נאטיצן צום סדר נאכט - סך הכל

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

נאטיצן צום סדר נאכט - סך הכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

נאטיצן צום סדר נאכט

נאכן אדורך ליינען מיין ארטיקל איבער א טאטע ביים סדר, האט מיין חשוב'ע ידיד המכונה יגר סהדותא אויסגעשטעלט אזעלכע קליינע צעטעלעך וואס ער האט זיך פארגעשריבן צו געדענקען ביים סדר,
איך האב עס אביסל מגי' געוועהן מיט קליינע הוספות אזוי אז ס'זאל זיין שוה לכל,
פארשטייט זיך א רוב פון די נאטיצן זענען בלויז סימנים וואס קען מיינען אסאך מער, דעריבער איז צום האפן אז דער עולם וועט נהנה זיין דערפון,
איך האב אויך מסדר געוועהן א ווארד פייל אויסגעשטעלט אויף אזא פארמאט פון שמאלע קאלום'ס כדי עס ארויס צו פרינטן און קענען פלאצירן אין די אייגענע הגדה צווישן די בלעטער, עיין בזה ותצמא נחת,

ישר כח

קיטל
א. זכר לחירות, ב. יום המיתה, ג. כמלאך
ד. ויהי שם לגוי, שהי' מצויינים בבגדיהם
ה. קודשה בלילה הזה כמדריגות כה"ג בק"ק.
ו. בגד משונה מימות השנה מחשש חמץ רח"ל.
ז. פארשטעלן, מ'שיקט נאכאמאל אראפ צו פירן דעם סדר,

מסדר זיין קערה
זרוע-ביצה-מרור
חרוסת-כרפס-חזרת
פשוטער טעם
חשיבת הלילה,כלהלן:
זרוע-אליהו ועמו כזית פסח, כמעשה מהדברי חיים מצאנז
ביצה- כמו עין, נהיר ההוא לילה
מרור-כנגד ד' בנים, צער גידול בנים,בידינו להפוך אותם
חרוסת-בניסן נגאלו ועתידין
כרפס – ר"ת ס' פר"ך ס' רובא עבדו בפרך
חזרת-ואמר רבא מאי חזרת – חסא, דחס רחמנא עליהם.

הלכות
א. מ'וועט אנגיסן כוסות,
ב. יעדער זאגט מיט,
ג. אנכאפן בעכער,
ד. שהחיינו,
ה. מ'טרינקט צוזאמען,
ו. גאנצע כוס,
ז. בהסיבה דרך שמאל,
ח. מיידלעך און פרויען אויך מחיוב מיט אלע מצות היום, חוץ הסיבה

קדש
אשר בחר בנו מכל עם, יא טאקע דיר, מ'האט דיך אויסגעקליבן פון אלע גוים ורוממתנו מכל לשון, ביסט דערוועלט געווארן וקדשנו במצותיו, מאך הויעך קידוש לעבעדיג מיט א ברען, אז די קינדער זאלן דאס געדענקען אין די ביינער, אוי שהחיינו וקיימנו, והגענו לזמן הזה

אנלאנען דאס מערסטע וואס מעגליך, קינדער זאלן זעהן די הסיבה,

ורחץ
מ'וואשט זיך די הענט.... "נישט" על נט"י,
דער "נישט" זאל זיין ניכר.

כרפס
וויפיל ברכות מאכט מען אויף מרור? פארוואס נישט בפה"א?
טעם לכרפס, כדי שישאלו התנוקת, והתי' יהא שהי' עבודתם בשדה בין הירקות, ואכילתם שם הי' ירק,

יחץ
מ'נעמט.... די גרעסערע העלפט לייגט מען אוועק פאר אפיקומן.
צוברעכן ל'עין כל

גלייכצייטיג זאגן ווייל א ארימע מענטש עסט נאר שטיקלעך, ער עסט נישט קין גאנצע ברויט, און לזכר ווייל אידן אין מצרים זענען געוועהן ארעם און זיי האבן נאר געהאט צובראכענע שטיקלעך עסט מען היינט צובראכענע מצות.
גלות איז אויך נאר געוועהן האלב צייט נישט גאנצע 400 יאר,

לייגן דעם אפיקומן אויפן אקסל און גיין ד' אמות
ככה יצאו ישראל

מגיד
מוזגין כוס שני, פקודא בתר דא שנעל.

הא לחמא עניא
אויפהייבן קערה

וכאן הבן שואל מה נשתנה.
יעדער קען בעטן פון זיין טאטע'ן אין הימעל.
באוויסטער תפארת שלמה, אז דא קען מען זיך אויסבעטן פאר קינדער, (יכול להזכיר השמות של הבנים היושבים כאן)

שבכל הלילות... אנו אוכלים/אין אנו מטבילין, די זעלבע הלילה הזה..,
-
אריינברענגן קליות ואגוזים
א. בכל השנה אחר הסעודה, אבל עכשיו "אין מפטירין וכו' אפיקומן".
ב. אדם נוטלו מתוך האשפה וקלפו ואוכלו, כך עשה הקב"ה לישראל במצרים
איבערזאגן, קינדערלעך זיסע וכו' מה נשתנה הלילה הזה...

עבדים היינו, אילו לא הוציא הקב"ה הרי אנו ובנינינו, אונז וואלט מיר נאך אפי' היינט!!

מעשה
ר' אליער, אלעזר בן עזריה, ר' טרפון, כהנים. ר' יהושע, שבט לוי. עקיבא, גרים.

אותו הלילה
געווען ליכטיג. מה נשנה ליכט – רמז לזה,

כנגד ארבעה בנים דברה תורה
ווי גוט ס'איז פארן ת"ח וואס לערנט תורה, ער ווייסט וואס מ'דארף צו טון, ער קען קען גאנץ הל' פסח, ער פארהערט זיך ער קען אלעס, דער רשע נעבאך ער שטערט אנדערע פון טון מצות וכו'
*חשיבות התורה, טוב לי תורת פיך,
*מ'טרויעט זיך צו רעדן צום רשע, ווייל ביי אזא נאכט אזא סדר אפי' א רשע טוט תשובה, ס'איז א הויכע דערהויבענע מינוט.

את פתח לו
מאמע לערנט אויס אל"ף בי"ת. בשכר נשים צדקניות.

מתחילה עובדי ע"ז הי' אבותינו
קינדער! ווער ווייסט? וואס איז געוועהן דער תרח?, געטשקע הענדלעריי, אריין אין קאלעך אויוון, ארויס לעבעדיג, דער באשעפער געזאגט פאר אברהם אז אידן וועלן זיין אין מצרים, יצחק געבוירן אויף די עלטער, געהאט 2 קינדער יעקב און עשו, מ'קען רעדן בגנות עשו ער איז געוועהן א באם נישט געהאלטן ביים לערנען זיך געדרייט אין די גאסן, יעקב אבינו איז געוועהן א צדיק, אבער א קלוגע צדיק, אויסגעכאפט די בכורה, און מסכים געוועהן צו גיין אין גלות מצרים.

ועכשיו קרבנו המקום ע"י אכילת מצה ומרור

צודעקן מצות: והוא שעמדה.
גלות בזמן הזה, וויסן אז מיר זענען אין גלות צווישן גוים, אפשר מיר שפירן דאס נישט אזוי שטארק, אבער נאך היינט איז דא מדינות ווי מ'פייניגט אידן, אין איראן/יאפאן, במחשבה איז דא אויך דאהי זייער אסאך גוים וואס טראכטן ווי מ'קען עפעס שלעכט'ס טון פאר די אידן,
אבער,והקב"ה מצלינו מידם.
צא ולמד מה בקש לבן-עפענען מצות
(דרך צחות: צא ולמד ישעי'לע, ווען מ'וויל קענען לערנען פלייסיג, דארף מען ארויסגיין פון אלע שטותים.)

מה בקש לבן:
דער לבן דער פאפער ווער געדענקט נאך וואס לבן האט געטון מיט יעקב?
חתונה לאה – רחל, גורם שבטים קנאה, יוסף אראפ קיין מצרים,

מלמד שהי' ישרא'ל מציונים שם, מיט שם לשון מלבוש, די יסוד פון כלל ישראל בכל הדורות, א מיידל ווי יוטא'לע און רחל'ע דארף מען דערקענען פונדערווייטנס דאס אידישע חן, גערעדט נאר אידיש, אידישע נעמען, ברוך בערל, נישט דשאני דשעקי,

ורב כמה שנאמר רבבה כצמח השדה
די מדר' אז אידישע מאמע'ס האבן געלייגט זייערע קינדער אין פעלד און דער באשעפער האט זיי געפיטערט מיט האניג און מילך, צום סוף האבן זיי אליין דערקענט זייערע הייזער בדרך נס

וירעו אתנו... עבודה קשה
א משל ווי די גוי'טע פאר פסח האט געארבעט שווער, אזוי האבן אידן געדארפט ארבעטן אין גוי'שע הייזער,

ויענינו
אידן האבן געמאכט קאנסטראקשן, געבויעט פיתום רעמסס... מיט פה-רך. באצאלט און דערנאך געצווינגען, און געשלאגן מכות אויב מ'האט נישט געארבעט,

ונצעק אל ד' אלקינו
כאטש אידן האבן נאכנישט געהאט קיין סידור קיין תהלים, האט מען געשריגן בכל לשון, אפי' אויף אידיש, כביכול פארשטייט יעדע שפראך, אז א איד האט א פראבלעם קען מען רעדן צום באשעפער אזויווי מ'רעדט צו א טאטן, אויף אידיש.

ואת עמלינו אלו הבנים
אריין געווארפן די קינדער אין וואסער, מ'האט געזען ווי די קינדער פלאטשקענען אין וואסער זיי וויינען, מ'קען אפי' נישט מסביר זיין וויאזוי דאס הארץ האט געשפירט.

לחצינו זו הדחק
א. פרעשור צו ענדיגן שנעל
ב. קליינע דירות צוזאמען געשטופט
ג.לחצינו מ'האט געזעהן ווי אנדערע ארבעטן, טאטע, זיידע, מאמע, באבע, ברודער, שוועסטער, אפי' די אלטע זיידעס האט מען געשלעפט צו די ארבעט, דאס האט צוגעגעבן זייער אסאך צום צער,

ויוצאינו לא ע"י מלאך
דער באשעפער אליין איז ארום אין מצרים קוקן וועלכע הויז האט בלוט, און אריבער געשפרינגען, ווי ס'האט געפעלט בלוט איז כביכול אריין אין געהרגעט, לא ע"י שרף, דער באשעפער אליין האט אזוי ליב אידן אז ער האט דאס געוואלט טון אליין, דא וואוינט א איד!!

אלו עשר מכות
גיסן טראפן.
א. ווייל ביי יעדע מכה זענען געפאלן נאך מצרים, זיי זענען געווארן פוחת והולך ממילא מאכט מען דעם בעכער אויך פוחת והולך.
ב. מורא'דיג, בנפול אויבך אל תשמח

פסח, מצה, ומרור
מ'כאפט אן די מצה יעדער זאל דאס באמערקן, קינדער עטץ זעהט'ס?.... מצה זו

הייסן א קינד שמעקן די ציפעדיגע כריין זאל ער זאגן צו ס'ציפט טאקע, על שום מה שמררו את חייהם...

בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו
אונז האלט מיר אינמיטן רעדן און מ'הערט היינט דעם שופר של משיח!!!
געבן א משל פון די יאפאנע בחורים וואס זיצן נעבאך אין תפיסה וויאזוי וואלט זיי געפילט ווען מ'נעמט זיי ארויס פון דארט, אט אזוי דארף מיר פילן.

פאר הלל קען מען מאכן א קורצע הקדמה וואס שטייט אין מדרש, אז יענע נאכט די לעצטע נאכט אין מצרים, ווען אידן האבן געגעסן דעם קרבן פסח, און געוויסט אז ס'קומט שוין די ישועה, אינמיטן די נאכט איז פרעה ארום געלאפן מיט די פידזאמע'ס זוכן משה, ווי איז משה, ער איז דא, ער איז דארט, אלע קינדער האבן געמאכט פורים פון אים...., ענדליך האט ער דעגרייכט צו משה רבינו'ס הויז, און מיט איין קול האט ער געשריגן משה! און אלע אידן! ענק זענען באפרייט!, ווי נאר משה האט געהערט די בשורה האט ער אנגעהויבן זאגן אט די פסוקים, הללוקה הללו עבדי ד', מיר זענען מער נישט עבדי פרעה נאר עבדי ד'

הלל דארף געזאגט ווערן על הכוס דהיינו מ'דארף אנכאפן דעם כוס בשעת הלל,
בורא פרי הגפן. אנגעלאנט!! גאנצע כוס.

רחצה,
קינדער זאגן אלע דריי "רחצה" "מוציא-מצה"
זאגן פאר די קינדער:
[א]: יעצט גייט מען מקיים זיין א מצוה וואס די תורה הק' האט געהייסן "בערב תאכלו מצות". הייליגע חת"ס באמערקט: "איינציגסטע מצוה וואס שטייט אין די תורה פון עסן און ס'גייט נאך היינט אן"!!, נישטא קיין קדשים טהרות קרבנות, נאר דאס שטיקל מצה, מ'גייט עסן מיט כוונה.
[ב]: נאכן טאטנ'ס המוציא מיט אכילת מצה, באקומט יעדער קליינע שטיקלעך פון די לחם משנה
1. די קינדער זאלן האבן מצות בעפאר מ'וואשט זיך,
2. יעדער זאל האבן זיין זעקל

נאך רחצה מאכט מען אזא הויכע על נט"י, אז ס'זאל זיך הערן דעם "יא" על נט"י.

מוציא מצה
אויסציען בפישוט ידים ורגלים

מרור שארף

כורך –זכר למקדש כהלל

שולחן עורך-קוקן אויפן זייגער
ביצה – טעם (א"ת ב"ש)

צפון - נאכן אכילת אפיקומן, טאר מען שוין נישט עסן, אבער טרינקען וואסער יא,

ברך
ברכת המזון מלה במלה, גרויס ענין פסח ביינאכט, פסח נידונין על התבואה – פרנסה,

פתיחת הדלת
אלי' הנביא – עפענען טיר תקוה לאלי' שיבשר בשורות טובות
מ'גיסט אן דעם כוס של אלי' פאר פתיחה

הלל
שפוך חמתך,
כשהמקדש הי' קיים, הייינו אומרים הלל בירושלים אחר קרבן פסח, ואחז"ל דפקע איגרא, די דאך האט זיך געשפאלטן פון די קולות וואס אידן האבן געזאגט הלל,

נשמת כל חי – הודו לד' כי טוב
לויבן על כל החסד אז מ'איז געזונט און שטארק, ב"ה די זכי' צו זיצן מיט קינדער סביב לשלחנו, זאגן פאר די קינדער אז ליידער נישט יעדער איז זוכה היינט נאכט צו זיצן מיט זיין גאנצע משפחה ביים טיש, אבער מיר אויב יא לויבן לויבן נשמת כל חי, הודו לד' כי טוב,

חסל סידור פסח רקידה'לע. לשנה הבא בירושלים ג"פ.

גרעסערע קען מען רופן זיצן אויף'ן היסב בעט.

הנסים באותו הלילה
א) מלחמת ד' מלכים, חצים/לעפר
ב) שרה אמנו מאבימלך
ג) מלאכים בבית אברהם לרפאותו.
ד) לבשרו בלידת יצחק
ה) הפיכת סדום
ו) נולד יצחק
ז) קיבל יעקב הברכות
ח) לבן רדף אחר יעקב
ט) יעקב עם מלאך של עשו
י) מכות בכורות!!
יא) סיסרא מיליטער דערטראנקן באצאלט פאר'ן ים סוף
יב) סנחרב'ס מיליטער געבליבן פּאָפן אויף אייביג,
יג) בלשצר, דניאל געליינט די שריפט
יד) דניאל בגוב האריות
טו) יריחו נפל החומות
טז) אחשורוש נישט איינגעשלאפן!

אחד מי יודע
בהפיוט הזה הכל יש שייכות ליצ"מ ומונה זכותם למה יצאו:
אחד מי יודע – נגאלו ישראל בזכות האמונה
שנים מי יודע, בזכות התורה שנאמר בהוצאיך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה,
וכן חמשה חומשי תורה ששה סדרי משנה – הכל בזכות התורה,
שלשה מי יודע – בזכות האבות נגאלו, ובזכות אמהות, ארבע מי יודע,
שבעה מי יודע- בזכות ששמרו בנ"י את השבת
שמנה מי יודע, - בדמיך חיי ע"י דם מילה
תשעה ירחי לידה- חישב את הקץ בשביל ריבוי העם שהי' ששה בכרס אחד
עשרה מי יודע – כדאיתא במדרש שאמר משרע"ה מי אנכי וגו' והשיב לו נאמר אנכי שלחתיך היינו בזכות אנכי – עשרה דבריא,
אחד עשר כוכביא – ישראל מונים לכוכבים – ולא שינו את שמם כמ"ש אצל הכוכבים לכולם שמות יקרא,
שנים עשר שבטיא – בשכר שלא ערבו ע"א בנשים אחרות והי"ב שבטים נשארו בקדושה ראשונה וכ"א מישראל הי' מזרעו של השבטים טהור,
שלשה עשר מדיא – בזכות הצדקה נגאלו – לילך אחר מידותיו של הקב"ה מה הוא רחום אף אתה, לעשות חסד ולגמול טוב לאחרים,
(עפ"י הגדה ואגדתא)

חד גדיא
לחש קעגן עין הרע,

***

הוספות חשובות
טעמים למה יצאו ישראל קודם הזמן
א. קישוי השיעבוד, ב. ריבוי הילדים ג. לידת יצחק. ד. ביום ובלילה. ה. מחשבה לענות ו. בנ"י עסקו בהל' עבדים. ז. שאר הגליות. ח. שכינה השלים עמהם.

חומרות
ספרים של חול. כלי שנפל על הארץ.
אין אוכלים אצל חבירו.
לא אמרו "חמץ" "לחם".
יש"מ לא אכל מצה רק בלילה ראשונה


ארבעה

א. ד' לשונות של גאולה
ב. ד' כוסות יין
ג. ג' מצות, ו'יחץ
ד. ארבעה בנים
ה. ד' קשיות
ו. ד"פ הגביע, קידוש, והיא שעמדה, לפיכך, אשר גאלנו
ז. ד' גזירות של פרעה. 1 וימררו את חייהם 2. אם בן היא והמיתן 3. היאורה תשליכוהו 4. תבן אין נתן,
ח. ד' גליות
ט. ד' צריכים להודות
י. ד' אותיות של שם הוי"ה, אני ולא מלאך,
יא. ד' אמהות
יב. כלנו חכמים, נבונים, זקנים, יודעים,
יג. שם לשון מלבוש, לשה"ר,
יד. ד' חלקים מישראל לא יצאו ממצרים.

שלשה
א. הגביע באמצע הסעודה
ב. ג"פ אוכלים מצה, כורך, אפיקומן
ג. דצ"ך עד"ש באח"ב
ד. דם ואש ותמרות עשן
ה. פסח מצה מרור
ו. ג"פ הלל ביום א'.
ז. ג' לשונות על יום, הרחמן יום שכולו טוב/יום שכולו ארוך/ יום שצדיקים יושבים
ח. לשנה הבאה בירושלים ג"פ,
ט. לא שינוי שם, לשון, מלבוש,
י. ג' מצות, יא. ג' אבות, יב. ג' כתות שחטו הפסח
יג. כהן לוי ישראל
יד. מצינו בנ"י עסקו ב'מצה. 1. על מצות ומרורים 2. ויאפו את הבצק. 3. דאכלו אבהתנא בערעא דמצרים.
אין משיחין
א. ברכת המוציא-כורך
ב. " "-אפיקומן
ג. חצי הלל-חצי השני
ד. כרפס-מרור
ה.קידוש-אפיקומן [הטעם שקידוש בלילה היא בשביל זה].

אוכלים ביצה שיום א' פסח נגד ט' באב,
א"ת יום א' דפסח, יהי' תשעה באב
ב"ש יום ב' דפסח, יהי' שבועות
ג"ר יום ג' דפסח, יהי' ראש השנה (וגם סוכות)
ד"ק יום ד' דפסח, יהי' קריאת התורה שמ"ת
ה"צ יום ה' דפסח, יהי' צום כיפור (וצום גדליה)
ו"פ יום ו' דפסח, היה פורים שעבר

הא לחמא עניא
די מצרים האבן געגעבן צו עסן פאר די אידן אט די ארימע ברויט בצר עין, ווען איינער וויל געבן צו עסן נאר בצר עין איז דא פארשידענע פעולות דערצו,
א' ער קוקט אים אריין אין די אויגן בשעת'ן עסן דאס איז גורם איז ער זאל נישט קענען עסן צופיל,
ב' די ברויט איז נישט פריש ווארים,
ג' אן קיין וואסער זיך צו וואשן די הענט,
ד' ווען יענער איז מיד.
ה' א ברויט וואס איז צו שטארק חמץ - זויער, אדער בלויז מצה אן קיין טעם איז אויך נישט צו שטארק אפעטיטלעך צו עסן אסאך.
די אלע זאכן האבן די מצרים געטון צו די אידן,
פסח ביינאכט פונקט פאקערט.
א' מ'עסט בהסיבה, קוקט מען נישט אריין איינער אין די אנדערנס אויגן,
ב' די מצה איז פריש היינט געבאקן ערב פסח,
ג' מ'וואשט זיך נישט נאר איין מאל נאר צוויי מאל ורחץ – רחצה,
ד' מ'זיצט בהסיבה איז מען נישט מיד נאר במנוחה.
ה' בלייבט נאר איבער די איינע זאך אז ס'איז מצה און נישט געהעריגע ברויט, אט דאס איז די אייצינגסטע זאך וואס איז פונקט ווי אין מצרים, הא לחמא עניא. (בן איש חי)

כל טוב גוט יו"ט
שאץ מאץ

קרעדיט: יגר סהדותא / אייוועלט
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אט איז דער ווארד פייל ספעציעל אויסגעשטעלט אויף א פארמאט צו קענען ארויס פרינטן,
ווער עס קען דאס מאכן פאר א פי די עף תבא עליו ברכה,
ליינטס דאס און פארשפרייט'ס דאס כדי לזכות את הרבים,
אטעטשמענטס
נאטיצן צום סדר1.doc
(77.5 KiB) געווארן דאונלאודעד 428 מאל
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך prowed jew »

א ריזיגן שכח
קורץ און טיף אזוי מ'זאל עס געדענקן
נישטא קיין ווערטער......
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

pdf
אטעטשמענטס
נאטיצן צום סדר 1#.pdf
(116.15 KiB) געווארן דאונלאודעד 521 מאל
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

שוין שאץ איז דא, אין אז ער איז דא קעמענישט ארויסגיין אנעם זיך באדאנקען פאר אים און פאר א גאנץ יאר וואס ער איז אונז אזוי מהנה דורכאויס'ן יאר.
שאץ קיפ איט אפ עד מאה ועשרים שנה געזונטערהייט, אמן.
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
לובלין
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 5:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לובלין »

לחצינו זו הדחק
א. פרעשור צו ענדיגן שנעל
ב. קליינע דירות צוזאמען געשטופט

וואס?
prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך prowed jew »

פרעגסט בדרך ליצנות אדער וואס?
לחצנו זה הדחק קען מיינען צוויי פשטים
א) זיי האבן געלייגט לחץ צו ענדיגן שנעל די ארבעט
ב) מ'האט געוואוינט אין קליינע דירות בלחץ
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

יש"כ הרב שאץ.

נ.ב. האסט זייער גוט אנגעהויבן. איך האב עס געמאכט פאר מיר אין קליינע פיצל אותיות, נאר א בליק צו כאפן אינמיטן די הגדה צו זעהן וואס נעקסט.
פארשטייט זיך אליינס "אז נישט אלעס מוז געזאגט ווערן" און "אז ס'פארט פיין דארף מען נישט קוקן דערויף".
ס'איז ווי א בעל דרשן וואס פארצייכנט זיך די ראשי פרקים.

Prowed Jew; יש"כ פאר דיין לעצטע תגובה.. אלעס גייט אויף דעם אויפן, קורץ געשריבן כדאי צו האבן לאנג "און אינטערעסאנט" וואס צו רעדן.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

שאצ דו ביסט ריזיג
איך האב עס ארויסגעפרינט גראד נאכדעם וואס דו האסט עס דא געלייגט אבער בין נישט אנגעקומען ביז יעצט פארנאכט צו קוקן דערויף
וואס זאל איך דיר זאגן, איך מיין אז מיין סדר גייט אויסקוקן עטוואס בעסער ווי די לעצטע יארן (נישט אז דעמאלטס איז נישט גוט געווען אבער אין שיעור למעלה)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

ארויף עפ"י בקשת הרב שאץ!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4217
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

ישר כח! איך וועל עס אי"ה ארויספרינטן און ניצן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע »

מה פתאום??? האט געשריבן:ארויף עפ"י בקשת הרב שאץ!
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

שוין ארויס געפרינט לכבוד פסח הבעל"ט
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

Re: נאטיצן צום סדר נאכט - סך הכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

ענינא דיומא
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”