש, אבער עכ"פ וויסן אז די אמאליגע דור האט דאס געהאט.

ברכו את ד' המבוראָאָאָההך, אַה! דער יוט'דיגע ברכו האט דאך אזויפיל טעם, דאס גאנצע ביהמ"ד שפיגלט עפעס מיט אזא פסח'דיגע אויסקוק, אפי' די ווענט און די דאך זעהן אויס אזוי פסח'דיג, איי ברוך אתה ד' המעריב ערבים....., אינטרעסאנט, די זעלבע ווערטער פון מעריב וואס ווערט געזאגט יעדע נאכט אבער היינט נאכט האט דאס א אנדערע קאליר, די זעלבע פותח שערים די זעלבע כי הם חיינו איז היינט אזוי יו"ט'דיג אזוי פסח'דיג,

נאך שמו"ע איז די מנהג ביי אונז חסידים אז מ'זאגט הלל מיט א ברכה, די ברכה יעצט ביינאכט דארף שוין חל זיין על שם די הלל וואס ווערט געזאגט ביי די הגדה, די הלל פון פסח ביינאכט איז מסתמא די העכסטע הלל פון אגאנץ יאר, דער ישראל בטח בד' עזרם ומגינם הוא איז פיל מער ברענענדיג ווי ביים הלל שבת חנוכה, דעריבער אז דאס ווערט געזאגט מיט אביסל מער כוונה און כח איז דאס אוודאי משפיע אויף די קינדער וואס שטייען ארום (מיט די נייע פסח'דיגע אנצוג און פריש אפגעשוירענע האר...)

נאך מעריב יאגט מען זיך אהיים, אויב פירט מען אליין א סדר איז מדינא דשו"ע אז פארן גיין אין שול זאל אלעס זיין מסודר, די טיש, כוסות, סימנים, וכו', אויב מ'גייט צו די עלטערן צום סדר איז אויך כדאי אז אלעס וואס מ'דארף מיטשלעפן, מצות, וויין, קינדער הגדות, קיטל, וכו' זאל זיין אנגעגרייט מסודר נאך פארן גיין אין שול, נישט אז ווען מ'קומט אהיים פון שול זאל מען יעצט אנהייב א געיעג פון זיכן די אלע זאכן, ווייל פסח ביינאכט איז יעדע מינוט טייער, דאס איבריגע וויאזוי צו פירן דעם סדר עי' במאמרינו "א טאטע ביים סדר" ותמצא נחת.

פסח ביינאכט איז א ליל שימורים, מאנכע פירן זיך נישט צו פארשליסן דעם טיר מיט די שלעסער ווייל מ'גלייבט אז ס'איז א ליל שימורים, אבער אנדערע שרייבן אז ס'איז גענוג ווען מ'פארשליסט נישט "אלע" שלעסער, דהיינו איין שלאס אנשטאט מערערע שלעסער, מעיקר הדין דארף מען לערנען אגאנצע נאכט בסיפור יציאת מצרים עד שיחטפנה שינה (ס'האט סאך א גרעסערע מקור ווי אויף צו בלייבן שבועות ביינאכט....), ס'איז דא אידן וואס זאגן אז ביי זיי איז דער יחטפנה שינה שוין ביים דריטן כוס..., אבער עכ"פ אריין קוקן אין א ספר / הגדה מיט מפרשים ביז מ'שפירט אז די אויגן קלעבן איז ממש מדינא דשו"ע, אסאך צדיקים האבן זיך געפירט צו בלייבן שלאפן אויפן היסב בעט (גיי זאג דאס פארן היינטיגן דור וואס איז צוגעוואוינט צו שלאפן אויף א 40 אינטשיגע מאטראץ...), איינע פון די טעמים איז דעם חלק פון צפית לישועה, ווייל יעדער איד האפט אז היינט נאכט ליל שמורים לדורות וועט משיח קומען, אויב אזוי דארף מען זיין גרייט, וואס ווייניגער שלעסער צו עפענען איז אלץ בעסער און גרינגער אקעגן צו לויפן משיח, וואס טיפער מ'שלאפט אז שווערע וועט זיין אקעגן צו לויפן...

יום א' דפסח
דעם ערשטן טאג פסח איז ווי באקאנט א מסוגל'דיגע טאג כדאמרו חז"ל בפסח נידונים על התבואה מ'איז דן איבער פרנסה, און דערפאר בענטשט מען טל, ס'איז גאר א געהויבענע טאג, ס'איז פארשטענדליך אז מענטשן זענען פארמאטערט פונעם סדר און מ'קען פארשלאפן, מ'דארף אבער אין קענטעניס נעמען אז דער יו"ט איז נישט געמאכט צום שלאפן, א שלאף קען מען משלים זיין אבער א פסח'דיגע דאווענען נישט, אין ס' איש חמודות (פון ר' מיכאל בער ווייסמאנדל – נייטרא) שרייבן זיי אז שבועות פלעגט מען דארט דאווענען ותיקין נאכן תיקון ליל שבועות, און הערשט נאכדעם זיך אראפ לייגן שלאפן, אבער ממש נאך אפאר שעה איז ר' מיכאל בער געקומען וועקן די בחורים זאגנדיג אז אויפזיין ביינאכט און שלאפן בייטאג דאס קען יעדער קאנדאקטער וואס פירט א באן... ס'איז לגמרי נישט קיין חידוש צו שלאפן בייטאג און אויפזיין ביינאכט, כמו כן איז היינט, אמת מ'האט זיך געלייגט שפעט, אבער דאווענען מיט מנין און מיטזאגן קר"ש ושמו"ע מיטן בעל תפלה איז מדדינא דשו"ע, און צו שלאפן ביזן טאג אריין איז קיין קינץ נישט,

אפגערעדט אז א פסח'דיגע פסוקי דזמרא האט דאך אזא אנדערע טעם, ווי אנדערשט זאגט זיך א הלל הגדול הודו לד' כי טוב פסח צופרי, ווי אנדערשט זאגט מען היינט דעם השיר והשבח לחי עולמים, א פסח'דיגע נשמת האט דאך אזא אנדערע משמעות, איז דען נישט פיל בעסער ווען מ'קען זאגן פסוקי דזמרא בנוחתא? נישט געיאגטערהייט ווען מ'מוז כאפן דעם בעל תפלה, און אזוי אויך איז מיט די גרעסערע קינדער מ'דארף זיי וועקן צופרו זיי זאלן קומען צייטליך צום דאווענען, ענדערשט זאלן זיי זיין מיד נאכמיטאג און שלאפן נאך די סעודת היום אויפצוזיין ביינאכט, ווי איידער זיי זאלן שלאפן ביז חצות היום און נאכמיטאג זיין אויסגעשלאפן און ביינאכט מיד.

דעם ערשטן טאג שחרית זאגט מען נישט קיין יוצרות צוליב דעם וואס מ'זאגט שוין ביי מוסף, נאך שמו"ע זאגט מען הלל ווי דער לשון פון בעל סדר היום איז "כשיאמר הלל יכוין בו כראוי ויאמר אותו מלה במלה בשמחה וטוב לבב על הנסים ונפלאות שעשה עמנו ועם אבותינו בימים ההם", יעדן יו"ט זאגט מען י"ג מדות של רחמים ביי פתיחת הארון, ס'איז א מורא'דיגע עת רצון ס'שטייט אין ספרים אז וויבאלד פסח נידונים על התבואה איז מען מתפלל בי"ג מדות של רחמים, און ווען מ'עפנט דעם ארון איז א ענין פון פתח שערי שמים, נו אויב אזוי וואשע שמועסטו מיט דיין חבר?.....

נאכן ליינען (נאכן מיטזינגען מיטן בעל קורא דעם כָּאֵלֶה.....) איז תפלות טל, פון ראשונים שטייט אז פסח עפענען זיך די אוצרות הטל דערפאר איז מען היינט מתפלל אויף טל, דער בעל תפלה זינגט דעם קדיש פון טל (אין מנהגי ווירמייזא שטייט אז דער נוסח פון קדיש און די ערשטע ברכה איז די נוסח פון ימים נוראים, אבער מיר ווייסן אז דער נוסח איז אייגנארטיג נאר אביסל דומה צו ימים נוראים), מ'עפנט דעם ארון און מ'זאגט די פיוטים פון טל, ס'איז א מרוגש'דיגע זמן פאר א טאטע מיט קינדער וואס איז מתפלל אויף פרנסה צו קענען שפייזן זיינע קינדער, ס'זאל טאקע זיין לשבוע ולא לרזון אמן, ביי מוסף (אין חו"ל) דוכענען די כהנים, אין פארשידענע מקומות איז געוועהן א גרויס עסק צו ברענגען אפי' קליינע קינדער צום דוכענען ס'זאל חל זיין אויף זיין די ברכת כהנים יברכך, יאר, ישא, וואס הקב"ה האט געזאגט ואני אברכם.

סעודת יו"ט
פסח איז דאך אנדערשט ווי אגאנץ יאר ס'איז נישטא די גרויסע קויליטש מיטן שבת קודש מעסער וואס מ'שניידט מוציא'ס פאר די גאנצע משפחה, און די קינדער האבן זיך יעדער פאר זיך זיינע מצות וואס ער עסט פון זיין זעקל ארויס, אבער מ'מוז דאך מוציא זיין יעדן מיט לחם משנה, דארף מען געדענקען צו טיילן פאר אלע קינדער פון די אייגענע לחם משנה קליינע שטיקלעך צו עסן פונעם לחם משנה (מ'איז בוצע די אויבערשטע מצה), דעם ערשטן טאג טאר מען נישט עסן צו פיל מצה ווייל ס'דארף זיין די צווייטע נאכט ביים סדר לתיאבון (רמ"א), אסאך פוסקים האלטן אז מ'דארף זיך אביסל צואיילן נישט צו ענדיגן עסן די סעודה שפעטער ווי שעה עשירית פונקט ווי ערב פסח וואס מ'טאר נישט עסן צו שפעט, בכלל דארף מען זיך נישט צופיל אנעסן ביי די סעודת בייטאג אויב ווייסט מען אז ביינאכט וועט מען זיך שפירן צו זעטיג,

ביי די סעודת יו"ט קען מען זיך מער פארלייגן אויף די פילע תורה'לעך ופתגמין וואס די קינדער אדער דער טאטע האבן זיך פארגעקוקט, ווייל ביים סדר דארף בעיקר געלייגט ווערו א דגוש אויפן סיפור אליין און נישט אויף די שיינע תורות, אבער ביי די בייטאג סעודה קען מען יא ניצן די אלע תורות, א טאטע וואס איז ביכולת קען פארציילן א מעשה, אפשר צוטיילן די מעשה אין צוויי טייל, האלב היינט און האלב מארגן, אזוי זאל עס ווערן מער געשפאנט, בכלל מעג געזינגען ווערן ניגונים נישט נאר דעם פיוט, נאר אפי' סתם יו"ט ניגונים, פון הלל, גאולה, תפלה, שמחה, סיי וואס ס'איז שיין און געשמאק.

יו"ט איז הלכה למשה מסיני צו לערנען מעניני החג, (כמבואר בגמ' סוף מס' מגילה) ממילא דארף יעדער איד זעהן פאר מנחה צו פאר מעריב לערנען עפעס וועגן דעם יו"ט הלכה צו אגדה, לערנען אליין אדער מיט די קינדער, אדער אפי' הערן א שיעור, פשוט צו וויסן אז דער יו"ט איז א הייליגע צייט, נישט קיין וויקאציע וואס איז געגעבן געווארן בלויז צו שמועסן און פארברענגען, ס'איז דא א אויסדריק פונעם חי' הרי"ם אז ווען מענטשן וואלט געוויסט דעם גרויסקייט פון פסח וואלט מען אפי' א סקונדע נישט פארברענגט.

יום ב' דפסח
דעם צווייטן סדר איז שוין כמעט א מנהג ביי רוב אידן אז מ'שלעפט און מ'ציט די צייט ביז מ'זעצט זיך צום סדר, פארוואס ווייס איך נישט, אבער ס'קומט אזוי אויס מתחילה ווייל די ווייבער דארפן גרייטן דאס עסן און צינדן לעכט נאכן זמן מוצאי, (שוין נאכן צוריק קומען פונעם שפאציר און די וויזיטן...), און ווייל אסאך אידן גייען נאך אין מקוה פארן צווייטן סדר, עכ"ז דארף מען אבער פראבירן זיך צו זעצן ווי שנעלער צום סדר, (נישט אז די קינדישע שכל זאל זיך מתגבר זין אז ער זאל קענען זאגן מארגן אין ביהמ"ד אז ער האט גענדיגט דעם סדר 4:30...).

דעם צווייטן סדר איז ממש א מתנה פאר די בני חו"ל, אין די צייט וואס ס'איז דא אזויפיל מצוות און ענינים אין איין נאכט איז כמעט נישט מעגליך אלעס מכוון צו זיין און אלעס אנצויאגן אין אפאר קורצע שעה, דעריבער אז ס'איז דא א צווייטע סדר מיט אביסל מער צייט איז דאס א מתנה, אפגערעדט אז צדיקים האבן געזאגט אז די צווייטער סדר איז נאך גרעסער ווי דער ערשטער.

די צווייטע נאכט קומט צו די מצוה פון ספירת העומר, יעדע לויט זיין מנהג צו ציילן פארן סדר אדער נאכן סדר, אבער די וואס ציילן ספירה נאכן סדר דארפן פון פריער וויסן ווי ס'איז דא א מנין און ווען מ'ציילט דארט כדי זיך מסדר צו זיין מיטן זייגער.

בכלל די ענין פון ספירה איז א זאך וואס מ'קען לערנען מיט די קינדער, די סדר פון קצירת העומר, ווי די משנה איז מאריך אין מס' מנחות, מעגל זו מעגל זו מגעל זו, דעם גאנצן פראצעדור איז זייער אינטרעסאנט איבער צו געבן פאר די קינדער, אויך קען מען אויסלערנען די גרעסערע קינדער דעם סדר וויאזוי ס'ארבעט די זיבן מדות חג"ת נהי"ם, די זיבן וואכן מיט די זיבן טעג, יעדע וואך איז א אנדערע מדה, און יעדן טאג א אנדערע מדה, אזוי אז מ'זאל אליין קענען אויסרעכענען אינמיטן ספירה, ווען מ'זאגט מה שפגמתי בספירה... זאל מען קענען אליין וויסן אז ס'איז למשל נצח שבהוד, ס'איז א שיינע ידיעה.

יום ב' פסח
דעם צווייטן טאג פסח איז דער טאג וואס כלל ישראל איז געהאלפן געווארן ביי גזירת המן, און מנהג ישראל צו מאכן דעם סעודת אסתר דערפאר לייגט צו א געוויסע מאכל לכבוד סעודת אסתר, מ'קען זינגען אפאר פורים ניגונים, שושנת יעקב, ליהודים וכו', בכלל איז דאך היינט דער יום הנף, איז א שיינע זאך צו רעדן פאר די קינדער וואס דאס מיינט חדש, ווער ס'איז יא מקפיד און ווער נישט (איך מיין אז אפי' טאטע'ס ווייסן נישט די פרטים פון חדש.....), אויך קען מען רעדן ביי די סעודת יו"ט וועגן קטניות, וואס דאס איז וועלכע זאכן הייסן קטניות, און צו וואס מ'האט געמאכט די גזירה, און אז די ספרדים זענען נישט מקפיד אויף דעם וכו' וכו', און אוודאי געדענקען דעם ושמחת בחגיך והית אך שמח, צו טון אלעס אויף די וועלט מרבה צו זיין שמחה, ובעיקר דעם פקודי ד' ישרים משמחי לב.

חול המועד
איידער מיר גייען רעדן פון חול המועד איז כדאי צו רעדן אביסל וועגן די מאכלים פון פסח, מענטשן מיינען אז אויב ס'וועט דורך גיין אכט טעג אן פיטערן די קינדער נאש וועט מען נישט מוצא שנתו זיין חלילה..., גלייבטס מיר רבותי ס'איז אסאך בעסער די פאר טעג וואס די קינדער עסן נישט קיין נאש, נאר זיי עסן די געהעריגע מאכלים צו דער זעט, אפגערעדט אז מ'טאר נישט משנה זיין ממסורת אבות דער ואל תטוש תורת אמך איז א הלכה ממש, אויב האט מען זיך אמאל נישט געמישט מיט א צווייטנ'ס קאך פארוואס זאל מען משנה זיין, ס'קומט נאר ארויס מכשולות, מ'האט דאס שוין געזעהן אינעם פארגאנגנהייט ווען פאטעטא טשפיס איז געוועהן געמאכט געהעריג מיט אויל פון קטניות (לויט אסאך שיטות), כהנה וכהנה איז דא פארשידענע התרים וואס מ'טוט וועגן הפסד גדול און מ'פאקט כשר לפסח סטיקער'ס אויף טשאקאלאדן מיט קענדיס אנע חשבון, א פלא שטייט פון מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע אז אויף די אלטע מאכלים וואס אונזערע אבות האבן געגעסן האט מען שוין אויסגעבעטן תפלות אז ס'זאל נישט זיין קיין מכשול אין דעם, ווידער א נייע עסן איז נישטא די אלטע תפלות פונעם דור הקודם, זיי האבן נישט געבעטן קיין תפלות אויפן קענדיס און אויף פסח'דיגע פיצא...., דעריבער פעלט דעם סייעתא דשמיא, און אז ס'איז נישטא קיין סייעתא דשמיא איז גרויסע צרות,

איך גיי שוין נישט אריין איבער די געפעפערטע טייערע פרייזן וואס די פסח'דיגע פראדוקטן קאסטן אזש ס'לעכערט ממש דעם טאש, ממילא וואלט געוועהן די פראקטישסטע זאך אראפ צו שטעלן אזא מנהג אז די גאנצע אכט טעג (אפשר אחרון של פסח יא) עסט מען נישט קיין געקויפטע נאש, די קינדער וועלן נישט אויסגיין, אדרבה פארקערט זיי וועלן זיין רואיגער און נארמאלער מיט די ווייניג נאש, די קינדער האבן פיין ליב די פסח'דיגע ניסלעך וואס מ'קראכט אויף, און ס'איז גוט פאר חינוך אז קינדער זאלן וויסן מ'עסט נישט אלעס אייביג, מ'מעג אמאל זאגן "ניין" פאר א נאש, און צו די אלע חומרות איז דא דער מורא'דיג לשון וואס דער הייליגע בנ"י שרייבט אין דרך פקודיך וועגן די פסח'דיגע חומורת "המדקדקים בשמירה בחומרות ינצל מכל צרה" א ברכה פון הייליגן בנ"י אויף ינצל מכל צרה איז מורא'דיג.

א זיסע המתקה שטייט פונעם אהבת שלום אז פסח שפירט מען זיך אייביג הונגעריג דאס איז צוליב דעם וואס ס'איז א זמן צו בעטן אויף פרנסה און אזוי יעדע מאל וואס מ'שפירט זיך הונגעריג איז א דערמאנונג אז מ'דארף בעטן אויף פרנסה..., איצט יעדעס מאל ווען דיין קינד זאגט ער איז הונגעריג זאג אים, פיין, יעצט זאג קאפיטל כ"ג ד' רועי לא אחסר אז טאטי זאל האבן פרנסה ברווח.

חול המועד איז דא אסאך צייט, מ'קען טרעפן צייט צו לערנען 15 מינוט נאכן דאווענען מיט די קינדער, און סיי צו עסן צוזאמען מיט די משפחה (א זאך וואס מ'טוט נישט אגאנץ יאר במשל די וואכן טעג צוליב די טרדות הפרנסה), ס'איז שיין אז מ'עסט שוין סייווי פרישטאג און נאכטמאל אין סיי וועלכע צייט זאל עס שוין זיין געהעריג אין דיינונג רום נישט אין קאך צוזאמען מיט די קינדער, זאלן אלע קינדער זיצן ארום און עסן שיין ווי א יו"ט'דיגע סעודה, אפשר געבן אביסל גרעיפ דשוס / מאסט / וויין צו מאכן א בורא פרי הגפן, ס'איז דאך סוף כל סוף יו"ט היינט.

וויאזוי צו גיין חול המועד האלטן איז שוין געשריבן געווארן אין די סוכות מאמר, אבער דאס איז קלאר אז יעדע טאטע איז ביכולת צו מאכן די קינדער צופרידן מיט א קלייניקייט, און צומאל קען דער טאטע פאָרן פיר שעה און צום סוף וועלן נאך אלץ די קינדער זאגן, מעה ס'איז גארנישט געוועהן אינטערסאנט...., אויפן טאטן ליגן די עול זיך אריין צו פאסן אין זייערע שיך, און ער קען (אז ער וויל) מאכן אינטרעסאנט יעדע קליינע טראק אויפן גאס, קינדער! דארטן פארט א טראק וואס טראגט טאמאטע'ס, עטץ זעהט?... יא יא, איך מיין אז ער קומט פון (באַק שנעל עפעס א שטאט...) עה... פענסלוועניע... און ער טראגט ארום טאמאטע'ס צו אלע געשעפטן, ענק זעהן?.... דארט?.... קודם ווערט א מדובר 10 מינוט וועגן טאמאטעס... (שוין גע'הרג'ט נאך אפאר מינוט) און נאכדעם איז סתם אזוי אינטרעסאנט פאר די קינדער ווען דער טאטע שמועסט מיט זיי און פארברייטערט זייערע וויסנשאפטן, כהנה וכהנה קען מען זיך טרעפן יעדע ריר אינטרעסאנטע זאכן וואס צו זאגן, רעד און רעד ווייל דאס איז די עיקר חול המועד האלטן, דו קענסט זיי טראגן אויף די שענסטע פלעצער אויב די קינדער שפירן אז דער טאטע טוט דאס נאר געצווינגענערהייט איז דאס גארנישט אינטרעסאנט, און גלייך קומט די אומבא'טעם'טע לאזונג.. מעה ס'איז גארנישט אינטרעסאנט!!!.... דער טאטע שפירט אז ער פלאצט...., די עצה איז פשוט, לייג דיך אריין אין זייערע שיך, און זיי מיט זיי ממש כעצם מעצמי, שעם דיך נישט טו אויס דיין בעקיטשע און גליטש דיך אראפ דעם גליטשער צוזאמען מיט זיי...., אוי העסטו הערן דערנאך אוי איז דעיס געוועהן פאָן!!!!...., א פשוט'ע פארק, א פשוט'ע שיף, א פשוט'ע בייק, אויב דער טאטע איז דערון איז אלעס גוט, ואם לאו לאו.

שביעי של פסח
שוין, מ'האט שוין אפגעטאנצן חול המועד, אט קומט די צווייטע טעג פסח, ס'איז דא אזא הרגשה אז מענשטן זענען נישט גענוג מחשיב די צווייטע טעג פסח, למעשה שטייט פון ספרים אז פונקט ווי די צווייטע טעג סוכות איז די עיקר שמחה אז מ'פרייט זיך מיט די תורה, נאכדעם וואס די ערשטע העלפט יו"ט איז דא אסאך מצוות מעשיות, כמו כן איז די צווייטע טעג פסח א יו"ט וואס מ'פרייט זיך מיט די אמונה, מ'פרייט זיך מיט דעם "ויאמינו בד' ובמשה עבדו", בכלל איז דער זמן פון שירה מורא'דיג גרויס, אידן זענען ביים ים סוף צוגעקומען צו סאך העכער מדריגות ווי בשעת יצי"מ, אבער פשוט אלץ גשמיות איז שביעי של פסח "ביזת הים" געלט, פרנסה, ס'איז דא פיינע סחורה, ס'איז דא מנהגים אוועק צו לייגן א שטיק מצה שריים פון די סעודה ליל שביעי של פסח ווייל די ביזת הים איז מסוגל לפרנסה.

עיקר שירת הים איז בליל שביעי של פסח, שוין ביי מנחה איז מנהג חסידים צו זאגן קאפיטל ק"ז יורדי הים באניות, און ביי מעריב צו זינגען ואמונה כל זאת, אבער ביי חצות הלילה איז די זמן ווען אידן זענען אריין אין ים סוף און געזינגען שירה, ס'איז משמע אין קדמונים אז ליל שביעי של פסח איז דא תיקונים פונקט ווי ליל שבועות, אסאך האבן געהאלטן אז מ'דארף אויפזיין אגאנצע נאכט, אנדערע שרייבן מ'זאל אויפשטיין פארטאג'ס צו זאגן די שירה, אבער עכ"פ קומען אין ביהמ"ד זינגען די שירה איז זיכער מן המובחר, כשלעצמי האב איך ליב א שול ווי מ'זאגט פסוק בפסוק שירה בחצות הלילה, אה! ס'ברענט!!!!, זה קלי ואנוהו אלקי אבי וארוממנו, (אין געוויסע שול'ן גיסן מען וואסער אויף דער ערד און מ'טאנצט ארום דעם וואסער), פארוואס זאל מען טאקע נישט מיטברענגען די קינדער?, נו אוודאי מ'איז דאך מיד פון ארום באָרדענען פיר טעג חול המועד קען מען נישט קומען אין שול ליל שביעי של פסח...

אבער בייטאג לאמיר כאטש זיכער מאכן צו זאגן מיט בעל תפלה פסוק בספוק די שירה, זינגט'ס אלע מיטן נוסח פון די שירה... מי כמוכה באלים ד' מי כמוכה נאדר בקודש.... שירת הים איז דאך געוועהן א זמן וואס די גאנצע פמלי' של מעלה די מלאכים מיט די אבות הק' האבן מיטגעזינגען מיט אידישע קינדער כביכול אליין האט מיטגעזינגען (עי' בקודשת לוי), די גאנצע בריאה זאגט שירה און ווי ביסטו? אינמיטן א שמועס?..., ביי די סעודה מעג מען זיך ארויסלאזן אין א ריקוד, בבקעך ים סוף עמך ראו.... אדער סיי וועלכע אמונה ניגון, נאר אמונה... וכדומה, ס'איז דאך דער חג האמונה ויאמינו בד' ובמשה עבדו.

אחרון של פסח
אה! דא רעדט מען שוין ווערטער.... אויף דעם האט מען געווארט...., יא, ס'איז מנהגים קדושים, און אחרון של פסח האט מען נאכגעלאזט פון געוויסע חומרות און יעדער האט זיך שוין זיינע מנהגים מקובל מבית אבותיו, אבער באקאנט איז פון בית דזיקוב אז אחרון של פסח דעקט מען אויף די מצה צו ווייזן פאר כביכול אז באמת זעמיר גרויסע ארימעלייט נאר גאנץ יו"ט האמיר באהאלטן דאס ארימקייט, די לחם עוני איז געוועהן באדעקט אין א מצה טאש, אבער אחרון של פסח ווען דער קעניג פארט אהיים, מ'געזעגנט זיך פון יו"ט דעקט מען אויף די מצה און מ'ווייזט פאר קב"ה רבוש"ע, אונזער באנק קאסע איז ליידיג שיק'זשע שפע ברכה והצלחה, און ס'איז טאקע א מסוגל'דיגע טאג אחרון של פסח פאר שפע,

טינקט'ס די מצה אין וויין, בראקטס די מצה אין די זופ, עסט'ס קניידלעך, און אויך זענען ערליכע אידן מהדר אחרון של פסח בייטאג ביי קידוש צו עסן אזא מאכל וואס האט מצה מעיל צו קענען מאכן א ברכה "מזונות" וויבאלד מ'האט שוין א וואך צייט נישט געמאכט די ברכת מזונות, מאכט מען יעצט די ברכה, און דער עיקר איז אז מ'זאל ארויס גיין פונעם פסח מיט פולע באגאזשן מיט שפע ברוחניות ובגשמיות, ווי דער יוד' הק' האט געזאגט אז ער איז מרגיש ביי זיך א חילוק פון פאר פסח ביז נאך פסח אזוי ווייט א חילוק ווי א איד ביז א גוי, נו, אויב אזוי איז פארשטענדליך אז מוצאי יו"ט נעמט מען דעם כוס אין די האנט און מ'זאגט, המבדיל בין קודש לחול, פון פאר פסח ביז נאך פסח, בין ישראל לעמים פון איד ביז א גוי, פאר פסח ביסטו אפשר געוועהן א גוי, אבער יעצט נאך פסח ביסטו א נייע פרישע איד, גרייט צו קבלת התורה, (איבער דעם אוועק פאקן דעם פסח לאז איך שוין פאר אנדערע שרייבער'ס)

חג כשר ושמח,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

הרב שאץ מאץ האלט זיך פריש! ייש"כ
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

פדף להקוראים החשובים
אטעטשמענטס
א טאטע יוט פסח.pdf
(145.22 KiB) געווארן דאונלאודעד 595 מאל
אוועטאר
בערטשע
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 22, 2012 11:28 pm
לאקאציע: צווישן איין דארף און צווייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערטשע »

דאנק אייך שמן, גאר נוצבאר, די זכות זאל דיר ביישטיין
א אנגענעמע רייזע מיט "בערטשע" דער בעל עגלה
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אדאנק אייך הרב שאץ פארן מחיה נפשות זיין/נישטא קיין ווערטער צו באדאנקען

אויך פאר הרב שמן פאר די פדף
אוועטאר
בערטשע
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 22, 2012 11:28 pm
לאקאציע: צווישן איין דארף און צווייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערטשע »

אוי וויי, האבעך אינגאנצן פארגעסן אז שאץ'ן דארף מען אויך באדאנקען, א ריזן דאנקע, שכרך הרבה מאוד, סיי וואס עס טוט אויף פאר די עלטערן און אוודאי אויף וואס די קליינע קינדערלעך זאלן נישט איינשלא.. אופס, סיי וואס די קליינע קינדערלעך בענעפיטירן דערפון.
א אנגענעמע רייזע מיט "בערטשע" דער בעל עגלה
אוועטאר
מאנטריאלע'ר
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 10:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנטריאלע'ר »

א גרויסן יישר כח פאר הרב ש"ץ, אייערע מאמרים יקרים מפז ופנינים קומען אן אזש ביז מאנטריאל
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

שקויעך הרב שאץ

כה לחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אה, דאס הייסט א הכנה צום יו"ט אין תשע"ב, דורכליינען א גרונטליכע צוגרייטונג באארבעט דורך ידידינו ר' שאץ-מאץ.

[איין חידוש וואס איך האב ניעמאל געהערט, אוועקצולייגן פון די שביעי של פסח סעודה א שטיקל מצה אלס סגולה לפרנסה. דעם אפיקומן לייג איך מיר אוועק מליל פסח לערב פסח אלס שמירה].
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

ישר כח

יעצט קימט אפיר די אלטע טענה פון די ווייבער שיל מיר טיען די עבודת הפרך און פסח ביינאכט זעט זי ווי דער מאן מאכט זיך באקוועם אויפן היסב בעט די זעלבע זאך עפעס א שיינע ארטיקל פאר די ווייבער שיל נישט נאר וועגן די מענער איך האב אפי' מורא עס אהיים צוטראגן .........
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
11211
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 11211 »

א גרויסן דאנק הרב ש"ץ.. איך האב הנאה פונעם קעפל פריש...ש"ץ איז דא מיט א פרישקייט
איך האב שוין אנגעפילט מיין פרינטער לעדל מיט נאך פאפיר...רעדי טא גאו
"וויליאמסבורג, א מחי’ גאר, וואוינען דארט פיינע אידן, אויך מיר אזא יאר"
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

פפפ
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

שאץ!!! האסט מיך נישט אנטוישט!!
געוואלדיג שעבעגעוואלדיג..
יעצט ווער נישט פארלוירן ביז נעקסטן יו"ט, קום אריין אפטער. שכח.
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

הערליך
א גרויסן יישר כח
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

זייער געוואלדיג! (א חידוש פון א אויסדריק? דער גאנצער שאץ איז חידוש....)
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

א מייסטערווערק! ייש"כ.
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

שכוח!!! ס'קומט זיך עפעס אויך פאר די אידען וואס קענען נישט מאכען אליינס א סדר!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32536
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

פריש??? קריספי!!! וועל דאן פון ביידע זייטן!!!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:פריש??? קריספי!!! וועל דאן פון ביידע זייטן!!!


און פארשטייט זיך 'אווערנייט' האסטו פארגעסן ציצילייגן...
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגלשלג »

wow ווי האב איך דאס פארזעהן?
עס איז דאך געוואלדיג
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

גלגלשלג האט געשריבן:wow ווי האב איך דאס פארזעהן?
עס איז דאך געוואלדיג
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9233
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

ארויף לכבוד יו"ט
---
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3285
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

ארויפגעברענגט לכבוד יו"ט הממשמש ובא

(זאל זיין נאך עפעס אויבן-אן אויסער קאר... ונשמע ונתבשר בשורות טובות)
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: א טאטע יו"ט פסח (פריש)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

;l;p-
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”