וואס טוט איר אויב משיח קומט "יעצט" ?!?!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

msp האט געשריבן:אין היכל הבעש"ט איז דא א לאנגע אריכות וועגען דעם
אויך הרב דעסלער אין מכתב מאליהו איז מאריך אין דעם
צו דער צמצום איז נאר לעין אדער אויך טאקע במציאות
ד"ה צו ס'איז דא במציאות ערטער ווי עס איז נישטא קיין א-לקות
אויך איז דא א מחלוקת צו ס'איז דא השגחה פרטיית אויך אלצדינג צו נאר א השגחה כללית
אזוי ווי ביי די מעשה פון דאס בלעטעל וואס איז אראפגעפאלען פון בוים...


בנוגע השגחה פרטית, כבר נחלקו בזה הראשונים הרמב"ם במורה ושאר החוקרים

וועגן די מחלוקה איבערן צמצום האב איך נאך גארנישט געהערט דערוועגן, איך על מיר פרייען אז די וועסט עס מיר קלאר שטעלן, איך פארשטיי נישט אזא מושג ווי א מקום (וואס מקום איז נאר וועגן צמצום) זאל זיין צמצום לגמרי.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

דא האביך אביסעל געטראפען א לינק
http://chabad.co.il/chabadpedia/index.p ... 7%95%D7%9D
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

וואס זאלעך שרייבן? ביי נרצה זאל איך אנהייבן צו רימען שוועמעלס ארטיקל? נאך פונף בלעטער לויב רייד זאל איך אריינווארפן נאך א לויב? זאלעך פארציילן מיינע הרגשים בשעת'ן ליינען דעם ארטיקל? ניין.
נאר וואס יא? פטור בלא כלום אי אפשר, וועל איך נאר זיין א ואלה מוסיף על הראשונים, מיטן זיך צושטעלן צו אלע מברכים און נאר צולייגן איין ווארט וואס קיין איין מגיב האט נאכנישט געשריבן, און דאס איז איבער די געוואלדיגע בקיאות אין מדרשי און מאמרי חז"ל וואס שוועמעל האט דארט צאםגעווארפן מיט א שיינעם מסודר'דיגן שפראך הערלך אראפגעלייגט וכו' וכו' וכו'
נאר בדרך אגב איינער האט שוין ערווענט אז ס'דא פילע שיטות וואס מיינט וואס, וואס איז איין זמן און וואס איז צוויי זמנים, וואס איז פשוט לויט אונזער גשמיות'דיגע באגריפן און וואס איז העכערע באגריפן, וכו' וכו'
ואגב דאגב איז דא דאכט זיך עטליכע שמועסן פון רבין זי"ע (סאטמאר רב) איבער די ענין פון היסך הדעת וואס יא און וואס נישט. (כאב געוואלט מעתיק זיין אביסל, אבער ווי איידער שרייבן פון זכרון און..... שרייב איך נישט).
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
Good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2008 4:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Good »

אונטערסאנט שטיקל פון ספר חסד לאברהם (אזולאי)

קרעדיט איינע פון די איזראעלישע וועב זייטלעך

חסד לאברהם נהר יז - הזמן וההנהגה הט"ו והט"ז:

בסוף גלותינו זה קרוב לזמן גאולתנו, יתחזקו צרות לישראל תכלית החיזוק ויצר להם שישנאו בחייהם ויאמרו אל ההרים כסונו, ואל הגבעות יאמרו שיפלו עליהם, מפני צרות הגדולות שיסובבום מכל צד ופינה, ויתרבה הצער עד אשר לא יפנו האבות אל הבנים, וכל מי שימצא את עצמו לו שלל, גבור ונוצח יקרא, והטעם כי השכינה תדין את ביתה ויביאה על מסורת הברית כדי לזככם אל הגאולה ואל הטוב המוכנת לנו ע"י הנביאים, וטוב השיעור לא יכלוהו רעיון, באופן שלא יזכר עוד גאולת מצרים, והניסים ההם לפני גאולת ישראל ונסים ונפלאות שיהיה לנו כמש"ה ולא יאמרו עוד חי ה' אשר העלה את ישראל ממצרים כ"א חי ה' אשר העלה את ישראל מכל הארצות, ויהיו אז הנסים וגילוי השכינה אל ישראל בהפלא ופלא, ויאמרו כולם אשר יזכו אליה הנה אלקינו זה קוינו לו ממש מורה באצבע על גילוי השכינה:

ולכן מי ומי הזוכים לזה באותן הימים יראה הרבה צרות, וכל זה לצרף ולזכך את ישראל כפי הראוי והדין, וכל אחד ואחד יצטער כפי חיובו וכל מי שיקשה עורף ולא ישוב יאבד ומי שיתן צוארו בעול התשובה וקבלת הצרות עליו בסבר פנים יפות ויתן את שכמו לסבול (כדי ש)יצטרף ויזכה לקבל הטוב, והענין הוא שהגיע עת ביטול הקליפות מן העולם וכל עוד שישראל מקצתם הם רשעים אז הקליפות נאחזים בהם ואם כן היאך אפשר שיתבטלו החיצונים והרשעים עדיין ברשעתם, והש"י הוא בעל דין ישר ואמונה אין עול עמו ולכן יצטרפו בצירוף אחר צירוף עד שישראל יהיו אז ככסף נקי טהור ומזוקק, והנהגה הזו יהיה בתכלית קושי הדין כי הקליפות יגבו חלקם כל מה שאפשר להם:

ובימים ההם ובעת ההיא יהיה מלחמה רבה גוי בגוי איש ברעהו, וישראל יהיו ביניהם בצער גדול כי כל אחד ואחד רצונו לגזוז רחלה זאת ולאכול את בשרה, וה' יתברך ירחם עליהם בזכות שלשת אבות הקדושים ויצרפו ויתלבנו מתוך גודל הצרות ודין זה, ומתוך כך יכלה הקדוש ברוך הוא זרע

עמלק מן העולם וימחה שמו מתחת השמים, ואחר כך יתחיל בדין של עשו הרשע עד אשר לא יהיה לו תקומה, וכבר התחילו ישראל לצאת מתוך צרתם מעט מעט. ואחר כך יתחיל הקדוש ברוך הוא בדין או"ה ויצטערו ישראל בצער גדול כמו שאמר הכתוב ביחזקאל כי רוצה הקב"ה לנער את ארץ ישראל וירושלים כאשר ינער אדם את טליתו, וינער כל עובדי ע"ז, וגם הע"ז בעצמה שבירושלים וגופ' הטמאים הנקברים סביבות הקדש וכל המקומות המטונפים שבו:

ובעת ההיא יצאו כל קיבוץ עם ה' אל המדבר ויהיו שם ברעב מ"ה ימים ואז יצרפו ויתלבנו, ויתראה אליהם אליהו הנביא ז"ל ויתגלה עליהם משיח בעוני גדול, וגם מרע"ה יתגלה להם עם בני דור המדבר והשכינה יתגלה אליהם ויתקנו הדגלים בהשכינה, וירד בית המקדש בנוי למטה ויבואו ישראל לירושלים הבנויה והשכינה עמהם כימי צאתך מארץ מצרים, וירבו אז הנסים ויגדלו אשר אין הפה יכולה לדבר והשכל לשער הריבוי נסים ונפלאות שיהיו לישראל ויפתחו את מקורי החכמה וזאת תהיה ההנהגה בגאולה בס"ד.

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=8
נא גוט...
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

שוועמל האט געשריבן:משיח וועט נישט קומען בעפאר די גוטע בשורה פון אליהו אז "ער גייט קומען".

טא איז אונזער פלאן אזוי, ווי גלייך אליהו קומט וועלן מיר לויפן מיט אלע אידן אין שול אריין פאסטן דריי טעג נאכאנאנד און זיך אויסוויינען ביים תהלמ'ל, תשובה טוהן אויף אלע חטאים, אפצאלן אלע חובות פון אלע גלגולים, איבערבעטן יעדן, די נשים וועלן בלויז גיין אראפגעבינדן, מען וועט זיך עקלען פון אלע שייטלען און שמאלע געפאסטע קליידער. כולי האי ואולי וועט מען זוכה זיין צו דערלעבן דעם גרויסן טאג ווען משיח אליינס וועט נתגלה ווערן, ווי א עני רוכב על החמור, און בלאזן מיט א ריזיגן שופר א תקיעה וואס וועט אפהילכן אין די גאנצע וועלט.

די מידיא וועט באריכטן איבער דעם מאדנעם קול וואס איז געהערט געווארן. עס וועלן זיין פולע קליפס אויף יוטוב דערפון. על קאידא וועט נעמען פאראנטווארטליכקייט דערויף. איזראעל וועט סטראשענען מיט חוצפה אלע אראבער. די ענווייראנמענטאליסטן וועלן זאגן אז דאס איז א רעזולטאט פון די גלאבאל ווארמינג ווען די אייזבערג צעלאזן זיך און רייבן אריין איינס אין צווייטן שאפענדיג דעם גריצלדיגן קול. בלומבערג וועט בארואיגן יעדן אז 'ניו יארק סיטי איז פארזיכערט, מיר ארבעט געוואר צו ווערן פון וואו דער קול קומט, מעגליך פון א אלטע סטעלייט אין ספעיס, דערווייל זאל יעדער צוריקגיין צו ביזנעס עז יוזשעל'.

נאך דעם גרויסן קול וועלן זיך הימלען עפענען, א געוואלדיגע ליכטיגקייט וועט זיך באווייזן אויף דעם אונטערשטען וועלט, דאס העכסטע און הייליגסטע וואס שייך, די מטרה פון יעדן אידישן נשמה וועט זיך באווייזן מיטן פולסטן פראכט ווי קיינמאל פריער. יא דארט זעט מען די שכינה הקדושה, זה א-לי ואנוהו! וועט זיך ספאנטאן ארויסרייסן פון אלעמענס מיילער וועט די נשמה פליעט ארויס פון גרויס מתיקות. ביליאנען מלאכים פון אלע שיכטן און קרייזן וועלן אנפילן די הימלישע פארענטשעס, וועלנדיג מיטהאלטן די שמחת עולם על ראשם. פון דארט וועט מען זיך א לאז טון צו דעם מערדערישן שווארצן מלאך מיט 997 אויגן, ווייל דריי אויגן האט אים שוין משה אויסגעפאנטש בעפאר ער איז אוועק פון דער וועלט. מען וועט אים בינדן די הענט און פוס און אויסשטעכן די איבריגע אויגן, ואתא הקב"ה ושחט למלאך המות, דאן וועט זיין ומלאה הארץ דעה את השם.

דער צוים אינעם מערת המכפלה וועט זיך פלוצים עפענען און פיר פארן וועלן ארויסשפאצירן גלייך צום אויבנאן פונעם היינטיגען היסטארישן מאמענט. איינער פון זיי וועט זיין אזא ריז וואס וועט גרייכן מסוף העולם ועד סופו, מיט זיין האנט וועט ער פארכאפן עראפלאנען און סעטעלייטן איבער אלע הימלען און זיי צעקנייטשן ווי א פאפיר. די אנדערע דריי האבן א גאר ענליכן אויסזען אז ס'יז שווער צו דערקענען א חילוק צווישן זיי, אלע טראגן שניי ווייסע בערד, ציצית ביז דער ערד, קיין קנייטש אויפן פנים, זעלטענע יפי תואר און באצויבערן יעדן איינעם, המשכילים יזהירו כזוהר הרקיע. די ווייבער וועלן גיין בענעזאם ווען טרערן פון פרייד גיסן זיך פון זייערע ריינע הייליגע אויגן זיך אומקוקנדיג מיט מוטערליכע ליבשאפט אויף זייערע מיליאנען אייניקלעך פאר וועם זיי האבן אזוי שווער געהארעוועט. פון אן אנדער ריכטונג וועט צושפאצירן נאך א פרוי קוקנדיג דירעקט אין די אויגן פון די אינגסטע פון די פיר, "לאה! דאס ביסטו?!" וועט רחל אויסשרייען, די צוויי געטרייע שוועסטער וועלן זיך ארויפווארפן איינער אויפן צווייטן און מיט זודיגע טרערן זיך מיטפרייען צו זען די פירות פון זייערע שווערע ארבעט וואס זיי האבן איינגעריסן וועלטן צוליב זייערע אייניקלעך. שמועסנדיג וועלן אלע פיר מאמעס פארציילן זייערע שווערע איבערלעבענישן, ועיני לאה רכות וועט לאה שרייען, רחל וועט צייגן דעם פסוק קול ברמה נשמע רחל מבכה על בניה, רבקה וועט פארציילן אם כן למה זה אנכי, און מיט דורשט וועט יעדער צוהערן צו די עלטער באבע שרה ווי זי פארציילט די גאר שווערע איבערלעבענישן וואס זי איז דורך, וויפיל נסיונות זי מיט איר מאן האבן געהאט ביז צום סוף האט מען אראפגעברענגט א פון הימל-געבענטשטע קינד, כי ביצחק יקרא לך זרע.

פון אן אדער ווינקל קומט אריין פרישע נייעס פון עגיפטן און סואדי אראביע, די ראדיאס האבן נארוואס געמאלדן א גאר מערקווירדיגער עפיזאד, נעמליך ביי איין געוויסער ארט אין די דעזערט גערופן 'הר נבו' איז געזען געווארן א מאן ארויסקומען פון א הייל שפאצירנדיג צפון צו ארץ ישראל. לויט עדות איז דער מאן געווען זייער הויך ארום צוואנציג פוס, כאטש ער זעט אויס אלט דאך איז זיין פנים געווען ציכטיג ריין אן קיין קנייטש, זיינע אויגן האבן געשטראלט און זיין פנים האט געלויכטן ווי דער זון אליינס, אין האנט האט ער געטראגן א לאנגער שטעקן וואס איז געווען איינגעקריצט דערינען אייניגע ווערטער. לויט ווי איין וויטנעס האט אפגעכאפט מיט זיין קעמקארדער זענען דאס געווען אידישע אויתיות וואס די עגיפטישע שפיאנאזש קוועלער האבן דעשיפרירט אלס א מיסטעריעזע קאוד דצ"ך עד"ש באח"ב. ער איז נישט געגאנגען אליינס נאר א יונגערער באגלייטער איז מיטגעגאנגען מיט אים ווי עס שיינט אלס א באדינער, ומשרתו יהושע בן נון נער לא ימוש מתוך האוהל. דער וויטנעס האט אויך פארציילט אז משה האט זיך אינמיטן אויסגעדרייט צו אים און געלאכט אין פנים אריין זאגנדיג איך געדענק נאך גוט ווי נישט לאנג צוריק האט עטס געכאפט מיט דעם שטעקן אזוי צום געדענקען, למען תזכור את יום צאתך מארץ מצרים.

מדינת ישראל וואלט ווען געלייקענט דעם באריכט ווען נישט דער פאקט אז ביי זייער טעריטאריע האט פאסירט גאר ענליכעס. א מאן געקליידעט אין ציכטיג ווייסע קליידער האט ארויסשפאצירט פון 'הר ההר' שפאנענדיג אין ריכטונג פון מדבר. לויט א רעפארטער האט דער מאן געטראגן אין האנט א גאלדענער קוישעלע מיט שמעקעדיגע קטורת דערין. דארט האט ער זיך באגעגענט מיט אן אנדערן מאן, וראך ושמח בלבו, זיי זענען ארויפגעפאלן אויף זייערע העלזער און געוויינט מיט גרויס פרייד אויף די ישועה וואס מען ווארט שוין אזוי לאנג. אינאיינעם האבן זיי געשפאנט ווייטער ביז זיי האבן דערגרייכט די גבולות פונעם הייליגן לאנד, דארטן האבן זיי זיך ביידע אראפגעווארפן און געקושט די הייליגע זאמד און געמאכט הויך די ברכה ברוך הטוב והמטיב. די צוויי הייליגע ברודער משה און אהרן האבן יעצט די ערשטע מאל געטראטן אינעם הייליגן לאנד ארץ ישראל! א קלייניקייט! ווער נאך ווי משה האט אזוי שטארק געוואלט אריינקומען אהער, ואתחנן אל השם בעת ההוא, און ווער נאך ווי משה פארשטייט ווי הייליג דאס לאנד איז, ארץ אשר ה"א דורש אותה תמיד, עיני ה"א בה מראשית השנה ועד אחרית שנה. ווי גליקליך זענען זיי יעצט ווען ענדליך האבן זיי געהאט די זכיה אריינצוקומען אין דעם הייליגן לאנד פון אברהם יצחק ויעקב וואס גראדע זענען זיי שוין אויך דא לעבעדיג און ערווארטן זייער אנקום.

די שמחה וועט זיין געוואלדיג, מען וועט קענען טאפן מיט די האנט די פרייליכקייט, עס וועט האבן א ממשות. מוזיקאנטן פון אלע סארטן וועלן זיין אויסגעשורה'ט ביים מעמד און שפילן הארציגע מעלאדיעס וואס צעגייען אין די נשמה. דער אנפירער פונעם בענד וועט זיין נישט קיין אנדערע ווי דער גרויסער קעניג דוד, וואס גייט גראדע באלד שפילן אליינס מיט זיין הארף מיט וואס ער האט אזוי געטריי געדינט דעם רבוש"ע אלע יארן. זיין זון שלמה שטייט אונטער אים און קוקט זיך צו צו די הייליגע עבודה פון זיין פאטער דוד, והמלך דוד מפזז ומכרכר בכל עוז לפני השם. נעבן זיי שטייען די לעכטיגע אייניקלעך פון די 'ראיאל פעמילי' די צדיקים וקדושים פון מלכי בית דוד. אוי הלואי זאל מיר זוכה זיין כאטש א בליק טאן אויף זייער הייליג געשטאלט, דאס זענען די מעכטיגע קעניגן ווי אסא, יושפט, עוזיה, יותם, יואש, חזקיה, יאשיהו, צדקיהו, יכניה, אזוינע לייבן, אזוינע צדיקים גמורים וואס האבן געקענט מהפך זיין העולם לזכות!

הארט דערנעבן וועט זיין די "נביאים טעיבל" וואס האבן געלעבט אזוי ביינעזאם מיט די הייליגע מלכים, עס וועלן געזען ווערן שמואל הנביא וואס מיט זיין גדלות וועגט ער איבער משה און אהרן צוזאמען, משה ואהרן בכהניו ושמואל בקראי שמו. נעבן אים זיצט זיין תלמיד נתן הנביא, עדו, עמוס, הושע בן בארי, ישעיה הנביא, אליהו מיט זיין געטרייער תלמיד אלישע, יונה, חבקוק, יחזקאל, ירמיה הנביא, דניאל, חגי וזכריה ומלאכי, און נאך פולע נביאים פון אלע דורות וואס וועלן באלייכטן דעם גאנצן אטמאספער ביום שכולו ארוך ביום שכולו טוב.

אויפן הר הזיתים וועלן זיך קברים נעמען שאקלען, מענטשן געקליידעט אין ווייסן וועלן ארויסשפאצירן מיט לעכטיגע זון-שטראלענדע פנימ'ער און זיך ביקן צום גרויסן לעכטיגקייט מיט אויסטערליש פרייליכע הערצער. ענליכעס וועט זיך אפשפילן אויפן הר המנוחות און אין אנדערע בתי חיים איבער דער וועלט, ווען מאסן ווייסע מענטשן מיט טליתים און קיטלעך שפאצירן מאסנווייז צו זייערע אנגעגעבענע פלעצער ווי הימלישע סדרנים וועלן זיי אראפזעצן צום מעמד בכבוד מלכים. צווישן זיי וועלן זיין אזוינע גרויסע און באקאנטע פיגורן ווי רבי שמעון, רבי אלעזר, רבי ישמעאל כהן גדול, רבי עקיבא, הלל ושמאי, רבי יהודה, רבי יוחנן הסנדלר, ריב"ל, רבי יוסי וכו'. הונטער זיי וועלן שפאצירן מיט אויפגעהייטערטע געמיטער די ברייט באקאנטע רב און שמואל, ר' יוחנן ור"ל, רב כהנא ורב אסי, רב חסדא, רב ששת, אביי ורבא, און נאך פולע טויזענטער צדיקים קדושים וטהורים וואס וועלן אינאיינעם פארברענגען איבערחזר'ן די קושיות און איבעא'ס וואס זענען געבליבן אומפארענטפערט כדי יעדער זאל קענען מיטהאלטן די טיפזיניגע דרשה פונעם אורח הכבוד אליהו התשבי וואס וועט אלעס וואונדערליך פארענטפערן ביי דעם גרויסן סעודה דארף אט אט פארקומען בימות המשיח.

אבער כדי צו קענען אריינקומען צו אט דער גרויסער און וואונדערליכער סעודה ברויך מען זיך רעזשיסטערן, מען דארף האבן א ספעציעלע איינטריט קארט, דאס באקומט מען נאר נאכן דורכגיין דעם גרויסן ציטערדיגן פארהער, א שרעקליכער יום הדין וועט פארקומען פאר אלע ברואים פון דער וועלט, קיין זאך איז נישט פארהוילן, יעדעס קלייניגקייט קומט אפיר, א טרערעלע פאר א אידנס וועגן, א שמייכעלע פאר א צעבראכענעם איד, יעדעס פיצינקע זאך נעמט מען אפיר און ווערט ארויפגעלייגט אויפן ריזיגן וואגשאל. דאס איז דער ריזיגע יום הדין הגדול והנורא וואס דער רבוש"ע אליינס וועט משפט'ן יעדן לעבעדיגן בריה און דן זיין כל אחד לפום דרגא דיליה. די וואס קומען ארויס זכאי בדין זענען פון די גאר גליקליכע וואס וועלן זוכה זיין זיך מיטצופרייען מיטן זיו השכינה, דאס איז דאך די גרעסטע אמת'ע שמחה וואס שייך!

הלואי הלואי זאל מיר אלע זוכה זיין ארויסצוקומען זכאי בדין, יראו עינינו וישמח ליבנו ותגל נפשנו בישועתך באמת!
אבער נישט געזארגט אידן, דאס איז די ארבעט פון אליהו הנביא ווען ער קומט מבשר זיין די בשורה טובה אז די אידן זאלן מחזיר למוטב זיין, "והשיב לב אבות על בנים" דער טאטע אין הימל וועט זיך צוריקקערן צו זיינע קינדער, אבער וויאזוי? "ולב בנים על אבותם" ווען די קינדער וועלן תשובה טון צום טאטן אין הימל, דאן וועט כביכול דער טאטע אויך תשובה טוהן "שובו אלי ואשובה אליכם" און ווי דער נביא בעט זיך ביים רבוש"ע "השיבנו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם".


טייערע אידן! פרעגט נישט וואס טוט איר ווען משיח וועט קומען, נאר הערט שוין אויף זינדיגן, לערנט פלייסיג, וויינט אייך "יעצט" אויס, רייסט איין הימלען אבער שוין יעצט, נישט ווארטן אויף דאן ווייל עס וועט שוין זיין פול שווערער, איר וועט פארשווערערן די ארבעט פאר אליהו און עס קען זיך חלילה נישט גוט אויסלאזן. יעדער זאל טון עפעס צו פארבעסערן זיינע מעשים, זיין שטוב, וועט ער נאר קומען שנעלער און גיכן במהרה בימינו אמן.


צפית בישועה??

(תוקן עקב שגיאות כתיב)


כדי צו ליינען היינט
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
Good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2008 4:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Good »

נר ההפטורה - פר' החודש


א. פעם אחת שאלו החסידים מהרה"ק רבי דוד מטאלנא זצוק"ל בן הרה"ק מטשערנאביל זצוק"ל, למה לנו
לבקש על משיח, הלא בבואו נצטרך להסתר במסתרים ובמחבואות שלא יראה אותנו. ואמר להם בזה
הלשון: "תאמינו לי, שברגע הזאת שיבוא משיחנו, תהיה כל כך הזדככות המוחין בעולם שאפילו
פחות שבפחותין יהיה ביכולתו להתקרב את עצמו ולהתראות לפני מלך המשיח". ובקש מהם
שיפרסמו את הדבר הזה לפני בני ישראל משמו (ליקוטים יקרים, מערכת ז' אות ג', הובא בילקוט מאורי אור דף רמ"ב).
לעצט פארראכטן דורך Good אום זונטאג אפריל 06, 2014 4:56 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
נא גוט...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איך לאז אלעס אפ און לויף זעהן ווער איז ער?
דער אייבערשטער זאל זיך מרחם זיין.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

Good האט געשריבן:א. פעם אחת שאלו החסידים מהרה"ק רבי דוד מטאלנא זצוק"ל בן הרה"ק מטשערנאביל זצוק"ל, למה לנו
לבקש על משיח, הלא בבואו נצטרך להסתר במסתרים ובמחבואות שלא יראה אותנו. ואמר להם בזה
הלשון: "תאמינו לי, שברגע הזאת שיבוא משיחנו, תהיה כל כך הזדככות המוחין בעולם שאפילו
פחות שבפחותין יהיה ביכולתו להתקרב את עצמו ולהתראות לפני מלך המשיח". ובקש מהם
שיפרסמו את הדבר הזה לפני בני ישראל משמו (ליקוטים יקרים, מערכת ז' אות ג', הובא בילקוט מאורי אור דף רמ"ב).


דאס איז "גוט"ע חיזוק!
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איך ווייס נישט אויבאיך וועל זוכה זיין. אבער אזאך וואס אזויפיל צדיקים און איך אליין האבן געווארט דערויףזאל ער קומען אינגיכן
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

נו זאל ער שוין קימען.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איך ציטער פון איהם. ער גײַט מיר זאגן אלע עבירות. אוי, אבער איך וועל נישט זיין אן אפהאלט.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

איך גלייב נישט אז א נשמה האט עבירות... די גוף טוט עבירות נישט די נשמה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

... עסט מעך מקרב זיין יא?
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

וואס א חילוק וואס וועט זיין מיט מיר?

די עיקר איז דער צער השכינה וואס זאל שוין אוועקגיין.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אוי
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

Good האט געשריבן:א. פעם אחת שאלו החסידים מהרה"ק רבי דוד מטאלנא זצוק"ל בן הרה"ק מטשערנאביל זצוק"ל, למה לנו
לבקש על משיח, הלא בבואו נצטרך להסתר במסתרים ובמחבואות שלא יראה אותנו. ואמר להם בזה
הלשון: "תאמינו לי, שברגע הזאת שיבוא משיחנו, תהיה כל כך הזדככות המוחין בעולם שאפילו
פחות שבפחותין יהיה ביכולתו להתקרב את עצמו ולהתראות לפני מלך המשיח". ובקש מהם
שיפרסמו את הדבר הזה לפני בני ישראל משמו (ליקוטים יקרים, מערכת ז' אות ג', הובא בילקוט מאורי אור דף רמ"ב).
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

נשמה האט געשריבן:איך ציטער פון איהם. ער גײַט מיר זאגן אלע עבירות. אוי, אבער איך וועל נישט זיין אן אפהאלט.


קוק מיין ארטיקל וואס כ'האב געשריבן ספעציעל פארן מי מנוחת נאך תשעה באב.
אונזער תשוקה - אונזער האפענונג
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אונזער תשוקה אונזער האפענונג...
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

ס'איז באמת אינטערעסאנט צו טראכטן!
שטעל דיר פאר די שטייסט א האלבע יאר פאר דיין גרויסע איינמאליגע חתונה און די ביסט שוין ענדליך אצינד ביים שטריימל סוחר און פארשטייט זיך מיטגעברענגט דער מבין פונעם כיתה און מען שטייט שוןי דארט אזא גוטע פיר שעה, מען פרובירט אלע סייזעס, ווי ברייט, ווי הויעך, די קאליר, ער איז מער א ברוינער, ער דארף מער א ברוינע קאליר, מען טוט עס דורך אויף אלע זייטן, די פרייזן פארן העכער די ספיד לימיט... און ענדליך יא! קומענדיג וואך קען מען שוין צוריקקומען ווייטער צו גיין מיט די דעטאלן.
א וואך לויפט דורך און ער איז שיון נאכאמאל דא, ס'בכלל נישט קיין קלייניגקייט, מיט דעם שטריימעל גייט ער שטיין אויפן בימה אינעם צענטער פונעם גרויסן ביהמ"ד... נו ברויך מען דאך מאכן א שטריימעל איינס אין דער וועלט, אזאנס און אזעלעכטס.
ענדליך ברענגט מען אפיר דעם שטריימל וואס האט שוין עפעס א צורה און דער טוט עס אן אויפן קאפ און שאקעלט זיין קאפ אנגעהויבן פון מזרח און גענדיגט ביי מערב, און ער הייבט אפילו אן דער 'עוד ישמע' ליד, צו פרעקטעסן וויאזוי דעס גייט אויסקוקן זיצענדיג אויבן אויפן בענקל.
אזוי זייענדיג פארגאפט איבער זיין שטריימל פאר עטליכע שעה הערט ער פלוצלינג א רעש'ענדיגער קול וואס הילכט אפ אינעם גאנצן געגענט... זייענגיד אזוי דערשראקן קוקט ער ארויס פון פענסטער און ער זעהט ווי דער עולם לויפט, ווי לויפט מען???, וואס הייסט ווי מען לויפט? משיח איז דא!!!
ער גלייבט נישט וואס ער הערט!! ער הייבט אן טראכטן: יא, ניין, מיין 5 טויזענט דוללערדיגע שטריימל, וויאזוי קען איך אים איבערלאזן?.
ס'איז גארנישט קיין דזשאק!!!
לאמיר פרעגן א גרויסן עושר ווען די בעטסט אויפן גאולה, מיינסטו עס ערענסט? די וואלסט טאקע געקענט באשטיין אוועק צו געבן דיי גלאנצענדע קאר? די וואלסט טאקע געקענט באשטיין אפצולאזן דיינע ריזעגע בנינים פון איין מינוט אויפן צווייטן?.
רבותי! מיר מוזן זיך נעמען דערצו
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

מיטן שיינעם קאר און הויז שפירט מען נאך אלץ דעם גלות אויף טריט און שריט, געלט ברענגט נישט קיין עקסטערע מנוחה אדער שמחה. שמחה קומט מיט רואיגקייט און נחת. א מענטש וואס האט נאר אביסל שכל קומט יעדע שטיק צייט צו די הכרה אז דאס לעבן ווטלט ווען געקענט גיין פיהל בעסער. איינער טראכט פון קרבת אלוקים לי טוב, און וואס ברענגט מיר די אלע מותרות, אויב איז מען נישט ממש אויף די מדריגה איז דאס סתם די מרבה נכסים/דאגה וואס מאכט א מענטש קומען צו די הכרה אז ביז משיח וועט נישט דא זיין וועט גטרנישט זיין פערפעקט.

פארשטייט זיך איך רעדט פון איינער וואס האט לחליחות אין קאפ חוץ געלט..
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איך לויף קוקן ווער ס'איז.
אוועטאר
סעלצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 18, 2015 1:28 am
לאקאציע: דא, זייער באקוועם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעלצער »

(קען זייו אז איינער האט דאס שוין דערמאנט איך האב נישט אדורך געליינט אלע תגובות, ביטע אנטשולדיגן)
מען זאגט נאך אז מען האט אמאל געפרעגט ר' אביגדור מיללער ע"ה וואס ער גייט טוהן ווען ער וועט הערן אז משיח איז דא? האט ער ג'ענטפערט "אז ער וועט ווייטער טוהן וואס ער האלט אינמיטן טוהן"
אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער יוד »

(דאס וואס ס'איז געבראכט געווארן לעיל פון צדיקים אז דער שניידער עט האלטן אינמיטן שניידן וכו' שטייט אין בעש"ט עה"ת פר' ויחי).
...כי אם ליראה וגו'
אוועטאר
תמימות'דיגע בחור
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 25, 2015 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמימות'דיגע בחור »

פיטום האט געשריבן:ס'איז באמת אינטערעסאנט צו טראכטן!
שטעל דיר פאר די שטייסט א האלבע יאר פאר דיין גרויסע איינמאליגע חתונה און די ביסט שוין ענדליך אצינד ביים שטריימל סוחר און פארשטייט זיך מיטגעברענגט דער מבין פונעם כיתה און מען שטייט שוןי דארט אזא גוטע פיר שעה, מען פרובירט אלע סייזעס, ווי ברייט, ווי הויעך, די קאליר, ער איז מער א ברוינער, ער דארף מער א ברוינע קאליר, מען טוט עס דורך אויף אלע זייטן, די פרייזן פארן העכער די ספיד לימיט... און ענדליך יא! קומענדיג וואך קען מען שוין צוריקקומען ווייטער צו גיין מיט די דעטאלן.
א וואך לויפט דורך און ער איז שיון נאכאמאל דא, ס'בכלל נישט קיין קלייניגקייט, מיט דעם שטריימעל גייט ער שטיין אויפן בימה אינעם צענטער פונעם גרויסן ביהמ"ד... נו ברויך מען דאך מאכן א שטריימעל איינס אין דער וועלט, אזאנס און אזעלעכטס.
ענדליך ברענגט מען אפיר דעם שטריימל וואס האט שוין עפעס א צורה און דער טוט עס אן אויפן קאפ און שאקעלט זיין קאפ אנגעהויבן פון מזרח און גענדיגט ביי מערב, און ער הייבט אפילו אן דער 'עוד ישמע' ליד, צו פרעקטעסן וויאזוי דעס גייט אויסקוקן זיצענדיג אויבן אויפן בענקל.
אזוי זייענדיג פארגאפט איבער זיין שטריימל פאר עטליכע שעה הערט ער פלוצלינג א רעש'ענדיגער קול וואס הילכט אפ אינעם גאנצן געגענט... זייענגיד אזוי דערשראקן קוקט ער ארויס פון פענסטער און ער זעהט ווי דער עולם לויפט, ווי לויפט מען???, וואס הייסט ווי מען לויפט? משיח איז דא!!!
ער גלייבט נישט וואס ער הערט!! ער הייבט אן טראכטן: יא, ניין, מיין 5 טויזענט דוללערדיגע שטריימל, וויאזוי קען איך אים איבערלאזן?.
ס'איז גארנישט קיין דזשאק!!!
לאמיר פרעגן א גרויסן עושר ווען די בעטסט אויפן גאולה, מיינסטו עס ערענסט? די וואלסט טאקע געקענט באשטיין אוועק צו געבן דיי גלאנצענדע קאר? די וואלסט טאקע געקענט באשטיין אפצולאזן דיינע ריזעגע בנינים פון איין מינוט אויפן צווייטן?.
רבותי! מיר מוזן זיך נעמען דערצו

די וועלט זאגט אז א חתן ביום חופתו האט א כח אויסצובעטן משיח, נאר עס איז נאך נישט געווען א חתן וואס זאל בעטן אויף משיח [מפי ר' אלימלך שווארץ]
"די רעבע זיכרוינע ליברכאכע פלעגט זיך שטענדיג בייזערן"
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

איך האף אז עס גייט געשעהן א נס, אויב נישט גיי איך מיך נעמען ברעכן פון פחד!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”