ארויס פון דא!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

ארויס פון דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

ס'שוין געווארן אזא מצב אז איך דארף זיך פארענטפערן, הלמאי איך האב זיך נישט געהאלטן צום קאנטראקט און זיך נישט פארדינט מיין פעיראל דורכן נישט שרייבן די פארגאנגענע וואך... וועל איך עס אביסל ממתיק זיין, ס'פשוט געווען א שטיקל חולשא די פארגאנגענע וואך, אפאר טאג האבן מיר נישט מתפקד געווען געהעריג, און ליל שישי האט דאך דער יאשקע ימ"ש בא'גנב'עט פון אונז, זענען מיר נישט געווען ביכולת צו דערציילן די פרשה.
די וואך זענען מיר ב"ה אויך שטארק פארנומען, מארגן ציען מיר זיך אריבער א דירה בשטומ"צ, אבער דאך וועלן מיר פרובירן מיט אלע כוחות ברו"ג אראפצושרייבן פון מכת בכורות ביז נאך יציאת מצרים, און אויב די קאווע וועט זיין גענוג שטארק ליל שישי, וועלן מיר אפשר אביסל אריינטאנצן אין ים אריין אויך...

וזה החלי בעזהשי"ת

מדרש בא-בשלח

אל תוסף ראות פני.


אין פאלאץ פון קעניג הערשט א גרויס אנגעצויגנקייט, ביז יעצט ווען בן עמרם דער פירער פון די עבריים איז געקומען צו פרעה, אפילו ער פלעגט אים ווארענען מיט שרעקליכע מכות, דאך האט ער אויפן באפעל פון השי"ת אלעמאל גערעדט צו פרעה בדרך כבוד ווי ס'פאסט צו רעדן צו א קעניג, און די זעלבע זאך פרעה, אפילו משה פלעגט זיך באווייזן אומגעמאלדן און אומגערופן און אים אנשרעקן מיט די שוידערליכע מכות, דאך האט ער זיך באצויגן צו משה מיט כבוד און רעספעקט, ער האט אים אלעמאל אויסגעהערט ביזן סוף, משה איז געקומען און געגאנגען אין פאלאץ ווען ער האט געוואלט, און פרעה האט געוואוסט אז ער קען גארנישט טון דערצו.

אבער יעצט איז אנדערש, קוקט אויס אז דער מעסטל האט זיך איבערגעפילט, דער געדולד פון פרעה האט געפלאצט, ער האלט אינמיטן א היציגן דיסקוסיע מיט משה, פרעה האט שוין מסכים געווען ארויסצולאזן די אידן אויף דריי טאג צו גיין דינען דעם אויבערשטן.

"איך גיב דיר נאך משה'' זאגט פרעה, ''נישט נאר די ערוואקסענע מענטשן וועל איך לאזן גיין, נאר איר קענט מיטנעמען די קינדער אויך, אבער ענקערע שאף און רינדער דארפט איר דא לאזן!''

אין א אסיפה פאר פרעה האט געלאזט רופן משה איז אויסגעארבעט געווארן דער פלאן, פרעה האט געזעהן אז ס'נעמט נישט קיין עק, ס'בלייבט שוין באלד נישט קיין זכר פון לאנד מצרים, זענען זיינע חכמים אויפגעקומען מיט אפאר פלענער וויאזוי זיך אן עצה צו געבן, דער ערשטער שטאפל איז געווען דאס וואס פרעה האט יעצט פארגעשלאגן פאר משה, פרעה האט זיך געמאכט א פשוטער חשבון, דאס גאנצע פארמעגן פון די אידן ליגט אין זייערע שאף, חוץ דעם וואס די אידן האבן פון אלע דורות געהאט גאר אסאך שאף, האבן זיי אין די לעצטע צייט ווען זיי זענען רייך געווארן צוגעקויפן נאך גאר אסאך שאף און רינדער, (כלי יקר) אויב זיי וועלן עס איבערלאזן אין מצרים וועלן זיי זיכער נישט מסכים זיין צו דערלייגן זייער גאנצער פארמעגן און אנטלויפן, און אפילו אויב יא, זיי וועלן יא אלעס איבערלאזן און אנטלויפן איז אויך נישט קיין בראך, דער ריזיגער פארמעגן וואס זיי וועלן לאזן אונטער זיך קען גאנץ גוט צוניץ קומען פאר די קעניגליכע קאסע... (רמב"ן)

משה רבינו האט זיך נישט געלאזט פארפירן פון פרעה.

"אפילו א בהמה וואס רוב דערפון געהערט פארן מצרי, דער איד האט נאר א קליין פינטעלע שותפות דערין, וועט אויך מיטקומען! (רבה יח א) און נישט נאר וואס מיר וועלן מיטנעמען אונזערע שאף, נאר דו וועסט אונז אויך מיטגעבן בהמות פאר קרבנות צו שחט'ן פארן גרויסן באשעפער, א פיס טריט וועלן מיר נישט איבערלאזן דא אין לאנד! ווייל מיר דארפן די בהמות צו שחט'ן פאר קרבנות, און מיר קענען נישט וויסן פון פאראויס פונקטליך וואס דער אויבערשטער וועט פארלאנגען פון אונז.''

ווי נאר משה רבינו האט אפגעווארפן פרעה'ס פארשלאג איז פרעה אריין אין א כעס, ער האט מחליט געווען ''ס'גייט מיר גארנישט אן מער, אפילו ס'זאל מיר קאסטן מיין לעבן וועל איך די אידן נישט פארשיקן פון דא!'' (אוה"ח) יעצט האט ער זיך גענומען צום צווייטן שטאפל פונעם פלאן.

ביי די אסיפה האבן די יועצים אויך גענומען אין באטראכט די מעגליכקייט אז משה וועט אפווארפן דעם פארשלאג פון פרעה ארויסצוגיין אן די שאף, דאס מיינט אז די אידן וועלן בלייבן אין מצרים און ברענגען נאך מכות אויף די מצריים, זענען זיי אויפגעקומען מיט א וואזשנעם איינפאל.

איינער פון די חרטומים וואס איז געווען באקאנט אלס א גוטער בעל חשבון האט זיך אויפגעשטעלט און געבעטן רשות פון פרעה פארצולייגן זיין פלאן.

"זיכער! עפן דיין מויל און לאמיר שוין הערן וואס דו האסט עפעס אן עצה קעגן די עבריים!''

''אדוני המלך, איך האב גוט איבערגעטראכט דעם גאנצן היסטאריע פון די אלע מכות וואס מיר האבן דא זיך אנגעליטן פון די עבריים, און איך האב געזעהן אן אינטערעסאנטע זאך, די ערשטע צוויי מכות, דם און צפרדע, האט בן עמרם געווארנט דעם גרויסן קעניג בעפאר, דערנאך די דריטע מכה, כינים, איז געקומען אן קיין פריערדיגע ווארענונג, דערנאך זענען ווידער געקומען צוויי מכות, ערוב און דבר, ווידער מיט א ווארענונג, דערנאך איז געקומען שחין אן קיין ווארענונג פון בן עמרם, גלייך דערנאך זענען ווידער געקומען צוויי פרישע מכות, ברד און ארבה, ביידע האט בן עמרם געווארנט פארדעם, דערנאך איז געקומען חשך אן קיין ווארענונג, מיר זעען א קלארן בילד, דער סיסטעם ארבעט צוויי מכות קומען מיט א ווארענונג, דערנאך קומט איינע אן, צוויי מיט און איינע אן, לויט דעם חשבון, אזוי ווי מיר האלטן נאך חושך וואס איז געקומען אן קיין ווארענונג, וועט נישט קומען קיין פרישע מכה נאר אויב בן עמרם וועט ווארענען פריער, דעריבער איז מיין עצה זייער קלאר, דער קעניג זאל ארויסגעבן א באפעל אז בן עמרם טאר זיך נישט באווייזן פאר אים! און אז ער וועט נישט קענען ווארענען וועט נישט קענען קומען נאך א מכה!'' (אוה"ח)

''א וואונדערבארן פלאן! איך האב שוין לאנג געוואוסט אז די גרעסטע חכמים געפינען זיך דא אין מצרים! ענדליך האבן מיר געפינען א וועג איבערצוקליגן די עבריים'' האט פרעה געמאלדן מיט גרויס פרייד, און יעצט האט פרעה באשלאסן אויסצופירן דעם פלאן.

רויט פאר כעס האט פרעה זיך געגעבן א שטעל אויפן פון זיין קעניגליכן שטוהל:

"שוין זאלסטו ארויסגיין פון דא! איך גיב יעצט ארויס א קעניגליכן באפעל, מער זאלסטו זיך נישט באווייזן דיין געשטאלט פאר מיר! אויב וועסטו עובר זיין אויף מיין באפעל וועסטו באקומען טויט שטראף אזוי ווי ס'קומט זיך פאר א מורד במלכות!'' (אבן עזרא)

הער מיר צו פרעה'' האט משה רבינו אים געענטפערט, ''דו וואלסט שוין געמעגט וויסן אז דו האסט זייער ווייניג קאנטראל וואס טוט זיך דא אפ ארום דיר... דו קענסט נישט מער ווי רעדן... (אוה"ח) אבער אז דו ווילסט אזוי, זאל זיין אזוי, איך וועל מער נישט קומען צו דיר אין פאלאץ אריין, אבער דעם אויבערשטן קען מען נישט איבערקלוגן, איך וועל דיר שוין ווארענען אויף די קומענדיגע מכה וואס ווארט דיר אפ...''

משה רבינו האט איבערגעגעבן פאר פרעה די נבואה וואס ער האט באקומען דארט אויפן פלאץ, פונקטליכע דעטאלן וואס ס'וועט זיך אפשפילן אין מצרים אין די נאנטע צוקונפט, ''אינמיטן די נאכט וועט עס זיין, זעהסט דעם קריגס מיניסטער וואס שטייט אונטער דיר? דער גאווערנער פון צוען וואס זיצט דא, (רבה יח א) דיינע אלע באדינער אין קנעכט וועלן קומען מיט דיר צוזאמען זיך בוקן און זיך בעטן ביי מיר ארויסצוגיין!'' משה רבינו האט דערלאנגט א הילכיגן פראסק פאר פרעה אין פנים (זבחים קב) און ער האט בייזערהייט פארלאזט דעם קעניגליכן פאלאץ.

למכה מצרים בבכוריהם

צוויי וואכן זענען אריבער (רמב"ן) די שמועה איבער די נייע מכה האט זיך צושפרייט אין די גאסן פון מצרים, ס'איז געווען אזעלכע וואס האבן עס נישט גענומען ערענסט, וויפיל פראצענט מצריים זענען שוין בכורים האבן זיי געטראכט, וועלן אויסשטארבן א קליינע פראצענט מצריים און מיר וועלן בלייבן מיט די הונדערטער טויזענטער קנעכט!

אבער די בכורים האבן בכלל נישט מסכים געווען דערמיט, זיי זענען געווען איבערצייגט אז אזוי ווי אלעס וואס בן עמרם האט געווארנט ביז יעצט איז פונקטליך מקויים געווארן וועט געוויס אויך דאס מקויים ווערן, און זיי זענען נישט געווען גרייט פרייוויליג צו שטארבן, צוביסלעך האבן די מהומות אנגעהויבן צו ווערן שטערקער און שטערקער, די בכורים האבן זיך פאראייניגט און אנגעהויבן צו פארפירן, קודם האבן זיי פרובירט מיט זייערע עלטערן, אבער רוב האבן געזאגט, ''מיר וועלן ענדערש פארלירן איין קינד, און נישט דערלייגן אונזערע עברישע עבדים''

האבן די בכורים צוזאמגעשטעלט א חשובע דעלעגאציע וואס זאל זיך גיין בעטן ביי די הויכע מלוכה איינגעשטעלטע אז זיי זאלן שתד'לן ביים קעניג עפעס צו טון דערוועגן, אבער אויך דא זענען זיי ארויס מיט ליידיגע הענט, אפילו דער ווארענונג פון משה איז געווען אז ס'וועט זיך טון קולות און יללות אין גאנצן לאנד, האבן עס די מצריים אויפגענומען זייער קאלטבלוטיג, זיי האבן נישט אנגעהויבן צו באגרייפן וואס עס ווארט זיי אפ, וויפיל אפטייטשן דער ווארט בכור קען אלס האבן און וויפיל טויטע עס וועלן אלס פאלן אין די איינע סעקונדע פון חצות.
די טעג האבן זיך גערוקט און די בכורים זענען געווארן מער און מער אנגעצויגן, זיי האבן ממש געשפירט ווי דער זייגער פון זייער לעבן לויפט אפ, אט אט וועט אנקומען די שוידערליכע מכה און מאכן א סוף צו זייער לעבן, האבן זיי באשלאסן אלע צוזאמען צו מארשירן צום פאלאץ פון קעניג, פרעה איז דאך א בכור פון זיין מאמע, ער האט קינדער בכורים, אפשר וועט ער רחמנות האבן און עפעס טון אונז ארויסצוהעלפן.

פרעה זיצט אין פאלאץ, ער האלט אינמיטן א קעניגליכע סעודה, איין מאכל נאכן צווייטן ווערט געברענגט צום הערליך געדעקטן טיש, שוין לאנג איז ער נישט געווען אזוי רואיג, ער רופט זיך אן צו זיינע שרים:

"איך האלט אז מיר זענען שוין פטור פון די עבריים, נאך אביסל וועלן מיר זיך צוריקשטעלן אויף די פיס און זיי צוריק איינשפאנען אין די ארבעט אריין!''

"אדוני המלך, פארוואס האלט דער קעניג אזוי? בן עמרם האט דאך עפעס געווארנט אז אינמיטן די נאכט וועלן אלע עלטסטע אויסשטארבן"

"איך וועל דיר זאגן ייניס, געווענטליך ווען בן עמרם וויל אונז ברענגען א מכה, ווארענט ער דריי וואכן אין א ציה, דא האב איך שוין נישט געהערט פון אים גאנצע צוויי וואכן! ס'קוקט אויס אז נאר דעמאלס ווען איך האב אים ארויסגעווארפן האט ער זיך אויפגערעגט און גערעדט פון הרג'נען די בכורים, אבער זינט דאן האב איך מער נישט געהערט פון אים, כ'מיין אז מיר זענען ענדליך פטור פון זיינע מכות.''

''אדוני המלך, דער מצב אין גושן קוקט בכלל נישט אויס ווי די עבריים האבן אויפגעגעבן, פונקט פארקערט, פאר פיר טאג צוריק האבן טויזענטער עבריים גענומען דעם שעפסל אפגאט, מיט אזא בזיון אים צוגעבינדן צום בעט, און ווי איך הער האבן זיי גאר געהאט די חוצפה היינט אים ברוטאל צו שחט'ן און בראטן אויפן פייער! ס'נעמט נישט קיין עק און ס'האט נישט קיין גרעניץ די בזיונות וואס די עבריים שאפן אונז, ס'זעהט דאך ממש אויס ווי דער שעפס אפגאט קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט זיי, ס'קוקט אויס ווי די עבריים פלאנען ערנסט צו פארלאזן מצרים, און גאר בקרוב.''

"הער זיך איין ייניס, קיין נאר בין איך נישט, גאנץ מצרים האבן זיי מיר אונטער געברענגט, מיר האבן אריינגעכאפט מכות פון אלע זייטן, מיר זענען פארשעמט געווארן פאר די גאנצע וועלט, אפילו אונזערע גרעסטע חרטומים האבן געמוזט מודה זיין אז זיי קענען נישט וואס בן עמרם קען, נאך די אלע בזיונות און מכות זאל איך נאך ארויסלאזן די עבריים? פרעג איך דיר, וועל איך זיך נישט נאך מער צונאר לייגן? מכות געכאפט, בזיונות געכאפט, צרות און יסורים געכאפט, און דערנאך נאך געבליבן אן די קנעכט... ניין! איך האב איבערגעלעבט ביז היינט, און איך וועל זיך ווייטער האלטן פעסט! די עבריים בלייבן דא!''

''אדוני המלך, צום באפעל.''

''וואס זענען די קולות וואס איך הער פון די גאס?"

"אדוני המלך, ס'זענען געקומען א דעלעגאציע בכורים פון גאנצן לאנד, און זיי פארלאנגען צו רעדן צום קעניג ווי שנעלער, זיי זאגן אז ס'איז גאר דרינגענד און מ'קען עס נישט אפשטיפן.''
,
''גוט, ברענג זיי אריין אינעם טלה רום און איך וועל באלד דארט זיין.''

פרעה האט גוט געוויסט אז די געמיטער זענען זייער אנגעצויגן, איז ער אריינגעקומען ארומגענומען מיט א שטרענגע וואך.

''אדוני המלך'' האבן די בכורים זיך געבעטן, ''ביטע, פארשוין אונזער לעבן, די עבריים ארבעטן שוין ממילא נישט פאר אונז, פארוואס זאלן מיר אלע אויסשטארבן פאר גארנישט, דער קעניג ווייסט דאך אז בן עמרם'ס ווארענונגען ווערן אלעמאל מקויים, מיר האבן שוין נישט צופיל צייט, לויט וויאזוי די עבריים גרייטן זיך קוקט אויס אז אין איינע פון די נעכט וועט עס פאסירן, אדוני המלך, גיב דעם באפעל אז די עבריים קענען פארלאזן מצרים.''

"מחוצפים וואס איר זענט! איר קומט איינטיילן פארן קעניג וואס צו טון, גייט שוין ארויס פון דא, מיליטער, נעמט די חברה מיט זייערע באגלייטער פון אינדרויסן און ווייזט זיי וואס מ'טוט ווען איינער איז זיך מתחצף פארן קעניג!''

פרעה איז ארויס פון זאל, די בכורים האט מען ארויסגעטריבן צו די גאס, ווי נאר די טויזענטער פארזאמעלטע בכורים האבן געזעהן ווי אזוי מ'באגלייט ארויס זייערע שלוחים פונעם קעניגליכן פאלאץ האבן זיי פארשטאנען אז דער בקשה איז דורכגעפאלן.

"מיר וועלן עס נישט צולאזן! מיר וועלן נישט שטארבן ווי פחדנים!" האט זיך געהערט קולות פון אלע זייטן, די בכורים האבן אנגעהויבן צו פירן א קאמף מיט די סאלדאטן און דערנאך מיט זייערע אייגענע עלטערן און מיט וועם ס'איז זיי נאר געשטאנען אין וועג, בלוט האט זיך געגאסן ווי וואסער, שפעט אין די נאכט האט שוין דער נומער געהאלטן ביי זעקס הונדערט טויזנט געפאלענע מצריים.


המשך יבא אי"ה
לעצט פארראכטן דורך גראדער אום מיטוואך יאנואר 12, 2011 6:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

אהה. ב"ה

השי"ת זאל דיר געבן כוח און געזונט אנצוגיין מיטן מהנה זיין אידן בתורה

יישר כוח!
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

אהה ברוך הבא! (מיטן ניגון).

יישר כח

אסאך מזל אין דיין נייע דירה, דער אויבערשטער זאל דיר געבן פיל הרחבת הדעת מיט פילע קעשענעס און פארשטייט זיך נחת פון די קינדער וואס כ'גלויב אז נאר צוליב זיי מופסטו.
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

גיב מיר שנעל דיין נייע אדרעס. וועלמיר שיקן א קארב מיט בלומען פון מיין גאנצע משפחה וואס די טוסט אינטערהאלטן.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

מזל טוב!!!!!!!!!!

זאל דער אייבערשטער העלפן עס זאל זיין מרחיבין (נישט ווי בלעם) און אלעמאל אנפילן דעם הויז מיט שמחות בניקל!
די פעיראל איז גרייט פאר די וואך, קענסט עס קומען אויפפיקן. (כאטש טאקע ווייניג, אבער צום מופן וועט יעדע דאלער אויסמאכן...)

----
זע דעם מופן אשכול פאר הילף מיט אבאך ענינים וואס וועלן דיר נוגע זיין בע"ה.

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=8660&p=257221
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

אה, גראדער הִינֶךָּ!


ממש קריאה מעורר הזמן...
ווען די אידן ציען זיך ארויס פון מצרי"ם, צוט זיך גראדער ארויס פון זיין מיצר'דיגע דירה,
נאר איין זאך איז אנדערש, אין פרשה שטייט "ולא נחם אלקים דרך ארץ פלישתים", אז דער באשעפער האט זיי נישט געפירט דורך די גראָדע וועג...
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

נו מרחיבין דעתו של אדם שטייט, נישט אזוי? נו דארפסטו מרחי זיין את הדיבור און אפילו צוליגען פרשת המן, און אז מ'רעדט שוין יא, ווילעך טאקע זאגען פאר די אלע וואס האבן מחמת איזה סיבה שהוא נאכנישט אנגעיאגט צו זאגען פרשת המן אז סיז דא נאך א אויסגעפראווטע סגולה וואס באוווייזט וואונדער און עס ארבעט מורא'דיג, נעמליך "גייט ארבעטן"!!!!
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

צוליב געוויסע הוספות ותיקונים האבן מיר איבערגעלייגט דעם ערשטן תגובה, איז שוין דער המשך אויך דארט אריינגעפאלן.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעב 012 »

ישר כח גראדער, און תתחדש פאר די נייע דירה, זאלסט דארט פראווען אסאך שמחות, און שעפן אסאך נחת פון דיינע קינדערלעך.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

הערליך שיין, און תתחדש פאר דיין נייע איבערציען.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
רבי
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי »

מזל טוב הרב גראדער לכבוד דאס אריבער צוען צום נייעם דירה עס זאל זיין נאר מיט מזל
א גרויסן ישר כח פארן לייגן מדרש ישלם ה' שכרך
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

רבי האט געשריבן:מזל טוב הרב גראדער לכבוד דאס אריבער צוען צום נייעם דירה עס זאל זיין נאר מיט מזל
א גרויסן ישר כח פארן לייגן מדרש ישלם ה' שכרך
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

פון טיפן הארץ ווילן מיר ווינטשן פאר מורינו הרב שליט''א א הילכגען מזל טוב פאר די נייע דירה און פארשטייט זיך אויך פארן מדרש בשלח און מיר ווילן אים אנוויטשן ער זאל מער קיינע דאגוות האבן אך טוב וחסד ירדפוך און קענען יעדע וואך צישטעלן פרישע סחורה
לאמיר אלע זאגן הויך אמן
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
אורח
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2009 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח »

שקויעך
א גאסט אויף א ווייל, זעהט אויף א מייל....
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

פיל אן דעם שאל קאווע און דער גאנצער עולם וועט הנאה האבן......

שיינעם דאנק פון פראנאויס!

מיר גייען ניסן פאר די מעשה!!!! (לשון נופל...)
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

מכת בכורות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

ויהי בחצי הלילה

יוחנא און ממרא, די צוויי חשובע אנערקענטע הויפט מכשפים פון קעניגליכן פאלאץ זענען די גאנצע צייט געזעצן מיט גרויס פחד באהאלטן אין א פארשטיפטן ווינקל אין פאלאץ, זייענדיג פון די הויפט דעה זאגער ביים קעניג האבן זיי גוט געציטערט פאר זייערע ביינער, אבער יעצט ווען דער זייגער האט זיך שוין געהאלטן ביים דערנענטערן צו האלבע נאכט האבן זיי זיך שוין געוואלט ארויסזעהן פון דארט.

''יוחנא, איך מוז זיך אהיימיאגן, דו ווייסט דאך אז זינט דער לייב האט אפגעביסן מיין פרוי'ס פיס ביי מכת ערוב דארף איך שלאפן לייגן מיינע קינדער, איך בין זיכער אז אויך מיין עלטסטער ציטערט אוועק, איך האלט אז איך דארף זיך איינשטעלן און פרובירן אהיימצוגיין.''

''יא ממרא, איך פארשטיי דיר גוט, איך האב טאקע נישט צו וואס זיך אהיימצויאגן, מיינע צוויי טעכטער זענען שוין לאנג נישט דאהי, איינע געדענקסטו דאך אוודאי ווי זי האט זיך פארדארבן דעם מאגן ביים כינים און געשטארבן דערפון, און די אנדערע האט געכאפט א ביס פון א גיפטיגן היישעריק ביי ארבה און געשטארבן דערפון.''

''יא, אוודאי געדענק איך, איך האב טאקע באוואונדערט דיין שטארקייט דעמאלס אז אפילו ס'האט דיר געקאסט אזעלכע טייערע קרבנות ביזטו דאך געבליבן אזוי פעסט ביי די מיינונג מיר זאלן זיך נישט דערשרעקן און נישט צורעדן דעם גרויסען קעניג פרעה ארויסצולאזן די עבריים, זאג מיר נאר טאקע, וויאזוי האט דיין פרוי אויפגענומען די פארלוסטן, און וואס טוט זיך מיט דיין איינציג געבליבענעם זון, שטודירט ער נאך אינעם פי החירות אינווערזיטעט פאר כישוף?"

"וואס רעדסטו, איך זעה אז דו ביזט אזוי פארנומען מיט דיינע צרות אז דו ווייסט ניטאמאל וואס טוט זיך דא אין לאנד, וואס אינווערזיטעט, ווען פי החירות, ווי כישוף, אלעס איז חרוב ונחרב, ביים ברד איז דער גרויסער פרעכטיגער בנין איינגעפאלן, און די איבערגעבליבענע האלב קראנקע סטודענטן האבן אויך אויפגעהערט צו שטודירן, פון גרויס יאוש און לאנגווייליגקייט דרייט זיך מיין תכשיט'ל זינט דאן ערגעץ אויף די צוענ'ער גאסן און ווארט אויף די קומענדיגע מכה וואס זאל אים אויך אפענדיגן.''

''טאקע א בראך, איך מיין אבער אז ער וועט נישט דארפן צו לאנג ווארטן, ס'קען אים נאך געלונגען היינט נאכט...''

''וואס עפעס? בן עמרם האט נאר גערעדט פון בכורים, מיינע פארשטארבענע טעכטער זענען דאך געווען עלטער פון אים.''

''איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך האב א שפירונג אז די מכה מיט די בכורים וועט זיין סאך ערגער ווי מיר מיינען, בן עמרם האט מיר אויסגעקוקט גאר זיכער מיט זיך אז פרעה וועט זיך גאר אינגיכן קומען בעטן צו אים ארויסצוגיין פון דא, צווישן מיר און דיר גערעדט, אלס די גרעסטע מכשפים דא ווייסן מיר דאך יא אז ס'איז נישט מעגליך אז בן עמרם זאל מאכן די אלע זאכן מיט כישוף, מ'זעהט קלאר אז עפעס גאר א העכערער כח פירט אים.''

"קוק ממרא, די לבנה איז ממש גאנץ, דאס הייסט מיר שטייען פונקט אינמיטן חודש, פונקט אינמיטן די נאכט, איך מיין אז בן עמרם האט זיך אביסל פאררעכנט דאס מאל....



וה' הכה כל בכור

באאאם באאאם טראך טראאאאך!!!

''אוי! וואס זענען די מעכטיגע קולות דא?"

"יוחנא, ס'איז ביטער, איך האב מורא אז עפעס א פרישע מכה ריקט זיך אן, לאמיר לויפן צו די אפגעטער, לאמיר זאגן עפעס א תפילה.''

''זאג ממרא, וואו זאלן מיר לויפן? אלע אונזערע געטשקעס זענען פונקט אזוי אויף צרות וואו אונז, אפשר צום נילוס?"

"נע, דער נילוס אליינס איז דאך געשלאגן געווארן מיט די בלוט, ער וועט אונז זיכער נישט קענען העלפן. אפשר צום שעפס?''

''זיכער נישט, די שעפסן זענען דאך אויך געשטארבן ביי דבר, ס'קוקט נישט אויס אז זיי זאלן זיך אליינס קענען העלפן, אפשר גיי מיר צו קעניגליכן פרעה אפגאט?.''

''הער יוחנא, איך האב געזעהן ווי דער פרעה האט זיך געקראצט ביים שחין, ס'קוקט מיר נישט אויס ער זאל קענען עפעס צו הילף קומען דא. אוי! די קולות זענען עפעס שרעקליך! קולות פון שטיינער צופאלן, קולות פון הינט בילן, קולות פון מענטשן, געשרייען און יללות, אפשר גייען מיר צום גרויסן זילבערנעם געטשקע דא ביים ווינקל.''

''קום ממרא, געגאנגען שנעל, לאמיר האפן אז די אפגעטער וועלן דאס מאל יא אננעמען אונזערע געבעטן און אונז.... אוי... אוי... קוק וואס האט פאסירט! דער גאנצער ריזיגער געטש האט זיך צולאזט, ס'נישט געבליבן קיין זכר פון אים, אוי, ס'צרות.''

''יוחנא, לאמיר שנעל הייבן פיס פון דא, איך מיין מיר זאלן לויפן נאך א צוויי געסער, דארט איז דא א גרויסער שטיינערנער אפגעטשקע, אסאך מופתים דערציילט מען אויף אים, לאמיר באצייטנס זאגן א קאפיטל פרעפלעך דארט.''

''איך וועל דיר זאגן דעם אמת ממרא, איך האב אביסל מורא צו גיין אהין, איך האב פריער געהערט שטארק רעש'ן פון יענעם ריכטונג, ווער ווייסט צו דער געטש איז נישט אין כעס יעצט און ער שטראפט אלע וואס קומען צו אים.''

''יוחנא ברודער, ס'נישטא קיין גרויסע ברירות, קוק ווי מענטשן ליגן דא טויט אויף די גאסן, לאמיר שנעל גיין, מ'זעמיר שוין ממילא א שפאן אוועק.''

''יא יא, איך זעה שוין דעם וואלקן שטויב וואס קומט פון דארט ארויס, מיין הארץ זאגט מיר נישט פאר קיין גוטס.''

''טלה! נילוס!" האט יוחנא זיך גענומען רייסן די האר פון קאפ ווען ער האט דערזעהן דעם שרעקליכן בילד, דער גאנצער ריזגער אפגאט וואס איז מינוטן פריער נאך געשטאנען פרעכטיג אויסגעשניצט פון שטיין, איז געלעגן צופיצלט און צוברעקלט פאר זייערע פיס.

"ממרא הער וואס איך זאג דיר, מיר זענען אויף גרויסע צרות, ווען דער עברישער גאט וויל אונז שיקן א מכה הייבט ער אלעמאל אן מיט אונזערע אפגעטער, יעצט קוק ווי ער האט אזוי ברוטאל אומגעברענגט אונזערע שטערקסטע געטשקעס, קוק אפילו די האלצענע געטשקעס וואס זענען אזוי זיס געשטאנען דא אין די זייט זענען פארפוילט געווארן, איך האב מורא אז אויך איבער די בכורים וואס מיר האבן זיי געהאלטן אזוי הייליג קומט א שווערע ביטערע נאכט, איך מוז אהיימלויפן צו מיר אין שטוב כאפן א בליק וואס דער מצב איז.''

די קולות זענען געווען אומדערטרעגליך, אויף א דאך איז געשטאנען א פארביטערטע פרוי און געוויינט מיט שרעקליכע יללות, זי האט געהאלטן אז נאר די בכורים וואס וועלן זיין ''אין'' די שטובער וועלן שטארבן, האט זי געלייגט שלאפן איר זונ'דל דעם בכור אינדרויסן אויפן דאך, ווען זי האט געהערט ווי אירע שכנים באוויינען זייערע בכורים איז זי ארויפגעלאפן אויפן דאך שעפן נחת פון איר קלוגן בייפאל, אבער ווען זי האט געזעהן ווי א גרויסער הונט שטייט און עסט אפעטיטליך אויף די איבערבלייבענישן פון וואס איז אמאל געווען איר זון האט זי זיך גענומען מאכן אזעלכע יאמערליכע קולות וואס האט זיך געהערט אין גאנץ מצרים. (מדרש)

ווי העכער די קולות זענען געווארן אלס שנעלער איז יוחנא געלאפן, דער מכובד'יגער גרויסער מכשף האט פארגעסן ווי גרויס און חשוב ער איז, און איז געלאפן ווי א ווינט וואלט אים געטריבן, "מיין בכור! מיין עלטסטער" האט מען אים געהערט שרייען, זיינע זיפצן וואס ער האט נישט געקענט איינהאלטן האבן זיך אויסגעמישט מיט די איבריגע געוויינען פון די ארומיגע גאסן.

ממרא האט נישט געהאט קיין חשק צו בלייבן אליינס אין אזא שרעקליכן מצב, איז ער מיט זיינע לעצטע כוחות נאכגעלאפן יוחנא, "איך וועל דיר נישט לאזן אליינס" האט ער געשריגן פאר יוחנא, פרובירנדיג אים איינצורעדן אז ער מיינט גאר זיין טובה...

ווען זיי זענען אנגעקומען נעבן יוחנא'ס שטוב האט זיך אנטפלעקט א שרעקליכע מראה פאר זיי, איינע פון די שכנים פון יוחנא איז געווען א איינזאמע פרוי, שטארק א גלויביגע, מיט יארן צוריק האט זי געהאט אן איינציג קינד א בכור, ווי די טראדיציע אין מצרים האט זי אים געהאלטן הייליג און געדינט צו אים ווי צו אן אפגאט. אינגערהייט איז ער געשטארבן פון א מחלה, זי האט זיך אבער געטרייסט מיט דעם וואס זי האט אים באגראבן פאר איר שטוב, און ווייטער געדינט צו זיין קבר ווי ביי זיין לעבן.

יעצט, אין די שרעקליכע נאכט, זענען יוחנא און ממרא דערציטערט געווארן פון וואס זיי האבן געזעהן, א הונט האט אויסגעגראבן דעם קבר פון דעם בכור עבודה זרה, און פאר די אויגן פון די אומגליקליכע מאמע האט ער אים ארויסגעשלעפט פון קבר און צוקייעט זיינע פארפוילטע ביינער... די מאמע האט זיך געווארפן אויף דער ערד מיט געוויינען און געשרייען ווי גלייך איר קינד איז יעצט נאכאמאל געשטארבן.

יוחנא האט זיך פארשטאפט די אויערן, ער האט שוין נישט קיין כח צו די אלע קולות, ער האפט אז ביי אים אין שטוב וועט ער קענען כאפן אביסל שטילקייט, און יא, ס'איז אים געלונגען, ווען ער איז אריינגעקומען אין שטוב האט אים אנטפאנגען א שטילקייט פון א בית הקברות...

יוחנא נעמט זיך שרייען די נעמען פון אלע קינדער, אבער אין קול ואין עונה, קיינער ענטפערט נישט, ''אה, עפעס א צעטל הענגט דא:"

"צו מיין טייערער מאן יוחנא, ביטע זיי נישט בייז, איך האב זייער געציטערט פארן לעבן פון אונזער בכור האב איך אן דיין וויסן אים געשיקט שלאפן צום עברישן שכן אריאל, איך האף אז דארט וועט ער איבערלעבן.''

''ממרא, טוה מיר א טובה, לויף שנעל אריבער צו אריאל און זאג מיר וואס דארט טוט זיך.''

''גוט, איך גיי שוין.''

פארוואונדערט פארוואס קיינער רופט זיך נישט אן הייבט יוחנא אן ארומצוגיין אין זיין שיינעם פאלאץ זוכן זיינע קינדער, און הערשט יעצט האט ער פארשטאנען פשט פון דעם ''טויט'' שטילקייט, צום ערשט האט ער אנגעטראפן זיין קראנקע ווייב ליגן טויט, "אוי, ווי אזוי האב איך פארגעסן, איך האב נאר געטראכט פון מיין זון, ס'איז מיר נישט איינגעפאלן צו טראכטן פון איר, אוי ווי אומגליקליך נעבעך, נאך די אלע צרות וואס זי האט מיטגעמאכט זייט זי האט אזוי טראגיש פארלוירן אירע פיס צו די לייבן, האט זי נעבעך געדארפט שטארבן אזוי אליינס.

ער דערמאנט זיך ווי געטריי זי איז אים געווען, ווען ער האט איר געבעטן זי זאל העלפן אנגרייטן דעם וואנע פארן קראנקן פרעה, האט זי אזוי געהאלפן אומצוברענגען די עברישע פיצלעך קינדער, די בכורים וואס מ'האט פארכאפט צו באדן פרעה אין זייער בלוט, האט זי מיט אזא איבערגעגעבנקייט פארן קעניג ארויסגעהאלפן, ווי זי איז געגאנגען אלעמאל אינמיטן די נאכט שוין וועקן די עברישע קנעכט זיי זאלן זיך גרייטן צו די ארבעט... אוי...

אבער צו לאנג האט ער נישט געקענט טראכטן, אריינקומענדיג אין קינדער שלאף צימער האט ער באגעגנט א גאנצן בית הקברות, זיין צווייטער זוהן וואס איז יעצט געווען דער עלסטער אין שטוב איז אויך געשטארבן, און דער דריטער, פארוואס איז ער געשטארבן? וואס קען דא זיין? אויך דער פערדער? פארוואס זענען זיי אלע געשטארבן? כ'האב פארשטאנען פון בן עמרם אז נאר בכורים שטארבן."

"יוחנא! נישט גוטע נייעס!'' קומט ממרא צו לויפן. "דיין זון איז געשלאפן אין איין בעט מיטן עברישן אינגל, און ליידער האט עס נישט געהאלפן, דער עברי איז געבליבן לעבן און דיין זון ליגט דארט און ווארפט זיך פאר יסורים, ער גוסס'ט...''

''זאג מיר ממרא, אפשר ביזטו מיר מסביר, מיין פרוי איז געשטארבן ווייל זי איז געווען די עלטסטע קינד, מיין עלטסטער ביים עברי איז געשטארבן ווייל ער איז דאך מיין בכור, מיין צווייטער זון איז געשטארבן ווייל ער איז דער עלטסטער דא אין שטוב, אבער מיין דריטער און פערדער, פארוואס זענען זיי געשטארבן? הא? וואס קען דאס באדייטן? איין מינוט! פארוואס ווערסטו אזוי שטום פלוצלונג? פארוואס ווארפסטו זיך אזוי פאר שרעק? וואס גייט פאר?"

"יוחנא, איך זעה אז דער עברי'שער גאט ווייסט אלעס, פון אים איז גארנישט פארהוילן, מ'קען פון אים גארנישט באהאלטן.''

''זאג מיר שנעל, וואס ווייסט ער וואס איך ווייס נישט?!"

"איך וועל דיר זאגן, די מיינסט טאקע אז די קינדער זענען דיינע, אבער באמת האט דיין פרוי מזנה געווען און געבוירן קינדער פון אנדערע מענער, קוקט אויס אז דער עברישער גאט ווייסט אז זיי זענען בכורים פון זייערע טאטעס דעריבער זענען זיי אויך געשטארבן.''

''הייסט דאס אז קיינער פון מיינע קינדער האבן נישט איבערגעלעבט, וויי איז מיר, וואס בלייבט מיר אויף די וועלט, נישט קיין פרוי, נישט קיין קינדער, נישט קיין פארמעגן, מיין פרוי האט דאך אלעס אוועקגעבארגט פאר די עבריים היינט, נישט קיין עברישע קנעכט, אה, איך האב דאך עפעס אנדערע קנעכט אויך, פארוואס הער איך נישט פון זיי."

מיט איין בהלה לויפט יוחנא אריין אין צימער ווי די קנעכט שלאפן, זיין שרעק האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין ריכטיג! אויך די בכורים פון די אנדערע מדינות וואס זענען געווען פארקנעכטעוועט פאר די מצריים זענען געשטארבן!

''איך וועל דיר זאגן'' רופט זיך יוחנא אן צו ממרא, ''איך קען פארשטיין אביסל וואס דא קומט פאר, דער קנעכט מיינער פון כוש האט אזוי פיינט געהאט די עבריים, אז ער פלעגט מיר אלעמאל זאגן, ענדערש וועל איך שטארבן אבער די עבריים זאלן נישט ארויסגיין פון מצרים, איך פלעג אים אסאך מאל הייסן ארבעטן מיט די עבריים, האסט געמוזט זעהן מיט וואספארא רשעות און מיט וואספארא הנאה ער האט זיי געפייניגט, איך וועל דיר זאגן נאך א זאך, איך קען אים גוט דעם כושי, ווען ער בלייבט ווען לעבן וואלט ער געזאגט אז זיין אפגאט האט גאר געברענגט דעם מכה...''

צובראכענערהייט זענען יוחנא מיט ממרא ארויס פון שטוב שעפן אביסל פרישע לופט, אין די טונקל האט ממרא דערזעהן א חבר פון זיין זון, נאכן זעהן וואס האט זיך אפגעשפילט ביי יוחנא אין שטוב האט ער פארשטאנען אז ער האט גאר א שוואכע האפענונג נאך צו טרעפן זיין זון ביים לעבן, דאך האט ער אפגעשטעלט דעם מצרי.

''זאג מיר, מיין זון, דיין חבר, דו ווייסט אפשר וואו ער איז אויף די וועלט?"

"אוודאי ווייס איך, ער איז שוין גארנישט אויף די וועלט, ער געפינט זיך שוין אויף יענע וועלט, אבער קענסט זיין רואיג, ער איז געשטארבן אויף א גוטן פלאץ.''

''וואס הייסט? דעצייל מיר וואס איז פארגעקומען מיט אים.''

''אין אנהויב איז ער געווען מיט מיר צוזאמען ביים פאלאץ פון קעניג, מיר האבן גע'הרג'עט רעכטס און לינקס, ווען די נאכט איז צוגעפאלן און מיר זענען געווען איבערצייגט אז אט אט גייט מען דא אנהייבן צו שטארבן האט דיין זון באשלאסן זיך צו באשיצן ביים גרויסן מעכטיגן שטיינערנעם אפגאט אין צענטער פון שטאט, ווען מיר זענען אנגעקומען דארט זענען שוין גאר אסאך חברה געווען פארזאמעלט, צוליב מאנגל אין פלאץ האט מען אריינגעלאזט נאר בכורים, אזעלכע וואס זענען זיך געקומען באשיצן, זיי זענען געווען זיכער אז אין אזא פלאץ וועט קיינער נישט קענען טון קיין שלעכטס פאר זיי, אזוי ווי איך בין נישט קיין בכור, האב איך פארלאזט דעם פלאץ און איך האב אנגעהויבן אוועקצוגיין, ווי נאר איך האב געלייגט אפאר טריט האט פאסירט א שרעקליכע זאך, דער גאנצער גרויסער אפגאט האט זיך צוברעקלט... שטיקער שטיין זענען געפלויגן פון אים און זיך צושפרייט אויף אלע זייטן, קיין ביז געציילטע סעקונדן איז קיין איין בכור נישט געבליבן לעבן דארט...''

''יוחנא איך זאג דיר מ'זעמיר אויף גרויסע צרות, דו האסט א מושג וויפיל מצריים פון אונזערע חברה זענען היינט אליינס געשטארבן?! קודם די הונדערטער טויזענטער וואס די בכורים האבן אויסגע'הרג'עט, און יעצט ווי ס'קוקט מיר אויס איז גאר א גרויסער פראצענט מצרים געשטארבן אלס בכורים, ממש ס'נישטא קיין הויז ווי ס'איז נישטא קיין טויטע.

''יא ממרא, מיט אפאר וואכן צוריק איז געווען די מכה פון חשך, אבער יעצט שפיר איך ווי ס'איז מיר נאך מער פינסטער געווארן.''

זיי האבן אבער נישט געוואוסט אז ווי פינסטער ס'איז פאר זיי, איז נאך סאך מער ליכטיג פאר די אידן... א הימלישע ליכטיגקייט האט באלויכטן יענע נאכט, פאר די אידן האט געהערשט א ליכטיגקייט אינמיטן די נאכט, די זון האט געשיינט ממש ווי אינמיטן א תמוז טאג (זוהר) און נישט נאר אויף די גאס איז געווען ליכטיג, נאר אויך אין די שטובער, אין די הערצער, איז געווען ליכטיג און פרייליך ביי אלע אידן.

אידישע קינדער האבן אויסגעפאלגט דעם באפעל פון משה רבינו, נאכמיטאג האט מען גע'שחט'ן דעם קרבן פסח, מ'האט באשמירט דעם שוועל מיט בלוט, און יעצט זענען אידן געזעצן מיט די משפחות און געגעסן דעם געבראטענעם קרבן מיט מצה און מרור, און דערציילט פאר די קינדער די ניסים וואס זענען פארגעקומען דעם פארגאנגענעם יאר, און געווארט מיט געדולד אויף די ניסים וואס קומען אט אט.

דער נס האט טאקע נישט געשפעטיגט צו קומען, פלוצלונג האט זיך געהערט פון איין עק מצרים ביזן אנדער עק דער קול פון פרעה...

המשך יבא בעזהשי"ת
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
always happy
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 07, 2011 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך always happy »

ממש א מחיה צו ליינען דיינע מכות
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

דיין פעדער איז עפעס אזאנס גוט!!!!!!!!!!!

דערווייל זעמיר נאך טיף אין בא - קום, אבער ער שרייט שוין 'ארויס פון דא!'.......
אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

רבי האט געשריבן:מזל טוב הרב גראדער לכבוד דאס אריבער צוען צום נייעם דירה עס זאל זיין נאר מיט מזל
א גרויסן ישר כח פארן לייגן מדרש ישלם ה' שכרך
אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

שיין אויסגעשטעלט אבער אין קליינע אותיות אויף א האלבע פעיזש סייז
אטעטשמענטס
מדרש בא.pdf
(209.45 KiB) געווארן דאונלאודעד 410 מאל
over night kugel
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 3:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך over night kugel »

wow!!! ;l;p-
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

קומו צאו מתוך עמי

ווען פרעה האט דערזעהן אז די בכורים פאלן ווי פליגן, אין אלע זייטן שטארבן מענטשן, האט ער זיך געכאפט ביים קאפ, ''אוי, איך בין דאך אויך א בכור פון מיין מאמע! דאס מיינט אז יעצט איז געקומען מיין סוף! וואס האב איך פון דעם אז די עבריים וועלן בלייבן אין מצרים אויב איך אליינס וועל שוין נישט זיין דא, א כפרה מיט די גאנצע זאך, זאלן זיי שוין ארויסגיין און מיר לאזן לעבן.''

פרעה האט באשלאסן געענדיגט מיטן גאנצן שפיל, ''איך זעה שוין אז דער גאט פון די עבריים קען אלעס, פירט אלעס, און ער ווייסט אלעס, ס'נישטא קיין שום וועג זיך ארויסצודרייען פון אים, און אויב איך וועל עס נישט ענדיגן יעצט בין איך א פארטיגער.''

''וואס טוט מען דא?'' איז פרעה ארומגעלאפן א דערשראקענער, ''איך וויל נאך לעבן! בתי' מיין קינד, דו האסט דאך א ספעציעלע פארבינדונג מיט בן עמרם, דו האסט דאך געראטעוועט זיין לעבן, אפשר קענסטו מיר גיבן אן עצה, בעצם ביזטו דאך אויך מיין עלטסטע קינד, און לויט ווי איך הער שטארבן אויך די עלטסטע פרויען, זאג מיר וואס מ'קען דא עפעס טון.''

''הער זיך צו טאטע, יעדע מכה ווען דו האסט עס געוואלט אפשטעלן האסטו געבעטן פון משה, און אלעמאל האט ער דיר נאכגעגעבן און ער האט אפגעשטעלט די מכה, איך האלט אז מיר זאלן יעצט אויך אריבערלויפן צו אים קיין גושן, זאג אים אז ער קען שוין ארויסגיין מיט אלע עבריים צוזאמען, און בעט אים ער זאל פארשוינען אונזערע לעבנס.''

''בתי' מיין קינד, איך ווייס אז דאס איז די איינציגע עצה צו טון, ביי זיין לעצטן באזוך אין פאלאץ האט טאקע בן עמרם שוין געזאגט אז איך וועל קומען צו לויפן צו אים, איך האב אים דעמאלס ארויסגעווארפן מיט גרויסע בזיונות, איך האב מורא אז איך האב אים צו שטארק פארשעמעט און ער וועט מיר נישט וועלן מוחל זיין יעצט, אוי, איך בין א פארלוירענער...''

''טאטע, משה איז גאר א גוטער, איך וועל מיטקומען מיט דיר און איך גלייב איך וועל קענען פועל'ן ביי אים ער זאל דיר מוחל זיין, אבער איין זאך בעט איך דיר, אזוי ווי דו האסט אים פארשעמט פאר אלע דיינע באדינער און קנעכט, מוזן זיי אויך מיטהאלטן ווי דו בעטסט אים איבער, דעריבער רוף זיי שנעל צוזאם און לאמיר לויפן קיין גושן.''

פרעה האט נישט געהאט קיין ברירה, ער האט פאר יעדן פרייז זיך געוואלט איבערבעטן מיט משה, איז ער אליינס בכבודו ובעצמו ארומגעלאפן צו די שטובער פון זיינע באדינער זיי אויפצואוועקן אינמיטן די נאכט, ''חברה שטייט אויף, מיר לויפן קיין גושן! מיר מוזן זיך שוין טרעפן מיט בן עמרם!'' האט פרעה זיך געבעטן ביי זיינע פארשלאפענע קנעכט וואס האבן פרובירט צו באהאלטן זייער חוזק שמייכל פון אים...

וואונדער איבער וואונדער האט זיך פרעה איבערצייגט, אפילו אין גאנצן לאנד זענען אויסגעשטארבן יעדער וואס האט נאר געהאט די מינדעסטע זאך מיט וואס מ'האט אים געקענט רופן בכור, דאך זענען אלע באדינער און קנעכט וואס זענען געווען אין זאל ווען פרעה האט פארשעמט משה געבליבן לעבן! אפילו די בכורים, פרעה האט זיך נאך קלארער איבערצייגט אז ער דארף זיי טאקע מיטנעמען איבערצובעטן משה רבינו. (אוה"ח)

מיט די נשמה אין די הענט, מיט זיינע לעצטע כוחות איז פרעה אריינגעלאפן צווישן די שמאלע פארשטיפטע גושנ'ער גאסן, פון גרויס יאגעניש האט ער ניטאמאל אנגעיאגט זיך אנצוטון עפעס קעניגלעך, נאר מיט זיין פשוטן שלאף קלייד איז ער געלאפן אין די גאסן, דער אטמאספער אין גושן האט גארנישט געשטימט מיט אים, פון אלע פענסטער האט ארויסגעשיינט א גרויסער ליכטיקייט, שירות און געזאנגען האבן זיך געהערט פון אלע זייט, לעבעדיגע ניגונים פון איין זייט, ליסטיגע טענץ פון די צווייטע זייט, פון א דריטן פענסטער האט ער געזעהן ווי דער זיידע זיצט און רעדט צו זיינע קינדער און אייניקלעך מיט אזא פרייליכן געשטאלט.

''וואס גייט דא פאר?" האט זיך פרעה פארוואונדערט, ''יעדער איז פרייליך? קיינער איז בטעות נישט אזוי טרויעריג ווי מיר זענען, איז נישטא פערצופאל עפעס א קראנקער עברי וואס איז פונקט היינט געשטארבן נאטורליך פון זיינע שמערצן?"

''דו מעגסט שוין פארשטיין דאס, טאטע'' האט בתי' אים מסביר געווען, ''ווען מיר באקומען א מכה וויל דער גאט פון די עברים מיר זאלן נישט האבן קיין תירוצים נאר קלאר וויסן אז ער איז דער וואס שטראפט אונז, דעריבער אפילו אויב עפעס אן עברי איז געווען אין א שמאלן מצב און ס'איז געקומען היינט זיין צייט פון פארלאזן די וועלט, האט אים זיכער דער באשעפער געשאנקען נאך יארן.''

פון א פענסטער האט זיך א אינגל ארויסגעשטעקט דעם קאפ, זעענדיג דעם גאנצן גרופע מיטן פארשלאפענעם פרעה אין שפיץ, גיבט ער א פרעג מיט א אפענעם געלעכטער, "איך קען אייך אפשר העלפן? איר זוכט עפעס?"

"יא אינגעלע, מיר זוכן משה, אפשר זאגסטו מיר וואו משה וואוינט?"

א קליין פייערל האט געגעבן א בליץ ביים מח'ל פונעם קינד, ''איך וועל אים גוט מסדר זיין דעם גרויזאמען פרעה.''

''אוודאי ווייס איך, ביים סוף גאס מאך א רעכטס, דארט אויף דיין לינקע זייט וועסטו עס טרעפן.''

ער האט געוואוסט פרץ אז זיין חבר חגי וואס וואוינט דארט וועט כאפן זיין וויץ, און ער וועט עס אפשר ממשיך זיין אויך...

ער איז געווען א גוטער מבין, ווען פרעה האט אריינגעקלאפט דארט זיכענדיג משה רבינו, האט אים חגי געעפנט די טיר, "אה פרעה! זוכסט אפשר וואו איבערצושלאפן די נאכט? ביזט געווארן היימלאז? ס'וועט דיר גארנישט העלפן, ווייל איך הער אז אפילו בכורים וואס שלאפן ביי אידן לעבן נישט איבער.''

''ניין אינגעלע, איך זוך דעם שטוב פון בן עמרם און איינער אין אנדערן גאס האט מיר געזאגט אז דא וואוינט ער.''

חגי האט גלייך פארשטאנען ווער דער איינער איז, ''אוי דו נארישער קעניג'' זאגט ער מיט א געלעכטער, רעכטס האט ער דיר געשיקט, גיי צוריק און מאך דארט א רעכטס, נאכ'ן גיין אראפ דעם בארג פרעג איינעם, מ'וועט דיר שוין אנווייזן דארט.''

מיט איין אטעם האט דער קליינער דיקער פרעה זיך גענומען לויפן, זיין בארד האט זיך נאכגעשלעפט אויף דער ערד, און זיין הארץ האט אנגעהויבן האסטיג צו קלאפן, ''בתי', איך האב מורא מיר דערלייגן די צייט, מ'מוז שוין טרעפן בן עמרם!''

פרעה לויפט ארום אין אלע זייטן, מ'שיקט אים רעכטס און לינקס, ארויף און אראפ, ער האט ניטאמאל קיין צייט זיך אויפצורעגן און צו שפירן דעם נידריגן מצב וואס ער האט זיך דערקייקלט, ביז ענדליך איז ער געשטאנען ביי די טיר פון משה און אהרן.

''משה, איך וויל רעדן צו דיר, קום ארויס.''

''אדוני המלך, מיר זענען געווארן באפוילן פון גרויסן הייליגן באשעפער נישט ארויסצוגיין פון שטוב די גאנצע נאכט, אנטשולדיגט, אבער איך קען נישט ארויסקומען צו דיר.''

''איך בעט דיר משה, עפן נאר דעם טיר, לאמיר אזוי רעדן.''

''דו האסט דאך צוגעזאגט נישט צו זעהן מער מיין פנים, וויאזוי קען איך זיך באווייזן פאר דיר אן דעם וואס דער קעניג זאל ברעכן זיין אייגענעם ווארט.''

''ס'איז טונקל, מ'זעהט נישט גארנישט, ניטאמאל וועל איך דיר זעהן, עפן דעם טיר, און הער וואס איך האב דיר צו זאגן, נעם דיין גאנצען פאלק, טאטעס מיט קינדער, שאף און רינדער, און גייטס שוין ארויס פון מצרים, גייטס דינען ענקער באשעפער אין מדבר אזוי ווי דיין פארלאנג איז געווען''

פרעה איז געפאלן אויף זיין פנים און זיך געבוקט פאר משה, אלע באדינער און קנעכט וואס זענען מיטגעקומען האבן געטון די זעלבע זאך.

''מיין טייערער משה'' האט בתי' אנגעהויבן, ''נאכדעם וואס איך האב אזויפיל געטון פאר דיר קומט מיר איך זאל אזוי טראגיש אומקומען ביי די מכה?"

"ביז היינט, האסטו געליטן עפעס פון די מכות?"

"ניין!"

"קענסט זיכער זיין אז אויך יעצט וועסטו בלייבן לעבן.''

"משה איך גיב דיר א באפעל!, מאך נישט קיין לאנגע מעשיות, נעם שוין דיין פאלק און פארלאז מצרים, פאר ס'בלייבט נישט קיין זכר פון אונז.''

''איך פארשטיי דיר נישט פרעה, מיר זענען עפעס גנבים וואס וועלן זיך ארויס'גנב'נען אינמיטן די נאכט? אזוי האט געזאגט דער באשעפער פון די וועלט, אינמיטן טאג! ווען די זון שיינט, ווען יעדער זעהט, וועלן אלע אידן פון גרויס ביז קליין פארלאזן מצרים פונעם הויפט טויער, כדי יעדער זאל וויסן אז מיר אנטלויפן נישט, נאר מיר ווערן אויסגעלייזט דורכן גרויסן הייליגן באשעפער פון די גאנצע וועלט.''

דער קול איז גלייך ארויס צו אלע אידן וואס זענען געווען אויסגעשפרייט איבער גאנץ מצרים, מארגן פונקט ביי חצות לאזט מען זיך ארויס פון רעמסס, ענדליך איז דער גלות מצרים געקומען צו א סוף!

סיכום מכת בכורות

זמן: ט"ו ניסן ב"א תמ"ח
התראה: כן
איפה: בארמון המלך
נעשה על ידי: הקב"ה בעצמו
תכסיסי מלחמה: הורגים הגדולים וחשובים
מידה כנגד מידה: שחטו ילדים בכורים לפרעה לרחוץ בדמם
שעבדו בני ישראל הנקראים בני בכורי ישראל
עבדו לבכורים
דוקא בחצות: העירו בני ישראל לעבודה בחצות הלילה, כלי יקר
המכה בא להודיע: ה' יודע הכל, ושולט על הכל
פרעה ביקש סיום המכה: כן.



ויתן את חן העם

אינדערפרי האבן די אידן נאך געהאט א וויכטיגע זאך צו ארלעדיגן פארן ארויסגיין, פון מויל צו אויער איז ארומגעגאנגען דער באפעל פון אויבערשטן וואס משה רבינו האט איבערגעגעבן, יעדער איד זאל גיין צו זיינע מצרישע שכנים און בארגן וואס מער גאלד און זילבער, געלט און קליידער.

די אידן האבן זיך צום ערשט זייער געוואונדערט אויף דעם באפעל, אונטער נארמאלע אומשטענדן וואלטן די מצריים געדארפט זיין גאר שטארק אין כעס אויף די אידן, צוליב זיי איז פון א רייכע בליענדע מדינה וואס מצרים איז אמאל געווען געווארן א אויסגעשפילטע חרובע לאנד, יעדר מצרי פריוואט האט שאדן געהאט אוצרות מיט געלט ביי די מכות, רוב האבן פארלוירן ווייבער אדער קינדער און נאנטע משפחה מיטגלידער, אויב פאר די גאנצע מעשה האבן די מצריים זיך פארעקלט ווען זיי האבן געזעהן א עברי אויף די גאס, וואלט יעצט נאך די אלע מכות זיכער געדארפט זיין א שטארקע שנאה פון די מצריים אויף די בני ישראל.

אבער די אידן זענען שוין געווען איבערצייגט אז ווען דער אויבערשטער הייסט עפעס טון פרעגט מען נישט קיין פראגעס, די אידן האבן זיך אויסגעשפרייט אין גאנצען לאנד מצרים, אזוי ווי דער באפעל איז געווען אויסצוליידיגן דעם גאנצן לאנד, יעדער האט אריינגעקלאפט צום שכן, און תמימות'דיג געבעטן:

"איך קען אפשר בארגן ביי אייך א שאכטל גאלד, צוויי פעקלעך זילבער, און א רענצל קליידער?"

"וואס איז די פראגע?'' האט דער מצרי העפליך געענטפערט, ''א עברי! אזעלכע פיינע מענטשן, מענטשן וואס האבן אזא מנהיג ווי בן עמרם, זיכער גיב איך דיר וואס דו בעטסט, זאג נאר, אביסל קופער קענסטו אפשר אויך ניצן?"

''גוט, איך האב גענוג קעמלען דא, אויב נישט קענט איר מיר צובארגן אפאר, און לאדענט עס אן ביטע.''

''זייער גערן, לאזט מיר נאר איין מינוט צוענדיגן באגראבן מיינע דריי בכורים וואס זענען מיר נעכטן געשטארבן, און איך ברענג אייך שוין ארויס, אבער איין מינוט, איך כאפ זיך יעצט אז מיט קליידער בין איך אביסל ענג, איך האב נישט צופיל צו בארגן יעצט.''

''וואס הייסט איר האט נישט? פאר דריי וואכן צוריק ווען דו ביזט געזעצען פאראלעזירט ביים חושך האב איך געהאט עפעס צו ארלעדיגן אין די געגנט, בין איך דעמאלס אריין דא צו דיר אין שטוב, אין דיין שלאף צימער אונטער די רויטע שאפע האב איך געזעהן א גאנצן זאק מיט הערליכע קליידער.''

''אה יא, איר דערמאנט מיר טאקע דערפון, איך ברענג אייך עס שוין ארויס...''

אזוי האבן די מצריים צווישן באגראבן איין בכור און צווייטן אויסגעליידיגט זייערע שטובער פון יעדע ווערטפולע זאך, און אלעס אוועקגעגעבן פאר די אידן.

''כרמי?!''

''יכין?!''

''וואס מאכסטו?''

''ברוך השם, און דו?''

''געלויבט אונזער גרויסער באשעפער, איך האב דיר נישט געזעהן די לעצטע וואך האב איך שוין מורא געהאט אז דו ביזט ליידער אויך אומגעקומען ביים חשך.''

''עה, וואס פאלט דיר איין אזעלכע זאכן, דו האסט דאך מיט מיר צוזאמען געארבעט און דו ווייסט דאך ווי שטארק איך האב געהאפט און געווארט די גאנצע צייט אז דער אויבערשטער זאל שוין אויף אונז רחמנות האבן און אונז אויסלייזן פון דא, אפילו ווען מיין אומשולדיג אונגעלע איז נעבעך אריינגעבויעט געווארן אין וואנט אנשטאט א ציגל, האב איך זיך אויך געשטארקט, און געדאנקט אונזער גרויסן באשעפער אויף די אלע חסדים וואס ער טוט מיט מיר.''

''אמת כרמי, אין די שווערסטע צייטן האסטו מיר אלעמאל מחזק געווען, איך געדענק נאך ווען ס'איז געווען אמאל וואס מיר האבן געארבעט כמעט דריי מעת לעת אין איין ציה, אוי איז עס געווען ביטער שווער, דער ריקן האט זיך מיר געבראכן פון שלעפן זעק זאמד, די פיס האט מיר געריסן פון טאנצן אין די ליים עס אויסצוקנעטן, די האנט איז מיר געווען געשוואלן פון פארעמען ציגל, יעדע ביין אין מיין אויסגעמאטערטן גוף וואס איז געווען פול מיט שפאלטן און וואונדן פון די רוצחישע נוגשים האט מיר וויי געטון, איך האב שוין נישט געהאט קיין כח עס איבערצוטראגן, ביזוט כרמי געשטאנען ביי מיין בעט און מיר דערווארימט דאס הארץ, איך געדענק נאך דיינע פונקטליכע ווערטער, אפילו מיר זענען אזוי פארשמאכטעט אין גלות, טאר מען נישט פאר איין רגע טראכטן אז דער באשעפער האט פון אונז פארגעסן, קומען וועט דער טאג, און לאמיר האפן אז ס'איז שוין נאנט, וואס דער באשעפער וועט מקיים זיין וואס ער האט צוגעזאגט פארן זיידן אברהם, און אונזער אויסלייזער וועט קומען אונז ארויסנעמען פון דעם ביטערן פלאץ.''

''אמת יכין, איך האב צו דיר גערעדט און זיך אליינס מחזק געווען, און יעצט זעען מיר וואו וואונדערליך דער הייליגער באשעפער צאלט זיי אלעס פונקטליך צוריק, נעכטן נאכט ווען די מצריים האבן נישט געקענט שלאפן, זיי זענען אויפגעשטאנען אינמיטן די נאכט מיט אזעלכע געוויינען און יללות אויף זייערע בכורים, האב איך זיך דערמאנט ווי זיי פלעגן אונז אויפוועקן צו די ארבעט אינמיטן די נאכט...''

''זאג מיר נאר איין זאך כרמי, איך שפיר זיך אביסל מאדנע ארומצוגיין בארגן גאלד און זילבער פון די מצריים, ווער זאגט איך וועל עס קענען אפגעבן? וויאזוי קען זיין אונזער אמת'דיגער באשעפער זאל אונז שיקן גנב'נען פון די מצריים?"

"איך פארשטיי דיר נישט יכין, שוין הונדערטער יאר וואס אונז, אונזערע טאטעס און זיידעס ארבעטן פאר די מצריים וואו קנעכט, האבן מיר אמאל באקומען באצאלט א פרוטה דערפאר? אויב מאכסטו א חשבון וועסטו זעהן אז וויפיל דו זאלסט נעמען איז נאך גארנישט קעגן די פרייז וואס קומט זיך דיר פאר דיין ארבעט.''

"גוט כרמי, האסט מיר באמת פארענטפערט די קשיא, איך האב הנאה אז איך האב דיר געטראפן, יעצט לאמיר זיך צויאגן, באלד דארף מען שוין זיין אין רעמסס און איך האב נאך גארנישט איינגעקנעטן מיטצונעמען אויפן וועג.''

''זיי געזונט יכין, איך גיי נאך אריין דא צו דעם מצרי זעהן וואס איך קען פון אים באקומען.''

כרמי איז האט אנגעקלאפט אין טיר, דער מצרי איז געווען דער איינציגער מענטש אין שטוב, ארום אים זענען געלעגן טויט זיין אלטע מאמע, דריי טעכטער און צוויי זוהן, ער האלט אינמיטן זיי צוגרייטן צו באערדיגן ווען א איידעלער קלאפ הערט זיך פון הויפט אריינגאנג, צובראכן און צוקלאפט פון די פארלוסטן וואס ער האט געהאט די נאכט שלעפט ער זיינע מידע פיס צום טיר, מיט יעדן טריט ווערט זיין כעס גרעסער אויף דעם יעניגן וואס האט די חוצפה אים צו קומען שטערן אינמיטן זיין טרויעריגע ארבעט.

ווען ער דערזעהט זיין אמאליגן קנעכט כרמי ביים אריינגאנג ווערט זיין גאנצער כעס אויסגעוועפט, ווי אן אלטער גוטער פריינט נעמט ער אים אריין אין שטוב, ער רוקט אין די זייט די טויטע קערפער אז כרמי זאל קענען דורכגיין צווישן זיי, ''קום מיין פריינד, מיט וואס קען איך דיר שטיין צו הילף.''

''הער זיך איין'' זאגט אים כרמי גוטמוטיג, ''ביי דיר איז טאקע טרויעריג יעצט, אבער מיר האלטן אינמיטן א גרויסן יום טוב, ביי אונז אידן איז פרייליך יעצט, מיר גייען זיך ארויסלאזן אין מדבר דינעם דעם באשעפער פון אונזערע עלטערן, האב איך געוואלט פון דיר בארגן אביסל צורינג און שיינע קליידער לכבוד יום טוב.''

אנשטאט דער מצרי זאל ווערן אין כעס, ער שטייט דער איינציגער איבערגעבליבענער פון זיין גרויסע משפחה און באוויינט זיינע טויטע, און דער עברי זיין אמאליגער קנעכט פראוועט גאר יום טוב... אבער דער צוזאג פון רבש"ע אז די אידן וועלן האבן חן האט געארבעט וואונדערבאר.

''הער כרמי, קודם האב איך דא די צירונג פון מיין פארשטארבענע פרוי, זי איז דאך שוין געשטארבן ביי צפרדע, זי וועט עס שוין נישט אנטאן ממילא, אה, מיינע דריי טעכטער זענען דאך אויך געשטארבן נעכטן, דארף איך דאך שוין נישט זייערע צירונג אויך נישט, זיי האבן געהאט אסאך, דא האסטו, נעם א זאק, הייב אן צו פאקן, אויער רינגלעך, קייטלעך, האנד באנד, נאז באנד, שפילקעס, ס'דא א גרויסער אויסוואל, אה, איך כאפ מיר יעצט, מיין מאמע ליגט דאך אויך שוין דא אן קיין לעבנס צייכן, לאמיך איר אויסטון אירע צירונגען, איך גלייב אז מיין עלטערער ברודער וועט נישט אראפקומען פון גיהנם מיר פאדערען די ירושה...

קוק אהער כרמי, איך האב א פולע שאפע מיט הערליכע קליידער, ברענג אהער אפאר קעמלען און טראג עס אהיים, האסט דאך קע"ה א שטוב מיט צענדליגער קינדער, וועסטו האבן וואס אנצוטאן פאר זיי לכבוד פסח.''

קוים וואס כרמי האט זיך געקענט אן עצה געבן צו שלעפען די פולע אנגעלאדענטע קעמלען ביז זיין שטוב, אריינקומענדיג האט ער שוין געזעהן אלע זיינע קינדער גרייט ארויסצוגיין אויפן וועג, און זיין ווייב האט נארוואס פארקנעטן דעם טייג.

''קום אידענע, ס'איז שפעט, מיר דארפן שוין גיין קיין רעמסס.''

''אבער דער טייג האט נאכנישט געיורן.''

''ס'וועט מוזן גוט זיין אזוי, גיב אהער, לאמיר ארויפלייגן די טייג אויף די פלייצע, און ארויסמארשירן פון מצרים...''



ובני ישראל יוצאים ביד רמה

דאנערשטאג, ט"ו ניסן ב' אלפים תמ"ח

ס'איז יעצט צוויי טויזנט פיר הונדערט אכט און פערציג יאר נאך בריאת העולם, צוויי הונדערט און צען יאר פון ווען יעקב אבינו איז אראפגעקומען אויף מצרים, דער פיר הונדערטסטער געבורטס טאג פון יצחק אבינו.

משה רבינו פארענדיגט די לעצטע הכנות, שוין דריי טאג וואס ער גייט ארום זוכן דעם קאסטן פון יוסף הצדיק, משה רבינו ווייסט אז יוסף האט באשוואוירן די שבטים מ'זאל ארויסנעמען זיין ארון פון מצרים און ארויפברענגען קיין ארץ ישראל, מ'קען נישט עובר זיין אויף די שבועה און פארלאזן מצרים אן דעם, זוכט און זוכט משה דעם ארון און ער קען עס נישט טרעפן.

ענדליך איז משה רבינו געוואויר געווארן אז די אלטע סרח בת אשר ווייסט וואו דער ארון געפינט זיך, איז ער אריבערגעגאנגען איר באזוכן און הערן פון איר וואו דער ארון געפינט זיך.

סרח האט דערציילט פאר משה אלעס וואס זי האט געוואוסט. ''ווען יוסף איז געשטארבן האבן די מצריים געוואוסט אז ער האט באשוואוירן די אידן נישט ארויסצוגיין פון מצרים אן זיין ארון, זענען זיי אויפגעקומען מיט א פלאן, זיי האבן אים געמאכט אן ארון פון שווערע ריזיגע שטיקער אייזן וואס וועגט אומגעהויער שווער, און זיי האבן עס אריינגעווארפן אין נילוס, פארשטייט זיך אז ס'האט גלייך איינגעזינקען, צוליב די שוועריקייט איז ממש אוממעגליך עס ארויסצונעמען פון דארט.''

משה רבינו איז אריבער צום נילוס, אויף א שטיין האט ער אויפגעקריצט ''עלה שור'', און ער האט זיך גענומען שרייען:

''יוסף יוסף, ס'איז געקומען די צייט פון די אידן ארויסצוגיין פון מצרים, נאר צוליב דיר ווערן מיר אפגעהאלטן, די שכינה ווארט אויף דיר, די ענני הכבוד ווארטן, אויף דיר, די אידן ווארטן אויף דיר, קום ארויף אזוי וועלן מיר קענען מקיים זיין די שבועה וואס דו האסט אונז באשוואוירן, אויב באווייזטו זיך נישט יעצט, וועלן מיר זיין פטור פון דיין שבועה.''

און דער נס האט טאקע פאסירט, טראץ דעם וואס דער ארון איז געווען אזוי שווער, האט מען עס פלוצלונג געזעהן שווימען אויפן אויבערפלאך פונעם וואסער, משה רבינו האט גענומען דעם ארון ארויפצוטראגן קיין ארץ ישראל.

אויך די איבריגע שבטים האט מען גענומען זייערע ארונות, יעדער שבט האט גענומען דעם ארון פון זייער זיידן, די זון דערנענטערט זיך צום מיטן פונעם הימל, און אלע ווארטן ס'זאל קומען דער ענדגילטיגער באפעל פון השי"ת מ'זאל זיך ארויסלאזן אין וועג.

אויך האט משה רבינו מיטגענומען די טענענביימער וואס יעקב אבינו האט געהייסן איינפלאנצן אין מצרים, און אנדערע מאטריאל וואס וועט אויספעלן צו בויען דעם משכן.

שטייען איבער מיליאנען אידישע קינדער, מענער אין די עלטער צווישן צוואנציג און זעכציג יאר אליינס איז געווען זעקס הונדערט טויזנט, מיט זייערע ווייבער, איז שוין א מיליאן צוויי הונדער טויזנט, יעדער האט געהאט מינימום 5 קינדער, דאס איז נאר דריי מיליאן קינדער (תרגום יונתן) אידן פון העכער די זעכציג, און אינגע אונטער די צוואנציג, א געזעמל פון מיליאנען אידן בני אברהם יצחק ויעקב זענען פארזאמלט אין רעמסס גרייט זיך ארויסצולאזן אין טרוקענעם מדבר אריין.

קיינער פרעגט נישט קיין קשיות, פון וואו וועט זיין אין מדבר צו עסן פאר אזא גרויס פאלק? וואו וועט מען טרעפן וואסער אין מדבר פאר אזויפיל מענטשן? פון וואו וועט מען שפייזן די מיליאנען קעמלען און אייזלען, שאף אין רינדער וואס מען נעמט דא מיט? ס'נישטא קיין פראגעס, אז דער אויבערשטער הייסט גיין, גייט מען!

די אידן שטייען און ווארטן, און די מצריים קומען פון אלע זייטן זיך בעטן, גייט שוין! פארלאזט דעם לאנד, אפשר אזוי וועט מען אויפהערן שטארבן דא און מ'וועט קענען אנהייבן צוריק אויפצובויען די חרבות דא, אבער די אידן גייען נאכנישט, מ'ווארט אויפן באפעל פון השי"ת, א רגע פריער גייט מען נישט ארויס פון גלות.

די אידן האבן גאנץ גוט הנאה געהאט פונעם קאמישן בילד, אלע גאסן זענען פול מיט טויטע מענטשן, די מצריים האבן נאכנישט אנגעיאגט צו באגראבן די אלע הונדערטער טויזענטער טויטע פון נעכטן ביינאכט, ביי אסאך פלעצער האט מען געקענט זעהן בערג מיט מתים ביי די ווינקלען גרייט אפצופירן צום בית הקברות, אבער דאך לאזן די מצריים אלעס אפ, זיי האבן וויכטיגערס צו טון, זיי שטייען און בעטן זיך ביי די אידן ארויסצוגיין פון מצרים...

כרמי מיט יכין האבן זיך אפגעשמועסט צו גיין צוזאמען, אין א ווינקל זענען זיי געשטאנען מיט זייערע משפחות, 90 קעמלען האט יעדער פון זיי געהאט אנגעלאדענט מיט אלעס גוטס, ווען כרמי האט געזעהן ווי די מצריים בעטן זיך אזוי די אידן זאלן ארויסגיין האט ער זיך אנגערופן:

''ס'דערמאנט מיר א מעשה, א חשובער שר האט אמאל געשיקט איינע פון זיינע קנעכט ער זאל אים קויפן א געשמאקן פיש, דער קנעכט איז צוריקגעקומען מיט א פארשטינקענעם פארדארבענעם פיש, דער הער וואס איז געווארן זייער אויפגערעגט האט באשלאסן צו באשטראפן דעם קנעכט, ער האט אים געגעבן די ברירה ער זאל זיך אליינס אויסוועלן איינע פון די דריי שטראפן.

ער זאל אויפעסן דעם פארדארבענעם פיש, אדער זאל ער כאפן הונדערט קלעפ, אדער זאל ער באצאלן הונדערט גאלדענע רענדלעך קנס.

דער קנעכט האט אויסגעוועלט אויפצועסן דעם פיש. ווען ער האט געגעבן דעם ערשטן ביז האט ער שוין געשפירט אז ער האלט עס נישט אויס, ער האט נאך פרובירט צו עסן נאך אפאר ביסן, אבער ער האט זיך גענומען ברעכן און ער האט זיך אזוי פארעקלט אז ס'איז אים נישט מעגליך געווען צו עסן ווייטער.

''גיבט מיר ענדערש די הונדערט שמיץ'' האט ער זיך געבעטן.

איז געקומען דער שמייסער מיטן לעדערנעם ריט, און אנגעהויבן אריינצוציילן איינס נאכן צווייטן, איינס קלינגעדיגער פון צווייטן... ביים זעכציגסטן שמיץ האט דער קנעכט געשפירט אז ער האלט עס מער נישט אויס.

''איך באצאל די הונדערט גידלן און לאזט מיר אפ'' האט ער זיך געבעטן...

די מצריים טראגן דעם זעלבן פנים'' האט ער אויסגעפירט, ''מכות האבן זיי געכאפט, בזיונות האבן זיי פארדינט, און ביים סוף בלייבן זיי נאך אן קיין פרוטה אויך... (רבינו בחיי)

פרעה אליינס איז אויך געקומען באגלייטן די אידן, "ווען איר זענט מתפלל, בעטס פאר מיר אויך'' האט ער זיך געבעטן.

12:00, פונקט אינמיטן טאג האט מען אנגעהויבן צו גיין... ענדליך זענען די אידן געווען פריי, זיי זענען ארויס פון מצרים!

ויה"ר שיושיענו ויגאלנו שנית בב"א
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

שקויעך!!!!!!!!!
הערליך שיין מסתם, אויקי גברא אחזקתיה, אבער ס'זעהט מיר אויס לויט וויפיל כאשנעל דורך געמישט אז די האסט געארבעט די וואך אפצומאכען דאס פאריגע וואכעדיגע פעי טשעק....
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

מוישע_יאכעס האט געשריבן:, אבער ס'זעהט מיר אויס לויט וויפיל כאשנעל דורך געמישט אז די האסט געארבעט די וואך אפצומאכען דאס פאריגע וואכעדיגע פעי טשעק....


כולי האי ואולי וועט עס אפשר אנקומען...

איך האב אנגעהויבן מכת בכורות, ווייל איך האב געהאלטן אז אנהייבן פאר קריעת ים סוף איז אנגעהויבן אינמיטן א מעשה, ס'דערציילט זיך נישט גוט, דארף מען אנהייבן ווי מ'איז ארויס פון מצרים, און דער ארויסגיין איז אריינגעפלאכטן אין מכת בכורות, האב איך אנגעהויבן מכת בכורות, למעשה בין איך אנגעקומען נאר ביז די ווערטער ויהי בשלח פרעה את העם...

אפשר וועט מען די אנדערע וואך ארבעטן פארן פעי טשעק פון די וואך...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

עפעס אזאנס!!! נישט נארמאל גוט!!! גוט פארציילט!!!!!!!!!!!!!!!!!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”