אורח הכבוד האט געשריבן:נאך וואס מ'האט אנגעפרעגט פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א וואספארא קבלה מ'זאל זיך מקבל זיין לרפואתו פונעם מאנטריאל'ער דיין שליט"א, האט דער רבי שליט"א געזאגט אז ס'איז נישט געווען דער דרך צו זאגן פאר'ן רבים א ספעציעלע קבלה, נאר יעדער זאל זיך אונטערנעמען א קבלה טובה, נישט צו גרינג און נישט צו שווער, דער עיקר א קבלה וואס מ'וועט 'מקיים זיין', און דאס וועט בעז"ה פועל'ן א רפואה פאר מורינו שליט"א.
אז דו ברענגסט שוין יא, ברענג שוין די גאנצע מעסידזש (פון התאחדות התלמידים יוצאי ישיבה תורת משה סאטמאר מאנטריאל):
אזויווי מיר ווארטן אויף א ישועה מן השמים, א רפואה פאר מורינו הדומ"ץ הגה"צ רבי משה מנחם בן גיטל שליט"א, און נאך וואס מיר האבן נעכטן געשיקט א שליח צו אנגעפרעגן פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א וואספארא קבלה די תלמידים זאלן זיך מקבל זיין לרפואתו, האט דער רבי שליט"א געזאגט אז ס'איז נישט געווען דער דרך צו זאגן פאר'ן רבים א ספעציעלע קבלה, נאר יעדער זאל זיך אונטערנעמען א קבלה טובה, נישט צו גרינג און נישט צו שווער, דער עיקר א קבלה וואס מ'וועט 'מקיים זיין', און דאס וועט בעז"ה פועל'ן א רפואה פאר מורינו שליט"א.
ע"כ וועלן מיר וועלן בעז"ה שיקן קורצע אויסצוגן פון די דרשות התעוררות פון הרבנים הגאונים והצדיקים שליט"א ביי די גרויסע "עצרת התערררות" זונטאג פ' ראה אין היכל הישיבה אין נייעק, ובפרט איבער קבלות טובות וואס מ'קען זיך מקבל זיין, וואס יעדער קען דערפון ארויסנעמען א גוטע קבלה לפי ערכו, ויה"ר שיעשו הדברים רושם לטובה, מ'זאל הערן בקרוב בשורות טובות אמן.