רבותי!! מ'מעג שוין!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
רבותי!! מ'מעג שוין!
ס'איז דא געוויסע מענטשען וואס זענען אביסל צוריק געבליבן און פארגעסן אדער זענען זיי פשוט אומוויסענד, זיי ווייסן נישט אז יעדע זאך האט זיין צייט.
ס'איז טאקע דא זאכן וואס און געוויסע זמנים טאר מען נישט, אבער איינמאל די זמן איז פאריבער מעג מען שוין!
און צו אט די אידן שטעל איך דא ארויף מיין אנאנס.
רבותי!! מ'מעג שוין!
יעדער ווייסט אז פאר קנאפע צוויי וואכן צוריק איז כלל ישראל געווען איינגעהילט און טרויער, אידן האבן געקלאגט אויפן חורבן ביהמ"ק.
און שו"ע שטייט אז און די ניין טעג טאר מען נישט טוישן וועש און נישט כאפן קיין טוש,
רבותי!! די ניין טעג זענען פארטיג! מ'מעג שוין טוישן וועש!!
איר ליינט דא מיינע ווערטער און איר קלערט אוודאי וואס איז מיט אום נעבעך געשען, וואס וויל ער דא?
איך וויל נישט גארנישט! איך וויל נאר אז מיינע פאר ווערטער דא זאלן אנקומען צו מיין שכן און שוהל, איך וויל און איך האפ אז מיין שכן וועט ליינען די פאר ווערטער און דאן וועט ער פארשטיין פארוואס איך דריי ארויף די עיר קאנדישן יעדעס מאל ער קומט אריין און זעצט זיך אוועק נעבן מיר.
דער איד פון וועם איך רעד איז א וואוילער איד אבער מיין געוויסן זאגט מיר אז ער ליידט אויפן אף, ווען נישט וואלט ער זיך נישט דערטראגן!
מעשה שהי' כך הי':
היינט ביך איך אויפגעשטאנען עטוואס פריער פון יעדן טאג.
די מקווה ב"ה האט געקלאפט, די וואסער איז געווען די טעמפאטער וואס איך האב געהאפט, יאגן האב איך זיך נישט געדארפט ווייל וואו ערווענט האבן צוריק באקומען היינט די נשמה מיט אפאר מינוט פריער.
די קאווע איז אויך געווען געלונגען..פיין הייס..
מ'האמער נאך געהאט צייט אריין צוכאפן אפאר קאפיטליך תהלים, אלעס איז געפארן פיין און שמייכעלדיג, ביז..
ביז מיין שכן -מיר וועלן אום רופן מר. שטינקער- איז אנגעקומען.
איך רעד שוין נישט פון דעם אז ער איז אנגעקומען שפעט און זיך געיאגט ביים מאכן די עטיפה און איך האב זוכה געווען צו א שמייס פון די ציצית, דאס פארגיב איך אום מיטן גאנצן הארץ.
אבער באשעפער... פון וואו נעמט מען אזא גרוך??
וויאזוי פיט אויף אזא קליינע מענטש אזויפיל גרוך??
ווי קומט צו א מענטש דארנעשטיג צופרי א אייער צוויבל/פיש זאפט גרוך??
שבת נאכמיטאג החרשתי, אבער דארנעשטיג צופרי ווי שאפט מען דאס??
פארוואס דארף מיין נאכטמאל ארויף קומען אינמיטן ויושע?
מר. שטינקער, ווייסט איר אז פיצן די ציין מאכט פריש דאס מענטש? פראבירט עס, איר וועט מיר דאנקבאר זיין. ווען ארכעלאגן זאלן טרעפן אייערע ציין וואלטן זיי באשטעטיגט אז דאס איז ציין פון צייטן פון בית ראשון.
אלזא מר. שטינקער פארשטייט מיך ווען איך מאך ארויף די עיר קאנדישן, מיר איז אויך קאלט אבער קעלט פארנעם איך בעסער וואו גרוך! דאס איז מיין טבע. נישט אז ס'העלפט אסאך, אבער אויף אזויפיל טוט עס אויף אז כאטש צושפרייט עס די גרוך אז נאך אידן זאלן נהנה זיין, ס'איז בבחינת מיגי דזכי' לנפשי' וכו'.
אבער היינט נאכן דאווענען איז מיר בייגעפאלן אז אפשר איז דער איז נישט שולדיג, אפשר ווייסט ער פשוט נישט אז מ'מעג שוין?
אויף די א"י אידן זאגט מען דאך אז די סיבה פארוואס זיי ארבעטן נישט איז ווייל מ'האט אמאל אויסגערופן א ביטול מלאכה דארט, אבער מ'האט קיינמאל נישט אויסגערופן אז מ'קען צוריק גיין.
נו, אויז אזוי איז דער איז גארנישט שולדיג, ער האט געלערענט און שו"ע אז און די ניין טעג נעמט מען נישט קיין שויער, און אז תשעה באב בארשט מען נישט די צאן און ביי דעם איז געבליבן,
וועגן דעם בין איך דא און איך רוף אויס:
רבותי!! מ'מעג שוין!
יא, די ניין טעג זענען פארטיג. תשעה באב איז אויך פארטיג! מ'מעג שוין טושן און פיצן!
בל תשקצו איז אויך א לאוו!

-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7810
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
- לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל
שטינקער? א מיאוס'ער נאמען, איך העט עם געווען געראטן ר'זאל זיך טוישן דעם נאמען.
פון:
חיים שטינקער
צו:
משה שטינקער
...דוי לאכט מען (אינספירירט פון: די לעצטע געדאנק)
נ.ב. אויך די וועש מעג ער זיך טוישן; מעגליך, אז דער נאמען וועט זיך מיט טוישן באופן אויטאמאטי...

דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
-
- שר מאה
- תגובות: 160
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 03, 2010 4:07 pm
- לאקאציע: צווישן מיין קאפעלוטש מיט מיין שיך...
אמג!!! וואס דו האסט געטוהן צו מיר, האט שוין קיינער לאנג נישט געטוהן!
געלעגער'ל דיינע סחורה זענען דאך אזוי זאפטיג, א שאד אז דו טרעפסט דיך נישט אן מער אפט מיט אזעלעכע שטינקערס למיניהם!
ומכאן יצא הדבר צו אלע שטינקערס וכיו"ב, זוכט איר א גוטן פלאץ אין ביהמ"ד? האט איר נישט לעבן וועם צו זיצן? דאן ווייסט איר אייער אדרעס, זוכטס אויף געלעגער'ס פלאץ, די פלאץ דערנעבן דארף לכאורה זיין ליידיג נאכדעם וואס ער האט הירשט פארשיקט איינעם פון דארט, און מאכט אייך באקוועם.
געלעגער איך ווארט שוין אויפן קומענדיגן!

- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6806
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
געלעגער,
געלעגער, און וועלכע ביתעמעדרש דאווענסטו?
איך האב חשק איינעם פון מיין ביתעמדרש צו שיקען צו דיין......
הערשעלע האט געשריבן:ומכאן יצא הדבר צו אלע שטינקערס וכיו"ב, זוכט איר א גוטן פלאץ אין ביהמ"ד? האט איר נישט לעבן וועם צו זיצן? דאן ווייסט איר אייער אדרעס, זוכטס אויף געלעגער'ס פלאץ, די פלאץ דערנעבן דארף לכאורה זיין ליידיג נאכדעם וואס ער האט הירשט פארשיקט איינעם פון דארט, און מאכט אייך באקוועם.
געלעגער, און וועלכע ביתעמעדרש דאווענסטו?
איך האב חשק איינעם פון מיין ביתעמדרש צו שיקען צו דיין......
the SCY is the limit
- הערשי קניהויז
- שר חמש מאות
- תגובות: 842
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm
שטארק זיך האט געשריבן:שטינקער? א מיאוס'ער נאמען, איך העט עם געווען געראטן ר'זאל זיך טוישן דעם נאמען.
פון:
חיים שטינקער
צו:
משה שטינקער
...דוי לאכט מען (אינספירירט פון: די לעצטע געדאנק)
נ.ב. אויך די וועש מעג ער זיך טוישן; מעגליך, אז דער נאמען וועט זיך מיט טוישן באופן אויטאמאטי...
שטארק זיך, יוי האסטו מיך דערמאנט גוטע צייטן....
איך האב שוין לאנג געהאט די קשיא, ווי זענען נעלם געווארן די אלע אלטע זאפטיגע עקטערס, ובראשם זעמל? פארוואס הערט מען מער נישט פון זיי??
און בכלל ווייסט איינער צו ס'איז דא א ווידיאו פון די לעצטע געדאנק?
הנותן לשכוי בינה...
דא קען מען דאס באקומען
דא קען מען באקומען די CD פון די באוואוסטע פלעי "די לעצטע געדאנק".
ווייסט אפשר איינער וואו קען מען באקומען די טעיפס דערפון?
ווייסט אפשר איינער וואו קען מען באקומען די טעיפס דערפון?
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 567
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 11:44 am
געלעגער אגב איך קען אזא נעשה פון איינעם וואס איז נישט געגאנגען אינמיטן וואך און א שאוער, און עס האט זיך געטראגן פון עם א שווערן גערוך, און איינמאל איז אויסגעקומען אז א פארשטענדליכע יוד איז געזיצן נעבן עם און זייענדיג אפן מיט עם האט ער עם געזאגט ר' איד זאלסטו וויסן אז די שטינקסט, און יענער יוד האט דאס נישט געוויסט און ער האט עם זייער דאנקבאר געווען, און זינט דאן איז ער נהפך לאיש אחר, ער שאוערט זיך, פוצט זיך די ציין,
געלעגער א מענטש זעהט נישט זיינע חסרונות, די בעסטע וואלט ווען געווען ווען די ביסט עם ווען מעורר

א יעדע מעשה האט 2 זייטן,
ווען די נעמסט אן איין זייט נוץ דיין שכל און זעה דיינע נגיעות זאלן דיר נישט פארפירן,

- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32543
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
- צייטליך
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12505
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
- לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.
גיי ווייס וואו דער ארטיקל איז אהינגעקומען? פארוואס האב איך דאס נישט געזעהן ביז יעצט??
זעהנדיג דעם קעפל האב איך שוין געמיינט אז געלעגער איז אויפגעקומען אז מ'מעג שוין רעדן ביים דאווענען.. אדער אז איינער האט געשישקעט אויף אים שוין ווען מ'האט געמעגט רעדן.. (נו, האסטע נאך א טעמע) כ'האב געהאפט אז ער האט זיך נישט בא'נארישט נאכמאל און נישט געשריבן דערוועגן..
עניוועי. גוט אז די האסט אים דערמאנט, איך גלייב אז ער האט געקריגן די מעסדעזש ווייל איך זעה נישט אז עס זאל נאכפאלגן נאך א ווארענונג..
געלעגער. נאר לעבן דיר זאלן זיי זיך זעצן..

איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
- אידיש גערעדט
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 444
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm
- אויסגערעכנט
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6858
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm
- שמעלקא זאפטיגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3321
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
- לאקאציע: איינגעטונקען