ביים וואסער-פאל

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

ביים וואסער-פאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דער זומער סעזאן איז געווידמעט פאר וואקאציע, מען לופטערט זיך אויס, מען פרובירט צו פארגעסן די דאגות פון א גאנץ יאר, און וויאזוי טוט מען דאס? זייער פשוט. מען ציהט זיך ארויס צו די קאנטרי'ס, שטילע געגנטער ארומגענומען מיט וועלדלעך, מען טוישט די סצענעס.

זיץ איך מיר איין בלויען נאכמיטאג אונטערן שאטן פון א ברייט פארצווייגטן בוים נעבן דעם שיינעם וואסער פאל – א פופצען מינוט שפאציר פון מיין באנגעלוי קאלאני – און פרוביר זיך צו בארואיגן פון די פארשידענארטיגע מחשבות און דאגות וואס בושעווען אין מיין מח אן אויפהער.

דער וועטער שפילט מיט מיר מיט, מען זעט נישט קיין וואלקן אויפן האריזאנט. די זון האלט איין אירע שטראלן זיי זאלן נישט ארויסגעבן די מאקסימום היץ, ווי גלייך אויך זי פארשטייט אז עס קומט זיך מיר אביסל רוה, אלעס שטימט אלעס קלאפט, טיק טאק.

די נאסע אטמאספערע וואס ווערט געשאפן פון די דאמפ פונעם וואסער-פאל איז גאנץ געשמאק, עס דרינגט אריין טיף אינעווייניג, גרובעלט זיך אריין אין די נאטורליכע שפאלטענס וואס השי"ת האט באשאפן אין די מענטשליכע הויט (איינס פון די טעמים פארוואס א מענטש שוויצט איז ווייל דאן וואשט זיך אויס דאס שמוץ וואס זאמלט זיך אן אין די שפאלטענעס פון די הויט, [אויך איז דא נאך א סיבה פארוואס השי"ת האט געמאכט אז מיר זאלן שוויצן, ווייל אזוי ארום וועלן מיר זיך אפקילן דורך יעדן קיל ווינטל וואס קומט אין אונזער ריכטונג, ווי באקאנט אז ווען דער מענטש איז פייכט שפירט ער א אויפפרישונג פון יעדן לייכטן ווינטל] מה רבו מעשיך ה'!)

עס פרישן זיך אויף די אינערליכע גלידער, דאס הארץ גייט ווייטער אן מיט זיין אנגייענדיגע עבודה, עס פאמפט ווייטער דאס בלוט זיי זאלן ארומלויפן אין די גאנצע קערפער פון קאפ ביז פוס. יעצט דא זיצענדיג ביים ברעג פונעם וואסער, זיך איינקוקענדיג אויף די שניי ווייסע שוים, איינהערנדיג זיך צו די נאטורליכע בארוהיגונגס קול וואס הערט זיך פון די אויסגיס פונעם וואסער פאל, דרייט זיך ארום אין קערפער גאר אן אנדער סארט בלוט, א רואיגערער און געלאסענער סארט.

די אומשטענדן זענען גורם אז די מח קעמערלעך וואו עס ליגן אוועקגעלייגט די אלטע זכרונות פון די אזויגערופענע "גוטע" צייטן, וועלכע זענען געווענליך הערמעטיש פארשלאסן מיט אייזערנע ריגלן, זאלן זיך יעצט אויפשליסן. עס פאנגן אן פליסן א שטראם פון מחשבות, אלטע און אור אלטע, מען דערמאנט זיך גוטע און נישט אזוי גוטע צייטן, איין מינוט בענקט מען זיך צוריק צו די אור-אלטע צייטן און די אנדערע מינוט קלערט מען: "ברוך השם אז עס איז שוין פארביי"...

פלוצלינג זעהט מען א פייגעלע אדורכפליען, פלאטערנדיג מיט זיינע ווייסע פליגל [אלץ קינד פלעגט מען דאס רופען "א שבת'דיגע פייגל"], דער אויג לויפט נאך דעם פויגל ביז ער ווערט פארשווינדען, און...

אט דערמאן איך זיך פון מיין חדר... א קליין צימערל אין א פארדזשאווערט הייזקע, צוואנציג קינדערלעך זענען מיר דארט געזעסן צונעזאם אויף די איינגעפאלענע בענק וועלכע האבן איבערגעלאזט שפענדלעך אין די הויזן אן קיין רחמנות. דער טיש אנגעפילט מיט ספרים, דא איז דער סידור'ל וואס איך האב זיך אליין איינגעהאנדלט פאר פינעף דאלער – ווי "גרויס" איך האב זיך געשפירט אריינשפרייזענדיג איינער אליין אינעם ספרים געשעפט און פארלאנגט דעם ניי געדרוקן סידור'ל, וועלכע ליגט מיר נאך אוועקגעלייגט אין די ארכיוון עד היום הזה – דער "בראשית" חומש וואס איז נאך פריש, קוים גענוצט, די בלעטער פארמאכן זיך נאך פון זיך אליין ווען מען לעהנט זיך נישט אן אויף זיי. און דער קליינער תהלים'ל וועלכע פארמאגט נאר די ערשטע "יום", וואס ווען מען ענדיגט דאס וועט מען מאכן א גרויסארטיגן "סיום".

פלוצלונג. דער רבי רופט אויס: "... וואו האלט מען"?? דאס הארץ ווערט פארגליווערט, מען וועקט זיך אויף פונעם טיפן דרימל אדער טאג-חלום. די פינגערלעך הייבן אן לויפן אויפן בלעטל, מיט האפענונג אז זיי וועלן פון זיך אליין אראפפאלן אויפן ריכטיגן ארט... "ניין" שרייט דער רבי אויס! קום אהער! מען איז שוין געוואוינט צו דעם... מען ריקט ארויס דעם צובויגענעם טישל און מיט אן אראפגעבויגן קאפ גענעהנט מען צום רבי'ן'ס טיש, מיט גרויס האפענונג אז עס קומט יעצט נאר דאס געווענליכע, א לייג איבער אויפן שויס, איינס צוויי פעטשלעך, און "זעץ זיך צוריק אראפ".

אויף די אנדערע זייט, פונקט אקעגן איבער מיר, זיצט א אינגעלע אינגאנצן אריינגעטאן אינעם לערנען, אבער ליידער קען ער קיינמאל ביים פארהער, וויפיל ער זאל נאר אריינ'חזר'ן דורכאויס די וואך, אין חדר, אינדערהיים, ס'קומט צום פארהער: "... וואס טייטשט וירא"? "עמ עמ וירא און..." די שטומע פונעם מנהל ווערט העכער: "... איך הער נישט! זאג קלאר! וואס טייטשט וירא"?

אזוי איז דאס צוגעגאנגען א לענגערע תקופה, ווען דער אינגעל ווערט עלטער און עלטער אבער בלייבט אלץ דער "שוואכער" קאפ פון די כיתה... עס איז נישט זיין שולד, ער איז באשאפן געווארן מיט א שוואכע תפיסה, ברויך זיך מער מוטשען, און אפילו דאן איז אויך נישט זיכער אז ער וועט קענען ביים פארהער... אבער דער אינגל געט נישט אויף!

יעדע קלאס איז איינגעטיילט אין דריי קאטעגאריעס: עס זענען דא די "מצוינים" די פיינערע, וואס זענען אייביג אויבן פונעם שטייסל, האבן קיינמאל קיין פראבלעם מיטן פארהער, טראצדעם וואס אינמיטן די וואך קענען זיי זיך גוט פארשמועסן אינמיטן לערנען, אדער איינדרימלן ווען דער רבי לערנט פאר די גמרא. זיי זענען פשוט געבוירן מיט שטארקערע נאטורן, בירושה פון די עלטערן, אדער כשרונות געבארגט פון הימל.

דאן זענען דא די "בינונים" מיטלגארטיגע קעפ, נאך איין צוויי מאל חזר'ן דאס לערנען קענען זיי דאס ישר והפוך, הין און צוריק. מאכט זיך אפשר איינמאל א חודש וואס זיי קעקעצן אפשר ביים פארהער, אבער דורכשניטליך קענען זיי דאס לערנען יעדן סוף וואך אייניג מיט די מצויינים.

דאן איז פארהאנען "שוואכערע" קעפ, וויפיל זיי זאלן זיך מוטשען אויסצוהערן דעם שיעור וועלן זיי קיינמאל קענען ביים פארהער, אזעלכע שוואכלינגען וואס בדרך כלל האבן זיי שוועריגקייטן זיך צוצופאסן צו די געזעלשאפט. ווייניג קינדער ווילן זיך חבר'ן מיט זיי אין אלגעמיין, און ווער רעדט נאך פון לערנען מיט זיי בחברותא.

כך הוא דרכה של תורה, אזוי איז דאס געווען אלע יארן און אלע דורות, און אזוי איז אויך היינט, און בדרך הטבע וועט דער צושטאנד אנגיין ווייטער [הגם, היינט ארבעט מען מער מיט די שוואכערע, עס זענען דא ספעציעלע ישיבות און חדרים און חדר בתוך חדר, אלעס געווידמעט ארויסצוברענגן די מאקסימום פון יעדן קינד, וואס דאס ראטעוועט טאקע וועלטן!].

צוריק צו אונזער מעשה: איין וואך – פרשת תולדות איז דאס גראדע געווען – איז אויסגעקומען פאר מיר צו זיין די "חברותא" פון אט דעם אינגל... עס איז גאנץ שווער געווען צו לערנען מיט אים, מיר האבן איבערגעלערנט די ערשטע פסוק איינמאל און נאכאמאל, דאן געגאנגען צו די צווייטע. נאכן ענדיגן די צווייטע פסוק האט ער שוין נישט געדענקט די טייטש פון די ערשטע פסוק... ווען די גאנצע קלאס האט שוין געענדיגט איבער'חזר'ן אלעס וואס מען האט געלערנט, האבן מיר געהאלטן ביים דריטן פסוק (אבער כאטש דאס האט ער גוט געקענט).

איר קענט אלע די מעשה פונעם מהר"ם שיק וועלכער האט געהאט גאר א שוואכן קאפ אלס קינד, און נאר נאכדעם וואס ער האט זיך געמוטשעט און געמוטשעט און נישט אויפגעגעבן, און דאן האט ער זיך אמאל גוט אויסגעוויינט ביים אפענעם ארון הקודש האט מען אים פון הימל געשאנקן די אויסערגעווענליכע כשרונות און אפענע קאפ וואס ער האט געהאט.

אט אזוי איז געווען מיט דעם אינגעל אונזערן.. ער האט זיך געמוטשעט אנע כוחות, נישט געקארגט קיין בלוט און שווייס, איבערגעלערנט יעדעס ווארט מיט גרויס אייפער, און זיך נישט געשעמט איבערצופרעגן פונעם חבר אדער פונעם רבי'ן "וואס טייטשט ועבדה רבה (בראשית כ"ו, י"ד)"? דער רבי שענקט אים א רחמנות בליק קלערנדיג ביי זיך: "איך האב דאך דאס אים יעצט געזאגט"... און ענטפערט אים: "א גרויס ווירטשאפט".

אונזער אינגל האט נישט געשוינט קיין מיה און פלאג, ער שטרעקט אויס זיינע צען פינגער, און נעמט זיך ציילן מיט זיי, ווען בשעת מעשה זאגט ער ארויס די ווערטער מיט א ברען: ועבדה רבה = און א גרויס ווירטשאפט (איינס), ועבדה רבה = און א גרויס ווירטשאפט (צוויי) ועבדה רבה וכו' וכו' וכו'... אזוי האט ער איבערגע'חזר'ט די צוויי ווערטער מיט די טייטש "הונדערט און איין מאל"!!! האפענדיג אז דאס וואס די גמרא זאגט אז עס איז נישט גלייך איינער וואס לערנט א זאך הונדערט מאל צו איינער וואס לערנט א זאך הונדערט און איין מאל וועט אים צוהעלפן צו געדענקן די טייטש פון אט די צוויי ווערטער עכ"פ ביזן פארהער וואס האט געזאלט פארקומען דעם מארגענדיגן טאג.

סוקסעס קומט נישט אייביג אויף די ערשטע מינוט. מען ברויך מיטהאלטן די מעשה א לענגערע תקופה איינצוזען אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט. און אז אויב א מענטש מיינט עס ערנסט, ער פלאגט זיך און מוטשעט זיך (הן לגבי תורה – ווי די מעשה וואס מיר האלטן אין דערציילן – הן לגבי עבודה, און אזוי איז מיט אלעס אויף דער וועלט) וועט ער סוף כל סוף מצליח זיין! וויאזוי גייט די וועלט'ס לאזונג: "עקשן יצליח"! און נאכן ליינען אט די מעשה'לע וועט איר צולייגן דערצו "אבער נאך ווי".

די מחשבות לויפן, דא דערזעה איך זיך אין ישיבה גדולה, ביים טישל און בענקל מיט מיין חברותא, מען לערנט די לומד'ישע מסכתות ווי געווענליך. פיר טישן הונטער מיר זיצט דער "יונגעל" וועלכער איז שוין יעצט אן ערוואקסענער בחור מיט א חתימת זקן. ער מוטשעט זיך נאך אלץ, אבער אנשטאט ער זאל זיך מוטשען אויף א "טייטש ווארט", מוטשעט ער זיך אויף א "פני יהושע".

ער האט א "שם" אין ישיבה אלס מתמיד עצום, ער שטייט אויף פון די ערשטע צווישן אלע בחורים דאהי. זעצט זיך אראפ אויף זיין באשטימטן ארט און הייבט זיך נישט אויף פון פיר אזייגער פארטאגס ביז צען אזייגער ביינאכט, אויסער צו שחרית מנחה און מעריב.

אויך דאס עסן נעמט ביי אים קיינמאל נישט מער ווי געציילטע מינוטן, ער שמועסט נישט מיט קיינעם, באמערקט נישט קיינעם, אבער יעדער באמערקט אים. מען זעהט ווי ער שטייגט פון טאג צו טאג. די וואס געדענקן אים נישט פון די יונגע יארן מיינען אז ער איז גאר געבוירן אלס למדן. ווייניג ווייסן אז עס זענען געווען תקופות וואס דער בחור האט געשפיגן בלוט אויף "עברי און טייטש".

יארן לויפן. דער בחור ווערט א יונגערמאן. זעצט זיך אריין אין א חשוב'ע כולל וואו די מצוינים קאכן אין לערנען. ער איז גארנישט הונטערשטעליג פון זיי. אדרבה. ער שטייגט ארויס פון צווישן זיי אלע. מען דערקענט אויף זיין געניטן און גרינטליכן דרך הלימוד אז דא האנדעלט מען מיט איינעם וואס האט זיך קיינמאל געלאזט פאפן. אלץ געוואלט וויסן דעם ריכטיגן און פונקטליכן אפטייטש און פשט. קענסט אים נישט פארפירן מיט אבי א תירוץ אויף זיינס א קשיא.

קומט מיר אמאל אויס אריינצוגיין אין דעם אויבנדערמאנטן כולל, איך שטיי און שטוין, מיינע אויגן גלייבן נישט וואס עס אנטפלעקט זיך פאר זיי. זיצט זיך דער יונגערמאן – וועלכער האלט שוין היינט א שפאר ביסל יארן נאך די חתונה – איבערגעבויגן אויפן שלחן ערוך "יורה דעה", ער חזר'ט יעצט איבער דאס גאנצע כדי זיך צו פארהערן און באקומען די "הוראה"... יא! ער האט מצליח געווען. פון די אלע מצוינים און בינונים אין "חדר" ווער איז אויסגעוואקסען דער "בעל הוראה" דער "דיין"?

ער!

דער וואס האט נישט געזשאלעוועט קיין צייט, טעג און נעכט אריינגעהארעוועט מיט זיין שוואך קעפל, זיך געבראכן קאפ אויף די פשוט'סטע טייטש ווערטער, איבערגעקנעלט שורות גמרא איינמאל און נאכאמאל אן קיין יאוש. דער האט מצליח געווען! דער איז אויסגעשטיגן דער תלמוד חכם און בעל הוראה מיט וועמען איך שעם זיך היינט צו שטיין אין ווארט.

א קליין שיפל דערנענטערט זיך צום בארטן, די מענטשן וואס קומען ארויס דערפון האקן איבער מיינע געדאנקען, איך כאפ א בליק אויפן זייגער עס איז צייט צו גיין אהיים. מען ברויך שוין באלד דאווענען מנחה. א שאד א שאד אז זיי האבן מיר נישט געלאזט בלייבן אזוי פארזינקן אין מיינע געדאנקען... דאס איז דאך אסאך זיסער ווי דער רעאליטעט. אבער כאטשיג דאס האב איך געטאן אהיימקומענדיג, זיך צוגעזעצט צום שרייב טיש און אראפגעמאלן מיינע רעיונות אויפן פאפיר, זאלן זיי כאטש בלייבן א געדענקעניש למשמרת לדורות עולם.

זאלן אנדערע זיך אפלערנען א מוסר השכל פון די מעשה. הגם מענטשן דרייען זיך אפט ארויס מיט דעם תירוץ: "עס איז שוין צו שפעט", אבער די וועלט זאגט אנדערש: "קיינמאל איז צו שפעט"!



http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=1468800
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פון דעם אשכול קענט איר זיך קלאר איבערצייגן וואס מיר האבן גע'דמיונ'ט אז "קרעמער" איז דער זעלבער ווי "הוטקע". דער ארטיקל - וואס איז געדרוקט געווארן אין "מי מנוחות 3" - ערשיינט דארט אונטערן נאמען "קרעמער" (אזוי ווי אין דעם אשכול), אבער אז מען קוקט דעם לינק אונטן, צייגט עס אז דער מחבר איז געווען "הוטקע"...

אינטערסאנט אז קיינער האט גארנישט רעאגירט צו דעם אשכול בשעתו... מיר ברענגן דאס ארויף נאכן הנאה האבן דערפון אין די מי מנוחות אויסגאבע.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

WOW הערליך שיין!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

אה דאס איז עס.

שטארק הנאה געהאט פונעם הערליכן ארטיקל, ממש געפילט די נאסע אטמאספערע וואס ווערט געשאפן פון די דאמפ פונעם וואסער-פאל, דאס קיל ווינטל מיט די פייכקייט האט ממש אריינגעדינגען אין מיינע ביינער, א שאד א שאד אז די ארטיקל איז געקומען צו אן ענדע, דאס הערליכע שרייבעריי איז דאך אזוי געשמאק אזוי באטעמט, דאס טוט צושפרייטן און בארואיגן די צוזאמגעצויגענע נערוון אין מח, איי א שאד.

צום ענין
איך קען עדות זאגן אויף א ענליכע פאל פון קרעמער'ס, פון קליינווייז אן זיך אלץ געמוטשעט, אבער אלעמאל איז ער געזצן ביים ספר און געלערנט, אלעמאל מיין איך אלעמאל נישט קיין חילוק וואס ס'זאל זיין האט מען אים געזען אין ביהמ"ד,
איך ווייס נישט צו יענער האלט שוין ביים באקומען הוראה אדער צו ער פלאנט אמאל אנצוקומען דארט, דאס איז זיכער אז אין די צייט וואס כמעט יעדער פון מיין עידזש זענען שוין פאריאגט על המחיה דוירכאויס דעם טאג איז ער צווישן די געציילטע וואס זיצן נאך ביים גמרא שו"ע אין כולל און האקט שטיקער.

יא דער באשעפער האט נישט פון וואס זיך צו שעמען.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:WOW הערליך שיין!!

באמת שיין!
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

מ'האמיר דאס געליינט אינעם אויסגאבע און ממש מיטגעשלעפט געווארן מיטן אטמאפערע אזש מיר האבן געזען דעם וואסערפאל רינען..
ס'איז גאר גאר שיין אראפגעלייגט און א שטארקע מוסר השכל!

טאקע אינטערעסאנט אז קיינער האט דעמאלס גארנישט קאמענטירט אויף אזא מייסטערווערק.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

הערליך געשריבן וואס נאר קרעמער קען, איך שפיר מיר לייוו צווישן כולל און דעם טייכל נעבן קרעמער.

א געפיל זאגט מיר אז קרעמער איז גאר דער אינגל, ער לייגט עס אראפ צו לעבעדיג.
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

אויסגערעכנט פון ווי פארשאפסטו אזעלעכע שיינע אשכול'ס?
געוואלדיג! כה לחי! ברענג ארויף נאך
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”