מאגן ברענען

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

shomierpeevilshonoi
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:30 pm

Re: מאגן ברענען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shomierpeevilshonoi »

נישט עסן סך קארבס קיינע ציקער // סאך קירבי אין קיאקאמבער אין עכטע זוירע פיקל
חלה
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

Re: מאגן ברענען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה »

אויף געבלאזן האט געשריבן:
Jobless האט געשריבן:
אויף געבלאזן האט געשריבן:איך פיר מיר ווען איך האב מאגן ברענישן צי טרינקען סעלצער מיט בעקינג סאדע
סהעלפט ווינדערליך
.

How much baking soda?

כהאב נישט א ספעשל סכום אביסל סנעמט אפאר מנוט ביז סבאראיג זיך

עס קען זיין א גרויסער סכנה סעלצער מיט בעקינג סאדע, מען דארף
לייגן די בעקינג סאדע אין וואסער, נישט אין סעלצער.
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: מאגן ברענען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

לעצטענס איז מיין מאגן ברענען אריבער שרעקליכע שטאפלן, כלייג אריין א גארנישט און ער פלאמט ווי א ספעיס שיף…

איינער האט מיר געשיקט א לינק פון די אייטעם, ער זאגט אז ער נעמט עס און עס ארבעט ווינדערבאר, נאר, ער ווייסט נישט אויב סאיז ראטזאם עס צו נעמען אויף א טעגליכע פארנעם.

ווייסט איינער נא מער אינפאו איבער דעם? אדער כאשטיג עפעס וואס קען העלפן?

כרעד פון ריעל מאגן ברענען… נישט סתם פרויענישע דמיונות…

https://www.amazon.com/Prevacid-Lansopr ... ljaz10cnVl
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: מאגן ברענען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

געהערט פון איינעם אז נעמען יעדען צופרי א קליין לעפעל בעקינג סאדע געמישט מיט א האלבע גלאז וואסער אויף א ליידיגן מאגן דארף ארבעטען מוראדיג. פראביר און לאז אונז וויסען צו עס ארבעט טאקע.

איך זע אנדערע האבן שוין אויך גערעדט דא פון בעקינג סאודע.
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: מאגן ברענען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

חדשות האט געשריבן:געהערט פון איינעם אז נעמען יעדען צופרי א קליין לעפעל בעקינג סאדע געמישט מיט א האלבע גלאז וואסער אויף א ליידיגן מאגן דארף ארבעטען מוראדיג. פראביר און לאז אונז וויסען צו עס ארבעט טאקע.

איך זע אנדערע האבן שוין אויך גערעדט דא פון בעקינג סאודע.

העמער טרייען. שכח.
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8046
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: מאגן ברענען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

וואס זענען די סימפטאמען פון מאגן ברענעריי?

מאגן אדער טשעסט?
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

Re: מאגן ברענען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

ניינער האט געשריבן:לעצטענס איז מיין מאגן ברענען אריבער שרעקליכע שטאפלן, כלייג אריין א גארנישט און ער פלאמט ווי א ספעיס שיף…

איינער האט מיר געשיקט א לינק פון די אייטעם, ער זאגט אז ער נעמט עס און עס ארבעט ווינדערבאר, נאר, ער ווייסט נישט אויב סאיז ראטזאם עס צו נעמען אויף א טעגליכע פארנעם.

ווייסט איינער נא מער אינפאו איבער דעם? אדער כאשטיג עפעס וואס קען העלפן?

כרעד פון ריעל מאגן ברענען… נישט סתם פרויענישע דמיונות…

https://www.amazon.com/Prevacid-Lansopr ... ljaz10cnVl

שוין געטרייט אסאך זאכן! וואס האט געהאלפען די מערסטע איז צו סטאפן עסן זאכן וואס מאכט עס!

ביי מיר איז עס קאפי און ביר! יא עס איז געווען שווער צו סטאפן קאפי באט איך בין א אנדערע מענטש זייט דעמאלטס!

שפיל דיך ארום מיט וואס די פילס אז עס ברענגט עס און געב עס אויף!

הצלחה רבה
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: מאגן ברענען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

איפה פייביש האט געשריבן:

דאס איז דאך די פראבלעם.

עס ברענט פון ממש אלעס. עני ווייץ זאך, ציקערדיגע זאך, און אסאך מאל מיליכיגס.
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: מאגן ברענען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

Thank you האט געשריבן:וואס זענען די סימפטאמען פון מאגן ברענעריי?

מאגן אדער טשעסט?

אלע ביידע.. ביי מיר עכ״פ
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: מאגן ברענען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

ניינער האט געשריבן:
Thank you האט געשריבן:וואס זענען די סימפטאמען פון מאגן ברענעריי?

מאגן אדער טשעסט?

אלע ביידע.. ביי מיר עכ״פ

עס איז דא 2 חלקים אין די מאגן

די אויבערשטע מאגן וואס איז נעבן די הארץ וואס דאס ברענט תיכף נאכן עסן
און אויב מען האט דאס אפט זאל מען נישט עסן צופיל אדער בכלל די סארט פרוכט וואס האבן אסאך עסיד ווי ארענדש טרויסן ווכדומה

דערנאך איז דא א פארדארבענע מאגן וואס מיינט אז ביי די קישקעס אינטען ביים פארדייאינג סיסטעם איז דא יסורים און דערנאך קומט ע"פ רוב דייעריע וואס דאס קומט פון פארדארבענע עסן אדער פון א עסן וואס איז נישט גוט צעקייט געווארן אדער מהאט געגעסן צי שנעל וכדומה אדער אז מהאט כראנישע מאגן אישוס

פאר דעם איז די רפואה
פרא ביטאיק און B6
און עסן וואס האבן די 2 הנ"ל און אויך נאר עסן טריקענע עסן וואו קרעקרערס מיט רייסקעיק ביז עס ווערט רואיגער
טרינקען קען מען בלויז וואסער מיט אביסל דישנדשער עיל (עס איז אויך גוט צי נעמען דשינדשער קעפסעלס פון סאלגער)
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: מאגן ברענען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

געוואלטיג האט געשריבן:
ניינער האט געשריבן:
Thank you האט געשריבן:וואס זענען די סימפטאמען פון מאגן ברענעריי?

מאגן אדער טשעסט?

אלע ביידע.. ביי מיר עכ״פ

עס איז דא 2 חלקים אין די מאגן

די אויבערשטע מאגן וואס איז נעבן די הארץ וואס דאס ברענט תיכף נאכן עסן
און אויב מען האט דאס אפט זאל מען נישט עסן צופיל אדער בכלל די סארט פרוכט וואס האבן אסאך עסיד ווי ארענדש טרויסן ווכדומה

דערנאך איז דא א פארדארבענע מאגן וואס מיינט אז ביי די קישקעס אינטען ביים פארדייאינג סיסטעם איז דא יסורים און דערנאך קומט ע"פ רוב דייעריע וואס דאס קומט פון פארדארבענע עסן אדער פון א עסן וואס איז נישט גוט צעקייט געווארן אדער מהאט געגעסן צי שנעל וכדומה אדער אז מהאט כראנישע מאגן אישוס

פאר דעם איז די רפואה
פרא ביטאיק און B6
און עסן וואס האבן די 2 הנ"ל און אויך נאר עסן טריקענע עסן וואו קרעקרערס מיט רייסקעיק ביז עס ווערט רואיגער
טרינקען קען מען בלויז וואסער מיט אביסל דישנדשער עיל (עס איז אויך גוט צי נעמען דשינדשער קעפסעלס פון סאלגער)

שכוח פארן מסביר זיין די נושא בעמוק
איך האב די ערשטע סארט מאגן ברענען ביי די chest
עס מאכט זיך מעת לעת אז איך וועק מיך אויף אינמיטען די נאכט מיט די סארט ווייטאג און איך נעם טרינק געווענליך אביסעלע און עס גייט באלד אוועק.

איך ברויך אן עצה אויב עס געשעהט אינמיטען א תענית וואו יו״כ אדער תשעה באב וואס דאן קען מען נישט טרינקען
אויב איינער האט אן עצה העל איך דאנקבאר זיין.
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: מאגן ברענען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

וואס עפעס? האט געשריבן:

עסן עטליכע זאפטיגע אוגערקעס פאר די תענית דארף בס"ד צו העלפן, די וואסער אין די פרי צולאזט זיך צעביסלעך אין די גוף....

ס'העלפט מיר ב"ה אויך לאחר מעשה, אמאל שפעט ביינאכט קען מען מיר זען עסן אוגערקעס מיט פארקלעבטע אויגן... ס'נעמט אפאר מינוט ביז ס'ווירקט, אבער די רואיגקייט האלט לענגער ווי אנדערע מיטלען...
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7313
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: מאגן ברענען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

ס'לוינט זיך אייביג צו גיין צו א גוטע געסטראנאלשיסט....
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: מאגן ברענען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

ניינער האט געשריבן:לעצטענס איז מיין מאגן ברענען אריבער שרעקליכע שטאפלן, כלייג אריין א גארנישט און ער פלאמט ווי א ספעיס שיף…

איינער האט מיר געשיקט א לינק פון די אייטעם, ער זאגט אז ער נעמט עס און עס ארבעט ווינדערבאר, נאר, ער ווייסט נישט אויב סאיז ראטזאם עס צו נעמען אויף א טעגליכע פארנעם.

ווייסט איינער נא מער אינפאו איבער דעם? אדער כאשטיג עפעס וואס קען העלפן?

כרעד פון ריעל מאגן ברענען… נישט סתם פרויענישע דמיונות…

https://www.amazon.com/Prevacid-Lansopr ... ljaz10cnVl

סהאט מיר קיין סך נישט געהאלפן.
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: מאגן ברענען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

intellectual האט געשריבן:

אומעפראזאל (Omeprazole) ארבייט %100 ביי מיר און נאך צוויי אידן וואס איך ווייס.
מ'דארף אנמערקן אז אום שבת, איינמאל ס'ברענט שוין מעג מען נישט נעמען (ס'הייסט רפואה), מ'דארף עס נעמען איידער ס'פאנגט זיך אן.
איך פלעג נעמען א 20 מ"ג ערב שבת, און נאך איינס שבת נאכמיטאג.
הגם ס'הייסט אז ס'ארבייט 24 שעה, האבעך שוין געהאט אז ס'האט אנגעפאנגען ברענען, און דעמאלט האבעך שוין נישט געמעגט נעמען, האבעך אנגעפאנגן נעמען גלייך נאך קידוש אינדערפרי.

https://www.amazon.com/omeprazole/s?k=omeprazole

ער האט געפרעגט איבער לענזאפראזעל, אגב. איך נוץ אמעפראזאל 40mg יעצט, אבער איך בין נישט אזוי קאנסיסטענט דערמיט.
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: מאגן ברענען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

רעים האט געשריבן:ס'לוינט זיך אייביג צו גיין צו א גוטע געסטראנאלשיסט....

צו זעהן אויב סדא אן אנדערלייאינג cause אדער סתם אזוי ?
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7313
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: מאגן ברענען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

intellectual האט געשריבן:
רעים האט געשריבן:ס'לוינט זיך אייביג צו גיין צו א גוטע געסטראנאלשיסט....

צו זעהן אויב סדא אן אנדערלייאינג cause אדער סתם אזוי ?

אז מ'האט עס אויף א שווערע פארנעם קומט עס געווענטליך פון עפעס.... (קוק צוריק און אשכול פאר מיין סטארי... )
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: מאגן ברענען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

intellectual האט געשריבן:ער האט געפרעגט איבער לענזאפראזעל, אגב. איך נוץ אמעפראזאל 40mg יעצט, אבער איך בין נישט אזוי קאנסיסטענט דערמיט.

ניינער האט געשריבן:ווייסט איינער נא מער אינפאו איבער דעם? אדער כאשטיג עפעס וואס קען העלפן?
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8046
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: מאגן ברענען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

געוואלטיג האט געשריבן:
ניינער האט געשריבן:
Thank you האט געשריבן:וואס זענען די סימפטאמען פון מאגן ברענעריי?

מאגן אדער טשעסט?

אלע ביידע.. ביי מיר עכ״פ

עס איז דא 2 חלקים אין די מאגן

די אויבערשטע מאגן וואס איז נעבן די הארץ וואס דאס ברענט תיכף נאכן עסן
און אויב מען האט דאס אפט זאל מען נישט עסן צופיל אדער בכלל די סארט פרוכט וואס האבן אסאך עסיד ווי ארענדש טרויסן ווכדומה

אהא....

הייסט עס אז ווען איך פיל די כמו טשעסט פעין און מיין טשעסט ווערט זייער טייט מיינט אז איך לייד אויף מאגן ברענען?
אוועטאר
בראנפן גלעזל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 19, 2019 1:13 pm
לאקאציע: אין שענק

Re: מאגן ברענען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראנפן גלעזל »

צעטל קלעבער האט געשריבן:
intellectual האט געשריבן:
ניינער האט געשריבן:לעצטענס איז מיין מאגן ברענען אריבער שרעקליכע שטאפלן, כלייג אריין א גארנישט און ער פלאמט ווי א ספעיס שיף…

איינער האט מיר געשיקט א לינק פון די אייטעם, ער זאגט אז ער נעמט עס און עס ארבעט ווינדערבאר, נאר, ער ווייסט נישט אויב סאיז ראטזאם עס צו נעמען אויף א טעגליכע פארנעם.

ווייסט איינער נא מער אינפאו איבער דעם? אדער כאשטיג עפעס וואס קען העלפן?

כרעד פון ריעל מאגן ברענען… נישט סתם פרויענישע דמיונות…

https://www.amazon.com/Prevacid-Lansopr ... ljaz10cnVl

סהאט מיר קיין סך נישט געהאלפן.

אומעפראזאל (Omeprazole) ארבייט %100 ביי מיר און נאך צוויי אידן וואס איך ווייס.
מ'דארף אנמערקן אז אום שבת, איינמאל ס'ברענט שוין מעג מען נישט נעמען (ס'הייסט רפואה), מ'דארף עס נעמען איידער ס'פאנגט זיך אן.
איך פלעג נעמען א 20 מ"ג ערב שבת, און נאך איינס שבת נאכמיטאג.
הגם ס'הייסט אז ס'ארבייט 24 שעה, האבעך שוין געהאט אז ס'האט אנגעפאנגען ברענען, און דעמאלט האבעך שוין נישט געמעגט נעמען, האבעך אנגעפאנגן נעמען גלייך נאך קידוש אינדערפרי.

https://www.amazon.com/omeprazole/s?k=omeprazole

אומעפראזאל איז אפציעל צו פארמיידן ברענערייען, נישט ווי טאמס וואס איז געמאכט צו בארואיגן ווען ס'ברענט שוין.
מיר האט דער דאקטאר עס געהייסן נעמען תיכף צופרי כאטש א האלבע שעה בעפארן עסן. עס ארבעט ווי מעדזשיק! במשך די יאר וואס איך האב עס גענומען איז געווען אנדערע צייטן... מ'האט געקענט האקן טשולענט מיט פיקל אין די טיפע נאכט שטונדן און זיך רואיג לייגן...
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: מאגן ברענען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

רעים האט געשריבן:
intellectual האט געשריבן:
רעים האט געשריבן:ס'לוינט זיך אייביג צו גיין צו א גוטע געסטראנאלשיסט....

צו זעהן אויב סדא אן אנדערלייאינג cause אדער סתם אזוי ?

אז מ'האט עס אויף א שווערע פארנעם קומט עס געווענטליך פון עפעס.... (קוק צוריק און אשכול פאר מיין סטארי... )

רעים האט געשריבן:
intellectual האט געשריבן:
רעים האט געשריבן:
אל תדאג האט געשריבן:
רעים האט געשריבן:איך גיי אי"ה מארגן צופרי אריבער גיין די אפרציע
האף איך צו שרייבען נאך דעם איבער דעם...

דער אייבערשטער זאל העלפן ס'זאל דורך גיין בניקל און אנע קאמפליקאציעס.
און זאלסט שנעל קענען זיין צוריק מיט אונז..

רעים בן...

אמן
מאכט נישט אויס די בוחן לבות ווייסט ווער רעים פון אייוועלט איז

אונז ווארט מיר צו הערן וויאזוי עס איז אדורך, און צו מאיז פטור געווארן פון די ברענעריי.

נאך נישט אינגאנצען ריקאווערט (איך קען נאך נישט עסן קיין הארטע עסן און חלה/קעיק און בכלל קען איך נישט עסן אסאך) ב"ה דערווייל איז עס מער ווייניגער אוועק אי"ה ווען איך וועל קענען עסן וועל איך שרייבן מער

ווארט מיר נאך צו הערן.

צעטל קלעבער האט געשריבן:
intellectual האט געשריבן:ער האט געפרעגט איבער לענזאפראזעל, אגב. איך נוץ אמעפראזאל 40mg יעצט, אבער איך בין נישט אזוי קאנסיסטענט דערמיט.

ניינער האט געשריבן:ווייסט איינער נא מער אינפאו איבער דעם? אדער כאשטיג עפעס וואס קען העלפן?

יאיא. כהאב אייך נישט גוט פארשטאנען.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: מאגן ברענען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

צעטל קלעבער האט געשריבן:
intellectual האט געשריבן:
ניינער האט געשריבן:az10cnVl

מ'דארף אנמערקן אז אום שבת, איינמאל ס'ברענט שוין מעג מען נישט נעמען (ס'הייסט רפואה), מ'דארף עס נעמען איידער ס'פאנגט זיך אן.

הגם ס'הייסט אז ס'ארבייט 24 שעה, האבעך שוין געהאט אז ס'האט אנגעפאנגען ברענען, און דעמאלט האבעך שוין נישט געמעגט נעמען, האבעך אנגעפאנגן נעמען גלייך נאך קידוש אינדערפרי

טעות.. הייליגער איד!!

די כלל אין רפואה איז אז ווען מבאלאנגט שוין אין בעט מחמת צער מעג מען שוין נעמען רפואה. ווען איר שפירט אז איר קענט שוין נישט אנגיין מער מיטן טאג קענט איר עס רואיגערהייט נעמען

חוץ א מעשה קענט איר קויפן טאמס מיט א גוטע טעם און עס עסן אפילו סתם אזוי. קאלסיום איז געזונט און איר קענט עס לכאורה פארוואנדלען אין א מאכל בריאים

אדרבה פרעגט אייער דיין. סאיז לכאורה א שאד אייערע יסורים
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: מאגן ברענען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

מסתמא האט געשריבן:
צעטל קלעבער האט געשריבן:
intellectual האט געשריבן:
ניינער האט געשריבן:az10cnVl

מ'דארף אנמערקן אז אום שבת, איינמאל ס'ברענט שוין מעג מען נישט נעמען (ס'הייסט רפואה), מ'דארף עס נעמען איידער ס'פאנגט זיך אן.

הגם ס'הייסט אז ס'ארבייט 24 שעה, האבעך שוין געהאט אז ס'האט אנגעפאנגען ברענען, און דעמאלט האבעך שוין נישט געמעגט נעמען, האבעך אנגעפאנגן נעמען גלייך נאך קידוש אינדערפרי

טעות.. הייליגער איד!!

די כלל אין רפואה איז אז ווען מבאלאנגט שוין אין בעט מחמת צער מעג מען שוין נעמען רפואה. ווען איר שפירט אז איר קענט שוין נישט אנגיין מער מיטן טאג קענט איר עס רואיגערהייט נעמען

חוץ א מעשה קענט איר קויפן טאמס מיט א גוטע טעם און עס עסן אפילו סתם אזוי. קאלסיום איז געזונט און איר קענט עס לכאורה פארוואנדלען אין א מאכל בריאים

אדרבה פרעגט אייער דיין. סאיז לכאורה א שאד אייערע יסורים

ש'כויח. געשמאקע טאמ"ס יא, אמעפראזאל איז שוין זייער זייער א דינע ליין צווישן מותר און אסור... ס'זייער טריקי זיך נישט צו נער'ן. אבער אז מ'נעמט אפילו א מינוט פאר ס'פאנגט זיך אן איז בסדר, הגם ס'נעמט א 15-20 מינוט צו ארבייטן, און אינצווישן קען שוין אנהייבן ברענען.

די עיקר ס'זאל שוין זיין שלום ביי אלע אידן (אויך) אין מאגן....
א פרייליכן רואיגן געשמאקן שבת אייך אלע :P

אגב, אין בעט קען מען זיכער נישט זיין :wink:
שרויפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:53 pm

Re: מאגן ברענען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפל »

איך פלעג ליידן פון מאגן ברענען ממש געפערליך, גלייך אינדערפרי פאר עניטינג האט מיר שוין געברענט גארנישט פלעגט נישט העלפן, איך האב זיך געקענט אויפוועקן דערפון אינמיטן נאכט אין זיך געוואלגערט אין בעט ווען די וואונדערבארע טאמס זענען געווען מאכטלאז.

נאך א קורצע זיך האב איך געטראפען (אויף מעיא קליניק) א ליסטע פון זאכן וואס מאכט ברענען די מאגן.

זיך איבערעסן
זיך אראפלייגן גלייך נאכן עסן
ספייסי זאכן
אויליגע מאכלים (וואך נאכט מעניו)
קארבענעיטעד אין קעפינעטעד געטראנקען.

בעסיקלי איז מאגן ברענען א דייעטעטישע פראבלעם, איך האב ארויסגעשניטן אלע דיפס,מען גייט נישט פרעסן ביי קיין טיי אווענטס וואך נאכטס etc., איך האב געריעלייזט אז פאר די לעצטע צוויי יאר לעב איךאויף קאפי און קאוק all day long... ( א שנעלע קאלקיולאציע האט מיר געוועזן אז איך טרינק בערך 60 70 oz קאווע א טאג... אין ווען איך האב געוואלט עפעס קאלט איז געקומען א קאוק... די אמאונט פון קעפפין איז געווען אבער דריי מאל די אמאונט וואס די עף די עי זאגט...)

איך האב אנגעהויבן שניידן קאווע אויפגעהערט טרינקען קאוק... וכו וכו אלעס וואס שטייט אין די ליסט די ריזאלטס זענען געקומען ביז ’’טעג’’!!!! זאכן האבן דראסטיש גענדערט אין די מאגן האט זיך היבש בארואיגט. כהיום טרינק איך בעסיקלי וואסער דורך אויס די טאג, פארשטייט זיך איך מיז אנהייבן די אאג מיט א קאווע צוויי דריי אז וועל איך עס שפירן... אבער דעטס איט.

פאר וועם עס איז צו שווער צו טוישן זיין דייעט קען ממשיך מיט טאמס בעקינג סאדע וכו אבער עס העלפט נישט אויף אייביג.

אין די מאגן איז פארהאן גאר א שטארקע עסיד וואס ליטערלי פערברענט אלעס וואס קומט אריין ווען אזא עסיד זאל ווען ליגען אין א באטל וואלט עס געקומען מיט א רויטע ווארענונג,נאר דער אייבערשטער ברוב חכמתו האט באשאפן דעם מאגן מיט אזא סארט ליינינג וואס קען אויסהאלטן דעם עסיד. אויף די וושט וואס גייט אראפגלייך אין די מאגן אריין איז די אזא מוסקל גלייך העכער די מאגן וואס האלט עס הערמעטיש פארמאכט אז די שעדליכע פליסיגקייט זאל בלייבן אין מאגן, אבער אז מען עסט זיך איבער קען דער מוסקל זיך נישט פארמאכן אן די עסיד רינט ארויס אין דאן שפירט די וושט ווי וועל-דאן שפירט זיך אויף די הענט... לכאורה מיז מען זאגן אז קעפפינעטעד אין קארבאנעטעד געטראנקען זענען באיזה אופן אויך משפיע אויף דעם מוסקל לרעה (איך האב זיך נישט אריינגעטון פארוואס) אין אז ער ווערט אפגעשוואכט רינט ארויס עסיד צו די וושט...

אלזא, איר קענט ווייטער נעמען טאמס אין בעקינג סאדע אבער דער מוסקל ווערט אפגעשוואכט אין די וושט ווערט פארברענט פון די שוואכקייט נאכדעם קעןעס ברענגען די שרעקליכע מחלה ה’’י.

סאיז נישט אז איך קען מער קיין קאווע אדער קאוק נישט טרינקען, סאיז נאר מיט א מאס...

הצלחה רבה

כאפט א בליק אין מקור ראשון
https://www.mayoclinic.org/diseases-con ... c-20373223
די פאקט אז איך האב נישט גענטפערט מיינט נישט אז אז איך האב נישט וואס צו ענטפערן, עס מיינט אז איך קען מיך איינהאלטן.
כאפט דעם פערי פון גערי ביז בערי...
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”