מקוה שפרינגערס - הערט אויף!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

יידישע קהילות האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:היינטיגע צייטן ווער עס נעמט נישט א שויער נאכן מקוה איז מתחייב בנפשו.
כך אמר לי א פרומע דאקטאר, וכך אמר לי דיין אחד וואס טוט אסאך אין עניני רפואה.

דער הייליגער ריבניצער רבי זצ"ל האט אנדערש געהאלטן.

ווי באקאנט פלעגט ער נישט געבן די האנט פאר עמיצן וואס איז נישט געווען אין מקוה (וואסער) יענעם טאג, האט זיך געמאכט אמאל (מן הסתם כמו"כ מאל) אז א איד האט זיך געאייסערט אז ער איז יא געווען, פלעגט ער זאגן, אז אויב מ'איז געווען אין שויער דערנאך הייסט דאס נישט געווען אין מקוה, און ער האט נישט געגעבן די האנט ביז יענער איז נאכאמאל געגאנגען אין מקוה (אן א שויער דערנאך..).

ס'איז מיר גראדע אמאל איינגעפאלן א שטיקל ביאור דערויף, וואס האט מיר געגעבן א שטיקל ישוב הדעת איבער די נקודה, אבער מי אני וואס כ'ווייס נישט באמת בין ימיני לשמאלי איבער די טעמים פין מקוה, זיכער נישט וואס ס'שטייט אין די קליינע אותיות (וואס לכאו' דארט דארף צו זיין די שליסל צו דעם רעיון מיינער - אויב ס'האט אן אמת) אויסצופויקן מיינע בויך וויי נאך די מפורש'ע הוראה פין אזא צדיק וקדוש.

מאן יימר אז ער האט אנדערש געהאלטן?
אויב וואלט היינט געווען ח"ו עפעס א אנשטעקיגע פראבלעם מיט מקוה וואסער און מ'קען נישט גיין. וואלט מען נישט געגאנגען. העכסענס וואלט היינט דער ריבניצער רבי זי"ע נישט געגעבן זיין האנט. אבער א ייד איז מחוייב צו היטן זיין געזונט און איז נישט מחוייב צו ווערן אזוי הייליג אז א צדיק זאל דיך מסכים זיין אנצורירן.

אמת, דעת בעה"ב זאגט טאקע ווי אייך, אבער לאמיר אביסל אויסקלארן.

קודם כל, איר מיינט אז מקוואות אמאל זענען בעסער געווען? איז לאמיך אייך פאררעכטן, ס'איז סאאך ערגער געווען! און דוקא אין די סארט מקוואות זענען די גדולי עולם געגאנגען און געשיקט דעם עולם זיך טובל'ן אן קיין שויער בכלל, (כידוע די בעלזא מקוה ועוד, און ווי ס'איז מקובל פין בעש"ט הק' אויף די סכנה'דיגע מקוואות (פין קעלט וכדו') אז איין טבילה נעמט ער אויף זיך). די גאנצע גיין אין שויער פאר/נאך די מקוה איז א נייע זאך אפי' אין אמעריקא, און אפי' היינט גייען אסאך פין די מידל עידזש חסיד'ישע אידן נישט אין שויער, און אפי' אויב יא גייט מען נישט אין שויער נאכ'ן טבילה.

און דאס איז פשוט דערפאר וואס די גאנצע גיין אין מקוה יעדן טאג איז כל כולו א חסיד'ישע זאך (די נקודה, ס'איז נישט משורת הדין), לקבל תוס' טהרה (און אפי' אויף טהרה ממש איז דאך נאר ע"פ קבלה, זינט טומאה וטהרה גייט נישט אן היינטצייט), אדרבה, די מקוה גיין ביי חסידים איז דאך בעיקר תוס' טהרה, (גיין נאכאמאל ערש"ק, פאר טקי"ש וכו').

און דאס איז וואס ריבניצער רבי זצ"ל פלעגט פארלאנגען (וואס אגב, ער האט נישט געלעבט אזוי לאנג צוריק, אז איר זאלט מוזן דוחק זיין אז עפעס האט זיך געטוישט אין די מקוואות), און ווייזט פשוט אז עפעס פעלט אין די קדושה וואס דארף נמשך ווערן פין א מקוה אויפ'ן מענטש אויב שווענקט מען אראפ די מקוה וואסער, און דאס האט נישט צו טון מיט קיין הלכות טהרה דירעקט.

איז ממילא ווייס איך נישט פונקטליך וויאזוי איר ווילט מחלק זיין און מסביר זיין ווען מ'דארף שוין יא אדער נישט גיין בעיסד אויף א טרוקענע יעקישע דעת בעה"ב.

ועוד לפי דבריך וויאזוי קען מען שב"ק בכלל גיין אין מקוה? קודם כל איז דאך נישט שייך קיין שויער, שנית, הלכה'דיג איז דאך שווער די היתר. און האמת איך ווייס נישט ווער איר זענט, און קען זיין אז איר מיינט טאקע דאס אויך צו זאגן, אבער דאן זעמיר סתם אזוי נישט אויף איין בלאט, און דאן קען מען מצדי ענדיגן די שמועס דא.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

לכאו' איז די פראבלעם צוליב די י"ח דבר וואס חז"ל האבען גוזר געווען אז אויב מען שויערט זיך נאכען מקוה וועט בטל די טהרה, כך שמעתי?
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

אין די נייע שיל גייט מען מאכן 2 סעט בורת איינץ פאר די אידן וואס גייען פארדעם אין שויער אין די אנדערע פאר די וואס גייען נישט
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

וואס איז די אדרעס?
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:לכאו' איז די פראבלעם צוליב די י"ח דבר וואס חז"ל האבען גוזר געווען אז אויב מען שויערט זיך נאכען מקוה וועט בטל די טהרה, כך שמעתי?

קען זיין, אבער די גאנצע טו"ט איז דאך נישט שייך היינט בעצם.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
וואץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואץ »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:לכאו' איז די פראבלעם צוליב די י"ח דבר וואס חז"ל האבען גוזר געווען אז אויב מען שויערט זיך נאכען מקוה וועט בטל די טהרה, כך שמעתי?

זה היה רק לגבי תרומה ולא לגבי חולין. וגם כהיום בעוונותינו הרבים אינו נוגע הלכות טומאה וטהרה לגבי אכילה ונגיעה באוכלים עד שנזכה לביאת גואל צדק במהרה
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

דערמאן איך זיך פון א געשיכטע.

כד הווינא טליא האב איך געלערנט אין א ישיבה ווי דער מנהל האט שטענדיג געבונטעוועט קעגן בחורים וואס ערלויבן זיך צו גיין אין שויער נאכן מקוה.

ויהי היום מיר האבן געלערנט מסכת שבת און סוף יאר האבן מיר זוכה געוועהן זיך צו פארהערן ביי הרה"ק בעל אור מרדכי מ'וויזשניץ זי"ע, ערגעץ אינמיטן פארהער האט די רבי זי"ע געפרעגט א שאלה אינעם ענין פון איינער וואס איז באגאסן געווארן מיט 3 לוג מים שאובים נאכן מקוה, דער מנהל זעענדיג דא א עת רצון צו איינמאל פאר אלעמאל אינפארסירן דאס זייניגע האט איבערגעהאקט און געפרעגט דעם רבי'ן אויב פון דא איז די מקור אז מען טאר נישט גיין אין שויער נאך די מקוה.

די רבי האט פארקנייטשט דעם שטערן און זיך אנגערופן אזוי קווענקעלענדיג הויך, היינטיגע צייטן? על פי הלכה? קיינמאל נישט געהערט פון אזא פראבלעם. און האט פארגעזעצט, אפשר א ענין? זיך נאכמער פארקנייטשט דעם שטערן און אויסגעפירט, אויך נישטא אזאנץ.

איך געדענק נאך די רחמנות געפילן וואס איך האב דעמאלטס געהאט אויפן מנהל, אבער מער האט ער נישט גערעדט דערוועגן.
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

הדא הוא דכתיב, ניצחון מעין עולם הבא.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4217
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

בבל האט געשריבן:אין די נייע שיל גייט מען מאכן 2 סעט בורת איינץ פאר די אידן וואס גייען פארדעם אין שויער אין די אנדערע פאר די וואס גייען נישט

דריי בורות, נישט צוויי.
1) פאר די וואס גייען נישט אין טוש, נישט פארן מקווה און נישט נאכדעהם.
2) פאר די וואס גייען קודם, אבער נישט דערנאך.
3) פאר די וואס גייען סיי קודם, און סיי דערנאך.

דאס איז לויט די שיטה פון די בעלי בתים.

אבער די אנדערע דיעה זאגט:
1) הייס
2) ווארעם
3) לוילעך-קיך
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

אַבּערוואַס האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:היינטיגע צייטן ווער עס נעמט נישט א שויער נאכן מקוה איז מתחייב בנפשו.
כך אמר לי א פרומע דאקטאר, וכך אמר לי דיין אחד וואס טוט אסאך אין עניני רפואה.

דער הייליגער ריבניצער רבי זצ"ל האט אנדערש געהאלטן.

ווי באקאנט פלעגט ער נישט געבן די האנט פאר עמיצן וואס איז נישט געווען אין מקוה (וואסער) יענעם טאג, האט זיך געמאכט אמאל (מן הסתם כמו"כ מאל) אז א איד האט זיך געאייסערט אז ער איז יא געווען, פלעגט ער זאגן, אז אויב מ'איז געווען אין שויער דערנאך הייסט דאס נישט געווען אין מקוה, און ער האט נישט געגעבן די האנט ביז יענער איז נאכאמאל געגאנגען אין מקוה (אן א שויער דערנאך..).

ס'איז מיר גראדע אמאל איינגעפאלן א שטיקל ביאור דערויף, וואס האט מיר געגעבן א שטיקל ישוב הדעת איבער די נקודה, אבער מי אני וואס כ'ווייס נישט באמת בין ימיני לשמאלי איבער די טעמים פין מקוה, זיכער נישט וואס ס'שטייט אין די קליינע אותיות (וואס לכאו' דארט דארף צו זיין די שליסל צו דעם רעיון מיינער - אויב ס'האט אן אמת) אויסצופויקן מיינע בויך וויי נאך די מפורש'ע הוראה פין אזא צדיק וקדוש.

מאן יימר אז ער האט אנדערש געהאלטן?
אויב וואלט היינט געווען ח"ו עפעס א אנשטעקיגע פראבלעם מיט מקוה וואסער און מ'קען נישט גיין. וואלט מען נישט געגאנגען. העכסענס וואלט היינט דער ריבניצער רבי זי"ע נישט געגעבן זיין האנט. אבער א ייד איז מחוייב צו היטן זיין געזונט און איז נישט מחוייב צו ווערן אזוי הייליג אז א צדיק זאל דיך מסכים זיין אנצורירן.

אמת, דעת בעה"ב זאגט טאקע ווי אייך, אבער לאמיר אביסל אויסקלארן.

קודם כל, איר מיינט אז מקוואות אמאל זענען בעסער געווען? איז לאמיך אייך פאררעכטן, ס'איז סאאך ערגער געווען! און דוקא אין די סארט מקוואות זענען די גדולי עולם געגאנגען און געשיקט דעם עולם זיך טובל'ן אן קיין שויער בכלל, (כידוע די בעלזא מקוה ועוד, און ווי ס'איז מקובל פין בעש"ט הק' אויף די סכנה'דיגע מקוואות (פין קעלט וכדו') אז איין טבילה נעמט ער אויף זיך). די גאנצע גיין אין שויער פאר/נאך די מקוה איז א נייע זאך אפי' אין אמעריקא, און אפי' היינט גייען אסאך פין די מידל עידזש חסיד'ישע אידן נישט אין שויער, און אפי' אויב יא גייט מען נישט אין שויער נאכ'ן טבילה.

און דאס איז פשוט דערפאר וואס די גאנצע גיין אין מקוה יעדן טאג איז כל כולו א חסיד'ישע זאך (די נקודה, ס'איז נישט משורת הדין), לקבל תוס' טהרה (און אפי' אויף טהרה ממש איז דאך נאר ע"פ קבלה, זינט טומאה וטהרה גייט נישט אן היינטצייט), אדרבה, די מקוה גיין ביי חסידים איז דאך בעיקר תוס' טהרה, (גיין נאכאמאל ערש"ק, פאר טקי"ש וכו').

און דאס איז וואס ריבניצער רבי זצ"ל פלעגט פארלאנגען (וואס אגב, ער האט נישט געלעבט אזוי לאנג צוריק, אז איר זאלט מוזן דוחק זיין אז עפעס האט זיך געטוישט אין די מקוואות), און ווייזט פשוט אז עפעס פעלט אין די קדושה וואס דארף נמשך ווערן פין א מקוה אויפ'ן מענטש אויב שווענקט מען אראפ די מקוה וואסער, און דאס האט נישט צו טון מיט קיין הלכות טהרה דירעקט.

איז ממילא ווייס איך נישט פונקטליך וויאזוי איר ווילט מחלק זיין און מסביר זיין ווען מ'דארף שוין יא אדער נישט גיין בעיסד אויף א טרוקענע יעקישע דעת בעה"ב.

ועוד לפי דבריך וויאזוי קען מען שב"ק בכלל גיין אין מקוה? קודם כל איז דאך נישט שייך קיין שויער, שנית, הלכה'דיג איז דאך שווער די היתר. און האמת איך ווייס נישט ווער איר זענט, און קען זיין אז איר מיינט טאקע דאס אויך צו זאגן, אבער דאן זעמיר סתם אזוי נישט אויף איין בלאט, און דאן קען מען מצדי ענדיגן די שמועס דא.

אבי געהאקט.
וואסי א חילוק וויאזוי די אמאליגע מקוואות זענען געווען? אמאל איז מען טאקע געשטארבן יינג. (נישט נאר פון עין הרע'ס און קפידות, נאר טאקע אויך פון אינפעקשאנס און וויירוסעס :lol: )
טהרה ממש איז נישט נוהג מעיקר הדין נישט ווייל "טומאה וטהרה גייט נישט אן היינטצייט" נאר ווייל בטלוה לטבילותא. יא גיין האט נישט דווקא מיט קבלה, עס איז חומרא וואס שטייט שוין אין ראשונים אנצוהאלטן תקנת עזרא.
דער ריבניצער רבי זצ"ל חוץ פון וואס ער איז נישט געווען דער פוסק הדור און נישט דער רבי של הדור, האט ער בכלל נישט געזאגט דאס אלץ הוראה לרבים. נאר, פשוט ער האט נישט געוואלט צורירן צו דיר. נו, גוט, ער איז הייליג - דו נישט, ווילסטו גיין אין מקוה אומגעשויערט קען ער דיך אנרירן אז נישט נישט. בגדי פרושים מדרס לאוכלי תרומה, בגדי אוכלי תרומה וכו'.
שבת אז מ'קען נישט נעמען א שויער איז נישט. ממילא זאל מען אינדערוואכן אויך נישט נעמען??
ווייל יעדעס מאל וואס איך גיי אריין אין א קאר בין איך אויסגעשטעלט צו א געוויסע סכנה, ממילא קען איך אויך ספידן אויף 90 מפ"ש ווייל "עס איז ממילא א סכנה"?
אין איינער וואס האט אפענע וואונדן זאל טאקע פרעגן זיין מורה הוראה איבער גיין אין מקוה, בפרט שבת.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
סגל
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סגל »

יידישע קהילות האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:היינטיגע צייטן ווער עס נעמט נישט א שויער נאכן מקוה איז מתחייב בנפשו.
כך אמר לי א פרומע דאקטאר, וכך אמר לי דיין אחד וואס טוט אסאך אין עניני רפואה.

ועוד לפי דבריך וויאזוי קען מען שב"ק בכלל גיין אין מקוה? קודם כל איז דאך נישט שייך קיין שויער, שנית, הלכה'דיג איז דאך שווער די היתר. און האמת איך ווייס נישט ווער איר זענט, און קען זיין אז איר מיינט טאקע דאס אויך צו זאגן, אבער דאן זעמיר סתם אזוי נישט אויף איין בלאט, און דאן קען מען מצדי ענדיגן די שמועס דא.

שבת אז מ'קען נישט נעמען א שויער איז נישט. ממילא זאל מען אינדערוואכן אויך נישט נעמען??
ווייל יעדעס מאל וואס איך גיי אריין אין א קאר בין איך אויסגעשטעלט צו א געוויסע סכנה, ממילא קען איך אויך ספידן אויף 90 מפ"ש ווייל "עס איז ממילא א סכנה"?
אין איינער וואס האט אפענע וואונדן זאל טאקע פרעגן זיין מורה הוראה איבער גיין אין מקוה, בפרט שבת.

למעשה דאס וואס איר האט פריער געשריבן אז איינער וואס נעמט נישט קיין שויער איז מתחייב בנפשו דעס ווערט אפגעפרעגט פון דעם אז שבת טאר מען דאך נישט נעמען, ועכ"ז האט נאך קיין ערליכע איד נישט געזאגט אז מען טאר נישט גיין אין מקוה שבת, ממילא איז שוין נישט שייך צו זאגן מתחייב בנפשו, וכיון דאידחי אידחי...
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

למשל אז איינס פון 1000 ווערן אינפעקטעד, איז דאס נישט גענוג סיבה צו נעמען א שויער? אוודאי יא!
סא, פון 1000 שבתים איז צו האפן אז עס וועט גארנישט געשען, ושומר מצוה וכו'. אבער איינער וואס גייט יעדן טאג אין מקוה אן א שויער איז די טשענס אסאך אסאך גרעסער.
און, אה"נ, איינער וואס זיין געזונד צושטאנד איז נישט אזוי איי איי איי זאל טאקע טראכטן שבת וואס ער טוט. כ'בין נישט זיכער אז עס איז אזוי קלוג אז ער זאל גיין אין מקוה. אולי דארטן וואו מ'קלארינט עס גוט אויס איז עפעס אנדערש. וצריך עיון גדול!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
סגל
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סגל »

ועכ"ז א"א לומר "מתחייב בנפשו", מ'קען אפשר זאגן ס'איז א גוטע זאך אדער אפי' א הכרח, אבער זאגן מתחייב בנפשו איז אביסל ווייט געגאנגן, ודי בזה.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

וויפיל יידן מאחבנ"י ליידן פון "א רויז"?
פון אלערליי הויט פראבלעמען
פון פאנגוס
ווער ווייסט פון וואס נאך?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

זאג נאר דו, ווי קויפט מען דעם מאשין מיט וואס די שאקלסט אויף די מקוה יעדעס מאל?
וויפיל איך האב שוין פראבירט ביי מיר גייט עס נישט! מאכט נישט קיין נויז מיינע טבילות, נאדא!

אגב, ווען די קומסט מיט אן ענפער וויל איך דיר זאגן, קראץ דיר שוין ענדערש די פיס אינדרויסן פון בור, ס'איז שוין כבוד הבריות אקייגן וואס די טוסט מיר דא די לעצטע פאר טאג אין בור, פארשטאנען?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 6:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מהחבורה »

יידישע קהילות האט געשריבן:וויפיל יידן מאחבנ"י ליידן פון "א רויז"?
פון אלערליי הויט פראבלעמען
פון פאנגוס
ווער ווייסט פון וואס נאך?

ווען מ'לייגט געהעריג קאלארין הארגעט עס אלע ביקטעריע, אין מכאפט נישט אריבער די אלע אומאנגענעמע זאכן.
די פראבלעם איז נאר אינדערויסן פון בור. וועגן דעם איז דא טאקע וואס פירן זיך, צו גיין מיט קראקס וכדו'.
אגב א סווימינג פאל האט די זעלבע פראבלעם. איך זעה נישט די מענטשן וואס עקלען..... זיך אזוי פון די מקוה,
זאלן האבן א פראבלעם צו גיין שווימען.
.Stay away from negative people,they have a problem for every solution
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

אחד מהחבורה האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:וויפיל יידן מאחבנ"י ליידן פון "א רויז"?
פון אלערליי הויט פראבלעמען
פון פאנגוס
ווער ווייסט פון וואס נאך?

ווען מ'לייגט געהעריג קאלארין הארגעט עס אלע ביקטעריע, אין מכאפט נישט אריבער די אלע אומאנגענעמע זאכן.
די פראבלעם איז נאר אינדערויסן פון בור. וועגן דעם איז דא טאקע וואס פירן זיך, צו גיין מיט קראקס וכדו'.
אגב א סווימינג פאל האט די זעלבע פראבלעם. איך זעה נישט די מענטשן וואס עקלען..... זיך אזוי פון די מקוה,
זאלן האבן א פראבלעם צו גיין שווימען.

נישט די זעלבע.
דער זון האט א גרויסע ווירקונג אין הרג'ן באקטעריע.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

און א פול האלט זיך אין איין פילטערן. דו וועסט קיינמאל נישט זעהן קיין פול מיט די זעלבע קאלער פון א מקוה אפילו ס'וועלן דארט גיין מער מענטשן
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

nmi האט געשריבן:און א פול האלט זיך אין איין פילטערן. דו וועסט קיינמאל נישט זעהן קיין פול מיט די זעלבע קאלער פון א מקוה אפילו ס'וועלן דארט גיין מער מענטשן

דאן וואלט מען געדארפט אויפנעמען דעם פול מענידזשער אלץ אייער מקוה שמש...
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

ס'איז קאמיש ווי היינטיגע בעסערע פרובירן איינטיילן פאר חסיד'ישע אידן וויאזוי צו גיין אין מקוה, וועם ס'געפעלט נישט די התנהגות פון חסיד'ישע אידן האט אלע ברירות צו גיין וואו ער וויל, קיינער צווינגט אים נישט צו נעמען א שויער דוקא במקום המחובר למקוה.
א מקוה איז געמאכט פאר חסיד'ישע אידן וואס ווילן זיך טובל'ן לשם טהרה, קיינער איז נישט מחויב צו גיין, ווער ס'האט נקיות אישוס וכו' ס'שטערט אים זיין ווייקעריי די האלבע שעה אין וואסער, האט דאך אלע רעכטן פריי צו מאכן דאס פלאץ פאר אידן וואס האבן געגרינדעט די מקואות כדי זיי זאלן קענען כאפן די פאר טבילות, מי בקש זאת מידכם רמוס חצרי..
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

וואץ האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:לכאו' איז די פראבלעם צוליב די י"ח דבר וואס חז"ל האבען גוזר געווען אז אויב מען שויערט זיך נאכען מקוה וועט בטל די טהרה, כך שמעתי?

זה היה רק לגבי תרומה ולא לגבי חולין. וגם כהיום בעוונותינו הרבים אינו נוגע הלכות טומאה וטהרה לגבי אכילה ונגיעה באוכלים עד שנזכה לביאת גואל צדק במהרה

לאו דוקא, לבעלה מחמירינן לשיטות הראשונים שסברי כן.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

;l;p-
בראשית ברא האט געשריבן:ס'איז קאמיש ווי היינטיגע בעסערע פרובירן איינטיילן פאר חסיד'ישע אידן וויאזוי צו גיין אין מקוה, וועם ס'געפעלט נישט די התנהגות פון חסיד'ישע אידן האט אלע ברירות צו גיין וואו ער וויל, קיינער צווינגט אים נישט צו נעמען א שויער דוקא במקום המחובר למקוה.
א מקוה איז געמאכט פאר חסיד'ישע אידן וואס ווילן זיך טובל'ן לשם טהרה, קיינער איז נישט מחויב צו גיין, ווער ס'האט נקיות אישוס וכו' ס'שטערט אים זיין ווייקעריי די האלבע שעה אין וואסער, האט דאך אלע רעכטן פריי צו מאכן דאס פלאץ פאר אידן וואס האבן געגרינדעט די מקואות כדי זיי זאלן קענען כאפן די פאר טבילות, מי בקש זאת מידכם רמוס חצרי..
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4217
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

בראשית ברא האט געשריבן:ס'איז קאמיש ווי היינטיגע בעסערע פרובירן איינטיילן פאר חסיד'ישע אידן וויאזוי צו גיין אין מקוה, וועם ס'געפעלט נישט די התנהגות פון חסיד'ישע אידן האט אלע ברירות צו גיין וואו ער וויל, קיינער צווינגט אים נישט צו נעמען א שויער דוקא במקום המחובר למקוה.
א מקוה איז געמאכט פאר חסיד'ישע אידן וואס ווילן זיך טובל'ן לשם טהרה, קיינער איז נישט מחויב צו גיין, ווער ס'האט נקיות אישוס וכו' ס'שטערט אים זיין ווייקעריי די האלבע שעה אין וואסער, האט דאך אלע רעכטן פריי צו מאכן דאס פלאץ פאר אידן וואס האבן געגרינדעט די מקואות כדי זיי זאלן קענען כאפן די פאר טבילות, מי בקש זאת מידכם רמוס חצרי..

אזוי ווי איעדע זאך, דארף מען זיך פירען ווי דער הייליגער רמב"ם האט געשריבן, אז מען זאל גיין אין די מיטעל וועג. נישט צו עקסרעים אהער אדער אהין.

איך גיי נישט אין שויער נאכן מקווה. אפילו אסאך מאל ווען איך וויל יא, ווייל איך בין אביסל אן איסטניס אויף די זאכן.

איך מיין אז מען קען נישט מחייב זיין מענטשען צו גיין אין שויער פארן מקווה, ספעציעל אין די גרויסע חסידישע קהילות. הגם, גאר אסאך קלענער בתי מדרשים האבן סיינס וואס פארלאנגן אז מען מיז גיין אין שויער פארן מקווה.

איך מיין אבער אויך (נאכאמאהל, ווי איך האב ליעב צו אהנמערקן, דעת בעת הבית, איך האב נישט קיין דעת תורה, און אויב וואס איך שרייב איז אנטקעגן דעת תורה, דאן האב איך גלייך חרטה), אז מענטשען וואס פירן זיך נישט אויף מענטשליך, טארן נישט גיין אין מקווה. בלאזן די נאס אין האנטוכער, שפייען אויף דער ערד, פיצן די נאז אין בור, קראצן די פיס אין בור, דאס טאר מען נישט טוהן! דאס האט נישט מיט קיין חסידות בכלל! נקיות מביא לידי... נישט פארקערט. דאס הייסט אז מיך גייט נישט אהן אז יענער וועט זיך עקלען. און ווער עס פארלאנגט פארקערט, איז בכלל נישט אין די דרגא פון מי בקש זאת מידכם רמוס חצרי..!

איך בין כמה וכמה פעמים געוועהן אין מקווה צוזאמען מיט קאשוי רב(י) זצ"ל. דאס איז געוועהן נאך פאר ער האט געהאט זיין פרייוואט מקווה'לע. די איידעלקייט, צניעות, פרישות, קען מען נישט באשרייבן. דאס מיינט וויאזוי אן ערליכע, הייליגע, חסידישע פארפרומטער איד גייט אין מקווה! ער האט געמאכט פלאץ פאר נאך א איד. נישט געשטיפט יענעמס בגדים. ער האט זיך אויפגעפיהר מענטשליך. דאס מיינט עכטע חסידות!
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

Kosher Travel האט געשריבן:

אין אנדערע ווערטער. חסידות איז נישט מחייב נישט צו זיין מענטשליך. לכ' פארקערט ; חסידות איז מחייב יא צו זיין מענטשליך.
mi a nagy ügy
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4217
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

גרויסע-גדולה האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:ס'איז קאמיש ווי היינטיגע בעסערע פרובירן איינטיילן פאר חסיד'ישע אידן וויאזוי צו גיין אין מקוה, וועם ס'געפעלט נישט די התנהגות פון חסיד'ישע אידן האט אלע ברירות צו גיין וואו ער וויל, קיינער צווינגט אים נישט צו נעמען א שויער דוקא במקום המחובר למקוה.
א מקוה איז געמאכט פאר חסיד'ישע אידן וואס ווילן זיך טובל'ן לשם טהרה, קיינער איז נישט מחויב צו גיין, ווער ס'האט נקיות אישוס וכו' ס'שטערט אים זיין ווייקעריי די האלבע שעה אין וואסער, האט דאך אלע רעכטן פריי צו מאכן דאס פלאץ פאר אידן וואס האבן געגרינדעט די מקואות כדי זיי זאלן קענען כאפן די פאר טבילות, מי בקש זאת מידכם רמוס חצרי..

אזוי ווי איעדע זאך, דארף מען זיך פירען ווי דער הייליגער רמב"ם האט געשריבן, אז מען זאל גיין אין די מיטעל וועג. נישט צו עקסרעים אהער אדער אהין.

איך גיי נישט אין שויער נאכן מקווה. אפילו אסאך מאל ווען איך וויל יא, ווייל איך בין אביסל אן איסטניס אויף די זאכן.

איך מיין אז מען קען נישט מחייב זיין מענטשען צו גיין אין שויער פארן מקווה, ספעציעל אין די גרויסע חסידישע קהילות. הגם, גאר אסאך קלענער בתי מדרשים האבן סיינס וואס פארלאנגן אז מען מיז גיין אין שויער פארן מקווה.

איך מיין אבער אויך (נאכאמאהל, ווי איך האב ליעב צו אהנמערקן, דעת בעת הבית, איך האב נישט קיין דעת תורה, און אויב וואס איך שרייב איז אנטקעגן דעת תורה, דאן האב איך גלייך חרטה), אז מענטשען וואס פירן זיך נישט אויף מענטשליך, טארן נישט גיין אין מקווה. בלאזן די נאס אין האנטוכער, שפייען אויף דער ערד, פיצן די נאז אין בור, קראצן די פיס אין בור, דאס טאר מען נישט טוהן! דאס האט נישט מיט קיין חסידות בכלל! נקיות מביא לידי... נישט פארקערט. דאס הייסט אז מיך גייט נישט אהן אז יענער וועט זיך עקלען. און ווער עס פארלאנגט פארקערט, איז בכלל נישט אין די דרגא פון מי בקש זאת מידכם רמוס חצרי..!

איך בין כמה וכמה פעמים געוועהן אין מקווה צוזאמען מיט קאשוי רב(י) זצ"ל. דאס איז געוועהן נאך פאר ער האט געהאט זיין פרייוואט מקווה'לע. די איידעלקייט, צניעות, פרישות, קען מען נישט באשרייבן. דאס מיינט וויאזוי אן ערליכע, הייליגע, חסידישע פארפרומטער איד גייט אין מקווה! ער האט געמאכט פלאץ פאר נאך א איד. נישט געשטיפט יענעמס בגדים. ער האט זיך אויפגעפיהר מענטשליך. דאס מיינט עכטע חסידות!

אין אנדערע ווערטער. חסידות איז נישט מחייב נישט צו זיין מענטשליך. לכ' פארקערט ; חסידות איז מחייב יא צו זיין מענטשליך.

דאס איז טאקע אין אנדערע ווערטער. ווייל איך האב געשריבן פונקט דאס פארקערטע.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”