דער ברודער-קריג
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
א הארציגן דאנק הרב גראדער שליט"א (צוביסלעך וואקסן די טיטלן, פארפאלן, עס פאסט נישט אנדערש צו באטיטלן א איד וואס לערנט דורך חומש רש"י מיט אזויפיל מפרשים און לערנט עס פאר פאר אזא ציבור מיט אזא געשמאק).
איך האב א שטיקל פראבלעם - מעגליך אז יעדער האט דאס - מיט די פי.די.עף. וואס דו שטעלסט ארויף, אז די אונטערשטע שורה ווערט צומאל איבערגעהאקט ביים פרינטן. אפשר דארפסטו קורצער מאכן די 'מארדזשין' פון דיין פאפיר אויסשטעל.
----
פראגע: האסטו אפשר געזען איינער זאל רעדן פון די שאלה וואס איז מיר היינט נולד געווארן, 'וואס האט מען געטוהן מיט די איבריגע פארציע וואס עשו האט געברענגט' (מספקי מזון האט שוין עקזיסטירט?)

אמת'דיג א יישר כח גראדער
פונקט היינט ביים לערנען חומש איז מיר שווער געווען ווי האט יעקב נישט מורא געהאט זיך איינצושטעלן, און פארוואס האט ער נישט נאכגעמאכט עשו'ס קול
און דו פארענטפערס דאס אזוי שיין כמין חומר
די הוספות און תיקונים אין פדפ איז אויך דא דא אין אשכול?

אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32414
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
געט א קוק סליגט שוין אויף לדעת מיט 164 הורדות!!!
סליגט דארטן שיין אויסגעשטעלט אבער מהדורא ראשונה
http://www.ladaat.net/siteimages/fl_4cd3a8fcba6e4.pdf

-
- שר חמש מאות
- תגובות: 561
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm
קליקו האט געשריבן:געט א קוק סליגט שוין אויף לדעת מיט 164 הורדות!!!
סליגט דארטן שיין אויסגעשטעלט אבער מהדורא ראשונה
http://www.ladaat.net/siteimages/fl_4cd3a8fcba6e4.pdf
גלגל האט אויך ארומגעשיקט דער מהדורא.
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).
באקומען אין אישית (איך פארשטיי נישט יענעמס התנצלות, אבער שוין...)
---------
און יעצט א ווארט וועגן 'גלגל'
ווי איך פארשטיי איז דאס א נאן-פראפיט זאך וואס איז עוסק אין פארשפרייטן גליונות, ווען איך וואלט געשריבן א מאמר וואלט איך מיך געפריידט אז זיי פארשפרייטן עס. על כן האף איך אז הרב גראדער וועט נישט אויסגיסן זיין גרומצארן אויף גלגל וכת דיליה דורכן אויפגעבן דעם הערליכן ילקוט מדרשים.
קרעמער האט געשריבן:
איך האב א שטיקל פראבלעם - מעגליך אז יעדער האט דאס - מיט די פי.די.עף. וואס דו שטעלסט ארויף, אז די אונטערשטע שורה ווערט צומאל איבערגעהאקט ביים פרינטן. אפשר דארפסטו קורצער מאכן די 'מארדזשין' פון דיין פאפיר אויסשטעל.
זיין סייז פאפיר איז א A4, ער דארף עס טוישן צו א Letter, אבער בכל אופן ביים פרינטן קענסטו אנשטעלן אדער אויף Fit to printable area אדער אויף Shrink to printable area, און נישט אויף None.
---
איך שרייב עס אין פרטי, ווייל איך האב נישט די ווערטער אים צו באדאנקען און א פשוטע דאנק איז ממש לעכערליך צו שרייבן, בפרט ווען ער איז אזוי איבערגעגעבן אז ער שרייבט עס תמידים כסדרן (ווען עס וואלט געווען א קנעפל 'תודה' וואלט איך עס שוין איינמאל געדריקט).
---------
און יעצט א ווארט וועגן 'גלגל'
ווי איך פארשטיי איז דאס א נאן-פראפיט זאך וואס איז עוסק אין פארשפרייטן גליונות, ווען איך וואלט געשריבן א מאמר וואלט איך מיך געפריידט אז זיי פארשפרייטן עס. על כן האף איך אז הרב גראדער וועט נישט אויסגיסן זיין גרומצארן אויף גלגל וכת דיליה דורכן אויפגעבן דעם הערליכן ילקוט מדרשים.
- leiby
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3911
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
- לאקאציע: צווישן אידן
קוקט אויס ווי זיי נעמען עס נאר אויב ס'ליגט א פידי עף פאר פרייטאג, (וועגן דעם איז נאר דא די וואך,) מיטן לייגן פרייטאג די פידי עף וועט לכאורה מער נישט זיין די חשש.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
- איך_הער
- סעקרעטאר
- תגובות: 18580
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
- לאקאציע: אין אפיס
- פארבינד זיך:
מורי ורבי הרב גראדער, אסאך האב איך קונה געווען פון דיינע באשרייבונגען, א הילכיגן יישר כח.
די שטיקל פונעם חקל יצחק, איז מיר יעצט דאס ערשטע מאל אויסגקומען צו זען. אן עקסטערע יישר כח דערפאר.
כ'בעטעך לאמער נישט ליידן וועגן די וואס טוען אומריכטיג אין דיינע אויגן, פליז לאז דיך נישט פון זיי, יישר כח.
א גוט שבת.

- זייער נייגעריג
- שר האלף
- תגובות: 1961
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 30, 2010 7:04 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 561
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm
איך האב עס שוין דורכלגעליינט - געלערנט. קען איך איבער געבן מיין פערזענליכע יישר כח. פאר ידידינו היקר הגאון הגדול הרב גראדער. ממש אן אומגלויבליכע ארבעט.
כהאף עס די וואך - ווי די פארגאנגענע- צי ליינען פאר מיינע קליינע. פאריגע וואך האבן זיי געשלינגן מיט דורשט יעדע ווארט. און אפילו געבעטן ווען כהאב גענדיגט עס איבער צו פארציילן נאכאמאל.....
דער זכות הרבים פון גראדער איז אין לשער,
כהאף עס די וואך - ווי די פארגאנגענע- צי ליינען פאר מיינע קליינע. פאריגע וואך האבן זיי געשלינגן מיט דורשט יעדע ווארט. און אפילו געבעטן ווען כהאב גענדיגט עס איבער צו פארציילן נאכאמאל.....
דער זכות הרבים פון גראדער איז אין לשער,
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).
ווי שאקירט בין איך געווען צו טרעפן די ארויסגעדרוקטע פאפירן אויף א טיש אין שוהל דעם שבת...
דער ארויסדרוקער איז אבער געווען א שטיקל לא יוצלח, ווייל ער האט נישט געוואוסט אז מען קען דעם פי די עף אליינס דרוקן, און דאדורך האט יעדער אויך געליינט די צווישנרופן און די חתימות און גראדערס "געפונט זיך: אין די הויזן"...

כ'האבעס דורכגעלערנט שבת, און כ'קען דיר נישט גענוג באדאנקען הרב גראדער, קיפ אפ!
כאפ א בליק אין דעם לינק, עמוד יב, ד"ה כד הוינא טליא - וועסטו זען נאך א גירסא איבער דעם ענין
http://www.sanzusa.info/toros/27_6.pdf
איך_הער האט געשריבן:די שטיקל פונעם חקל יצחק, איז מיר יעצט דאס ערשטע מאל אויסגעקומען צו זען. אן עקסטערע יישר כח דערפאר.
כאפ א בליק אין דעם לינק, עמוד יב, ד"ה כד הוינא טליא - וועסטו זען נאך א גירסא איבער דעם ענין
http://www.sanzusa.info/toros/27_6.pdf
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3502
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
- לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט
קרעמער האט געשריבן:ווי שאקירט בין איך געווען צו טרעפן די ארויסגעדרוקטע פאפירן אויף א טיש אין שוהל דעם שבת...
דער ארויסדרוקער איז אבער געווען א שטיקל לא יוצלח, ווייל ער האט נישט געוואוסט אז מען קען דעם פי די עף אליינס דרוקן, און דאדורך האט יעדער אויך געליינט די צווישנרופן און די חתימות און גראדערס "געפונט זיך: אין די הויזן"...
- איך_הער
- סעקרעטאר
- תגובות: 18580
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
- לאקאציע: אין אפיס
- פארבינד זיך:
1x1 האט געשריבן:כ'האבעס דורכגעלערנט שבת, און כ'קען דיר נישט גענוג באדאנקען הרב גראדער, קיפ אפ!איך_הער האט געשריבן:די שטיקל פונעם חקל יצחק, איז מיר יעצט דאס ערשטע מאל אויסגעקומען צו זען. אן עקסטערע יישר כח דערפאר.
כאפ א בליק אין דעם לינק, עמוד יב, ד"ה כד הוינא טליא - וועסטו זען נאך א גירסא איבער דעם ענין
http://www.sanzusa.info/toros/27_6.pdf
יישר כח, ס'איז זייער אינטערעסאנט.
- יואל ווייס
- שר האלף
- תגובות: 1213
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
- לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה
- גראדער
- שר האלף
- תגובות: 1097
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
- לאקאציע: אין די הויזן
קרעמער האט געשריבן:און יעצט א ווארט וועגן 'גלגל'
ווי איך פארשטיי איז דאס א נאן-פראפיט זאך וואס איז עוסק אין פארשפרייטן גליונות, ווען איך וואלט געשריבן א מאמר וואלט איך מיך געפריידט אז זיי פארשפרייטן עס. על כן האף איך אז הרב גראדער וועט נישט אויסגיסן זיין גרומצארן אויף גלגל וכת דיליה דורכן אויפגעבן דעם הערליכן ילקוט מדרשים.
אז דער מייסד בכבודו ובעצמו פארשטייט נישט מיין שטעלונג דארף איך עס אביסל קלארער מסביר זיין, באמת איז דא כמה סיבות דערביי, איינע פון די הויפט סיבות איז דאס: דער ארטיקל ווערט געשריבן במושכל ראשון, אן קיין שום הגהה, געווענליך האב איך ניטאמאל צייט עס איבערצוליינען אפילו ''איין'' מאל, דעריבער איז דא דערין אסאך טעותים, טייפא גרייזן, און איך גלייב אז ס'קען זיך מאכן אויך ענינים וואס דארף פארראכטן ווערן, ווען א זאך ווערט פארשפרייט אין די הונדערטער ברבים איז עס א מורא'דיגע אחריות, און איך בין נישט גרייט צו נעמען דעם אחריות אויף מיר, ווען איך וואלט געהאט די צייט עס מגיה צו זיין און אויסארבעטן הונדערט פראצענט איז איין זאך, אבער ווען א זאך ווערט געשריבן נאר פון קאפ ארויס אלס אן ארטיקל פאר די חברי הקרעטשמע וואס פארשטייען זיך אויפן ווינק, און אפילו ווען ס'דא אמאל א גרייז נעמט עס דער עולם אן מיט פארשטענדעניש, גייט עס נאך מיט, אבער איך בין בשום אופן נישט מסכים ס'זאל פארשפרייט ווערן אויף א פלאץ חוץ מכותלי הקרעטשמע.
צוליב די אויבענדערמאנטע סיבה, ועוד טעמים שאי אפשר לפורטם, בין איך נאכאמאל מגלה דעת, אויב וועט עס ארומגעשיקט ווערן, אדער פארשפרייט ווערן דורך סיי וועלכע ארגענעזאציע, וועט פרשת ויצא לדאבוננו זיין דער לעצטער ארטיקל.
איך וועל גיבן איין קליינע דוגמא מ'זאל מיר קלארער פארשטיין, די וואך פון פרשת תולדות איז געווען געוויסע האקעלע זאכן לגבי קינדער, ס'געווען זאכן וואס איך האב געשריבן ברמיזה, לדוגמא אז רבקה איז נישט געווען ראוי צו האדעוווען קינדער ביז די דרייצן... און אז עשו האט געקידנעפט די כלה... אבער ביים ענין פון ויתרוצצו הבנים האט מען מיר מעורר געווען אז ס'וואלט געדארפט געשריבן ווערן מער צווישן די שורות, און איך האלט טאקע אויך אזוי, וואלט איך געהאט צייט עס מגיה צו זיין וואלט עס נישט פאסירט, איך וואלט אליינס באמערקט דעם פראבלעם און עס פארראכטן, אבער למעשה איז עס ארויס כמות שהיא, אויף די חברי הקרעטשמע פארלאז איך זיך אז יעדער האט שכל און איז זיך מסדר, אבער ארויסלאזן א זאך אין די גאס אן קיין הגהה איז א עוון פלילי, וכהנה עוד רבות.
איך האף אז מיינע ווערטער וועלן אנקומען צו די ריכטיגע אויערן, און דער שיעור וועט בלייבן צווישן אונז גוטע פריינט...
ווי זאגט די וועלט, ווי קלענער דער עולם אלס גרעסער די שמחה...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
גראדער דיינע ווערטער זענען פארשטענדליך אן קיין הסברים.
מיר האפן טאקע אז די יעניגע וועלן פארשטיין און עס נעמען ערענסט ווייל אויב נישט וועלן מיר אלע ליידן און נישט באקומען די וועכנאליכע דאזע אויפציווארמען אונזערע געמיטער לכבוד שבת.
מיר בעטן די אלע בכל לשון של בקשה, הערט אויף ווייל מיר וועלן זיין דער וואס וועלן דערנאך וויינען! אז איינער וויל עס לעזען קען ער ארויף קומען דא צו אונז און ליינען. און אז ער איז צופרידן קען ער זאגן א ש'כח.

- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
שכוח הרב גראדער
פאר פ' תולדות, איך האף אז אי"ה ויצא וועט "נישט" זיין דער לעצטער ארטיקל.... ליתר שאת קענסטו שרייבן אנפאנג ויצא ארטיקל מיט רויטע אותיות, "ביטע נישט מפרסם זיין אן מיין רשות"
יעצט אייניגע הוספות, ביים פארציילן פאר די קידנער ביים שבת טיש האבן זיי זיך מחי' געוועהן ביים שטיקל ווי נאכן פארקויפן די בכורה פאר רויטע לינזן האט מען אים אנגעהויבן רופן "רויטער" האב איך עס געזינגען מיט די קינדער בנוסח שעם שעם פרעה אז ווי עשו איז געגאנגען האט מען אים גערופן רויטער! רויטער! רויטער! רויטער!.... ס'איז געוועהן לעבעדיג ביי מיר, מסתמא מיינע שכנים האבן געמיינט מי יודע וואס...
איך האב נישט געוויסט אז דו וועסט אריין פלעכטן עשו אין ישיבה, הן אין ישיבה קטנה, און הן די מעשה מיטן חקל יצחק אלץ מגי"ש, האב איך פאר דיר שיינע הוספות,
א) דער ירושלים'ער רב הרמ"א פריינד זצ"ל אין זיי ס' עטרת יהושיע פ' תרומה ברענגט בשם רביה"ק מסאטמאר אז עשו האט זיך פארלאזט אויף זיין קאפ און אגאנצע וואך האט ער נשיט געלערנט נאר דאנארשטאג פארן פארהער האט ער שנעל געלערנט כדי צו קענען, ער אזי געוועהן א יודע לרמא בפיו, משא"כ יע"א איז געזעסן אגאנצע וואך אין ישיבה איש תם יושב אוהלים און געלערנט, נישט נאר פארן פארהער.... עיי"ש ותמצא נחת,
ב) אין עטרת ישועה (דזיקוב) צום סוף ביי די ליקוטים נאך פ' דברים אות ל"ה, ברענגט ער אז עשו איז געוועהון איש שעיר, מסלסל בשערו, ער האט געקענט דרייען פשעטלעך, רבקה האט געבעטן יעקב צו מאכן מטעמים היינו עפעס א פלפול האט יעקב גענפערט אנכי איש חלק, איך לערן פשוט, ווי איינער זאגט א בלאט לערנער, דאס איז א הוספה צו דעם אז עשו האט געוואלט פארלעענען א שיעור ביי יעקב אין ישיבה, די תלמודים האבן פארשטייט זיך נישט געגליכן זיינע בויף סברות און פאדרייטע פשעטלעך וואס האט נישט געהאט קיין האפט,
יקרבו ימי אבל אבי,
א) אין ש"ך עה"ת שטייט אז עשו האט נישט געוואלט האלטן קיין אבלות צוויי מאל האט ער געוואלט פטור ווערן פון יצחק מיט יעקב צוזאמען, יקרבו ימי אבל אבי און די זעלבע צייט הרג'נען יעקב וועט ער נישט מוזן זיין א אבל צוויי מאל,
ב) אבער אין פרדס יוסף שטייט, אז ער האט געוואלט אב אביו ווען יעקב וועט דאווענען פארן עמוד וועט ער זיך קריגן איבערן ברעטל און הרג'נען יעקב, אזוי וועט די גאס נישט האלטן אז ער איז א רוצח, נאר פשוט ער האט געוואלט א עמוד לעילו נשמת זיין טאטן.....
שכוח, מיר קוקן ארויס אויף נאך סחורה, איך בין עני טיים וויליג דיר צו העלפן, לאז דיך נישט פון די מניעות,

http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
-
- שר מאה
- תגובות: 153
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 3:33 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 561
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm
over night kugel האט געשריבן:זייער שיין הרב גראדער!!
אויב איך מעג פרעגן א שאלה אויף דעם שטיקל וואס איהר האט אראפגעברענגט פון אוהב ישראל בשם הרה"ק מקסוב זצ"ל
אויב אזוי וואלט עשיו טאקע געדארפט רעדן אזוי ווי יעקב און נישט אזוי ווי ער האט געזאגט יקום אבי?
עס האט מיך אויך געבאדערט. כ'מיין אז די תירוץ איז, אז עשיו קען פשוט נישט רעדן ווי יעקב אפילו אויב ער וויל................
הרב גראדער, די עונג שבת וואס איר האט פארשאפט פאר מיר אין די קינדער איז נישט צו באשרייבן. חזק ואמץ. די גאנצע עולם קען קוים ווארטן אויף די נעקסטע.
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).
- מוטשע נישט
- שר חמש מאות
- תגובות: 631
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm