דערהויבענער שבת פאריבער בחצר הקודש זלאווציקוי (לכבוד פורים)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

דערהויבענער שבת פאריבער בחצר הקודש זלאווציקוי (לכבוד פורים)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

די שבת'דיגע עבודת האכילה פון זלאווציקויער רבי'ן שליט"א אין די קארטאפל בערג


א געוואלדיגער אפקלאנג צווישן אלע שיכטן און קרייזן פונעם אלוועלטליכן אידנטום האט געלאזט דער היסטארישער באזוך וואס דער זלאווציקויער רבי שליט"א האט געפראוועט די פארגאנגענע וואך צווישן די קארטאפל בערג, כמנהגו בקודש בכל שנה ושנה, און היות די לייענער וועלן דערפון קענען ארויסהאבן א לימוד אויף לדורות וועגן עבודת האכילה, האבן מיר באשלאסן אפצושרייבן דעם גאנצן סדר השבת און די הייליגע דברי תורה.

כאטש דער רבי שליט"א פארט יעדעס יאר אהין, ואין לך בו אלא חידושו, האט פארט דער היי יעריגער באזוך געטראגן מיט זיך א היסטארישן באדייט, ווייל דער רבי שליט"א האט זיך לעצטנס שטארק אריינגעלייגט אין דער עבודה הקדושה פון אכילה, און דאס האט געדינט אלס שבת יסוד, צוריק צו באפעסטיגן די הייליגע עבודה, מ'זאל גארנישט נאכלאזן דערפון, ואדרבה, ביתר שאת וביתר עוז זאל מען ממשיך זיין דערמיט פאר זיך און פאר די קינדער.

צוליב דער היסטארישקייט פון דעם היי-יאריגן שבת זענען געקומען צו פארן אלע קינדער פון רבי'ן שליט"א מיטהאלטן, אחד מהם לא נותר, דאס אליין האט ערגענצט די כוואליעס פון פרייד וואס האט געהערשט אין דער אטמאספערע במשך פונעם גאנצן שבת, און מ'האט עס געקענט אראפלייענען פון די פנימ'ער פון אלֹע חסידים.

מען האט ארויסגעדונגען א ריזיגן פייוו-סטאר האטעל, צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצן עולם פון חסידים און בני משפחה וואס זענען געקומען מיטהאלטן דעם שבת. פאר'ן רבי'ן שליט"א אליין איז געווען אהערגעשטעלט א דערנעבנדיגן הייזל, וואס מ'האט
אראפגעברענגט שוין אויפגעבויטערהייט, ס'איז געווען אויפגעריסטעט מיט אלע שטיבער און פאסיגע חדרי קודש ווי עס פאדערט זיך לפי כבודו הראוי פון זלאווציקויער רבי'ן שליט"א. ספעציעל דעם רבי'נס חדר מיוחד, וואס מ'האט אהערגעשטעלט מיט'ן גאנצן קנאק, א שיינע ספרים שטוב, אויסגעצירט אלע פיר ווענט ספרים אין די פריש געקויפטע טייערע מעהאגאני האלערנע שענק, בעת אן אנטיק הענגלייכטער הענגט אראפ אינדערמיט און ווארפט א דים ליכט אינעם הייליגן צימער.

אן עקסטערע זאך וואס איז היי יאר נתחדש געווארן איז געווען אז אלע טויזנטער חסידים אן אויסנאם האבן באקומען פון א חשוב'ן נדבן, הרוצה בעילום שמו, העכסט פארגעשריטענע טעכנאלאגישע סעלפאנס, וואס האבן די מערסטע פיקסעלס צו קענען כאפן די קלארסטע, בעסטע און שארפסטע דיגיטאלע בילדער, זיי פילמירן, אזוי פאראייביגן דעם רבי'נס התנהגות אויף יעדן טריט און שריט, און עס אין דער מינוט קענען אפשיקן צו אלע טיילן פון דער גארער וועלט דערמיט צו שטילן דעם דורשט פון די הונדערטער טויזנטער אנהענגער וועלכע זענען צעשפרייט מהודו ועד כוש.

כאטש שבת קודש קען מען נישט כאפן קיין בילדער, האבן אבער די חסידים אויסגענוצט די געלעגנהייט במשך פונעם ערב שבת קודש ביז צום זמן הדלקת הנרות, און דאס זעלבע מוצאי שבת פונעם זמן צאת הכוכבים, און געהאקט יעדע סעקונדע פרישע בילדער. עטליכע מאל האט דער רבי שליט"א אויסגעדריקט רצון קדשו אז די "בליצן" שטערן אים, אבער אנדערע מאל האט דער רבי שליט"א נישט מקפיד געווען. חסידים האבן אויסגעטייטשט אז דאס מיינט אז ס'איז נישטא קיין קלארע הוראה פון רבי'ן שליט"א דערויף, און געווענליך אויב איז עס א גוטע פאזע, וועט דער רבי שליט"א נישט מוותר זיין דערויף, נאר אין די צייטן ווען ס'איז ליידיג אדער עס קוקט נישט אזוי גוט אויס דאס בילד, קען דער רבי שליט"א יא האבן א הקפדת הקודש.

ווי געזאגט איז דער עיקר ציל פונעם שבת געווען מפרסם צו זיין די הייליגע עבודה וואס דער רבי שליט"א האט לעצטנס אנגעהויבן משקיע זיין אינעם תחום פון עסן. עס דארף באמערקט ווערן אז דער רבי שליט"א איז אין די לעצטע יארן פאריבער פארשידענע סארט דיעטעס, און די חסידים וועלכע האבן נישט געקענט יורד זיין לדעתו הקדושה האבן דעריבער צוגעגרייט מאכלים לרוב, אויך דיעטישע מאכלים, ווי פארשידענע ארגאנישע שפייזן, און אסאך מאכלים פון דער פראטעין אינדוסטריע.
אנגעהויבן פון ערב שבת האבן שוין די פילע חסידים געלערנט א לקח, א לקעציע אין דער שפייז-וויסנשאפט. אפילו גויים אינעם האטעל האבן באוואונדערט וויאזוי דער הייליגער רבי איז אזוי אויסגעקאכט און האט אזא קלארע ידיעה אין דער גאנצער פארצווייגטער פעלד פון אכילה. מ'האט געזען אז דער רבי פארשטייט פונקטליך וואס איז נארהאפטיג און וואס ס'איז סתם א פרעס. נאך ביים איבערבייסן פת שחרית פרייטאג אינדערפרי, האט דער רבי שליט"א בבחינת "עז כנמר" זיך הויך אנגערופן די גאנצע צייט בלשון קדשו: "האם", ווייזנדיג א חביבות צום מאכל, אז ער גלייכט עס, און ער איז מעלה די ניצוצות און א געוואלדיגן פארנעם.

דאס זעלבע האט זיך אפשפילט שפעטער ביים ווארימען טועמיה, ביי די אלע שבתדיגע סעודות און דערנאך ביי מלוה מלכה, ווי ביי יעדן געריכט, יעדן מאכל, די פארשפייזן און די נאכשפייזן, די צימעס און די קאמפאט, אויף יעדן טריט און שריט האט מען געזען ווי דער רבי שליט"א האט ב"ה א שטארקע קענטעניס אין עבודת האכילה.
אייניגע חסידים האבן אפילו אויפגעפאסט אז די מאכלים וועלכע זענען געווען צי געזאלצן האט דער רבי בלויז לייכט געביסן, און דאס רעשט שנעל פארטיילט פאר שיריים, ווידער די געשמאקערע און די צוקערדיגע געבעקסן האט דער רבי שנעלער געשלונגען, און כמעט נישט איבערגעלאזט דערפון.

אבער דער קלימאקס פון די השפעת העבודה איז געווען ביים גרויסן טיש פרייטאג צו נאכטס, וואו דער רבי שליט"א האט אויסגענוצט אלע זיינע כוחות אריינצושיינען אין די חסידים די עבודה פון אכילה, און ב"ה עלתה בידו, ווי מ'גיט איבער האט עס געלאזט א מורא'דיגן רושם וואס וועט נישט פארגעסן ווערן פון די אלע וועלכע האבן עס מיטגעלעבט.
ווי נאר מ'איז אריינגעקומען צום טיש פרייטאג צו נאכטס האט זיך אנטפלעקט א מחזה הוד. אויפ'ן טיש זענען געליגן אויסגעשורהט כלי כסף, טייערע עסצייג, און א גרויסע טרינק-כלי, וועלכע מ'רופט קידוש-בעכער, מיט א גרויסן טאץ. ביים רבי'ן שליט"א איז עס א כוס וואס ביי אנדערע הייסט עס א פאס, ווייל דער רבי שליט"א האט פארשידענע חומרות מיט'ן שיעור, וויפיל ס'איז כדי לוגמו, און איז מחמיר למהדרין מן המהדרין, און דער רבי שליט"א האט טאקע אויסגעזופט דעם גאנצן פאס אין איין שלונג נאכ'ן ענדיגן קידוש.

איינע פון די מערקווערדיגע קבלות ביים רבי'ן שליט"א וואס ער האט זיך נאך פארגענומען אין זיינע יונגע יארן, איז געווען וואס ער האט מקבל געווען פונעם סדר נאכט פסח ביינאכט, אז נאכ'ן זיך וואשן נאך קידוש ברענגט מען תיכף אריין גרינצייג. אזוי איז טאקע געווען תיכף נאכ'ן ענדיגן קידוש, בעת דער רבי שליט"א האט זיך געגרייט צו וואשן נטילת ידים, האט מען אנגעהויבן אריינברענגען א גאנצן גארטן פון גרינצייג, קטניות און שאר ירקות, צו טינקען, צו בריקן און צו לעקן. א ריי פון געניטע עסקנים זענען געשטאנען ווי געשולטע סאלדאטן און איבערגעגעבן מיד ליד די פילע טעצער ביז ס'איז אנגעקומען צו מקום קדשו פון רבי'ן שליט"א. די טעצער האבן געטראגן אויף זיך איבערגעפולטע שיסעלעך פון זויערע קרויט און סאלאטן, צעמאלענע טאמאטעס וואס דער רבי שליט"א רופט אן מיט'ן שם קודש "חריף" לויט ווי ער האט מקבל געווען בבית אבותיו ורבותיו הק', צעריבענע כריין, איילבירטן סאלאט, ציבעלעך און קנאבל, זויערע אוגערקע, רעטעכלעך, ספינאטש, און כאמאס.
אינצווישן האט דער רבי שליט"א געמאכט א הויכן המוציא און געעפנט די גרויסע לחם משנה פרייטאג צו נאכטס, וואס איז באשטאנען פון צוויי געפלאכטענע ריזיגע קוילעטשעס, הויך געדרייט ווי א לייטערל, גוט אויסגעקנעטן, שיין באשמירט, און אויסגעקוקט גאלד–ברוין ווי פריש ארויס פון אויוון.
די חסידים האבן זיך געהארגעט צו באקומען רעפטלעך, כאטש א ביסן, פון די חלה וואס דער רבי שליט"א האט אויפגעעפנט פאר'ן המוציא, און דערפון געגעסן עטליכע כזיתים בשלימות איינגעטונקען אין זאלץ. מ'האט צווישן זיך געשמעועסט אז ביים רבי'ן שליט"א איז אויך א גאנץ יאר, נישט בלויז פסח, אפגעהיטן אלע מעל משעת קצירה, מ'גיט אכט ס'זאלן נישט צוקומען דערצו קיין שום באשטאנדטיילן וואס קענען ח"ו אוועקנעמען דעם פנימיותד'יגן געשמאקן טעם פון די המוציא'לעך.

דער רבי שליט"א איז באלד פארשווימען געווארן אין דער הייליגער עבודה. ער האט געטונקען און ממש אויסגעשווענקט די שיסעלעך פון די אלע געווירצן מיט זיינע ריזיגע שטיקער חלה, וואס האבן געדינט ווי שוואמען, ספאנטשעס בלע"ז, איינצוזאפן די פילע קוואנטומס פליסיגקייטן וואס האבן אנגעפולט די אלע טעלערס, מ'האט באשיינפערליך געזען ווי דער אויסגעהונגערטער גוף פאדערט מ'זאל אין אים ווי מער אריינשיטן אלס וקראת לשבת עונג.
פון צייט צו צייט ווארפט דער רבי שליט"א ארויס א ווארט, וואס די חסידים בייגן זיך שנעל צו אויסצוהערן. אט כאפט איינער אויף ווי דער רבי שליט"א האט זיך אונטערגעמורמלט בלשון קדשו: "אה, שישו מעי, כריין איז גוט פאר די ציין, און א איד דארף דאך האבן גוטע ציין צו קענען דאווענען און לערנען!". דער רבי שליט"א עסט ווייטער, און אינמיטן זאגט ער נאכאמאל: "שבת עסן מיר לחם משנה זכר למן, יא ליידער, מיר האבן נישט געוואלט עסן מן אין דער מדבר מוזן מיר אצינד עסן צוויבל אלס תיקון", און ווידער פאלט דער רבי שליט"א אריין אין א דביקות און קייט דאס עסן נאך שטערקער.

די גאנצע צייט איז דער עולם שטיל ווי די וואנט, מ'הערט נישט קיין שארך, די שבת'דיגע אטמאספערע פילט זיך אין דער לופט. פון צייט צו צייט זאגט דער רבי עפעס אונטער בקול דממה דקה, וואס די חסידים צעכאפן זיינע רייד און ס'טראגט זיך שנעל איבער צווישן עולם מיט א פליסטער פון מויל צו אויער, און נאכדעם ווערט ווייטער שטיל.
דא קומט אריין די פיש, וואו דער רבי שליט"א עסט כדרכו בקודש, אנגעהויבן ביים קאפ, דערנאך די מיטלשטיקער און שפעטער דעם וויידל. דער רבי שליט"א איז זיך נוהג צו עסן סיי זיסע פיש, סיי זויערע פיש. אזוי זענען דא צוויי גרויסע לאקס פישן, ארום און ארום באצירט מיט סלייסעס געפיטלע פיש, און אסאך קאטשעניו פיש זאפט צו קענען טינקען מיט א שפע.
נאך א ברייטן לחיים הייבן די חסידים אן צו זינגען, דער רבי שליט"א זאגט דערביי א חידוש אז די זמירות זענען בעצם נאר א טפל צו דער סעודה, ווייל דער עיקר זענען די מאכלי שבת. אבער וויבאלד בשעת איינער עסט איז פשוט געשמאקער ווען מען הערט זינגען, האט מען איינגעפירט די זמירות. א צווייטער זאל זינגען זאל דער אנדערער עסן. נאר בלית ברירה, ווען ס'זענען נישטא קיין מיטעסער, עסט מען אליין. אקוראט ווי "מה נשתנה" פסח ביינאכט, וואס א צווייטער דארף פרעגן. דעריבער זאל מען אויך יעצט צואווארטן מיט'ן זינגען ביז אינמיטן עסן.
אבער ווי די פארצייטישע זלאוויציקויער חסידים ווייסן שוין זינגט מען סייווי נאר ביי די פלייש און נישט ביי די זופ, און דאס האט אויך א טעם גבוה ורמה, כפי שקבלנו בבית מדרשו של רבינו הקדוש מזלאוויציקוי.

דער עולם שטייט פארגאפט און מ'קוקט זיך צו ווי מ'ברענגט אריין א גרויסן שיסל מיט יוך, אינעווייניג ליגן בונדלעך פון אלע פארמען, ארבעס מיט בעבלעך, ברייטע לאקשן מיט לאנגע לאקשן, גרויסע קיילעכיגע געטאקטע קניידלעך, אז ס'איז א מחיה. דער עולם און קוקט זיך איין אינעם ריזיגן טאפ פון וועלכע ס'גייט א רויעך. איבערגעפולט מיט די הייסע טשיקן זופ על כל גדותיו, עס פילט זיך אין דער לופט דער פיינער געשמאקער רייך פון די יוך, פון די הייליגע בשר עוף וועלכע מ'האט ספעציעל געקאכט פאר'ן רבי'ן שליט"א לכבוד שבת קודש. דער זלאוויציקויער רבי שליט"א הייבט אן עסן מיט א ריזיגן שעפלעפל, און גיסט אריין אין זיין גרון ריזיגע לעפלעך איינס נאך דער אנדערער, ומכבד את ה' בגרונו.
די חסידים שעפשען זיך עפעס אין דער שטיל צווישן די ציין. איינער גיט איבער אז מ'שמועסט פשוט צווישן זיך אז די זופ איז אין א גדר פון "סעודה שאינה מספקת", און מ'זאל זיך נישט וואגן צו ווארטן אויף שיריים, ווייל די יוך מוז דער רבי שליט"א אליין אריינהאקן, ס'איז צו א געשאקער געקעכטס מ'זאל דערפון קענען אוועקגעבן.
מ'האט באותו מקום ובאותו זמן באלֹד געשטעלט ספעציעלע עסקנים זאלן ביי די יוך-עסן זיכער מאכן אז קיינער גייט נישט ארום. מ'דערשטיקט יעדן קלאנג, עס זאל זיך נישט דוכטן פאר'ן רבי'ן שליט"א ווי איינער פלאנט צו באקומען שיריים, פון דעם האב איך פארשטאנען איינע פון די טעמים פארוואס ביי די זופ קומט נישט אויס געווענליך צו זינגען, כדי דער רבי זאל נישט געשטערט ווערן פון דער עבודה און געצוואונגען ווערן אוועקצוטיילן פון זיין עסן.
ביי די פלייש איז דער רבי שליט"א מחמיר יוצא צו זיין אלע שיטות, און ווי געזאגט זינגט מען שוין דעמאלט די זמירות. די חסידים זאגן אז דאס וואס זיי זינגען די זמירות דייקא אינמיטן רבי'נס עסן די פלייש איז אלס זכר צו "חי חי יודוך וישבחוך", מ'זאל זינגען בשעת'ן עסן דעם בשר הבא מן החי.

עס הייבן אן אריינצוקומען גאנצע שיסלען פון קעלבערן פלייש, רינדערן פלייש, שעפסן פלייש, פלאנקען, און אפילו סטעיק. מ'ברענגט אינמיטן אריין א גאנצן עוף צום טיש, וואס די זלאווציקויער לעידיס אוקזילערי האט מנדב געווען ספעציעל פאר דעם שבת. עס רינט נאך דערפון די פעטנס, און דער רבי שליט"א ווערט העפטיג פארטאן אין דער הייליגער ארבעט.
דער רבי רייסט אראפ גאנצע שטיקער און צעמאלט זיי מיט זיינע ציינער וועלכע ארבעטן מיט אזא אימפעט אז ס'דוכט זיך גאר אז דאס רעדט מען פון מילעכלעך. עס קוקט אויס ווי מ'ווארפט עס אריין אין א לעכעריגן זאק, ווייל וויפיל מ'גיסט אריין ווערט באלד פארדייט און דער רבי עסט פרישס.

ווי איינער פון די זלאווציקויער חסידים ווייזט אן פאר "דער אידישער וועלט", איז דאס וואס דער רבי שליט"א קען ב"ה אזוי עסן און טרינקען צו דער זעט, צו פארדאנקען דאס וואס זיין פארדייאונג סיסטעם איז ב"ה גאר א שטארקער, און דערהייבט די שווערסטע מאכלים. יענער חסיד זאגט אז אלעס איז מיט השגחה פרטית, וואס דער רבי שליט"א האט זיך יונגערהייט צוגעוואוינט צו רעסטאראן עסן, היות ער האט געוואלט שטיצן די כשר'ע רעסטאראנען אין זיין געגנט, און כאטש דער רבי איז מטבעו א קליינער עסער, פלעגט ער אריינפאלן אין אלע רעסטאראנטן, גאסט-הייזער און קרעטשמעס פון זיין גאנצן ארום צו געבן פאר אידן צו לייזן, והיינו דאהני לי, די גירסא דינקותא האט אים געהאלפן אז ס'איז אים געשאפן געווארן א ריכטיגער כשר'ער האלדז, אויסגעברייטערט במלא מובן המילה, וואו עס קענען אריינגיין די שווערסטע מאכלים, און דער רבי צערייבט אלעס בתכלית השלימות.

אן עבודה פאר זיך איז נאכן עסן דאס אויסלעקן דעם טעלער און דערנאך לעקן די פינגער, סמאטשקען און זיך דערגרונטעווען ביז צום סוף, נהנה זיין פון יעדן ברעקעלע, פון די פירורי המאכלים, כדי זיך צו דערהאלטן דאס חיות און לקיים מצות "ואכלת ושבעת". אויך אין דעם האט דער רבי שליט"א א פארצווייגטע ארבעט, און דער גאנצער עולם שטייט געשפאנט און געשפיצט, און מ'האלט עס מיט, מיט גרויס אינטערעסע.

אן אינטרעסאנטע זאך באמערקט מען ווי דער רבי שליט"א קוקט אן יעדן מאכל מיט זיבן אויגן, ער קוט אין יעדן לעכל פון די פולקעס ביז אונטער די ביינער, זוכט מיט די אויגן און דרייט מיט'ן קאפ, און וויל נישט פארפאסן קיין חוט השערה. אנדערש ווי אנדערע רבי'ס וואס עסן מיט פארמאכטע אויגן, האט דער זלאווציקויער רבי אן עבודה צו זען דעם קאליר פון די שבת'דיגע מאכלים. ער באטראכט זיי גוט, טאפט עס אויס, און אזוי פילט ער א סך שטערקער וואס ער אכלט אויף, און איז מקיים די מצות אכילה

במשך די גאנצע צייט שוועבט דער רבי אין די הויכע וועלטן, ער חלומט און פאנטאזירט און טראכט אריין אינעם טעם פון די מאכלים. מ'זעט ביים רבי'ן ווי ער גריבלט און פארטיפט זיך אין טעם פון יעדן מאכל, עס איז ביי אים א ריכטיגע מצווה שהזמן גרמא. ער ווינקט נאר די חסידים זאלן זינגען און פאטשען און בשעת מעשה ווערט ער נאך מער פארמוחט, און איז בעסער בודק יעדן מאכל, ווי מיט אן עקזאם, צו שפירן און שנאפן ווי פריש און ווי גוט דאס איז.
ֿנאך די געשמאקע צימעס און קאמפאט, וואס איז אן אויסמיש פון עטליכע פירות, עפל בארן און פלוימען, שווענקט דער רבי אפ דאס עסן מיט עטליכע גרויסע כוסות טרינקען פון גאזיגע סאדא וואסער, דער רבי זופט און שווענקט אלע פעטע מאכלים ארונטער, און באלד דערויף הייבט דער רבי שליט"א אן מיט טרינקען די שארפע משקה.
דאס טרינקען איז אן עסק פאר זיך, מ'ברענגט אריין עטליכע אלקאהאלישע געטראנקען, דער עיקר איז וויין און ביר, און דער רבי שליט"א טרונקט גלעזלעך און כוסות און וואונטשט הויך לחיים, עד דלא ידע. זלאווציקויער חסידים ווייסן שוין אז אן איבעריגן זופ ביים רבי'ן פון דעם ביטערן טראפן שאדט קיינמאל נישט.

דערנאך קומט א לענגערער מאמר פון רבי'ן שליט"א אין תורה און חסידות, דער רבי דרימלט איין אינמיטן, און די פינגער פאלן אים ארויס אויפ'ן טעלער, אבער דערנאך גיט מען א קלאפ פון דער זייט, דער רבי כאפט זיך אויף, עפנט זיך די אויגן, באטראכט יעדן, און הייבט אן צו רעדן מיט א פעסטע שטימע.
דאס ערשטע — רופט דער רבי אויס מיט א שמחה — דארף מען דאנקען און לויבן וואס מ'האט ב"ה זוכה געווען צו באנעצן די ליפן מיט אזא פיינעם שנאפס. עס איז א בחינה פון טובלען די נשמה לכבוד שבת קודש. דאס ברענגט א איד זאל זיין בגילופין, אזוי איז מען מעלה משקה ווען מ'האט מער אין קאפ ווי אין כוס.
דער רבי ווערט רויטער און הייבט אן צו רעדן וועגן די שמחה וואס וויין ברענגט, ויין ישמח לבב אנוש, פון א לחיים ווערט נאכדעם א "ליהודים היתה אורה", גדולה לגימה שמקרבת את הרחוקים, און חכמינו ז"ל זאגן אז מיט דריי זאכן דערקענט מען א מענטש, בכוסו בכיסו ובכעסו, דאס איז דער יסוד פון א איד.
דער רבי שליט"א רעדט נאך שטערקער אז טרינקען איז א בחינה פון "נכנס יין יצא סוד", דאס ברענגט ארויס דעם אמת פון א מענטש, אז מ'זאל רעדן אפן, פון הארצן, נישט וויסן פון קיין קונצן און אפנארן, נאר קענען קוקן יענעם גלייך אין די אויגן, און זיין אן עומד בדיבורו, ושפת אמת תיכון לעד!
און דא איז דער רבי שליט"א אריינגעפאלן אין א דביקות נפלא און מקשר געווען די עבודה פון טרינקען צו דער עבודה פון עסן: "למען האמת" — האט דער רבי ארויפגעצויגן זיין שטימע — ווייסט דאך יעדער אז וואס איז ביי סתם א מענטש אויף דער לונג איז ביי איינעם וואס טרינקט אויפ'ן צונג. טרינקען האט א שייכות צו דער קדושה פון עסן, ווייל דער אויבערשטער מיט זיין רחמנות האט געמאכט דעם נס וואס דער מאגן איז נישט געמאכט פון גלאז, כדי מ'זאל זיך נישט פארעקלען וויאזוי די אלע מאכלים קוקן אויס אינעווייניג נאכ'ן עסן, אבער מ'קען דאך דורכדעם נישט זען ליידער דעם אמת וואס ליגט אינעווייניג באגראבן, דערפאר מוז מען טרונקען, קומט אלעס ארויס, עס ווערט דברים היוצאים מן הלב, וואס איז נאכדעם נכנסים אל הלב.
דער רבי שליט"א האט זיך אריינגעלאזט אין א לענגערן שמועס וועגן קדושת האכילה און ארומגערעדט אז ווען מ'קוקט גוט זעט מען אז אלע ימים טובים ביי אידן מוז קומען מיט עסן. פסח עסט מען מצות און וויין, קארטאפל און קניידלעך, שמאלץ און אייער, מיט אזא שפע; שבועות די מאכלי חלב, און ראש השנה עסט מען דעם ראש כבש, די סימנים טובים, און דער גרעסטער קבצן האט אין שטוב האניג. יום הכיפורים עסט מען דגעם גאנצן יום תשיעי און ס'איז כאילו געגעסן ביידע טעג, ווער רעדט שוין פון סוכות ווען מען עסט אכט טעג און א צי, ואין שמחה אלא בבשר ויין, חנוכה עסט מען לאטקעס, חמשה עשר בשבט פרוכט, און פורים קרעפלעך.

דער רבי האט אויסגעפירט מיט פאטאס: "מיר זאגן שבת די תפילה פון מגן אבות, דאס לויבט מען השי"ת וואס ער האט באשאפן אידן מיט אזא גוטן מאגן, אז דער מאגן איז זאט איז דער גאנצער גוף לוסטיג".
דא האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט, און מיט ביידע הענט אויף ארויף, אין א דרך פון חרוזים און גראמען כדרכו בקודש אסאך מאל, האט דער רבי אויסגעשריגן: "געלויבט השי"ת איך מוז עס ברבים זאגן, אז דו האסט מיר באשאפן מיט אזא גוטן מאגן, כ'קען אזויפיל פארטראגן, עס פארט אריין דערין מאכלים ווי מיט א וואגן, כ'קען זיך נישט באקלאגן דאס איז דער רמז "מגן", דעם מאגן האב איך צו קענען נאגן, אין זכות פון די הייליגע "אבות" זכותם עלינו יגן, א דאנק זיי קען איך עס דערטראגן".
דער רבי שליט"א האט נאך ארומגערעדט אז ווען מען שלינגט שטיקער ווערט מען טאקע דיקער, אבער מיר ווייסן אם אין קמח אין תורה, אויב מ'וועט נישט עסן וועט מען נישט זאט ווערן, ברוך ה' מיר האבן זיך פאסמאקעוועט, דאס געשמאקע עסן איז צוגעגאנגען אין אלע גלידער, און ריכטיג מחיה נפשות געווען, דארף מען זען אז יעדער ביי זיך זאל זיך מקבל זיין, צו מאכן אפעטיטליכע מאכלים לכבוד שבת קודש, מעדני מלאכים וואס זאלן זיין זאפטיג און איינגענעם כצפיחית בדבש, מ'זאל דערשמעקן זייער גוטן ריח ווייט אוועק, און טאקע געדענקען עס זאל זיין גלאט כשר בתכלית, עסן בציבור למהדרין מן המהדרין, ווי מיר לערנען עשה שבתך חול ואל תצטרך לבריות, האט דער רבי שליט"א געטייטשט אז מ'דארף מאכן דעם שבת כחול הים, אנגרייטן אזויפיל ווי די זאמד ביי די בארטענעס פון ים, בא שבת בא מנוחה!

עס דארף באמערקט ווערן אז בשעת דער רבי שליט"א האט געזאגט די הייליגע תורה, האט ער בין הדבקים צווישן איין שטיקל און צווייטן, געכאפט נאך א בייס און נאך א שלינג, וואס האט געדינט אלס א לעקציע פאר אלע חסידים, ווי פלייסיג און ווי מ'דארף זיך מטריח זיין צו מאטערן צו שפירן א טעם אין שבת קודש, און יעדער האט זיך מקבל געווען מהיום ולהלאה נישט צו זיין פויל און נישט זיין פארשלאפן, נאר אויפשטיין פרי און אריינקוקן אין אלע טעפלעך און זיכער מאכן צו זיצן ווי א מלך ביי דער סעודה.
נישט צו באלמוטשען די לייענער וועל איך שוין מאכן קורצער דעם באריכט. מ'האך נאך אריינגעברענגט עטליכע טעצער קיגל, דער רבי שליט"א האט פארפאסט א ניגונ'דל אויף די ווערטער: "שבת אן קיגל איז ווי א פויגל אן פליגל." דער רבי האט אויסגעווארט די חסידים זאלן זיך דערלערנען דעם ניגון, און הערשט נאכדעם אנגעהויבן עסן, בעת די חסידים זינגען די גאנצע צייט אונטער.

נאכדעם זענען אריינגעקומען די פערפל און פרישע פרוכט, שבת אויבס, וואס זענען בעיקר באשטאנען פון שיינע גרויסע געשוואלענע טרויבן, גרינע און רויטע, רינדיג אן קיין פלעק, נחמד למראה, בעת אלעס איז געשטאנען פארגאפט און צוגעקוקט ווי דער רבי שליט"א האלט די הייליגע הענט אינמיטן דעם גרויסן זילבערנעם טאץ, און רייסט ארויס די מערסט געצייטיגטע טרויבעלעך לכבוד שבת קודש.

עס איז שוין געווען שפעט ביינאכט יענעם שבת אינמיטן די קארטאפל בערג ווען די זלאוויציקויער חסידים האבן זיך געקענט ערלויבן אפצורייסן פון צוקוקן דעם רבי'נס הייליגע עבודה. דאס עונג און פרייליכקייט וואס האט זיך אראפגעלייענט פון רבי'נס שיינענדיגע אויגן און פרייליכע נשמה, האט משפיע געווען אויף אלע חסידים. אויסער די געהויבענע געדאנקען וואס דער רבי האט געזאגט, כטוב לב המלך ביין, האט מען געזען ווי ער פאטשט זיך אין בייכל, און איז ממש שיכור פון גליק וואס ער קען אריינגיסן און אריינקנאקן אין בויך אזויפיל מאכלים, וואס ווערן צעשמאלצן אויף דער מינוט, מיט'ן גרעסטן תענוג און אפעטיט.
חסידים האבן געזאגט נאכדעם אז זיי האבן געזען ביים רבי'ן עפעס אזא לעבנסלוסט וואס מ'זעט נישט אין ערגעץ. דאס איז נישט געווען סתם אן אונטערהאלטונג פון טאנצן און אנדערע פארוויילונגען, נאר א ספעציעלע עבודה זיך צו דערלערנען וויאזוי צו נוצן דאס אידיש מויל פאר עסן, און אידן ווייסט מען דאך איז "אין כוחם אלא בפה".
נאך לאנג נאך שבת האט מען גערעדט צוושין די זלאוויצקויער חסידים אז "אתה בחרתנו מכל העמים", געלויבט זענען די אידישע תענוגים, און וואויל איז אונזער חלק וואס מיר האבן זוכה געווען צו אזא רבי'ן, סיי די הייליגע האניגדיגע דיבורים וואס זענען ארויסגעקומען פון זיין צונג, וגדול שימושה יותר מלימודה, זעענדיג זיין פראווען די עבודת האכילה מיט דער צונג, א לשון המאכלת און א לשון מדברת, אה! דאס האט געברענגט א מורא'דיגן תיקון צווישן זלאווציקויער חסידים ביים עסן די שבת'דיגע סעודה, און ב"ה ס'גיסט זיך הויפענעס מאכלים ומשקאות מיט השפעות טובות.

לאנג לעבן זאל די זלאווציקויער רביסטעווע.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

פרינטער פרינט....
הנותן לשכוי בינה...
prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך prowed jew »

האסט מיך געמאכט הונגעריג ווי א בער. פינטל
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

חחח שלום עליכם ארעסטאנט! איז דער רבי נישט קיין ברודער מיט'ן פונטער רבי?
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
לובלין
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 5:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לובלין »

האם!!! ודו"ק
אוועטאר
1212
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2011 6:27 pm
לאקאציע: אינעם טעלעפאן בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1212 »

הלואי וואלט איך געווען דארט!
כ'מיין די שיריים וואלט געווען "געשמאק"(מיענס דעלישיעס) :wink:
אל תסתכל ב'ניק' אלא במה שיש בו
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

מאשקע האט געשריבן:חחח שלום עליכם ארעסטאנט! איז דער רבי נישט קיין ברודער מיט'ן פונטער רבי?



סיז דער זעלבער רבי מיט א אנדערע ניק....
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איך ווייס נישט צו ז'לאוו'ציקוי אבער איך לאוו עס זיכער!
טענקס ארעסטי
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

איך ווייס נישט וואס עס מאכט מיר מער פרייליך, צו אז ארעסטאנט האט געשריבן אן ארטיקעל (בד"וו שלום אלייכם) אדער די ארטיקעל זעלבסט, ווייסט וואס? ביידע צוזאמען!!!
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32536
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך ווייס נישט וואס דער עולם רעדט דא, איך פיהל ווי איך וויל ברעכן פון קוקן אויפן הייליגען רבין שלט"א'ס עבודה...

טענקס ארעסטאנט, מ'האמערזעך געבענקט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

און מיר פערזענליך האט דער ארעסטאנט אנגעמאכט א שמחת מוצאי פורים... אזאנס אהערצושטעלן? איך פליק עס אריבער אין דזשורנאל למען ישמעו ויראו, ולהרמת כבוד זלאווציקוי
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

מי אויבער חכם?
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

ביי שלש סעודות לעשט מען אויס די לעקטער?
כהאף אז נישט רצונינו לראות את מלכינו, אונז מיז מער מיטהאלטן דעם דערהויבענע מעמד האכילה.
אוועטאר
קעכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 18, 2006 10:40 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעכער »

יו מאכסטו מיך הינגעריג...

ארעסטאנט וועלקאם בעק, ענד קיפ איט אפ...

גוד דזשאב...
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

מאשקע האט געשריבן:מי אויבער חכם?


מאשקע.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

ארעסטאנט! דו מוזט זיין א געזונטען פרעסער אזוי צו שרייבן
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

וואו בלייבן די בילדער...?

אריין אין כל העולם לא נברא אלא לראותם בלבד שיתן כנגד היסוד שינה...
אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגלשלג »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:ביי שלש סעודות לעשט מען אויס די לעקטער?
כהאף אז נישט רצונינו לראות את מלכינו, אונז מיז מער מיטהאלטן דעם דערהויבענע מעמד האכילה.


איך גלייב נישט אז נאך אזא פרעסעריי שבת ביינאכט און מסתם איז שבת צופרי געווען נאך בעסער קען ער נאך עסן ביי שלש סועדות
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן
אוועטאר
חלפתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2011 9:36 am
לאקאציע: אין גמרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלפתא »

די טיש דא איז נאס פון שפייעכטס
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

גלגלשלג האט געשריבן:
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:ביי שלש סעודות לעשט מען אויס די לעקטער?
כהאף אז נישט רצונינו לראות את מלכינו, אונז מיז מער מיטהאלטן דעם דערהויבענע מעמד האכילה.


איך גלייב נישט אז נאך אזא פרעסעריי שבת ביינאכט און מסתם איז שבת צופרי געווען נאך בעסער קען ער נאך עסן ביי שלש סועדות

כ'בין איבערצייגט אז זלאווציקוי רבי איז א מסירות נפש איד, ער קען אלעס באווייזן. אדרבה, בעידן רעווא דרעווין גייט דאס זיכער צו מיט א אויסטערלישע ברען.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ארעסטאנט איז דא צוריק!!!
יו האסטו מיך הונגעריג געמאכט, אבער נישט צום עסן, נאר צו דיינע געשמאקע ארטיקלען, (כ'מיין אז דו מעגסט טוישן קעפל ס'איז נישט דווקא לכבוד פורים ער מעג זיין אגאנץ יאר...)

איך האב געשלינגען יעדעס ווארט ווי דער זלאווציקוי רבי האט געשלינגען סלייסעס חלה וואס איז פארוואנדלט געווארן אין א ספאנדש צו ווישן טעלער'ס.....

א מחי', כה לחי,
נאך נאך נאך,
ארויס פון קאך,
כי מחכים אנחנו לך,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

א בחינה פון ופרויס עלינו..

קאניינעהארע וואס א בעל תאוה קען זיך אלץ ערלויבן.

יישר כחכם, האמער הנאה געהאט.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

טשיגענער האט ער זעך אנגערופן ווען ער האט געקוקט ווי א האן אין בני אדם אויפ'ן רבינ'ס עבודה. נעם דו אויך א טעלער און וויש עס אויס, נא'אבער שוין...
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאלת_חכם »

איי איי איי א זיס ארטיקל

איך קען נישט אפמאכן צו עס רינט דערפון פיש זאפט אדער שמאלטץ
שאלת חכם חצי נחמה
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”