אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

גיטעהארץ
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:32 pm

תגובהדורך גיטעהארץ » מאנטאג יוני 24, 2013 11:36 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:ווען איך וואלט געוואוסט די ווייטאג פון פאראויס וואלט איך זיך עס קיינמאל נישט אונטערגענומען
איינער טעקסט מיר בעטער קריי נאו דען לעיטער


הרב פעטאקי למעשה האט איר הנאה אז איר האט עס געמאכט?
איי (ס'איז אמאל געווען א) וועלט

יוחנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 7:22 pm

תגובהדורך יוחנן » דאנארשטאג יוני 26, 2014 2:25 pm

someone asked me he wants to do the sleave

who is good in brooklyn

to whom to talk

any info

thanks

א גולם
שר האלף
תגובות: 1901
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 6:42 pm

NYU האט א עקסטערע סטעפ פאר דע זאכן lap bend, Sleave, ,,,,

-------
בדוו.. איך האב מיר געמאכט א לעפ בענד איך בין זייער ציפרידן...

איך האלט אז א בענד איז ענדערשט ווי פין א סליוו,
1, ווען איך וויל יא עסן, פסח (כזיתים) , קען מען עס עפענען אין זיין כאחר אדם.
2, א סליוו, פארוואס נאך 10 יאר זאל איך נישט צוריק זיין מיט די זעלבע פאנט? (די תאוות אכילה עסן גרויסע שטיקער האט מען נאך אלץ)
3, פארוואס אראפ שניידן א שטיק גוף?

קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

מאגן בענד, סליוו, והמסתעף

תגובהדורך קענטעלאופ » דאנארשטאג יולי 09, 2015 7:52 pm

לעצטענס מאכט די עולם בענדס מיט סליווס אין גרויסען
קען איינער בארייכערען וואס עס איז, וואס איז די חילוק צווישען די צוויי, און וויזוי סארבעט?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג יולי 09, 2015 9:34 pm

ביטע זיך יאווען צו געבן א זוך viewtopic.php?f=71&t=9879
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

תגובהדורך מיין שטעלונג » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 5:28 pm

למעשה האבן שוין כמה אידן געפרעגט דא איבער די בענד - סליוו - סטעיפל וכו', און קיינער האט נאכנישט געשריבן א קלארע תשובה, ברענג איך דא אראפ די לינק פון וויקיפידיע https://www.wikiwand.com/en/Bariatric_surgery וואו עס ווערט באריכות אראפגעלייגט וואס דאס איז.

אזוי אויך קען מען נעמען די קורס ביי NYU וועבסייט, וואו מען דארף זיך קודם איינשרייבן עס צו זעהן. http://nyulangone.org/locations/weight- ... on-session

אז איך וועל האבן צייט און געדולד, וועל איך עס איבערזעצן אין אידיש, אין א אנדערע געלעגנהייט.

תכלית הידיעה שלא נדע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 11:47 pm

תגובהדורך תכלית הידיעה שלא נדע » מיטוואך יולי 06, 2016 5:37 pm

איינער מיט אינפא, אויף dr. herron פון mount sinai??
סאיז בעסער אז מווייסט נישט אלעס

תכלית הידיעה שלא נדע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 11:47 pm

תגובהדורך תכלית הידיעה שלא נדע » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 5:53 pm

גרייט מיר זיך מיט די הילף פונעם בורא עולם צו מאכען די סליוו,
וואלט איך זייער געוואלט הערן פון אזאלכע וואס זענען דאס שוין אדוירעך געגאנגען. זייער עקספיריענס דהייינו פון א מינוט נאכדעם וואס מ'וועקט זיך אויף
וויאזוי מדיעלט מיט די געז פעין?
און נאכדעם לגבי די חלק האכילה וואס איז גרינגער צו עסן און וואס איז שווערער?
אין ווי אויך וויאזוי מ'געט זיך א עצה מיט די סעודות שבת מיט קידוש? וכו' וכו'

עני טיפ וויל בי אפרישיעיטעד

יישר כח
סאיז בעסער אז מווייסט נישט אלעס

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:51 pm

תכלית הידיעה שלא נדע האט געשריבן:גרייט מיר זיך מיט די הילף פונעם בורא עולם צו מאכען די סליוו,
וואלט איך זייער געוואלט הערן פון אזאלכע וואס זענען דאס שוין אדוירעך געגאנגען. זייער עקספיריענס דהייינו פון א מינוט נאכדעם וואס מ'וועקט זיך אויף
וויאזוי מדיעלט מיט די געז פעין?

און נאכדעם לגבי די חלק האכילה וואס איז גרינגער צו עסן און וואס איז שווערער?
אין ווי אויך וויאזוי מ'געט זיך א עצה מיט די סעודות שבת מיט קידוש? וכו' וכו'

עני טיפ וויל בי אפרישיעיטעד

יישר כח


צר לי אחי דיר מודיע צו זיין שלעכטע נייעס, אבער זיי וויסען אז די סליוו מאכט נישט דאר, די סליוו מאכט נישט אפאלען וואג, איך קען דיר געבן א ליסט פון מענטשן וואס א יאר נאכען סליוו זענענן זיי נאך א גראב ווי א שטאט טראץ די סליוו, און דערצו פעלט זיי א האלבע מאגען און זיי גייען שוין אזוי בלייבען, זיי זענענן אפגעפאלען 50 - 60 פונט און זיי זענענן אזוי בין השמשות׳דיג, נישט זיי עסן און נישט זיי זענענן דין..

וואס יא? יעצט קומט די גיטע נייעס, די סליוו איז טערעפי טול צו העלפן דעם מענטש אויספירען זיין רצון צו לעבן אויף א העלטי דייעט... די גאנצע אדייע פון די סליוו איז אז וויבאלד מענטשן האבן נישט די כוח זיך איינהאלטען פון עסן, קומט די סליוו און מאכט שווער דאס עסן, אויטעמאטיש פארלירט מען דעם רצון צו עסן, און אזוי פאלט מען אפ וואג און מען לעבט אויסגערעכענט ווי א מענטש.

דיין גאול יעצט דארף זיין צו טרעפן א ריכטיגע העלטי דייעט, א דייעט אן קארבס, א סארט דייעט וואס דאס עסן קלאפט מיטען סליוו, און אזוי - און נאר אזוי וועסטו מצליח זיין, דו דארפסט אין מוח באשליסען אז דו ווילסט מער נישט עסן נאר ווייניג און געזינט, אוו די סליוו וועט דיר העלפן מיט גיין באשלוס...

איך שרייב עס ווייל איך ווייס אז עס איז דא מענטשן וואס ווייסען עס נישט.

הצלחה, א גרינגע ריקאווערי
ידידך
----

נ.ב. עני הילף דו דארפסט קענסטו מיר נישט פרעגן ווייל איך האב נישט געמאכט די סליוו נאר באגלייט א חבר וואס האט עס געמאכט און נישט מצליח געווען צילוב די א״ד סיבה.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:53 am

ס'איז מער ווי עס מאכט שווער דאס עסען, עס אונטערדרוקט אויך דעם אפעטיט (ווייל דער חלק וואס מ'שניידט אויס איז אן אפעטיט פארגרעסערער), ווי אויך פילט מען זאט נאך אביסעל עסען. דאס מיינט אז עס איש שוין נישט קיין מי יעלה לנו השמימה זיך איינצוהאלטען פון פרעסען, אבער זיך איינהאלטען מוז מען פארט.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » פרייטאג אוגוסט 05, 2016 12:55 pm

אבער נאך א וויילע, בערך א יאר אדער מער, ווערט דער מאגן פארהיילט, און צוזאמען מיט דעם קומט צוריק דער אפעטיט הארמאנען פאבריצירער.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » פרייטאג אוגוסט 05, 2016 2:39 pm

ביזט אבער מודה, אז אפילו עמיצער וואס האלט זיך נישט צום סיסטעם פארלירט 50-60 פונט, דאס איז א שיינע צאל פונט.

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » זונטאג אוגוסט 07, 2016 12:13 am

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:ביזט אבער מודה, אז אפילו עמיצער וואס האלט זיך נישט צום סיסטעם פארלירט 50-60 פונט, דאס איז א שיינע צאל פונט.


אבער די אפראציע איז נישט ווערט צו מאכען פאר 50 - 60 פונט,
עס איז צו א גרויסע זאך עס אינטערצונעמען פאר אזא קליינע בענעפיט.

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » זונטאג אוגוסט 07, 2016 12:31 am

וואס באמת רופסטו אן נישט מצליח געווען.
כ'פארשטיי באמת נישט
וואס מיינט ביי דיר הצלחה און וואס נישט.
מענטשן האבן עפעס חלומות.
ליסטען, מיי פרענד, א חתן קען אפפאלן 40 פונט ווי גארנישט, א אינגערמאן פון 30 יאר, סאך סאך סאך שווערער, א איד פון 40 יאר, א פרוי, סאך סאך סאך סאך סאך סאך סאך שווערער.
דעריבער
אפילו פאר 20 פונט....
יא יא יא
אפילו פאר 20 פונט
לוינט די אפעראציע. מאך נישט דאס זיין גראב אזוי געשמאק און דאס זיין א געסליווטער אזוי מיזרעיבל צו זאגן אז פאר 50-60 פונט האט זיך עס נישט געלוינט און עס הייסט נישט קיין הצלחה. קוקט אויס דו ביזט א דארער מענטש אז דו רעדסט אזוי.
הכותב וחותם. א געבענדעטער.

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » זונטאג אוגוסט 07, 2016 12:33 am

מר. תכלית הידיעה. רוף מיך אין אישי, כ'בין גערן גרייט דיר צו געבן הדרכה. איך בין שטארק ממליץ זאלסט עס מאכן, עס איז טאקע נישט קיין גרינגע דורכגאנג, אבער וועסט הנאה האבן. אז מען ווערט נישט פטור פונעם בויך באצייטענס שלעפט מען דאס מיט ביז'ן קבר אריין. ודו"ק כי קצרתי (הקצרת הבטן) במקום שאמרו להאריך...

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » זונטאג אוגוסט 07, 2016 12:09 pm

פנחס בן חיים האט געשריבן:
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:ביזט אבער מודה, אז אפילו עמיצער וואס האלט זיך נישט צום סיסטעם פארלירט 50-60 פונט, דאס איז א שיינע צאל פונט.


אבער די אפראציע איז נישט ווערט צו מאכען פאר 50 - 60 פונט,
עס איז צו א גרויסע זאך עס אינטערצונעמען פאר אזא קליינע בענעפיט.


אלס איינער וואס איז זינט אנהייב יאר אפגעפאלען צירקע 55 פונט קען איך דיך זאגען אז אפפאלען א פופציגער איז גארנישט אזא קליינע בענעפיט. מען שפירט זיך אן אנדערע מענטש.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
פעפערקארן
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 08, 2013 8:06 am
לאקאציע: אויפן עולם התוהו

תגובהדורך פעפערקארן » זונטאג אוגוסט 07, 2016 12:32 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:
פנחס בן חיים האט געשריבן:
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:ביזט אבער מודה, אז אפילו עמיצער וואס האלט זיך נישט צום סיסטעם פארלירט 50-60 פונט, דאס איז א שיינע צאל פונט.


אבער די אפראציע איז נישט ווערט צו מאכען פאר 50 - 60 פונט,
עס איז צו א גרויסע זאך עס אינטערצונעמען פאר אזא קליינע בענעפיט.


אלס איינער וואס איז זינט אנהייב יאר אפגעפאלען צירקע 55 פונט קען איך דיך זאגען אז אפפאלען א פופציגער איז גארנישט אזא קליינע בענעפיט. מען שפירט זיך אן אנדערע מענטש.

אנעים איך בין פולי מיט דיר, 50 פונט איז זייער אסאך בפרט ווען מען האלט העכער 300 פונט

care all the time
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 9:14 pm
לאקאציע: usa

תגובהדורך care all the time » דאנארשטאג יולי 06, 2017 11:09 pm

א נייע וועג צי מאכן א סליוו אהן א אפעראציע, דורך די מויל
נייע וועג פון מאכן א סליוו

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » פרייטאג יולי 07, 2017 12:25 am

אנעים זמירות האט געשריבן:אלס איינער וואס איז זינט אנהייב יאר אפגעפאלען צירקע 55 פונט קען איך דיך זאגען אז אפפאלען א פופציגער איז גארנישט אזא קליינע בענעפיט. מען שפירט זיך אן אנדערע מענטש.

איך האב געהאט אזא חשש, אויף זיין אוועטער דערקענט זיך שטארק דעם אפפאל לעצטנס.

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג פאברואר 03, 2020 5:46 pm

איז דא אינשורענס וואס צאלט עס ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

care all the time
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 9:14 pm
לאקאציע: usa

תגובהדורך care all the time » מאנטאג פאברואר 03, 2020 5:55 pm

maybeeynot האט געשריבן:איז דא אינשורענס וואס צאלט עס ?

יא איך האב עס געמאכט אונטער fidelis medicaid

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג פאברואר 03, 2020 11:02 pm

care all the time האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:איז דא אינשורענס וואס צאלט עס ?

יא איך האב עס געמאכט אונטער fidelis medicaid

ווי אזוי ווערט מען אפראווט ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובהדורך Borough Park » מאנטאג פאברואר 03, 2020 11:04 pm

maybeeynot האט געשריבן:
care all the time האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:איז דא אינשורענס וואס צאלט עס ?

יא איך האב עס געמאכט אונטער fidelis medicaid

ווי אזוי ווערט מען אפראווט ?

ווי וואונסטו?
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג פאברואר 03, 2020 11:12 pm

ק י
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובהדורך Borough Park » מאנטאג פאברואר 03, 2020 11:48 pm

maybeeynot האט געשריבן:ק י

דארט ווייס איך נישט און מאנסי האב איך גענוצט dr.jacobs ער איז רפואה העלט סענטער אין ער האט מיך אלעס אלערדיגט
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט